עברית
Library

Likkutei Sichos

Shavuos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

27חג השבועות 2

א. דער יו"ט פון שבועות איז אויסגעטיילט פון די אַנדערע רגלים דערמיט, וואָס „הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם. מאי טעמא, יום שניתנה בו תורה הוא"א.

ביי די אַנדערע ימים טובים איז פאַראַן אַ פלוגתאב צי מען קען זיך פירן אין אַן אופן פון „כולו לה'" אָדער עס מוז זיין „חציו לכם"; משא"כ ביי שבועות זיינען אַלע מודה „דבעינן נמי לכם — שישמח בו במאכל ומשתה להראות שנוח ומקובל יום זה לישראל שניתנה תורה בו"ג.

און אפילו לפי ההלכהד, אַז ביי אַלע ימים טובים מוז זיין „חציו לכם" (און מ'דאַרף פּראַווען שמחת יו"ט במאכל ובמשתה) — איז נאָך אַלץ פאַראַן אַ חילוק פון שבועות לגבי אַנדערע רגלים:

ביי „שאר ימים טובים ושבתות"ה איז דער דין, אַז מען מעג פאַסטן אַ תענית חלום. וואָרום אע"פ אַז עס איז דאָ דער חיוב פון עונג שבת ויו"ט — היות אָבער אַז „נפשו עגומה על חלומו . . א"כ התענית הוא עונג לו"ו.

משא"כ בחג השבועות, איז וויבאַלד אַז „צריך לאכול ולשמוח בו להראות שנוח ומקובל לישראל יום שניתנה בו התורה"ז, טאָר מען ניט פאַסטן קיין תענית חלוםח. דאָס הייסט, אַז בחגה"ש איז פאַראַן (ניט נאָר דער חיוב פון עונג בכלל, במילא קען דאָס זיין דורך דעם עונג פון „תענית חלום", נאָר) אַ חיוב אכילהט — „צריך לאכול כו' להראות שנוח ומקובל כו'".

אין פלוג איז עס אַ דבר תמוה:

די מועדים פסח און סוכות זיינען אַ זכר (בעיקר) צו חסדים גשמיים — די חירות פון (שעבוד) מצרים (בפסח) און „בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים"י (די ענני הכבוד „שהקיפם בהם לצל לבל יכה בהם שרב ושמש"יא) — און פונדעסטוועגן קען ביי זיי זיין אַ פאַל ווען זייער חיוב העונג ווערט אויסגעפירט ניט דורך אַ סעודה גשמית, נאָר פאַרקערט דורך אַ תענית;

און דוקא ביי חגה"ש, „יום שניתנה בו תורה" וואָס איז אינגאַנצן אַן ענין פון חסד רוחני, מוז עונג ושמחת יו"ט זיין אַלעמאָל פאַרבונדן דוקא מיט אכילה גשמית און מ'טאָר דערפאַר ניט פאַסטן28אַ תענית חלום12)! און מהאי טעמא גופא, ווייל ס'איז „ניתנה בו תורה"!

ב. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם כללות'דיקן גדר פון חיוב עונג שבת ויו"ט:

דער עיקר חיוב עונג בשבת ויו"ט איז דוקא באכילה ושתי'. וואָס דערפאַר איז דער דין13), אַז אע"פ אַז מען מעג פאַסטן אַ תענית חלום בשבת ויו"ט (כנ"ל), פונדעסטוועגן, דער וואָס האָט געפאַסט, דאַרף נאָכדעם פאַסטן „עוד תענית בחול שיתכפר לו"14), ווייל מיט זיין תענית חלום — „ביטל עיקר עונג שבת"15).

נאָך מער: דער היתר צו פאַסטן בשבת ויו"ט איז נאָר ביי אַ תענית חלום (אָדער ביי איינעם וואָס „אכילה בשבת צער הוא לו"16)); אָבער אַ תענית וואָס אַ איד וויל פאַסטן צוליב אַן אַנדער סיבה, „אפילו מחמת תשובה וחסידות" און „יש לו תענוג בתענית זה" — איז אסור, ווייל „אין לו להחליף עונג חכמים

12) בחי' רבינו דוד שם: „כדי לראות את עצמו שהוא שמח במ"ת ואינה עליו כעול על צוארו" (ולכאורה זוהי גם כוונת רש"י „להראות שנוח ומקובל כו' תורה" — ולא „עול על צוארו").

אבל מפשטות לשון הגמרא „מ"ט יום שניתנה בו תורה" (ועד"ז להלן שם גבי הא דמר ברי' דרבינא) משמע, שהענין ד"יום שניתנה בו תורה" הוא מעלה מיוחדת בחגה"ש שמשו"ז צריך להראות בו שמחה יתירה (ולא רק ענין שלילי — לבטל חשש שהתורה היא אצלו עול על צוארו). וכהמשך הגמ' (פסחים שם) דרב יוסף ביומא דעצרתא אמר עבדי לי עגלא תלתא אמר אי לא האי יומא כו'. וכן דרב ששת כו' חדאי נפשאי כו'.

13) רמב"ם הל' תעניות פ"א הי"ב. טושו"ע (ודאדה"ז) או"ח סרפ"ח ס"ד (ס"ג). טושו"ע שם סתקס"ח ס"ה.

14) ל' אדה"ז סרפ"ח שם.

15) ל' הטור (ואדה"ז) שם. ובמאירי לביצה שם: נדנוד עבירה היא בידו.

16) שו"ע אדה"ז שם ס"ב, משו"ע שם (ס"בוראה לקמן סעיף ד. שתקנו בג' סעודות בעונג אחר שאינו מוכרח שיהי' בשבת"יז.

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער דין עונג איז ניט אכילה כשלעצמה, נאָר בלויז צוליב דעם עונג שבה („מצות סעודות שבת אינה אלא בשביל עונג"יח) — ביז אַז דער עונג שבת ויו"ט ווערט פאַררעכנט ווי אַ מצוה וואָס איז „תלוי' בדעת האדם"יט (וויבאַלד מען מעג פאַסטן אַ תענית חלום „משום דהתענית עונג לו") — פאַרוואָס האָט מען מלכתחילה אויסגעשטעלט דעם חיוב עונג דוקא דורך אכילה ושתי' (און מען טאָר ניט מחליף זיין „עונג חכמים . . בעונג אחר"); לכאורה האָט אין דעם ניט געדאַרפט זיין קיין תנאי וקבוע פאַר אַלעמען, נאָר יעדערער זאָל מקיים זיין מצות עונג מיט דעם וואָס ער איז זיך דערפון מתענגכ?

[אמת טאַקע, דער תענוג פון רוב בני אדם איז פון אכילה ושתי' (ואכילת בשר ושתיית ייןכא); דאָס איז אָבער כלל ניט מכריח אַז ביים מיעוט איז אַן אַנדער אופן פון תענוג (ווי לדוגמא — די וועלכע האָבן תענוג פון אַ תענית של תשובה) זאָל ביי זיי ניט הייסן קיין עונג].

ג. איז דער ביאור אין דעם:

תורה ומצות זיינען געגעבן געוואָרן צו אידן ווי זיי זיינען נשמות בגופים29דוקא (וואָס „אב ואם יש לכם"כב); און דער טעם דערויף איז, ווייל דער „תיקון" וואָס מצות טוען אויף אין דעם מענטשן (כמאמר רז"לכג: לא ניתנו המצות אלא לצרף בהם את הבריות) איז ניט צוליב דער נשמה לעצמה (וואָרום „הנשמה עצמה אינה צריכה תיקון"כד), נאָר צוליב דעם גוף; אַז (אויך) דער גוף פון אַ אידן זאָל ווערן צרוף און דורכגענומען מיט קדושת המצות.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס תורה זאָגט אָן, אַז שבת (אָדער יו"ט) דאַרף זיין אַ זמן פון עונג ביי אידן („לכם"כה), מיינט עס ניט, אַז (נאָר) די נשמה זאָל האָבן תענוג (רוחני) פון יום השבתכו (ויו"ט), נאָר אַז (אויך) דער גוף זאָל פילן אַן עונג דערפון וואָס דאָס איז יום השבת (יו"ט)כז. ואדרבה: דער עיקר המכוון פון דער מצוה איז דוקא דער (לצרף דעם) גוף.

און וויבאַלד אַז דער תענוג טבעי פון אַ גוף איז פון אכילה ושתי', דעריבער, זאָגט תורה אַז חיוב העונג איז דורך אכילה דוקא; ווייל דוקא באופן זה ווערט אויפגעטאָן אַז דער עונג שבת איז מצרף, נעמט דורך דעם גוף ממש.

משא"כ אַ תענית של תשובה (וכיו"ב) איז דאָך דאָס ניט קיין (הנאה) עונג פאַרן גוף (נאָר אַ תענוג (רוחני) פאַר דער נשמה); און אפילו ווען אַ איד האָט גע'פועל'ט אויף זיך אַז זיין גוף זאָל ניט פילן קיין צער פון דעם תענית, אָדער נאָך מער: אויך דער גוף פילט אַ געוויסן עונג דערפון וואָס די נשמה האָט תענוג ע"ד ווי אַ שמועה טובה תדשן עצם כפשוטוכח — איז דאָך דאָס אָבער ניט קיין עונג הגוף מצד עצמו (ער זאָל זיך מתענג זיין פון אַ שמועה, אָדער פון אַ תענית), נאָר מצד דער שליטה (בטבע אָדער דורך עבודה) פון דער נשמה אויפן גוף היפך טבע הגוף, אפילו פון אַ גוף צרוף וקדוש.

און דעריבער טאָר מען שבת ויו"ט ניט פאַסטן אַזאַ תענית (של תשובה וכיו"ב) אפילו ווען „יש לו תענוג בתענית זה", נאָר מען מוז מענג זיין דעם שבת דוקא מיט אכילה ושתי' וואָס זיינען אַן עונג פאַר דעם גוף. און מהאי טעמא איז דער דין אפילו ביי תענות חלום בשבת (ויו"ט) — כאָטש מ'האָט דאָס יע מתיר געווען — אַז מ'דאַרף אויף דעם אַ כפרה, היות מ'האָט דורך דעם מבטל געווען „עיקר עונג שבת".

ד. ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער טעם (ע"ד הרמז) אויף דעם, וואָס חגם אַז אין שו"עכט ווערן געבראַכט (אין צוגאָב צו תענית חלום) נאָך פאַלן ווען עס איז דאָ אַ היתר ניט צו עסן אָדער צו פאַסטן בשבת (ווייל דאָס איז פאַר אים אַן עונג)

— ווי ביי אַן „אדם שהאכילה מזקת לו שאז עונג הוא לו שלא לאכול", אָדער איינער וואָס איז איינגעוואוינט צו פאַסטן „בכל יום, ואכילה בשבת צער הוא לו מפני שינוי וסת"ל —

30פונדעסטוועגן, ווערט אין ש"סלא דערמאָנט (בפירושלב) בלויז דער היתר פון תענית חלוםלג; וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער יסוד ההיתר פון די אַנדערע פאַלןלד איז דער דין פון תענית חלום: פון דעם לערנט מען אָפּ, אַז מצות עונג שבת (ויו"ט) איז ניט קיין חיוב אכילה פאַר זיך, נאָר צוליב דעם עונג שבה, און דעריבער, ווען דער אדם איז זיך מתענג פון ניט עסן, מעג מען פאַסטןלה.

קען מען זאָגן, אַז דער טעם וואָס חז"ל האָבן בוחר געווען צו זאָגן דעם היתר דוקא ביי תענית חלום, כדי דערמיט צו מרמז זיין, אַז די מציאות ההיתר פון תענית בשבת (מאיזה טעם שיהי') — אַ מצב וואָס איז מונע אַ אידן מלהתענג באכילה ושתי' — נעמט זיך דערפון וואָס מ'איז אין אַ מצב פון „חלום" (רוחני), שינה והעלם וגלות פון דער נשמה בגוףלו, און נאָכמער — פון שינה והסתר הגלות כפשוטו

[כמבואר בתו"אלז אויפן פסוקלח „היינו כחולמים", אַז פּונקט ווי אַ חלום איז מחבר שני הפכים בנושא אחד (ווייל בעת השינה ווערט נסתלק דער שכל און31עס בלייבט איבער בלויז דער „כח המדמה"), אַזוי איז אויך ביי אידן אין זמן הגלות, אַז צוליב דעם העלם והסתר פון גלות איז רעכט אַז ביי זיי זאָלן זיין „ב' דברים הפכיים": בשעת'ן דאַוונען שטייט מען אין אַ תנועה פון התעוררות אמיתית בהחלטה טובה כו', און נאָכן דאַוונען זאָל דאָס פאַרגעסן ווערן עד כדי כך, אַז ער קען זיך פירן היפך פון דעם וואָס ער האָט מחליט געווען בשעת התפלה].

וואָרום, ווי איז שייך ביי אַ אידן אַזאַ זאַך, אַז אין טאָג פון שבת אָדער יו"ט וואָס ס'איז אַ מצוה לענגו באכילה ושתי', זאָל זיין גוף אים מונע זיין פון דעם תענוג?

— און דאָ רעדט זיך ניט וועגן איינעם וואָס טוט היפך התורה ח"ו, נאָר וועגן אַזאַ וואָס איז זיך משתדל צו פירן זיך ע"פ תורהלט און פונדעסטוועגן איז זיין גוף ניט מתאים צו מקבל זיין אָט דעם עונג —

איז דאָס נאָר דערפאַר וואָס ער איז אין אַ מעמד ומצב פון „חלום" (הסתר הגלות): ער איז טאַקע אַ איד וואָס פירט זיך ע"פ תורה אָבער צוזאַמען דערמיט איז דאָ אַ הסתר וואָס דערלאָזט ניט אַז דער עונג השבת זאָל אים דורכנעמען, ביז אַז אויך זיין גוף זאָל „דערהערן" (כדבעי) אַז ס'איז שבת.

ווען ביי אים וואָלט אָט דער הסתר ניט געווען, וואָלט דער ויקדשהומ פונעם זמן, וואָס דאָס איז דער יום השבת (אָדער יו"ט) גע'פועל'ט אויף זיין גוף, אַז היינט זאָל ער יע האָבן תענוג פון אכילהמא (כאָטש אַז בשאר ימות השנה איז דאָס באופן הפוך). ווייל שבת איז אַ טאָג וואָס ברענגט תענוג אין אַלע ענינים.

נאָר וויבאַלד אַז תורה איז ענינה צו באַוואָרענען און געפינען עצות אפילו פאַר אַזאַ וואָס געפינט זיך אין אַ צושטאַנד פון „חלום", ווי עס שטייט אויף תורה אַז איר פעולה איז „להבדיל בין הטמא ובין הטהור"מב

[דלכאורה, טמא און טהור זיינען צוויי הפכים, איז פאַרוואָס דאַרף מען אָנקומען צו תורה אויף צו מבדיל זיין צווישן זיי? נאָר ווייל די הוראה און סיוע פון תורה איז אויך פאַר אַזאַ וואָס איז אין אַ מצב פון שינה וחלום און קען דערפאַר צונויפמישן צוויי הפכים ווי טמא וטהור — לאָזט זיך אַראָפּ תורהמג אויך צו אים און איז מבדיל בין הטהור ובין הטמא]

דעריבער גיט תורה אויך אַן עצה צו דעם וואָס צוליבן הסתר איז זיין גוף אים מונע מאכילת שבת ויו"ט — זי איז אים מתיר צו פאַסטן, וויבאַלד אַז אין זיין איצטיקן מצב איז דאָס זיין תענוג.

ה. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חילוק צווישן שבועות און „שאר יו"ט ושבתות":

32דער חידוש אין דער התגלות אלקית בשעת מתן תורה לגבי די אַנדערע גילויים אין די מועדים וזמנים איז, וואָס ביי מ"ת האָט עס דורכגענומען די גאַנצע בריאה. ווי עס שטייטמד אַז דער קול פון מ"ת האָט זיך געהערט פון אַלע ד' רוחות ומלמעלה ומלמטה, ביז אַז „צפורמה לא צווח כו' שור לא געה כו' העולם שותק ומחריש". און נאָך מער: דער קול פון די עשה"ד איז נקלט געוואָרן אפילו אין דעם דומם פון וועלט (ווי גערעדט אַמאָל בארוכהמו, אַז דערפאַר איז ניט געווען קיין בת־קול פונעם קול פון עשרת הדברותמז).

און דאָס דערפאַר וואָס ביי מ"ת איז געווען די התגלות פון עצמות ומהות אַלייןמח, וואָס האָט זיך כביכול „אַריינגעגעבן" אין תורהמט. כמחז"לנ אַז דער וואָרט „אנכי" (התחלת עשה"ד — מתן תורה) איז ר"ת „אנא נפשי כתבית יהבית" — אנכי מי שאנכינא, עצמות אַליין, זאָגט, אַז ער גיט אַריין (כתבית יהבית) זיין עצמות (נפשי) אין תורה.

און וויבאַלד אַז ער איז דער בלי גבול אמיתי, איז ניטאָ קיין אָרט וואו זיין התגלות דערלאַנגט ניט, וואָס דערפאַר האָט מ"ת דורכגענומען די גאַנצע בריאה.

און דערמיט וועט אויך זיין מובן דער טעם פאַרוואָס מען טאָר ניט פאַסטן קיין תענית חלום בחגה"ש דערפאַר וואָס דאָס איז „יום שניתנהנב בו תורה"נג:

וויבאַלד אַז חגה"ש איז דער „יום שניתנה בו תורה", וואָס דאָס האָט דורכגענומען די גאַנצע בריאה אָן קיין הגבלה, דאַרף אויך די שמחה פון חגה"ש זיין אַ בלתי מוגבלת ביז אַז עס זאָל ניט זיין קיין אָרט ביים מענטשן, וואו עס דערגרייכט ניט די שמחה פון מתן תורה.

ביי אַנדערע יו"ט, וויבאַלד זיי זיינען פאַרבונדן מיט אורות וגילוייםמח, קען דעריבער זיין אַן אָרט פאַר הסתר ה"חלום", וואָס איז מונע און פאַרשטעלט אויף דער שמחה פון יו"ט.

אָבער אויף דער שמחה פון תורה איז ניט שייך קיין הסתרנד; עס נעמט דורך אַלע מדריגות. אומעטום, אפילו אין די מדריגות הכי תחתונות הערט זיך ווי ס'איז „נוח ומקובל" דער ענין פון מתן תורה.

ובמילא קומט עס אַראָפּ, אפילו אין „עולם החלומות", אין אכילה, אַז אפילו ווען איינער האָט אַ חלום וואָס געוויינטלעך וואָלט דאָס ניט דערלאָזט אַז זיין גוף זאָל קענען האָבן תענוג מאכילה — טוט אויף די שמחה פון שבועות, אַז אויך ביי אים ווערט אַ שמחה, ווייל ביי אים איז נוח ומקובל יום שניתנה בו תורה.

(משיחת יום ב' דחגה"ש תשכ"ד).

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xjcb04xa

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources