עברית
Library

Likkutei Sichos

Chayei Sarah 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

174חיי שרה —

א. אין פּסוקא „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה" איז רש"י מפרש: קטורה, זו הגרב ונקראת קטורה על שם שנאים מעשי' כקטורתג ושקשרה פתחהד שלא נזדווגה לאדם מיום שפרשה מאברהם.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) וואָס איז דער הכרח פון פשוטו של מקרא אַז „קטורה זו הגר"? ואדרבה: פון פשטות לשון הכתוב — „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה גו'" — איז משמע, אַז „ויקח אשה" מיינט דאָ אַ נייע לקיחת אשהה, בנוסף צו די פריערדיקעו (ווי ער פרעגט טאַקע אין מדרשז „והכתיב ויוסף")?

ב) פון דעם וואָס רש"י זאָגט דעם צווייטן טעם מיט אַ וא"ו החיבור — „(ונקראת קטורה ע"ש שנאים מעשי' כקטורת) ושקשרה פתחה כו'" — און ניט „ד"א" (וכיו"ב), איז מובן, אַז רש"י לערנט, אַז דאָס איז [ניט צוויי באַזונדערע פּירושים (ווי אין מדרשח) פאַרוואָס „נקראת קטורה", נאָר] צוויי טעמים אין איין פירוש; ד.ה. אַז דער נאָמען „קטורה" איז מרמז אויף די ביידע אָפּטייטשן צוזאַמעןט: לשון קטורת („שנאים מעשי' כקטורת") און לשון קשירה („ושקשרה פתחה כו'") —

דאַרף מען פאַרשטיין: פון וואַנעט נעמט רש"י, לפי פשוטו של מקרא, אַז מ'האָט איר גערופן „קטורה" צוליב צוויי טעמים (ניט ווי אין מדרש, אַז דאָס זיינען צוויי פירושים)י?

ג) די קושיית המפרשיםיא: אויפן פסוקיב „ותלך ותתע" זאָגט רש"י „חזרה לגלולי בית אבי'" — היינט ווי זאָגט רש"י דאָ „שנאים מעשי' כקטורת"יג?

175ב. דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס איז מכריח רש"י צו זאָגן „קטורה זו הגר"* איז אַ קשיא (ניט אין דעם פרטיות'דיקן פסוק, נאָר) אין דעם כללות'דיקן סיפור פון אברהם והגר:

רש"י האָט פריעריד מפרש געווען אַז „אברהם מגייר את האנשים ושרה מגיירת הנשים". היינט אויב אברהם האָט געקענט משפיע זיין אויף מענטשן פון דרויסן, האָט ער זיכער געהאַט אַ השפעה אויף אנשי ביתו (אויך ישמעאל, וואָס יצא לתרבות רעהטו, האָט ער אָבער תשובה געטאָן נאָך בחיי אברהםטז).

שטעלט זיך די שאלה: ווי קומט עס אַז הגר „חזרה לגלולי בית אבי'" און אברהם האָט ניט געווירקט אַז זי זאָל תשובה טאָן?

[מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס איז דערפאַר וואָס הגר האָט זיך געפונען בריחוק מקום פון אברהם'ן (ווי מ'האָט פריעריז געלערנט אַז אברהם האָט איר, מיט ישמעאל'ן, אַוועקגעשיקט מביתו) — ווייל ביי דער מעשה העקידהיח איז שוין בטל געוואָרן דער מצב פון „גרשיט האמה הזאת ואת בנה"כ, ווי רש"י טייטשט דעם פסוקכא „את שני נעריו" — „ישמעאל ואליעזר" (און אין פּשטות האָט זיך הגר געפונען צוזאַמען מיט ישמעאל'ןכב)].

אויף דעם זאָגט רש"י „קטורה זו הגר ונקראת קטורה כו'" — אַז אין הכי נמי — דורך אָנרופן הגר מיטן נאָמען „קטורה" מיינט דער פסוק צו מרמז זיין, אַז איצט זיינען שוין „נאים מעשי' כקטורת", ווייל זי האָט טאַקע תשובה געטאָןכג אויף דעם וואָס „חזרה לגלולי בית אבי'".

דערמיט איז מדוייק וגם יומתק לשון רש"י „קטורה זו הגר" — ניט „היא הגר"כד, ע"ד לשון הכתובכה „היא חברון" (וכיו"ב):

176„היא הגר" — אַ לשון נסתר — וואָלט געמיינט, אַז דאָ ביי די פסוקים רעדט קיינער ניט וועגן הגר, זי איז ווי איינער וואָס איז „נסתר"; ווען מ'זאָגט אָבער „זו הגר" מיינט עס, אַז „הגר" איז „לנוכח": דער „בן חמש" האַלט אין איין טענה'ן — וואָס טוט זיך מיט הגר? פאַרוואָס געפינט מען ניט אַז זי זאָל תשובה טאָן? און דעריבער איז רש"י מדייק „זו הגר": אָט, ס'רעדט זיך טאַקע וועגן דער הגר, וואָס דו האָסט געפרעגט און גערעדט ביז איצט*25.

ג. רש"י קען זיך אָבער ניט באַנוגענען מיט דעם טעם אַלייןכו; ווייל אמת טאַקע אַז איצט איז „נאים מעשי' כקטורת", וויבאַלד אָבער עס איז געווען אַ צייט וואָס „חזרה לגלולי בית אבי'", וואָלט אברהם אבינו, וואָס איז געווען אַ צנוע בתכליתכז, איר דערנאָך ניט גענומען ל"אשה" — אויב זי וואָלט בינתיים געווען „נזדווגה לאדם" אחרכח.

[ובפרט אַז דער פסוק „ויוסף אברהם גו'" קומט באַלד נאָכן פסוקכט „ויבאה יצחק האהלה שרה אמו גו'" — וואָס סיי שרה און סיי רבקה זיינען געווען צנועות בתכליתל].

דעריבער איז רש"י ממשיך „ושקשרה פתחה כו'" — אַז אין דעם נאָמען „קטורה" איז אויך מרומזלא דאָס וואָס „לא נזדווגה לאדם מיום שפרשה מאברהם", און דעריבער איז זי ראוי אַז אברהם זאָל זי נעמען.

ד. ע"פּ הנ"ל אַז מיטן נאָמען „קטורה" איז דער פּסוק מרמז אַז הגר האָט (דורך אברהם'ס השפעה) תשובה געטאָן — קען מען מסביר זיין, ע"פ177פּנימיות הענינים, עטלעכע פּרטים אין פּסוק, וואָס זיינען לכאורה ניט גלאַטיק (עכ"פ — ע"פּ פּנימיות הענינים):

א) וויבאַלד אַז „קטורה זו הגר", ווי פּאַסט דער לשון „ויוסף אברהם גו'" (ווי ער פרעגט אין מדרש, כנ"ל סעיף א')?

[ע"ד הפּשט איז עס ניט קיין קשיא. ווייל כאָטש אַז „קטורה זו הגר", וויבאַלד אָבער אַז ס'איז ביי אברהם'ען געווען אַ נייע לקיחה, פּאַסט אויף דעם דער לשון „ויוסף גו'"לב; און נאָכמער: וויבאַלד פריער איז הגר געווען אַ שפחהלג, און איצטער האָט איר אברהם גענומען אַלס „אשה" [עכ"פ ווי אַ „פלגש"לד אין דעם אופן פון „(נשים בכתובה) פלגשים (מערניט וואָס) בלא כתובה"לה] — הייסט עס במילא אַן ענין פון „ויוסף" אין דער קיחת אשהלו;

וועט אָבער דער לשון „ויוסף גו'" זיין נאָך מער מדוייק און גלאַטיק לויטן ביאור ע"פּ פּנימיות הענינים, כדלקמן].

ב) פאַרוואָס זיינען די „נאים מעשי'" פון הגר'ן מרומז דורך פאַרגלייכן מיט „קטורת" דוקאלז?

ג) פאַרוואָס איז די תורה מרמז דעם ענין, וואָס הגר האָט תשובה געטאָן, דוקא אין דעם פּסוק וואָס רעדט זיך וועגן דעם אַז אברהם האָט איר גענומען?

ה. דער ביאור אין דעם:

אין חסידותלח איז מבואר דער חילוק צווישן דער עבודה פון אברהם פאַר זיין מל זיין זיך און דער עבודה וואָס נאָכדעם: קודם שנימול האָט ער געהייסן „אברם", וואָס מיינט „אב רם" — ער איז דערהויבן און אָפּגעטראָגן פון וועלט (רם על כל גויםלט), זיין עבודה איז אין מדריגות פון קדושה גופאמ; אָבער לאחרי המילה איז זיין נאָמען געוואָרן „אברהם" — „אב המון גוים"מא, אַז ער האָט אויפגעטאָן אויך אין „גוים", ער האָט זיי מעלה געווען צו קדושה.

און די עבודה איז געווען דורך שרה, וואָס האָט פון די „גוים" מפריד געווען די „פּסולת" און מעלה געווען זייער טוב וניצוצות קדושה. (און דערפאַר האָט זי געזאָגט „גרש האמה הזאת ואת בנה")מב.

און דער עילוי וואָס אברהם האָט דערגרייכט נאָך פּטירת שרה איז באַשטאַנען אין דעם וואָס „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה", אַז ער האָט מחזיר בתשובה געווען (ישמעאל און) הגר, דהיינו, ער האָט אויפגעטאָן דעם178בירור אויך אין די „פּסולת" וואָס שרה האָט מפריד געווען („גרש גו'").

די הסברה אין דעם: דער בירור אין „גוים" וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך שרה, איז נאָר אין קליפּת נוגה וואָס איז מעורב פון טוב און רע, וואָס דער אופן הבירור איז דורך מפריד זיין די פּסולת ורע און מעלה זיין דעם טוב וואָס איז געווען מעורב דאָרטן; און היות אַז די „פּסולת" האָט ניט קיין טוב (גלוי)מג, דאַרף מען עס דעריבער דוחה זיין („גרש גו'").

אָבער דער בירור פון ישמעאל און הגר איז ניט דורך מעלה זיין דעם טוב המעורב וואָס אין זיי — ווייל ביי זיי איז ניטאָ קיין טוב (גלוי)מג — נאָר ס'איז אַ בירור בדרך הוספה, ע"ד זדונות נעשות לו כזכיותמד.

ו. און דאָס איז דער ביאור אין די דריי דיוקים דלעיל (סעיף ד'):

(א) דער לשון „ויוסף אברהם גו'" — ווייל דער ענין פון מהפּך זיין לטוב „פּסולת" (ג' קליפּות הטמאות) איז אַן ענין פון הוספהמה, ווי דער צ"צמו טייטשט דעם פּסוקמז „יוסף ה' לי בן אחר", אַז דער ענין פון „יוסף" — הוספה — איז דאָס וואָס מ'מאַכט אַז פון אַן „אחר" זאָל ווערן אַ „בן".

און די „הוספה" איז בשתים: (א) אין וועלט — ס'איז אַ הוספה וחידוש אין דער בריאה, ווייל מצד הבריאה קענען זדונות ניט נתהפּך ווערן לזכיות; (ב) אין אברהם — „ויוסף אברהם גו'" — ווייל דער ענין פון אתהפּכא פון ג' קליפּות הטמאות קען זיך אויפטאָן נאָר בכח העצמות, וואָס מצד עצמותו ית' איז (בלשון המדרשמח) „איני יודע באיזה מהם חפץ אם במעשה אלו (מעשיהן של רשעיםמט) כו'", און דערפאַר וואָס די179זדונות זיינען דאָרט ניט תופס מקום, קומט פון דאָרט דער כח צו קענען אויך זיי מהפך זיין לזכיות.

און דאָס איז דער פירוש פון „ויוסף אברהם גו'", אַז דורך דעם וואָס ביי אברהם'ען איז נתוסף געוואָרן אַ העכערער כח ודרגא — וואָס נעמט זיך פון עצמותנ — האָט ער געקענט אויפטאָן דעם בירור אין הגר (וישמעאל).

(ב) „שנאים מעשי' כקטורת" דוקאנא — ווייל דער ענין פון די י"א סממני קטורת איז, כידוענב, וואָס זיי זיינען מהפּך די י"א כתרין דמסאבותא צו קדושהנג.

(ג) דער תכלית פון „יקח אשה" איז — „פּרונד ורבו גו'"נה, וואָס הולדה איז אַן ענין פון הוספה וחידוש; און דערמיט איז מוסבר וואָס די תשובה פון הגר, וואָס ענינה איז הוספה (כנ"ל), ווערט נרמז דוקא דאָ וואו דער מדובר איז וועגן „ויוסף אברהם ויקח אשה גו'", וואָס תכליתו איז (כהמשך הפּרשה) „ותלד לו גו'".

ז. בשייכות צו דעם פּסוק איז דאָ אַ סיפּור תמוה ביותר, לכאורה, אין גמראנו:

„בני אחתי' דרבי טרפון הוו יתבי קמי' דרבי טרפון (ולא הוו אמרי מידי — רש"י), פתח ואמר (כדי שידברו — רש"י) ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה יוחני (מילתא בעלמא הוא דקאמר כדי לפתוח פיהם — רש"י), אמרי לי' קטורה כתיב, קרי עליהם בני קטורה".

איז ניט מובן:

(א) פאַרוואָס דערציילט עס די גמרא בכלל, ובפרט אַז ס'איז דאָך אַ כללנז אַז אפילו „בגנות בהמה טמאה לא דבר הכתוב", עאכו"כ בגנותם פון „בני אחתי' דרבי טרפון" — מוז מען זאָגן אַז אין דעם איז פאַראַן „תורה" — אַ הוראהנח. וואָס איז די הוראה?

(ב) עס זיינען פאַראַן פאַרשידענע מיטלען ווי צו פּועל זיין אויפן צווייטן ער זאָל אָנהויבן ריידן, ניט דורך זאָגן אַ פסוק שלא כצורתו!

(ג) ווי קומט מען בכלל נוצן אויף כיו"ב אַ פסוק פון תורהנט?

(ד) פאַרוואָס האָט ר"ט געזאָגט „(ושמה) יוחני"ס — לכאורה וואָלט180מער מתאים געווען צו משנה זיין דורך זאָגן „ושמה הגר" [וואָס כאָטש ס'איז אַנדערש פון לשון הכתוב, איז עס אָבער אמת אין תוכן, עכ"פ לרוב הדעות — און אפילו לדעת החולקים*60 איז דאָך אויך לדעתם אלו ואלו דא"ח (וואָס דערפאַר האָבן געמעגט ב"ה מקדים זיין דברי ב"ש לדבריהןסא)]; וואָס אויך דער שינוי פון לשון הכתוב וואָלט געווען גענוג זיי צו מעורר זיין?

ח. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דאָס וואָס חז"לסב זאָגן „כל המלמד (את) בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו" — ווייל דורך לערנען תורה ווערט מען אַ „מציאות חדשה" און דעריבער איז עס „כאילו ילדו".

הגם אַז פשטות הלשון „כל המלמד את בן חבירו כו'" — איז משמע אפילו אויב דער „בן חבירו" האָט שוין אַ ידיעה אין תורה — איז עס אָבער כמובן בעיקר ביי אַזאַ וואָס איז ביז איצט ניט געווען שייך צו לימוד התורה, וואָס דעמאָלט טוט אויף דער „מלמד" אַ התחדשות אין דעם „בן חבירו" (משא"כ אויב ער האָט שוין פריער געלערנט תורה, איז דאָך דער „מלמד" נאָר מוסיף אויף זיין פריערדיקער ידיעה ומציאות).

דערמיט איז פאַרשטאַנדיק דער שינוי הלשון אין פרש"י אויף „ואלה תולדות אהרן ומשה"סג — „. . ונקראו תולדות משה לפי שלמדן תורה מלמד שכל המלמד כו' מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו. ביום דבר ה' את משה, נעשו אלו התולדות שלו כו'"; ביי „בני אהרן" זאָגט ער דעם לשון „נעשו אלו התולדות שלו" (ניט נאָר „כאילו"); משא"כ „כל המלמד כו'" איז מערניט וואָס „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו".

איז דער טעם בזה: וויבאַלד אַז „בני אהרן" איז „ביום דבר גו'"סד האָבן זיי אָנגעהויבן זייער לימוד התורה (— „מה שלמד מפי הגבורה"סה) פון משה אין אַן אופן פון התחדשות, זיינען זייסו דעמאָלט געוואָרן „תולדות" משה (אָן אַ „כאילו"); משא"כ „כל המלמד כו'", וואָס איז כולל אַלע אופנים, איז השווה בכולם ניט מער ווי „כאילו ילדו".

ט. דאָס איז אויך דער ביאור אינעם סיפור הנ"ל: רבי טרפון האָט געזען אַז „בני אחתי'" זיינען ניט שייך צו דברי (והבנת ה)תורה; און וויבאַלד אַז זיי האָבן אַ שייכות צו איםסז, האָט ער געוואָלט אויפטאָן אין זיי אַז זיי זאָלן ווערן שייך צו הבנת התורה — דעם (כאילו) ילדו.

אויף דעם האָט ער געבראַכט אַן ענין181דוגמתו אין תורה (הוראה) — „ויוסף אברהם ויקח אשה גו'", וואָס תכליתו איז צוליב (ווי דער המשך תיכף נאָכדעם) „ותלד לו גו'",

אַזוי האָט רבי טרפון געטאָן אַ פּעולה — „פתח ואמר", צו אויפטאָן אין בני אחתי' „(כדי) שידברו" אין תורה — דער כאילו ילדו.

יוד. עפּ"ז יובן וואָס ער האָט געזאָגט „ושמה יוחני": די גמ' זאָגט אין סוטהסח, אַז „אלמנה שובבית" איז פון די „מבלי עולם", „כגון יוחני בת רטיבי". איז רש"י מפרש: אלמנה מכשפה היתה, וכשמגיע עת לידת אשה היתה עוצרת רחמה במכשפות, ולאחר שמצטערת הרבה היתה אומרת אלך ואבקש רחמים אולי תשמע תפלתי, והולכת וסותרת כשפי' והולד יוצא כו' — ד.ה. זי האָט געוואָלט מ'זאָל מיינען אַז די הולדה איז געקומען בדרך נס, אַלס תוצאה פון אידע תפלות;

וי"ל אַז דערפאַר האָט מען איר גערופן „יוחני": דער נאָמען „יוחני" ווייזט אויף אַן ענין פון נס, ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס די גמרא זאָגט אין ברכותסט: הרואה הונא בחלום נס נעשה לו . . יוחנן נסי נסים נעשו לו; אויך האָט דער לשון „יוחני" אַ שייכות מיוחדת צום ענין פון הולדת בנים (נוסף על המסופר בסוטה שם), ווי עס שטייטע „הילדים אשר חנן אלקים את עבדך".

און דערפאַר האָט רבי טרפון געזאָגט „ושמה יוחני"עא — ווייל ער האָט דאָ געדאַרפט אויפטאָן אַן ענין פון (כאילו) ילדועב (דורך און אין לימוד התורה), וואָס איז ניט ע"פּ טבע וסדר הרגיל.

דאָס איז אויך די הסברה אין דעם המשך הסיפּור, אַז נאָכדעם ווי בני אחתי' האָבן אים געזאָגט „קטורה כתיב" האָט זיי ר"ט אָנגערופן „בני קטורה": אויב „קטורה כתיב" [לשון קשירה (עוצרת רחמה), היפך פון „יוחני" וואָס טוט אויף הולדה כנ"ל], וועט זיך ניט אויפטאָן ביי זיי דער ענין ה"הולדה" אין לימוד התורה (די פּתיחת המוח אין הבנת התורה), נאָר זיי וועלן בלייבן „בני קטורה" (קשירה) — מיט אַ מוח אטום, ניט שייך צו הבנת התורה.

182יא. לויטן ביאור הנ"ל (סעיף ה־ו) אין „ויוסף אברהם גו'" ע"פּ יינה של תורה שברש"י — אַז וויבאַלד אברהם האָט געדאַרפט אויפטאָן אַ הוספה וחידוש (— הולדה) דורך מהפּך זיין פון ג' קליפּות הטמאות לקדושה, האָט געמוזט פריער זיין דער „ויוסף אברהם גו'", אַ הוספה ועילוי אין מדריגת אברהםעג — קען מען אויך מסביר זיין, ע"פּ פּנימיות הענינים, דאָס וואָס רבי טרפון האָט געבראַכט אויך התחלת הכתוב „ויוסף אברהם"

[דלכאורהעד וואָלט געווען גענוג ווען ער זאָגט „ויקח אשה ושמה יוחני" (און זיי וואָלטן געוואוסט וועלכן פּסוק ער מיינט, ווייל דאָס איז דער איינציקער פּסוק וואו עס שטייט דער לשון „ויקח אשה ושמה גו'")]:

כדי אַז ער זאָל קענען אויפטאָן דעם „מלמד את בן חבירו תורה", וואָס ביי בני אחתי' איז עס אַן ענין פון הולדה והתחדשותעה, האָט ער געמוזט מוסיף זיין אין זיין מדריגה, וואָס בכח זה קען ער אויפטאָן די הולדה והתחדשות ביי בני אחתי'.

און אויף דעם האָט ער געבראַכט אַ ראי' פון אַן ענין דוגמתו אין אַ פּסוק אין תורה: „ויוסף אברהם (און דורכדעם) ויקח אשה גו'" — די הוספה אין מדריגת אברהם האָט געבראַכט אַז עס זאָל קענען זיין „ויקח אשה גו'" (שהתכלית הוא וכהמשך בפרשה — „ותלד לו"), אַן ענין פון הולדה והתחדשות, כנ"ל.

יב. ועוד לפרש (אין דעם וואָס „קרי עליהם בני קטורה"): דער רמב"םעו פּסק'נט אַז „בני קטורה שהם זרעו של אברהם . . חייבין במילה". ד. ה. אַז דורך „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה" — וואָס איז אַן ענין פון התחדשות שלא ע"פּ סדר השתלשלות (כנ"ל סעיף ו') — האָט ער אויפגעטאָן עס זאָלן זיין „בני קטורה" און זיי זיינען מחוייב אין מילה, וואָס מילה איזעז ר"ת פון „מי יעלה לנו השמימה"עח (שסופי התיבות הוא — הוי'), ס'איז העכער פון בחי' התורה און שם הוי' — ד.ה. העכער פון סדר השתלשלות (און דאָס קומט דורך „ומלתם את ערלת לבבכם"עט — ענין התשובהעז).

און דאָס מיינט „קרי עליהם בני קטורה": רבי טרפון האָט קורא וממשיךפ געווען אין זיי דעם ענין פון „הולדה" אין לימוד התורה שלא ע"פּ סדר השתלשלות — ע"ד די פּעולה פון אברהם אין „בני קטורה".

(משיחת ש"פ חיי שרה תשל"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-dzvfx0fx

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed

Sources