עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 6

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

263שיחה להתלמידים ולהתלמידות שיחיו

— בביהכנ"ס, אחרי תפלת מנחה —

יום ד' פ' בהעלותך, י"ג סיון ה'תש"מ

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא].

ב. מיר האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן לכבוד און אַלס המשך (אַלס פאָרזעצונג) צו זמן מתן תורתנו.

וואָס פון דעם צווייטן טאָג פון חג השבועות, זמן מתן תורתנו, ביז היינט, האָט מען געהאַט זיבן טעג, וואָס אין די זיבן טעג איז דאָך געווען יעדער טאָג פון וואָךב, סיי אַ זונטיק סיי אַ מאָנטיק וכו', ביז — אַ שבת,

וואָס יעדערער פון די טעג איז דאָך אַנדערש פון די אַנדערע טעגג, ווי יעדער קינד און יעדער ערוואַקסענער פאַרשטייט פון זיך אַליין, אַז ער האָט זאַכן וואָס זיינען ביי אים פאַרבונדן מיט שבת, און זאַכן וואָס זיינען ביי אים פאַרבונדן מיט ערב שבת אָדער מיט מאָרגן נאָך שבת, און אַזוי אויך בנוגע צו די איבעריקע טעג פון דער וואָך.

און וויבאַלד אַז דאָס זיינען די ערשטע זיבן טעג נאָך זמן מתן תורתנו, וואָס תורה איז דאָך די הויפּט־זאַך פון יעדן אידן'ס לעבן, „הם חיינו ואורך ימינו" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז מ'פּרואווט אויס די זיבן טעג (און די הנהגה פון אַ אידן אין די טעג) ווי אַזוי שטייען זיי — אין צוזאַמענהאַנג מיט דער הויּט־אַך פון יעדן אידן'ס לעבן, מיט דער תורה, ד.ה. — ווי האָט ער געלערנט תורה און מקיים געווען וואָס אין איר איז געשריבן, אין יעדער טאָג פון דער וואָך.

און וויבאַלד אַז מ'האָט געזען אַז אין יעדער טאָג פון דער וואָך זינט זמן מתן תורתנו — איז מען געווען פאַרבונדן מיט תורה, און געטאָן וואָס עס הענגט אָפּ אָן זיך אויף מקיים זיין וואָס עס שטייט אין תורה —

גיט דאָס די זיכערקייט, אַז אַזוי וועט מען זיך אויפפירן אין די אַלע וואָכן וואָס קומען דערנאָךד, אין דעם יאָר, און אויך אין די יאָרן וואָס קומען נאָך דעם.

ג. דאָס וואָס מ'איז פאַרבונדן מיט תורה במשך פון אַלע זיבן טעג פון דער וואָך זינט זמן מתן תורתנו, דערמאָנט נאָכאַמאָל אַז דאָס וואָס מיר האָבן די תורה איצטער, איז דערפאַר וואָס „בנינו עורבים אותנו", דערפאַר וואָס דעם ערשטן מאָל ווען דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן די תורה, זיינען די אידישע קינדער געווען די ערבים (די גאַראַנטאָרס) דערצוה.

264און אַזוי אויך יעדן יאָר גיט דער אויבערשטער, מיט אַ באַנייטער לעבעדיקייט און ליכטיקייט, די תורה פון־אָסניי — דערפאַר וואָס די קינדער אין דעם יאָר נעמען אָן אויף זיך, מיט דער הילף פון זייערע עלטערן און מדריכים ומדריכות, אַז זיי וועלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות ווי תורה פאַרלאַנגט פון זיי.

וואָס דאָס דערמאָנט נאָכאַמאָל די עלטערן, און יעדער אידן, ווי אַזוי זיי דאַרפן זיין דאַנקבאַר יעדן אידישן קינד, וואָרום דורך זיין ערבות האָבן זיי, צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, באַקומען די תורה.

דאָס דערמאָנט אויך יעדן אידישן קינד, סיי אַן אינגעלע און סיי אַ מיידעלע, דעם גרויסן זכות און די גרויסע אחריות, צוזאַמען מיט די גרעסטע כחות און ברכות, וואָס זיי האָבן פון דעם אויבערשטן, אויף דערפילן זייער ערבות אין דעם בעסטן אופן,

ביז אַז דורך זיי זאָל צוקומען אויך ביי זייערע עלטערן און באַ די אידן אַרום זיי — אין דער פאַרבונדנקייט מיט תורה און מצוות.

ד. און ווייסנדיק דאָס, אַז די ערפילונג פון תורה ומצוות ביי אַלע אידן יעדן טאָג פון וואָך הענגט אָפּ אין דערויף וואָס זיי (די קינדער) ערפילן תורה ומצוות יעדן טאָג פון וואָך, ווי זיי האָבן דאָס באַוויזן טאָן אין די זיבן טעג זינט זמן מתן תורתנו, כנ"ל (וואָס דער לעצטער פון די זיבן טעג איז היינט),

צוזאַמען מיט דעם דאַנק וואָס יעדער אידיש קינד האָט פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, פאַר זיין תורה־אויפפירונג —

גיט דאָס די קינדער נאָכמער לעבעדיקייט און נאָכמער שטאַרקייט און נאָכמער ליכטיקייט אויף אָנהאַלטן דעם לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות אַ גאַנצן יאָר.

ובפרט אַז זיי נעמען גלייך מיט צוגאָב כחות פון די לעצטע זיבן טעג — אויף די וואָכן וואָס קומען נאָך דעם,

וואָס דורך דעם אַלעם איז ער ממלא (ערפילט ער) די ערבות וואָס ער האָט געגעבן, וואָס דורך דעם האָבן מיר די תורה איצטער, און אויף אַלע וואָכן, און אויף אַלע יאָרן, עד סוף כל הדורות.

*

ה. איינע פון די זאַכן וואָס תורה לערנט אונז איז — אַז מ'דאַרף געדיינקען וועגן איר יעדן טאָג און אַ גאַנצן טאָג.

וואָס דערפאַר ווען מ'פרעגט אַ אידן, אַ קליינעם אָדער אַן ערוואַקסענעם, וואָס פאַר אַ טאָג דאָס איז — דערמאָנט ער זיך גלייך ווי דער טאָג איז פאַרבונדן מיט לערנען תורה און מיט קריאת התורה (וואָס מ'לייענט אין שול יעדע וואָך, מאָנטיק, דאָנערשטיק און שבת).

עד"ז ווען עס קומט היינטיקער טאָג און מ'גיט אַ פרעג אַ אידן וואָס פאַר אַ טאָג דאָס איז — דערמאָנט ער זיך גלייך אַז דאָס איז אַ טאָג פון פ' בהעלותך, ד.ה. ווען מ'לייענט אין דער תורה די סדרה בהעלותך.

ו. דער תוכן וועגן וואָס עס רעדט זיך אין פ' בהעלותך, „ליגט" אין איר נאָמען — „בהעלותך" (און די גאַנצע סדרה ווערט אָנגערופן „בהעלותך"):

„בהעלותך" איז די מצוה וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט, דורך משה, צו אהרן הכהן. „בהעלותך את הנרות" — אַז אהרן הכהן זאָל יעדן טאָג אָנצינדן די ליכטלעך אין דער מנורה265וואָס איז געשטאַנען אין משכן (בית המקדש),

און אָנצינדן זיי אַזוי אַז זיי זאָלן לייכטן „תמיד"ו, אַז זיי זאָלן לייכטן שטענדיק. דורך דערויף וואָס ער צינדט זיי אָן אין אַן אופן „שתהא שלהבת עולה מאלי'"ז, אַז דערנאָך לייכטן שוין די ליכטלעך פון זיך אַליין.

ז. אין דערויף איז זיכערח דאָ אַן אָנווייזונג פאַר יעדן אידן, אין זיין טאָג טעגליכער אויפפירונג — אפילו אַז ער איז ניט אַ כהן, אפילו אַז ער געפינט זיך ניט אין ירושלים און אפילו אין דער צייט וואָס דער ביהמ"ק איז ניט קיים.

די ערקלערונג אין דעם:

יעדער איד איז אַ „כהן", וואָרום יעדער איד האָט באַקומען די תורה, און באַם באַקומען די תורה האָט דער אויבערטשער צוגעזאָגט יעדער אידן אַז יעדערער פון זיי איז פון „ממלכת כהנים"ט, פון אַ פאָלק וואָס אַלע זיינען כהנים.

וואָס דערפאַר איז באַ יעדער אידן דאָ דער ענין פון „בהעלותך את הנרות", בדוגמא ווי דאָס איז געווען באַ אהרן הכהן.

דער אונטערשייד (צווישן דעם „בהעלותך את הנרות" פון אהרן הכהן און דעם „בהעלותך את הנרות" פון יעדן אידן) באַשטייט אין דעם, אַז אין דעם משכן (אין מדבר) האָט דאָס געדאַרפט טאָן אהרן הכהן אָדער זיינע זין, און אַזוי דערנאָך אין דעם ביהמ"ק אין ירושלים,

ויש לומר — וויבאַלד אַז דאָס איז די כללות'דיקע מנורה ומשכן (און ביהמ"ק) פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, דאַרף מען האָבן דעם כללות'דיקן כהן פון דעם גאַנצן „ממלכת כהנים", וואָס דאָס זיינען געווען אהרן און זיינע קינדער;

משא"כ אין יעדער אידישער הויז, וואָס אויף איר זאָגט דער אויבערשטערי „ושכנתי בתוכם", אַז ער וועט דאָרטן רוהען, שוכן זיין, מאַכן דערפון זיינעם אַ משכן און מקדש — דאַרפן דאָס טאָן די אידן וואָס לעבן אין דער הויז, וואָס יעדערער פון זיי געהערט צום „ממלכת כהנים", און איז בדוגמא צו דעם כהן וואָס אים איז אָנפאַרטרויט געוואָרן דער אָנצינדן די מנורה אין דעם כללות'דיקן ביהמ"ק פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק.

ח. דער „בהעלותך את הנרות" וואָס יעדער איד דאַרף טאָן באַ זיך אין הויז — איז בדוגמא ווי די מצוה פון „בהעלותך את הנרות" וואָס אהרן הכהן האָט געטאָן אין משכן:

יעדער איד דאַרף אָנצינדן „נרות" אַז עס זאָל זיין ליכטיק ביי אים אין הויז אין אַלע ווינקלעך, און אַז עס זאָל זיין ליכטיק „תמיד", דעם גאַנצן טאָג און די גאַנצע נאַכט.

וואָס דאָס טוט ער דורך דערויף וואָס ער „צינדט אָן (מאַכט לייכטן) זיבן ליכטלעך", וואָס זיי זיינען אַ סימן ודוגמא, באַווייזן (אויך) אויף אַלע פאַרשידענע פירונגען וועלכע זיינען דאָ אין266אַן אידישער הויז, ווי דער אַלטער רבי ערקלערט דאָס בפרטיותיא.

און דורך דערויף וואָס יעדערער צינדט אָן באַ זיך אין הויז אַלע זיבן ליכטלעך, און ער מאַכט ליכטיק יעדער טאָג, אויך אין חו"ל און אפילו אין חושך הגלות — היילט ער אויך צו די גאולה פון דעם חושך הגלות.

ט. די זיבן ליכטלעך וואָס מ'האָט אָנגעצונדן אין ביהמ"ק, און וואָס יעדער איד צינדט אָן באַ זיך אין הויז, האָט (נאָך) אַ ספּעציעלע פאַרבינדונגיב מיט דער גאולה און אַרויסגיין פון גלות:

ישעי' הנביא, דער נביא וואָס האָט אָנגעזאָגט אַז עס קומט משיח צדקנויג, „ויצא חוטר מגזע ישי גו'"יד — זאָגט אַז דעמולט (ווען משיח וועט קומען) וועט זיין „והניף ידו על הנהר . . והכהו לשבעה נחלים"טו — אידן וועלן קומען פון פאַרשידענע לענדער דורך זיבן פאַרשידענע וועגן, וואָס יעדערער פון זיי פירט קיין ארץ ישראל,

און אַלע וועלן זיך צוזאַמענטרעפן אין ירושלים וואו זיי וועלן זען דעם בית המקדש.

וואָס די צוגרייטונג דערצו איז — דורך דערויף וואָס יעדערער צינדט אָן באַ זיך אין הויז אַלע זיבן נרות (ע"ד די זיבן נרות אין ביהמ"ק), וואָס זיי באַווייזן און נעמען אַרום אַלע פאַרשידענע פירונגען אין אַ אידישע הויז, כנ"ל.

יוד. וויבאַלד אַז קינדער זיינען די ערבים פאַר קבלת התורה פון אַלע אידן, דורך דעם וואָס זיי לערנען תורה און ערפילן אירע מצוות — איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי האָבן אויך (ואדרבא) די מצוה פון מאַכן ליכטיק אין דער הויז וואו זיי געפינען זיך און וואו זיי לעבן,

אַז עס זאָל זיין ליכטיק אין אַלע ווינקלעך, דורך דערויף וואָס זיי זיינען מקיים אַ מצוה פון דעם אויבערשטן, וואָס ער האָט אָנגעזאָגט יעדערן וואָס איז אַ טייל פון „ממלכת כהנים",

און דער קינד מאַכט דאָס ליכטיק אין אַן אופן אַז עס זאָל זיין ליכטיק אַ גאַנצן טאָג:

בשעת ער עסט און טרינקט — מאַכט ער פריער (ולאחרי') אַ ברכה; בשעת און מיד ווי ער שטייט אויף פון שלאָף — זאָגט ער „מודה אני", און איידער ער לייגט זיך שלאָפן זאָגט ער „שמע ישראל גו'" (קריאת־שמע), א.ז.וו.

און דורך דערויף וואָס ער מאַכט ליכטיק, און אין אַלע פאַרשידענע וועגן וואָס עס זיינען פאַראַן, כנ"ל — ערפילט ער (אויך) די ערבות וואָס ער האָט געגעבן באַ מ"ת, וואָס דורך איר האָבן אַלע אידן באַקומען די תורה, ווי גערעדט פריער (ס"ג).

און דאָס ווירקט אויך אַז אין דער גאַנצער הויז קומט צו נאָך אידישע ליכטיקייט, אפילו אַז עס טוען דאָס (— דעם „בהעלותך את הנרות") אויך זיין פאָטער און מוטער, און די ברידער און שוועסטער.

יא. און יעדערער פון זיי, און ספּעציעל די ערבים, די קינדער — היילן דורך דערויף צו, די צייט ווען עס וועט געבויט ווערן דער ביהמ"ק, און מיר אַלע וועלן אַהינצו קומען, דורך די267פאַרשידענע זיבן וועגן, און זעןטז ווי אַזוי די כהנים, און בראשם אהרן כה"גיז, צינדן אָן די מנורה אין ביהמ"ק,

און מ'וועט זען ווי עס ווערט ליכטיק אין ביהמ"ק, און דורך דערויף — אין דער גאַנצער וועלטיח.

וואָס דער אָנהויבס דערצו, איז — וואָס יעדער אידיש קינד, נאָך פון גאָר ייוייזאויף, טוט אַלץ וואָס הענגט אָפּ אָן אים, צו מאַכן ליכטיק באַ זיך אין הויז מיט אידישקייט, מיט מצוות.

און עס ווערט אַלץ ליכטיקער און ליכטיקער, ביז די ליכטיקייט פון דער גאולה דורך משיח'ן, וואָס ער וועט בויען דעם ביהמ"קיט.

יב. עס איז אויך דאָ אַ הוראה, אַן אָפּלערנונג, פון דעם שיעור חומש וואָס איז פאַרבונדן מיט היינטיקן טאָג (יום ד' פ' בהעלותך)כ.

דאָרטכא ווערט דערציילט אַז ווען אידן זיינען געגאַנגען אין מדבר זיינען זיי געגאַנגען — ניט אַליין, און זיי האָבן זיך אויסגעקליבן דעם וועג וואו צו גיין ניט אַליין — נאָר פאַר זיי איז געגאַנגען דער „ענן ה'"כב, דעם אויבערשטן'ס וואַלקן, און אויך אַ לייכטענדער וואָלקן, וואָס האָט זיי באַוויזן און באַלויכטן די וועג, און נאָך דעם וואָלקן, און נאָך דעם לייכטענדן וואָלקן, זיינען זיי נאָכגעגאַנגען.

און וואָלקן'ס פון השם האָבן זיי אויך באַשיצט פון די שוועריקייטן און די ניטגוטע זאַכן וואָס זיינען געווען אין מדבר, און זיי באַשיצט פון אַלע פיר זייטן און פון אויבן און פון אונטןכג, און האָבן זיי געפירט ביז זיי זיינען צוגעקומען צו ארץ ישראל, ארץ הקודש.

יג. דערפון האָט מען אויך אַן אָנווייזונג, און אַן אָפּלערנונג, און דאָס גיט זיכערקייט, אַז בשעת אידן געפינען זיך אין דעם „מדבר" פון גלות, זאָלן זיי זיך ח"ו ניט פאַרלירן און ניט דערשרעקן,

וואָרום ס'איז שוין פון פריער אָנגעזאָגט געוואָרן, און ספּעציעלכד אין דער סדרה פון היינטיקער וואָך — אַז פאַראויס פאַר יעדער אידן, און פון אַלע פיר זייטן און פון אויבן און פון אונטן פון דעם אידן, גייען מיט אים דעם אויבערשטן'ס וואָלקן, און אויך אַ לייכטענדן וואָלקן, וואָס זיי ווייזן און מאַכן פאַר אים ליכטיק די וועג און באַשיצן אים (פון אַלע זייטן) פון די שוועריקייטן און ניטגוטע זאַכן וואָס קענען זיין אין דעם „מדבר" פון גלות.

מ'דאַרף נאָר אַז דער איד, אַ קליינער אָדער אַן ערוואַקסענער, זאָל וועלן נאָכגיין אין דעם וועג וואָס דער וואָלקן באַווייזט און באַלייכט אים —

268וואָס דעמולט איז אַ זיכערע זאַך אַז ער ווערט געשיצט פון אַלע ניט־גוטע זאַכן פון דעם מדבר.

און ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז מיט יעדער טאָג ווערט ער אַלץ נעענטער צום אַריינגיין אין ארץ ישראל, צוזאַמען מיט משיח צדקנו.

יד. און דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט (דעם המשך וחותם פון היינטיקן שיעור חומש) „וביום שמחתכם ובמועדיכם גו' ותקעתם בחצוצרות"כה:

יעדער טאָגכו, ובפרט אין אַ טאָג פון שמחה און אַ טאָג פון יו"ט — ווי ס'איז ערשט געווען דער יו"ט פון שבועות (און אַזוי די ימים טובים וואָס קומען דערנאָך) — וואָס פון זיי נעמט מען שמחה און יום־טוב'דיקייט אויף די אַלע טעג וועלכע זיינען אין צווישןכז —

נעמט מען מיט (אויך) פון „ותקעתם בחצוצרות" — מ'בלאָזט אַ מאַרש, מיט אַ חצוצרה, וואָס דורך דערויף נעמט מען אויף זיך דעם אויבערשטן אַלס אַ מלךכח,

און דורך דערויף איז מען מנצח, און מ'באַזיגט אַלע שוועריקייטן, אויך די שוועריקייטן וואָס קומען פון דעם יצרכט (וואָס דאָס איז אויך ענינה פון אַ חצוצרה).

טו. און מען איז זוכה, אַז בקרוב ממש וועט דאָס אַלץ מקוים ווערן אין דעם כלל אופן, כנ"ל (ס"ז) — אַז יעדערער פון אונז וועט דערזען דעם „שמחת עולם על ראשם"ל, און „וה' בראשם"לא, ווי אַזוי דער אויבערשטער גייט פון פאָרנט פאַר יעדער אידן, און גייט־מיט מיט יעדער אידן, און באַשיצט אים פון די אַלע שוועריקייטן פון דעם „מדבר" פון גלות,

און ברענגט אים אין ארה"ק, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"לב.

און — ובפרט דורך דערויף וואָס מ'צינדט אָן נרות אין זמן הגלות — זעט מען די נרות אין דער מנורה אין דעם ביהמ"ק, וועלכער וועט געבויט ווערן בגאולה האמיתית והשלימה, ע"י משיח צדקנו, וואָס וועט קומען גאָר אינגיכן.

און מ'וועט מקיים זיין (אויך) כפשוטו „ותקעתם בחצוצרות גו' אני ה' אלקיכם",

וואָס מען נעמט אויף בשלימות מלכותו (כסא־שלםלג) של הקב"ה, דעם אויבערשטן אַלס אַ קעניג און אַלס אַן אָנפירער,

במהרה בימינו ממש, גאָר אינגיכן, צוזאַמען מיט משיח צדקנו, אין ארץ הקודש, און דאָרטן — אין ירושלים עיר הקודש, און דאָרטן — אין דעם בית המקדש,

במהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1hq56mj4

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources