Likkutei Sichos
Addenda - sichos 5
259משיחות ש"פ נשא ה'תש"מ.
א. בהמשך צו דעם שטורעם וואָס מ'מאַכט איצטער, און וואָס מ'מאַכט אין די לעצטע וואָכן, בנוגע צו קינדער,
און בהמשך צו דעם וואָס מ'האָט צוזאַמענגעקליבן קינדער אין די טעג פאַר חג השבועות, און אין חג השבועות עצמו צו קריאת עשרת הדברות, און וואָס מ'האָט דערמאָנט בקיצורא אויך וועגן ימי התשלומין פון חג השבועות —
איז מען מציע און מ'גיט אַ הוראה למבקשים (הוראה) ועל מנת לפרסמה, אַז אויך אין די ימי התשלומין פון חג השבועות זאָל מען צוזאַמענקלייבן, איין מאָל, ומה טוב — צוויי מאָל, אידישע קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעךב.
אָנהויבנדיק פון צוזאַמענקלייבן זיי אין די בתי ספר וואו זיי לערנען תורה, וואָס דעמולט דאַרף מען ניט האָבן קיין השתדלות יתירה זיי צוזאַמענקלייבן, וואָרום זיי געפינען זיך דאָרטן בלאו הכי, מ'דאַרף נאָר מוסיף זיין אויף זייער סדר לימוד הרגיל און זיי צוזאַמענהאַלטן.
און איין מאָל זאָל מען זיי צוזאַמענקלייבן אין אַ בית הכנסת, „מקום שמגדלין בו תפלה"ג.
ב. ועד"ז זאָל מען צוזאַמענקלייבן קינדער אין די בתי ספר וביהכנ"ס אין ארץ הקודש.
ונוסף לזה זאָל מען זיי אויך צוזאַמענקלייבן אין די מקומות הקדושים,
ובמיוחד באַ דעם כותל המערבי, וואָס „לעולם אין השכינה זזה מכותל מערבי של בית המקדש"ד,
און אין מערת המכפלה, וואָס זיכער וועט מען באַקומען אַ רשיון אַז מ'זאָל דאָס דאָרטן קענען טאָן, במכ"ש פון דעם וואָס מ'האָט באַקומען אַ רשיון צו דאָס טאָן אין די טעג פאַר חג השבועות.
און וויבאַלד אַז רחל אמנו געפינט זיך ניט אין מערת המכפלה — איז בכדי צו משלים זיין אַלע פיר אמהות (שרה, רבקה, רחל ולאה) זאָל מען צוזאַמענקלייבן קינדער אויך באם קבר רחל אמנו, וואָס זי בעט רחמים און איז מזרז און מעודד אידן בזמן הגלות, כמסופר במדרשי חז"לה, און „עד ההוא יומא ממש" — דעם טאָג פון אַרויסגיין פון גלות פון ישראל ושכינתאו.
ג. און אע"פ אַז „כל ישראל בחזקת כשרות"ז — האָט מען דאָך זיכער צוזאַמענגעקליבן די קינדער אין די טעג פאַר חג השבועות, און בחג השבועות260עצמו, ובתכלית השלימות אין אַלע פרטים —
וויבאַלד אָבער אַז פון דעמולט איז צוגעקומען נאָך אַ טאָג (נאָך טעג), איז מען במילא געוואָרן קליגער מיט נאָך אַ טאָג (און לאו דוקא קליגער נאָר מיט נאָך אַ קלוגשאַפט פון איין טאָג, נאָר אפשר נאָך מער), איז מען במילא געוואָרן פרימער מיט נאָך אַ טאָג — איז איצטער (אין דעם נייעם טאָג) ניט מספיק די שלימות, דאָס וואָס עס האָט געהייסן שלימות אין די טעג שלפנ"ז.
וואָס דערפאַר איז מען מציע און מ'בעט וכו' אַז מ'זאָל ממשיך זיין אין צוזאַמענקלייבן די קינדער אויך אין די ימי התשלומין פון חג השבועות.
ד. וואָס צוזאַמענקלייבן קינדער לתומ"צ — איז בעצם אַ גוטע זאַך, ווען דאָס זאָל זיין, אפילו אין ימות החול לגמרי, ועאכו"כ ווען עס קומען זמנים מיוחדים ווי די ימי התשלומין פון חגה"ש, וואָס דעמולט איז כינוסם במיוחד ובהדגשה.
ובפרט אַז די ימי התשלומין פון חגה"ש ענדיקן זיך (בשנה זו) ביום השלישי, כידוע וואָס דער אַלטער רבי שרייבט בסידורוח אַז די ימי התשלומין פון חג השבועות זיינען ביז י"ב בסיון ועד בכלל — וואָס יום השלישי איז הוכפל בו כי טובט, „טוב לשמים וטוב לבריות"י.
און אויב מ'קען דאָס ניט טאָן ביז י"ב בסיון — זאָל מען דאָס טאָן בי"ג בסיון, וואָס לכמה אחרוניםיא (כאָטש אַז דער אַלטער רבי פסק'נט ניט אַזוייב) איז דאָס אויך פון די ימי התשלומין פון חג השבועות [וואָרום מ'הויבט אָן ציילן פון יום ב' דחגה"ש מצד „ספיקא דיומא"],
ה. מיט די קינדער זאָל מען רעדן, אַז אַזוי ווי אַלס הכנה צו מ"ת האָבן זיי אָנגענומען אויף זיך אהבת השם און אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת המצוות — זאָלן זיי דאָס אָננעמען אויף זיך בהוספה וביתר שאת איצטער וויבאַלד ס'איז נאָך מ"תיג.
עד"ז זאָל מען זיי מסביר זיין דעם חילוק צווישן פ' נשא ווען מ'לייענט איר פאַר מ"ת, און פ' נשא ווען מ'לייענט איר נאָך מ"תיד, אַז ס'איז דאָ התנשאות („נשא") באַ אידן ווי דאָס איז געווען פאַר מ"ת, און ווי דאָס איז נאָך מ"ת.
התנשאות באַ אידן נאָך מ"ת דאַרף זיין באין ערוך העכער ווי די התנשאות באַ אידן פאַר מ"ת,
וואָרום ווי הויך די התנשאות איז געווען באַ אידן פאַר מ"ת, וואָס דעמולט איז געווען „אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים"טו (וואָס דערמיט הויבן זיך אָן די עשה"ד וואָס מ'האָט באַקומען באַ מ"ת), אַז דער אויבערשטער האָט בעצמו אַרויסגענומען261אידן פון אַ טיפן גלות — קומט דאָס אָבער ניט צו דער התנשאות באַ אידן נאָך מ"ת, וואָס דעמולט איז געווען „אתה בחרתנו מכל העמים . . ורוממתנו מכל הלשונות"טז.
וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק אַז וויפל מ'האָט געטאָן (גענומען אויף זיך צו טאָן) אין די טעג פאַר חגה"ש — דאַרף מען טאָן באין ערוך מערער אין די טעג נאָך חגה"ש.
מ'זאָל זיי מסביר זיין וועגן די הכנה צו מ"ת — הקדמת נעשה לנשמע, און וועגן מתן תורה — „וירד ה' על הר סיני"יז, און וועגן קבלת התורה — „ואל משה אמר עלה אל ה'"יח,
און אַז די אַלע ענינים זיינען געווען דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגענומען די גאַראַנטיע אַז „בנינו עורבים אותנו"יט, אַז די אידישע קינדער וועלן אָפּהיטן די תורה און אירע מצוות אין און אויף אַלע דורות.
וואָס דערפאַר — איז מען מסביר — דאַרפן זיי אָננעמען אויף זיך פן־דאָסניי, אין אַ באַנייטן אופן, צו לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות, אָנהויבנדיק פון מצות הצדקה, און אויך דער ענין התפלה, וואָס דאָס זיינען די שלשה דברים שעליהם העולם עומדכ,
וואָס דערפאַר וועט מען זיכער פאַרבינדן דעם צוזאַמענקלייבן מיט די אַלע שלשה דברים, תורה עבודה און גמ"ח: זאָגן אַ פסוק (פסוקים) פון תושב"כ, אַ מאמר (מאמרי) חז"ל פון תושבע"פ, און געבן צדקה — און פאַרבינדן דאָס אַלעס מיט תפלה.
און דורך דערויף — איז מען מסביר די קינדער — ווערט „העולם עומד": די גאַנצע וועלט, מיט אַלץ וואָס געפינט זיך אין דער וועלט, שטייט צוליב (און אויף) דערויף וואָס דער אידיש קינד, אינגעלע אָדער מיידעלע, לערנט תורה און איז מקיים אירע מצוות (אָנהויבנדיק פון צדקה ותפלה).
ו. און מ'זאָגט די קינדער אַז עס זאָל זיין „והשיב לב אבות על בנים — על ידי בנים"כא: די אידישע קינדער זאָלן קומען צו „לב אבות", וואָס ער הוא להקב"ה לתורתו ולמצוותיוכב, און זאָגן זיי (מיט אַ תוקף, אָבער צוזאַמען דערמיט מיט דעם געהעריקן כיבוד אב ואם), אַז אויך זיי זאָלן פון־דאָס־ניי אָננעמען אויף זיך צו לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות, וואָס צוליב (און אויף) דערויף וואָס זיי וועלן לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות, שטייט די גאַנצע וועלט אַרום זיי.
און דער קינד זאָל זיי אויך אויפמערקזאַם מאַכן און מעורר זיין, אַז מתן תורה איז געקומען דורך דעם וואָס די עלטערן האָבן געזאָגט „בנינו עורבים אותנו", אַז זייערע קינדער וועלן גיין אויפ'ן דרך און זיין „שמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט"כג, עד סוף כל הדורות,
ולכן דאַרפן די עלטערן אויך היינט זען אַז די קינדער זאָלן וואָס מער גיין262אין דעם דרך און זיין „שמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט".
ז. און וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט פרשת נשא וואָס מ'לייענט אין דעם שבת נאָך מ"ת — האָבן די עלטערן די נתינת כח נוספת לכל האמור —
דורכדעם וואָס באַ זיי איז דאָ די התנשאות („נשא") ווי דאָס איז נאָך מ"ת, אַז מ'הויבט זיי אויף העכער פון עולם הזה הגשמי, וואָס דעמולט ווערט גרינגער צו אויספירן דעם „בשבילי (צוליב מיר — וואָס תורה ומצוות הם חיינו) נברא העולם"כד, וואָרום מ'שטייט העכער פון וועלט,
און מ'גייט אין אַלע ענינים פון אידישקייט „בקומה זקופה"כה, ניט רעכענענדיק זיך מיט קיינע מניעות ועיכובים,
און ניט דערפאַר וואָס ח"ו „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה"כו, דערפאַר וואָס מ'האָט אַ סאַך געלט, און אַ סאַך כבוד — נאָר דערפאַר וואָס מ'גייט מיט כח התורה.
ח. מ'וויל דאָך אַז די אַלע רייד זאָלן אַראָפּקומען במעשה בפועל,
און מ'וויל דאָך אויך אַז דאָס זאָל זיין מיט אַ סדר —
זאָל מען מאַכן אַ ועד וואָס וועט מסדר זיין די כינוסים פון קינדער, און געוויס וועט אין דעם ועד זיין אויך דער ועד וואָס האָט זיך פאַרנומען מיט די פעולות אין יום שמחתו, יום שמחה גדולהכז פון רשב"י, ל"ג בעומר.
און די אַלע ענינים וועלן זיכער זיין אין אַן אופן פון שמחה גדולה און הצלחה מרובה, און צוזאַמען דערמיט — מיט אַ סדר.
ט. ויה"ר אַז עס זאָל לייכטן דער מזלכח פון גאַנץ עם ישראל, און דער מזל פון יעדער איינעם און איינע פון עם ישראלכט,
ביז אַז דאָס וועט אַראָפּקומען אין בני חיי ומזוני רויחי און כולם רויחי, אויך בפשטות ממש,
ביז צו דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
און די קינדער וועלן פירן די עלטערן און אונז אַלעמען צוזאַמען, בדוגמת „הם הכירוהו תחלה"ל, צו מקבל זיין פני משיח צדקנו, ובמהרה בימינו ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ג
- Id
- rh-q9f3cyte