Likkutei Sichos
Bereishis 4
20בראשית —
א. אין פסוקא „ויבא קין מפרי האדמה מנחה לה'", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „מפרי האדמה" און איז מפרש: מן הגרוע ויש אגדהב שאומרת זרע פשתן הי'.
דער הכרח פון רש"י צו לערנען אַז קין האָט געבראַכט „מן הגרוע", איז פאַרשטאַנדיק בפּשטות (ווי דער רא"םג איז מבאר) — „דאם לא כן מה טעם ואלד קין ואל מנחתו לא שעה?"ה.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין וואָס רש"י ברענגט די „אגדה" אַז „זרע פשתן הי'"*: למאי נפק"מ אין פשוטו של מקרא צי די מנחה „מן הגרוע" איז געווען „זרע פשתן" אָדער אַן אַנדער מין פּרי האדמה?
מ'קען ניט פרעגן: וואָס איז די ראי' פון פשוטו של מקרא אַז „זרע פשתן הי'"ו? ווייל פון דעם גופא וואָס רש"י ברענגט דעם ענין בשם האגדה — ניט ווי דעם אָפּטייטש „מן הגרוע" וואָס ער שרייבט ניט פון וואַנען ער נעמט עס (כאָטש אויך דער ענין שטייט אין אגדהז) — איז פאַרשטאַנדיק, אַז פון פשטות הכתובים איז טאַקע ניט מוכח אַז ער האָט געבראַכט זרע פשתן (און דער מקור אויף דעם איז נאָר פון אגדה);
וויבאַלד אָבער רש"י ברענגט די אגדה אין זיין פירוש על התורה, מוז מען זאָגן אַז דאָס איז (בלשון רש"יח) אַן „אגדה המיישבת דברי המקרא"; דאָס הייסט, אַז עס איז דאָ אַ שוועריקייט אין פסוק וואָס ווערט פאַרענטפערט מיט דער אגדה אַז „זרע פשתן הי'".
ב. אין כמה דפוסים פון פירוש רש"י שטייט דערנאָך (צווישן חצאי עיגול): „ד"א מפרי מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר". און אע"פ אַז אין די ערשטע דרוקן פון פירוש רש"י עה"ת שטייט ניט דער פירושט — איז אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דער צווייטער פירוש האָט אַן אָרט, וואָס דערפאַר קען זיין אַזוינע וועלכע זיינען עס גורס אין פרש"י.
21דאָס וואָס רש"י באַנוגנט זיך ניט מיטן ערשטן פירוש, קען מען זאָגן דעם טעם: אויב מ'זאָל אָננעמען אַז דער חטא פון קין איז געווען דאָס וואָס ער האָט געבראַכט „מן הגרוע" — פאַרוואָס איז דער פסוק סותם אַז ער האָט געבראַכט „מפרי האדמה", ניט אויסטייטשנדיג דערביי „מהגרוע" וכיו"ב (אַזוי ווי דער פסוק איז מפרט גלייך באַ מנחת הבל — „מבכורות צאנו ומחלביהן"י)?
דעריבער ברענגט רש"י נאָך אַ פירוש, אַז די מנחה איז טאַקע געווען ניט „מן הגרוע", נאָר ווי לשון הכתוביא „מפרי (סתם), מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר", און אין דעם גופא איז באַשטאַנען זיין חטא, וואָס ער האָט ניט מדייק געווען צו ברענגען מן הטוב והמובחר.
לפ"ז איז אָבער תמוה לאידך גיסא: בשלמא לויטן ערשטן פירוש, אַז זיין מנחה איז געווען „מן הגרוע", איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס „ואל קין ואל מנחתו לא שעה" — ווייל דאָס ברענגען דוקא מן הגרוע איז (ניט נאָר אַ באַווייז אַז באַ אים פעלט דער כבוד פאַר דעם אויבערשטען, וואָס איז מחייב אַז די מנחה זאָל זיין מן הטוב והמובחר, נאָר נאָכמער, דאָס איז) היפך הכבוד — דערמיט איז מען מבזה דעם צו וועמען מ'ברענגט די מנחהיב.
ווי קען מען אָבער זאָגן, אַז דערפאַר וואָס ער האָט זיך ניט משתדל געווען צו ברענגען „מן הטוב ומן המובחר" און זיך מסתפק געווען מיט אַ מנחה סתם „מאיזה שבא לידו"יג — זאָל דער אויבערשטער אינגאַנצן ניט אָננעמען קין'ס מנחה, „ואל קין ואל מנחתו לא שעה"?
רש"י קען זיך ניט באַנוגענען מיט'ן פירוש „מן הגרוע", ווייל דאָס איז קשה ביותר: מיט זיין ברענגען די מנחה איז קין געווען אויסן ארויסווייזן אַ דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן — היינט ווי קומט עס אַז ער זאָל ברענגען דוקא „מן הגרוע"יד, וואָס איז היפך המכוון פון דער מנחה?
זאת ועוד: נאָכדעם ווי קין האָט געזען אַז „ואל מנחתו לא שעה", שטייט אין פסוקד „ויחר לקין מאד ויפלו פניו" — איז תמוה: נאָכדעם ווי ער האָט געבראַכט זיין מנחה דוקא מן הגרוע, האָט ער דען דערוואַרט אַז די מנחה זאָל יע נתקבל ווערן?
מוז מען זאָגן, אַז כאָטש קין'ס מנחה איז געווען אַזאַ וואָס איז ניט ווערט נתקבל ווערן — איז אָבער פאָרט געווען אַן אָרט אַז קין זאָל אַ טעות האָבן און מיינען, אַז זיין מנחה דאַרף נתקבל ווערן לרצוןטו;
און דאָס איז רש"י מסביר ומפרש אויף צוויי אופנים: אַז די מנחה איז (א) [זייענדיק „מן הגרוע"] „זרע פשתן הי'"; (ב) [אַז זי איז ניט געווען מן הגרוע, נאָר] „מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר" — כדלקמן.
ד. דערמיט וועט אויך רעכט ווערן אַ קשיא אין סדר הכתובים:
22פריער שטייט „ויבא קין גו' מנחה לה'", און דערנאָך איז דער פסוק ממשיך „והבל הביא גם הוא גו' וישע ה' אל הבל גו'", און ערשט דערנאָך שטייט „ואל קין ואל מנחתו לא שעה ויחר גו'" — ולכאורה האָבן די ווערטער „ואל קין גו' לא שעה" געדאַרפט שטיין גלייך נאָכן סיפור „ויבא קין גו' מנחה לה'" (איידער מ'דערציילט וועגן הבל)?
אפילו מ'זאָל זאָגן, אַז דער פסוק וויל פריער דערציילן וועגן ביידע הבאות המנחות און דערנאָך ווי זיי זיינען נתקבל געוואָרן — האָט פריער געדאַרפט שטיין „ואל קין גו' לא שעה" און דערנאָך „וישע (ה') אל הבל"טז, בהתאם צום סדר פון די הבאות.
בפשטות קען מען זאָגןיז, אַז דאָס איז דערפאַר ווייל ערשט נאָכן „וישע ה' אל הבל" („ירדה אש ולחכה מנחתו"יח), האָט קין דערפילט — פון דעם וואָס ביי אים איז לא „ירדה אש כו'" — אַז „ואל מנחתו לא שעה", און דערפאַר „ויחר לקין גו'".
ע"פ הנ"ל אָבער קען מען זאָגן, אַז דערמיט מיינט דער פסוק צו מרמז זיין, אַז דער אמת'ער „(ואל קין גו') לא שעה" איז ערשט געווען נאָכן „וישע ה' אל הבל". וואָרום בשעת קין האָט געבראַכט זיין מנחה איז נאָך געווען אַ מקום לטעות אַז דערין איז ניטאָ קיין חטא, כנ"ל;
ערשט נאָך דעם ווי קין האָט געזען אַז הבל האָט געבראַכט „מבכורות צאנו ומחלביהן (און דערפאַר) וישע ה' גו'", און ביי אים איז דאָס ניט געווען — האָט ער דאָך קלאָר געזען אַז די הנהגה זיינע איז געווען ניט כדבעי — און פונדעסטוועגן האָט ער אויך דאַן ניט חרטה געהאַט און ניט געטאָן עפּעס צו מתקן זיין די הנהגה (דורך ברענגען אַ צווייטע מנחה מן הטוב ומן המובחר וכיו"ב) — דערפאַר איז ערשט דאַן די תורה מדגיש די תוצאה פון דעם חטא — „ואל קין ואל מנחתו לא שעה"יט.
ה. ווי גערעדט פיל מאָל, האָט רש"י געשריבן זיין פירוש (אויך) פאַר אַ „בן חמש", וואָס הויבט ערשט אָן לערנען „מקרא"כ. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז ווען רש"י זאָגט „זרע פשתן הי'", און איז דערביי ניט מסביר מיט וואָס פשתן איז אויסגעטיילט למעליותא פון אַנדערע „פרי האדמה", איז עס ווייל דער „בן חמש" ווייס שוין וועגן דעם,
וכפירוש רש"י פריער: אויפן פסוקכא „שם האחד פישון" טייטשט רש"י (אין צווייטן פירוש), אַז מ'רופט דעם (נהר) מיטן נאָמען פישון — „שהוא מגדל פשתן". דערפון וואָס אַ נהר (און דערצו נאָך — דער ערשטער) ווערט אָנגערופן על שם הפשתן וואָס ער איז מגדל, איז פאַרשטאַנדיק, אַז פשתן איז אַ דבר חשוב ביותרכב.
ועפ"ז איז מובן דער קס"ד פון קין ביים ברענגען זיין מנחה: ביי אים איז אויסגעקומען, אַז דער עיקר איז נוגע23דער מין המנחה וואָס מ'ברענגט — אַ מין וואָס איז דער טוב ומובחר שבמינים. און דערפאַר האָט ער אויסגעקליבן פשתן, וואָס איז אַ דבר חשוב ומשובח; אָבער אין דעם מין גופא, האָט ער געבראַכט „מן הגרוע".
און דאָס איז געווען דער יתרון פון מנחת הבל, וואָס אין דעם מין וואָס ער האָט געבראַכט זיין מנחה, האָט ער אויסגעקליבן „מבכורות (צאנו) ומחלביהן"כג.
ו. אָבער דער פירוש איז נאָך אַלץ ניט מובן, דממה־נפשך: וויבאַלד אַז קין האָט געזוכט מהדר זיין צו ברענגען פון אַ בעסערן מין, פאַרוואָס האָט ער געבראַכט „מן הגרוע" (אין דעם מין)?
קיין גרויסע קשיא איז עס ניט, ווי דער פסוק איז דערנאָךכד ממשיך „לפתח חטאת רובץ ואליך תשוקתו" — אַז דער יצר הרע האָט זיך דאָ „אַריינגעמישט" און מכשיל געווען קין'ען אין אַ חטא;
אָבער אין דעם גופא, איז עס געווען אין אַן אופן פון „לפתח חטאת רובץ", די שליטה פון יצר הרעכה איז געווען אין אַן אופן פון „לפתח"כו „אין דרויסן": ער האָט ניט געקענט פועל'ן אַז קין זאָל אינגאַנצן ניט ברענגען קיין מנחה, אָדער ברענגען עכ"פ „מן הגרוע" במינים; ער האָט אים בלויז מכשיל געווען במקצת — אַז ער זאָל יוצא זיין מיט ברענגען פון אַ בעסערן מין בכלל, אָבער „מן הגרוע" באותו המין.
כדי אָבער צו מאַכן נאָך גלאַטער, ברענגט רש"י (לויט כמה גירסאות, כנ"ל) אַ צווייטן פירוש — „מפרי, מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר" — וואָס לויט דעם פירוש איז מובן בפשטות פאַרוואָס קין האָט געמיינט אַז דער אויבערשטער וועט אָננעמען זיין מנחה;
[און דאָס וואָס „ואל קין ואל מנחתו לא שעה", איז עס דערפאַר וואָס אויך שפּעטער, נאָכדעם ווי „הבל הביא גו' מבכורות צאנו גו' וישע גו'", האָט קין ניט חרטה געהאַט און ניט געוואָלט מתקן זיין הנהגתו].
אָבער אויך דער פירוש איז שווער — און נאָך שווערער ווי דער ערשטער פירוש (ביז אַז לויט רוב גירסאות איז דאָס ניטאָ אין פירוש רש"י) — ווייל עס איז ניט מסתבר צו זאָגןכז, אַז צוליב דעם אַליין וואָס קין האָט געבראַכט סתם און ניט מן המובחר, זאָל דער אויבערשטער אינגאַנצן ניט אָננעמען זיין מנחה. און דערפאַר מוז מען אָנקומען צום פריערדיקן פירוש און אים שטעלן אלס פירוש ראשון ועיקרי.
ז. דערפון קומט אַרויס — די ענינים מופלאיםכח (ע"ד ההלכה) שבפרש"י — אַן ענין וואָס איז מבאר אַ (דיוק הלשון אין) רמב"ם:
דער רמב"םכט פסק'נט: „הרוצה לזכות עצמו" זאָל ברענגען „קרבנו מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין שיביא24ממנו", און ברענגט דערויף דעם פסוקל „כל חלב לה'" און אַלס ראי' — „והבל הביא . . מבכורות צאנו ומחלביהן וישע ה' גו'". פון דיוק הלשון „שבאותו המין שיביא ממנו" איז משמע, אַז דער ענין פון „כל חלב לה'" מיינט נאָר דעם משובח (מובחר) פון דעם מין וואָס דער מענטש וויל ברענגען, אָבער ניט אַז ער זאָל אויסקלייבן (אויך) דעם בעסטן מין וואָס ער קען ברענגעןלא.
[בדוגמא לזה געפינט מען אויך ביי מנדר זיין אַ קרבןלב, אַז „הנודר סתם מביא מן הגדולים שבמין שנדר". לדוגמא: „נדר עולה מן הבקר יביא שור" (און ניט קיין עגל) — דער מובחר אין דעם „מין שנדר"; אָבער אויך אַן עשיר מעג לכתחילה מנדר זיין אַ ביליגערן, אַ קלענערן מין (ביז אויך אַן עולת עוףלג), ביז אַז אפילו אויב ער האָט געזאָגט „הרי עלי עולה" סתם, און ס'איז „דרך אנשי המקום" צו אָנרופן אויך עולת העוף „עולה סתם" — קען ער ברענגען אַן עולת עוף].
דאַרף מען פאַרשטיין: „כל חלב לה'" איז לכאורה כולל אויך דעם חלב ומובחר פון די מינים וואָס מ'קען ברענגען — פאַרוואָס זאָגט מען אַז „כל חלב לה'" מיינט נאָר „באותו המין שיביא ממנו"לד?
וע"פ הנ"ל י"ל, אַז דער רמב"ם לערנט דאָס אָפּלה פון קרבן קין והבל, וואָס ער ברענגט אין דער הלכה אַלס ראי' בכלל אויף דעם דין הנ"ל (כנ"ל):
פון דעם וואָס הבל האָט געבראַכט זיין מנחה פון דעם מובחר („מבכורות . . ומחלביהן") אין דעם מין פון צאן, און האָט ניט מהדר געווען צו ברענגען פון אַ חשוב'ערן מין (מין הבקר)לו, ולאידך האָט קין אויסגעקליבן פון אַ מין המובחר, פשתן — און „וישע ה' אל הבל (דוקא) . . ואל קין גו' לא שעה (כלל)" —
25איז דערפון אַ הוכחה, אַז „כל חלב לה'" איז מחייב צו ברענגען „מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין שיביא ממנו", אָבער ניט פון דעם מין הכי משובח.
ח. אָבער דאָס גופא דאַרפן פאַרשטיין: מאי טעמא — אין וואָס באַשטייט די מעלת המנחה „מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין" לגבי אַ מנחה מן המובחר שבמינים?
ויש לומר די הסברה בזה:
דער תוכן הענין פון „כל חלב לה'" י"ל, אַז דערמיט אַנערקענט דער מענטש אַז „לה' הארץ ומלואה"לז, אַז אַלץ געהערט צום אויבערשטן, און דערפאַר גיט ער אָפּ דעם אויבערשטן פון די (ערשטעלח און) בעסטע וואָס ער פאַרמאָגטלט.
און וויבאַלד אַז „לה' הארץ ומלואה" איז כולל אַלץ וואָס איז דאָ אין וועלט, סיי מינים יפים ומשובחים און סיי מינים פשוטים כו', דערפאַר איז „כל חלב לה'" ניט קיין ענין וואָס באַציט זיך נאָר צו די מינים משובחים
— וואָס דאַן זאָגט זיך ניט אַרויס די הכרה פון דעם אויבערשטנ'ס בעלהבתי'שקייט אין יעדןמ מין ומין אין דער בריאה [אויך, לפ"ז וועט אויסקומען, אַז דער וואָס האָט ניט קיין מינים משובחים, קען ניט מקיים זיין „כל חלב לה'"מא] —
נאָר דער חיוב איז צו געבן דעם אויבערשטן „מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין" — פון יעדן מין וואָס דער איד וויל געבן — וואָס דערמיט באַווייזט ער, אַז יעדער זאַך פון אַלץ וואָס ער האָט געהערט צום אויבערשטן.
ט. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם הפנימי פאַרוואָס קין האָט ניט אויסגעקליבן זיין מנחה פון דעם מובחר „שבאותו המין" (נאָר בלויז אַ מין המובחר — פשתן):
דער אַלטער רבי איז מבאר אין לקו"תמב, אַז קרבן קין פון זרע פשתן איז בדוגמא צו די בגדי בד (פשתים) לבן פון כה"ג ביום הכפורים, וועלכע זיינען מרמז אויף „עולם האחדות"מג; און דער ענין האחדות פון בד (וואָס זיין צמיחה איז אין אַן אופן פון „קנה יחידי מכל גרעין"מד) איז ניט דער ענין פון „אחדות מן הפירוד" [ע"ד ווי די ד' מינים שבלולב, וואָס זייער ענין האחדות איז נאָר וואָס „גדילים באחוה" וכיו"ב, אָבער „עצם צמיחתן מחולקים ומפורדים"], נאָר אַן ענין פון „יחידי בעצם"מה.
26און וויבאַלד אַז קיןמו האָט געוואַלט ממשיך זיין בחי' יחיד שלמעלה מהתחלקות הפרטים, איז אים דערפאַר ניט געווען נוגע צו ברענגען דעם מובחר „שבאותו המין", וואָס דאָס ברענגט אַרויס אַז עס איז דאַ התחלקות (מובחר, סתם, גרוע) און וויבאַלד אַז דער אַויבערשטער איז דער בע־הבית אויף יעדן מין שבעולם (כנ"ל ס"ח) בריינגט ער המובחר —
אָבער אעפ"כ איז דאָס ניט געווען כפי הכוונהמז. ווייל די שלימות המכוון איז ניט אַזוי דער הרגש האחדות פון דעם אויבערשטן אין דער בחי' פון יחיד, וואָס איז מחייב צו זיין „אויסגעטאַן" פון עניני העולם — (וואָס דאַן קומט אויס, אַז ווען מ'לאָזט זיך אַראָפּ אין וועלט רייסט מען זיך אָפּ פון אחדותו ית') — נאָר דער ענין פון „אחד"מח, וואָס איז מחייב אַוועקצוגעבן צום אויבערשטן דעם „יפה המשובח ביותר שבאותו המין שיביא ממנו", כנ"ל בארוכה.
יו"ד. דאָס איז אויך די הוראה בעבודת כאו"א אויף וויפל מ'דאַרף זיין געהיט און געוואָרנט אין דעם ענין פון הידור מצוהמט:
מה־דאָך קין, וואָס האָט געהאַלטן ביים הרגש פון בחי' יחיד (פשתן), און אעפ"כ, וויבאַלד עס האָט אים געפעלט אין דעם הידור צו ברענגען מן המובחר (שבאותו המין), איז ער דערנאָך אַראָפּגעפאַלן למטה; אַז אַנשטאָט דעם וואָס מנחת הבל האָט אים געדאַרפט ברענגען צו (קנאת סופרים תרבה חכמהנ —) מרבה זיין אין זיין מנחה (ביז עס זאָל אין איר זיין ביידע מעלות: סיי פון מין המשובח (פשתן), און סיי דער מובחר שבמין זה) — איז ער ר"ל אַראָפּגעפאַלן אין אַ קנאה, ביז „ויקם קין אל הבל גו'"נא,
עאכו"כ ביי יעדערן פון אונז, אַז מ'דאַרף כסדר „קלעטערן" העכער און העכער אין עבודת ה' (ווי איינער וואָס קלעטערט אַרויף אַ באַרג, וואָס אויב ער זאָל זיך אָפּשטעלן לרגע קטן קען ער ר"ל אַראָפּפאַלן) — און מוסיף זיין כסדר אין הידור מצוה, אַז יעדער ענין שבקדושה זאָל זיין „מן הנאה והטוב", ביז „מן היפה המשובח ביותר",
און ווען אַ איד גיט אַוועק זיין בעסטע צום אויבערשטן, צאָלט אים אָפּ דער אויבערשטער מיט כל טוב גשמי ורוחני, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
יום שמח"ת תש"ל)
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-w9yfxxe0