עברית
Library

Likkutei Sichos

Bamidbar 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1א. אויפן פסוקא „אלה קרואי העדה נשיאי מטות אבותם ראשי אלפי ישראל הם" שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „אלה קרואי העדה" און איז מפרש: „הנקראים לכל דבר חשיבות שבעדה".

אין מפרשים געפינט מען צוויי סוגי פירושים אין כוונת רש"י:

א) רש"י קומט שולל זיין אַז מ'זאָל ניט לערנען אַז „קרואי העדה" מיינט אַז זיי רופן (צוזאַמען) די עדה, און אַזוי קען מען ניט לערנען וואָרום דאָס איז ניט די חשיבות פון נשיאיםב.

ב) דער לשון „קרואי העדה" איז משמע אַז זיי ווערן גערופן פון דער עדה, וואָס דאָס פּאַסט ניט צו זאָגן אויף נשיאים אַז זיי זיינען די גערופענע און די עדה זיינען די וואָס „קוראים (גוזרים)", די וואָס רופן די נשיאים, כאילו די עדה איז העכער פון די נשיאיםג.

דעריבער איז רש"י מפרש אַז דאָס מיינט „הנקראים לכל דבר חשיבות שבעדה" — זיי ווערן טאַקע גערופן (אפשר אויך ע"י העדה) אָבער אויף אַן „עצה ותיקון", אויף יעדער דבר חשיבות וואָס די עדה האָט, אָדער דאַרף האָבן.

ב. עס איז אָבער שווער איינלערנען אין רש"י ביידע פירושים הנ"ל:

לויטן ערשטן פירוש אַז רש"י קומט שולל זיין מ'זאָל קיין טעות ניט האָבן אין טייטש פון דעם וואָרט „קרואי" — האָט רש"י געדאַרפט מעתיק זיין פון פסוק בלויז דעם וואָרט „קרואי" און מפרש זיין „הנקראים" (וכיו"ב).

[אויך: אויב דער קס"ד וואָס רש"י איז שולל איז אַ דריטער פירוש אַז „קרואי" מיינט די וואָס רופן די עדה, ווייל דאָס (וואָס זיי רופן די עדה) ווייזט אויף זייער חשיבות, און דעריבער טייטשט אָפּ רש"י אַז די חשיבות איז אָן אַנדערע — „הנקראים לכל דבר חשיבות שבעדה" — איז דאָס גופא ניט מובן: פאַרוואָס איז טאַקע רש"י שולל דעם פירוש? דאָס איז דאָך אַן ענין פון חשיבות, מתאים צום ענין דאָ, מ'רופט צוזאַמען די עדה אויף צו ציילן זיי.

מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס רש"י לערנט ניט דעם פירוש אין פסוק אַז זיי רופן די עדה איז ניט (אַזוי) מצד דעם תוכן הפירוש, נאָר ווייל דאָס איז היפך פירוש התיבה „קרואי": „קרואי" מיינט אַז זיי ווערן גערופן, ניט אַז זיי רופן די עדה.

איז ניט מובן: צוליב וואָס דאַרף דאָס רש"י בכלל שולל זיין, דאָס איז דאָך מובן מעצמו].

אויך דער צווייטער פירוש הנ"ל איז ניט מובן: אין דעם תוכן פון „קרואי" איז ניט אָנגעדייטעט אַז די נקראים זיינען נידעריקער (מצד דעם וואָס זיי ווערן גערופן) פון די קוראים. איז פאַר וואָס איז מען שולל דעם לערנען אַזוי? עס קען דאָך זיין אַז מ'רופט זיי און מ'קערט זיך צו זיי צוליב זייער חשיבותד.

ג. ווייטער אויפן צווייטן פסוק „ויקח משה ואהרן את האנשים האלה אשר2נקבו בשמות", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „האנשים האלה" און איז מפרש: „את שנים עשר נשיאים הללו". דערנאָך שטעלט ער זיך אויף די ווערטער „אשר נקבו" און איז מפרש: „לו כאן בשמות".

זיינען מפרשיםה מסביר, אַז פון אריכות לשון הפסוק — „ויקח משה ואהרן את האנשים האלה גו'" און ניט „ויקח אותם משה ואהרן" וכיו"ב (וויבאַלד מ'האַלט אין ריידן וועגן אָט די נשיאים), האָט געקענט זיין אַ קס"ד, אַז דאָס זיינען אַנדערע אנשים (ניט די י"ב נשיאים וועלכע זיינען אויסגערעכנט פריער), און „אשר נקבו בשמות" מיינט אַנדערע מענטשן וואָס דער אויבערשטער האָט נוקב געווען זייערע נעמען צו משה רבינו פריער „במקום אחר".

איז רש"י דאָס שולל, און זאָגט, אַז דאָ ווערן געמיינט די „שנים עשר נשיאים הללו", און „אשר נקבו בשמות" מיינט (ניט — במקום אחר נאָר) „לו כאן" (צו משה'ן און דאָ אויפן אָרט).

עס איז אָבער זייער שווער צו זאָגןו אַז לולא פרש"י וואָלט געווען אַ הוה אמינא אַז דער פסוק דאָ, באמצע הדיבור באריכות וועגן די שנים עשר נשיאים, וועט מיינען מיט „ויקח גו' את האנשים האלה" — אַנדערע מענטשן, ניט „האלה", די אויבנדערמאָנטע וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן; און נאָכמער — דער פסוק זאָל ניט זאָגן בפירוש ווער זיי זיינען, נאָר זאָל אויף זיי אָנדייטן מיט אַ רמז — „את האנשים האלה אשר נקבו בשמות", ניט זאָגנדיק וועגן וועמען עס רעדט זיך, און רש"י זאָל דאַרפן שולל זיין דעם פירוש!

ד. אַנדערע מפרשיםז לערנען, אַז רש"י איז דאָ ניט שולל אַ קס"ד אין פסוק אַז דאָס מיינט אַנדערע מענטשן, נאָר אַן ענין אין הבנת הכתובים:

פון לשון „ויקח משה ואהרן את האנשים האלה" איז משמע אַז דאָס זיינען סתם „אנשים", מ'האָט זיי גענומען ניט דערפאַר וואָס זיי זיינען נשיאים, און דאָס באַוואָרנט רש"י, אַז דאָס זיינען „שנים עשר נשיאים הללו", אַז מ'האָט זיי גענומען אַלס נשיאים.

לפ"ז דאַרף מען אָבער פאַרשטיין, פאַרוואָס שטייט טאַקע אין פסוק „את האנשים" סתםח (ניט „נשיאים"), און מ'דאַרף אָנקומען צו פירוש רש"י אַז זיי זיינען גענומען געוואָרן אַלס „י"ב נשיאים הללו"?!

ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם נאָך שאלות וואָס שטעלן זיך בהבנת הכתוביםט:

א) די צוויי פסוקים „אלה קרואי גו'" און „ויקח משה ואהרן גו'" זיינען לכאורה בכלל איבעריק:

בנוגע דעם ערשטן פסוק: עס שטייט שוין בתחלת הענין „ואתכם יהיו איש איש למטה איש ראש לבית אבותיו הוא". איז וואָס קומט דער פסוק דאָ (ווידעראַמאָל) זיי מתאר זיין (ובאריכות)?

נאָכמער איז ניט מובן מאי קמ"ל דער צווייטער פסוק: ס'איז דאָך פשוט אַז משה ואהרן האָבן אויסגעפאָלגט וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געהייסן, אַז3מיט זיי זאָלן זיין די נשיאים אויף צו ציילן די אידן; און ווי בריבוי מקומות בתורה וואָס תורה דערציילט ניט נאָכ'ן ציווי אַז משה האָט מקיים געווען דעם ציווי השם, וואָרום ס'איז מובן מעצמוי.

אפילו אויב דער פסוק וויל דאָ (מאיזה טעם) מפרט זיין אַז משה ואהרן האָבן מקיים געווען ציווי הקב"ה בפועל, וואָלט געווען גענוג צו זאָגן „ויעשו כן משה ואהרן"יא אָדער עכ"פ „ויקח משה ואהרן את האנשים האלה"; וואָס איז נויטיק דער המשך „אשר נקבו בשמות", כאילו מ'דאַרף האָבן אַ סימן וועמען זיי האָבן גענומען?

ב) בכלל איז דאָ ניט מובן דער המשך דיבור הקב"ה למשה: נאָך דעם פסוקיב: „ואתכם יהיו איש איש למטה גו'" האָט דער אויבערשטער געזאָגטיג „ואלה שמות האנשים אשר יעמדו אתכם לראובן גו'", און איז מפרט די נעמען פון יעדער נשיא שבט באַזונדער.

ולכאורה, דער דיבור איז דאָך געווען „באחד לחודש השני בשנה השנית", ד. ה. באחד באייר, אַ חודש נאָך דעם ווי הוקם המשכןיד, וואָס דעמאָלט האָבן די זעלבע נשיאים מקריב געווען קרבנות לחנוכת המזבחטו — היינט פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער מוסיף געווען „ואלה שמות האנשים וגו'", כאילו ער איז מגלה און מודיע למשה די נעמען פון די נשיאים, בשעת זיי זיינען געווען באַוואוסט צו משה'ן פון פריערטז

[די פסוקים „ואלה שמות האנשים גו'" זיינען ניט הודעת הכתוב (וואָס דאַן איז מובן הודעת השמות, וויבאַלד אין תורה זיינען נאָך ביז איצטער ניט דערמאָנט שמות הנשיאים, זיי ווערן אויסגערעכנט ערשט בפ' נשא), נאָר אַ טייל פון דיבור הקב"ה למשה — „ואלה שמות האנשים אשר יעמדו אתכם גו'"]יז.

ו. צו פאַרענטפערן אָט די שאלות, זאָגט רש"י „קרואי העדה — הנקראים לכל דבר חשיבות שבעדה": דאָ האָט זיך אויפגעטאָן אַ נייער ענין באַ די נשיאים, וואָס איז באַ זיי פריער ניט געווען.

און דאָס קומט בהמשך צום פריערדיקן פירוש אין רש"י: אויפן פסוק „ואתכם יהיו איש איש למטה" איז רש"י מפרש: „כשתפקדו אותם יהיו עמכם נשיא כל שבט ושבט", וואָס בפשטות קומט דאָ רש"י מפרש זיין, אַז דאָס וואָס די נשיאים זיינען געווען צוזאַמען מיט משה ואהרן במנין בני ישראל, איז ניט דער פירוש אַז יעדער נשיא האָט זיך משתתף געווען נאָר במנין שבטו, נאָר אַז די נשיאים פון אַלע שבטים האָבן זיך משתתף געווען במנין כל שבט ושבטיח.

4[און רש"י נעמט עס אַרויס פון לשון הפסוק „ואתכם יהיו", און עס שטייט ניט (בהמשך צום לשון אין דעם פריערדיקן פסוק) „תפקדו אותם לצבאותם אתה ואהרן ונשיאי השבטים" וכיו"ב, וכמבואר אין מפרשים בפרטיותיט].

דאַרף האָבן ביאור: וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער נשיא פון איין שבט צו דעם מנין פון אַ צווייטן שבט (וואָס ער איז ניט זיין נשיא)?

משה ואהרן זיינען די וואָס זיינען די „פירער" פון אַלע אידן (משה איז דער גואל ומנהיג און אהרן איז דער כה"ג — פון אַלע אידן), דעריבער ציילן זיי אַלע שבטי ישראל;

אָבער די נשיאים זיינען דאָך שייך יעדערער נאָר צו דעם שבט וועלכן'ס נשיא ער איז, ומצד דעם האָט אַן אָרט צו משתף זיין יעדערן פון זיי אין דעם מנין פון זיין שבט, מצד כבודו של הנשיא, אָדער ווייל ער האָט געדאַרפט באַשטעטיקן אַז דער געציילטער געהערט צו זיין שבט (עס קען זיין אַ ספק וועגן דעם יחוס פון אַ אידן, ווערט עס נפתר דורך דעם נשיא)כ —

וואָס פאַר אַ שייכות האָט אָבער דער נשיא צו די אַנדערע שבטי ישראל, וואָס מצד דעם דאַרף ער זיך משתתף זיין אין זייער מנין?

אויף דעם איז געווען דער דיבור ה' „אלה קרואי העדה": דעמאָלט האָט זיי דער אויבערשטער ממנה געווען מיט אַ מינוי חדש, אַז נוסף לזה וואָס יעדערער פון זיי איז אַ נשיא לשבטו, זיינען זיי געוואָרן די „נקראים לכל דבר חשיבות שבעדה": זיי האָבן אַ שייכות און זיי זיינען פאַרבונדן מיט דער גאַנצער עדה, מיט אַלע אידן (ניט בלויז מיט זיין שבט).

ז. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ביים מתאר זיין די נשיאים זאָגט דער פסוק „נשיאי מטות אבותם ראשי אלפי ישראל הם". דלכאורה, דאָ איז בלויז נוגע אַז זיי זיינען „נשיאי מטות אבותם"; וואָס איז דער פסוק מוסיף ומדגיש „ראשי אלפי ישראל הם"?

נאָר דער פסוק וויל דערמיט אונטערשטרייכן זייער גדלות בכלל, אַז זיי זיינען „ראשי אלפי ישראל", ובמילא זיינען זיי ראוי צו ווערן „קרואי העדה" און מען איז זיי משתף ביים מנין פון אַלע אידן.

[ויומתק יותר לויטן פירוש אין „ראשי אלפי ישראל", אַז דאָס מיינט — ראשים אויף די „שרי אלפים"כא: דער סך הכל פון מנין כל שבט איז דאָך געווען כמה מאות וכו' יתירות על האלפיםכב. איז בכדי צו משלים זיין אַ מספר של אלפים, עס זאָל אויך אויף די מאות וכו' זיין אַ „שר האלף", האָט מען געדאַרפט מצרף זיין די מאות וכו' פון פאַרשידענע שבטיםכג.

5קומט אויס, אַז די נשיאים, זייענדיק נשיאים אויף די שרי אלפים, איז זייער נשיאות געווען ניט נאָר אויף בני שבטם, נאָר אויך אויף אַנדערע].

ח. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט דאָ אויסגערעכנט די נעמען פון אַלע נשיאים — ווייל, ווי מען האָט שוין געלערנט פריער, איז דער אויבערשטער ממנה (און גיט די נויטיגע צו דעם כחות), דורך קריאה בשם, ווי עס שטייטכד „ראה קראתי בשם בצלאל גו' ואמלא אותו רוח אלקים גו'".

ועד"ז בנדו"ד: דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט קורא געווען די שמות הנשיאים (צו משה'ן)כה, האָט דאָס גע'פּועל'ט אין זיי אַ מינוי וענין חדש וואָס איז באַ זיי פריער ניט געווען; זיי זיינען געוואָרן „קרואי העדה — נקראים לכל דבר חשיבות שבעדה" (פון דער גאַנצער עדה, כנ"ל).

און דערמיט ווערט אויך פאַרשטאַנדיק דער צווייטער פסוק דאָ „ויקח משה ואהרן את האנשים האלה אשר נקבו בשמות": וויבאַלד ס'איז דעמאָלט נתחדש געוואָרן אַ מינוי ונתינת כח מיוחד פון אויבערשטן צו די נשיאים, האָט געדאַרפט אויך זיין מחדש „ויקח", אַלס „קרואי העדה" (נוסף על המינוי פריער אַלס נשיאי השבטים).

און דאָס איז כוונת רש"י „האנשים האלה — את שנים עשר נשיאים הללו, אשר נקבו לו כאן בשמות". דאָס זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע דיבור המתחיל'ס אין רש"י, נאָר ס'איז איין המשך הדבורכו. רש"י איז מעתיק דעם לשון הכתוב און שטעלט אַריין אין צווישן דעם פירוש: האנשים האלה — את שנים עשר נשיאים הללו — אשר נקבו — לו כאן — בשמות.

דערמיט באַוואָרנט ער — ניט (כפירושים הנ"ל) אַז מ'מיינט ניט אַנדערע מענטשן, נאָר ער איז מסביר פרטי הלקיחה פון משה ואהרן: האנשים האלה זיינען די י"ב נשיאים פון פריער, אָבער די לקיחה איז (אויך) מצד דעם מינוי וואָס איז ביי זיי איצט נתחדש געוואָרן — אשר נקבו לו כאן בשמות, כאָטש אַז אַלס נשיאים זיינען זיי שוין געווען באַוואוסט פון פריער.

און דערפאַר שטייט אין פסוק „ויקח משה ואהרן את האנשים האלה" — ווייל דאָס וואָס „ויקח משה ואהרן" די נשיאים מיט זיך אויף ציילן די אידן, איז ניט געווען אַלס תוצאה (נאָר) דערפון וואָס זיי זיינען נשיאי המטות, די שייכות צו זיין שבטכז, נאָר אַלס „האנשים האלה", אָט די מענטשן — (אויך) אַלס קרואי העדה, אַלס מענטשן אויסגעטיילטע פון דער גאַנצער עדה.

ט. עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט אינגאַנצן גלאַטיק: סוף סוף, לאיזה צורך האָט מען געדאַרפט האָבן אַז יעדער נשיא זאָל זיך משתתף זיין אין דעם מנין שאר השבטים, און מצד דעם האָט מען געדאַרפט אויפטאָן אַ מינוי חדש — „קרואי העדה" — זיי זאָלן האָבן אַ6שייכות (ניט נאָר צו זייער שבט, נאָר) צו דער גאַנצער עדה? דלכאורה, ממה נפשך:

מצד דעם ענין הכללי שבמנין, וואָס ער נעמט אַרום אַלע בני ישראל כאחד, ובמילא פאָדערט זיך אַז ער זאָל דורכגעפירט ווערן דורך אַזעלכע וואָס האָבן אַ שייכות צום גאַנצן כלל כאחד — איז גענוג אַז דער מנין זאָל דורכגעפירט ווערן (ווי די פריערדיקע מנינים) דורך משה'ן אַליין (ולכל היותר — אויך דורך אהרן כהן גדול);

און מצד דער אויסגעטיילטקייט פון יעדן שבט לעצמו, וואָס מ'האָט דאָ געציילט יעדן שבט באַזונדער (צו וויסן דעם סכום פון אידן „למשפחותם לבית אבותם"), ובמילא האָט מען געמוזט מצרף זיין די נשיאי השבטים (כנ"ל) — איז דאָך אין דעם ניט נוגע, לכאורה, וואָס די נשיאים האָבן אויך אַ שייכות צו כל העדה?

יו"ד. איז דער ביאור בזה:

דער ענין פון מנין איז (בלשון רש"יכח) — „להודיע חבתן כו'", עס ברענגט אַרויס די חיבה פון אידן. ווי דער של"הכט איז מבאר, אַז דורך מנין ווערן אידן אַ דבר חשוב (דבר שבמנין) ובמילא לא בטילל.

און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי אופניםלא:

די פריערדיקע מנינים, ביי וועלכע מ'האָט געציילט אַלע אידן ווי איין כלל (אָן דער התחלקות לשבטים) — זיינען געקומען „להודיע" (מגלה זיין) די מעלה וחיבה פון אידן וואָס איז העכער פון התחלקות. וואָס דאָס איז די מעלה מצד עצם הנשמה פון יעדער אידן, אין וועלכער ס'איז ניטאָ קיין חילוק צווישן איין איד און אַ צווייטן.

דער מנין פון אונזער פרשהלב, איז געקומען מגלה זיין („להודיע") אויך די מעלות פרטיות פון אידן, וואָס אין דעם איז פאַראַן התחלקות צווישן אידן (ס'זיינען ניט דומה די מעלות פרטיות פון איין אידן צו די מעלות פרטיות פון אַ צווייטן אידן);

און דערפאַר האָט מען דאָ געציילט אויך יעדן שבט באַזונדער, ווייל די י"ב שבטים זיינען געווען חלוק אין זייער אָרט לעבן, לימוד התורה, פרנסתם וכו' — ווי מ'זעט עס בברכות יעקב (וכבפרש"י שם), דערפון איז מובן אַז זיי זיינען אויך געווען מחולק בעבודת השם, ובכללות — זיינען עס י"ב דרכים כלליים אין עבודת ה' אין וועלכע עס טיילט זיך כלל ישראללג („ראובן" — די עבודה פון „ראו", ראי', „שמעון" — שמיעהלד, אאַ"וו).

יא. אעפ"כ איז אויך ביי דעם מנין יעדער איד גערעכנט געוואָרן אַלס איינער — ניט מער און ניט ווינציקער. וואָס דאָס ווייזט (ווי גערעדט כמה פעמיםלה) אַז אין דעם מנין איז דאָ אַן ענין אין וועלכן אַלע זיינען גלייך, אע"פ7וואָס מ'איז געטיילט און געציילט למשפחותם לבית אבותם.

קומט אויס, אַז אין דעם איז פאַראַן אַ דבר והיפוכו: ניט געקוקט אויף דעם וואָס דער מנין איז פאַרבונדן מיט די מעלות פרטיות פון אידן

— וואָס אין דעם זיינען פאַראַן חילוקי מדריגות: דער וואָס פאַרמאָגט אַ העכערע מעלה (לדוגמא: ראשיכם שבטיכם וכיו"ב), האָט מער חשיבות ווי דער וואָס האָט אַ מעלה פחותה (חוטב עציך ושואב מימיך וכיו"ב); ובמילא האָט ניט קיין אָרט, לכאורה, צו ציילן זיי אַלעמען גלייך (מיט דער זעלבער חשיבות) —

און פונדעסטוועגן ווערט יעדער איד גערעכנט (אויך) בשווה צו אַלע אַנדערע אידן.

וי"ל די הסברה פון צירוף שניהם יחד: דאָס וואָס מען ציילט אידן מצד זייערע מעלות פרטיות, איז דאָס ניט (נאָר) בכדי אַרויסצוברענגען די מעלה פון יעדן אידן (אָדער שבט) פאַר זיך אַליין, נאָר — ווי די אַלע מעלות פרטיות צוזאַמען שטעלן מיט זיך צונויף איין קומה שלימהלו.

וואָס אין דעם ענין — וואָס יעדע מעלה פרטית איז משלים דעם כלל — איז ניטאָ קיין התחלקותלז: פּונקט ווי די „קומה שלימה" מוז אָנקומען צו מעלת הראש והמוח כדי דערגרייכן איר שלימות, אַזוי מוז זי אָנקומען צו מעלת הרגל. און דערפאַר ווערט יעדערער געציילט (גלייך) אַלס איינער — ווייל אין משלים זיין דעם כלל זיינען אַלע גלייך.

און דאָס איז אויך דער ביאור פאַרוואָס די נשיאי המטות האָבן זיך געדאַרפט משתתף זיין אין דעם מנין פון אַלע אידן (דורך זייער ווערן „קרואי העדה" — „הנקראים לכל דבר חשיבות שבעדה") — ווייל אין דעם מנין פון יעדן שבט בפ"ע האָט געמוזט זיין (אויך) נרגש ווי דאָס איז ניט (נאָר) אַ באַזונדער מנין (אַלס אַ באַזונדער מציאות), נאָר אויך דער מנין פרטי ווערט געציילט אַלס אַ טייל פון כלללח.

(משיחת ש"פ במדבר תשל"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ttcawpn6

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources