Likkutei Sichos
Addenda - sichos 3
245יום ה' פ' במדבר, ערב ר"ח סיון ה'תש"מ*
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —
א. אַזוי ווי מען געפינט זיך אין דעם טאָג פון ערב ר"ח סיון, ערב פון ראש חודש השלישי — דער חודש פון מתן תורהא.
וואָס בשנה זו האָט מען קובע געווען אין דעם טאָג אַ „תענית שעות", ביז נאָך חצות.
וע"פ הידוע אויף וויפל אַ איד דאַרף זיין אויסגעהיט פון מצער זיין זיין גוף, וואָרום דער גוף געהערט ניט צו אים נאָר ער איז „קנין הקב"ה"ב און דעריבער איז „אין לאדם רשות על גופו כלל . . לצערו בשום צער אפילו במניעת איזה מאכל או משתה"ג,
ובפרט נאָך אַז דער צער פון אַ אידן איז מצער, כביכול, אויך דעם אויבערשטןד, און וויבאַלד אַז יעדער איד איז בנו יחידו פון ממה"מ הקב"הה — איז דאָך פאַרשטאַנדיק אויף וויפל דאָס (דער צער פון דעם בן יחיד פון דעם מלך, און דער צער פון דעם מלך המצטער בצער בנו יחידו) איז (אַ צער) מבהיל.
איז בשעת אַז למרות כל זה זיינען דאָ מצבים מיוחדים וואָס ע"פ תורת חסד דאַרף מען אָנקומען צו אַ תענית (כולל — צו אַ „תענית שעות"), וואָס דאָס איז דאָך אַן ענין פון צער, ובל' הגמראו „מיעוט חלבו ודמו" — איז דאָך זיכער אַז דער תיקון און שכר וואָס קומט אַרויס דורך דעם איז אַ נפלא, למעלה מכל מדוה"ג, ביז אַז ער איז אַ סך מער, שלא בערך, פון דעם צער המבהיל (פון דעם תענית).
ב. כל הנ"ל איז אפילו בנוגע צו אַ תענית („תענית שעות") פון אַ יחיד. ובפרט נאָך אַז דער תענית (היינט) איז נתקבל געוואָרן און דורכגעפירט געוואָרן דורך כו"כ אלפים ורבבות פון בני ישראל און בנות ישראל
— סיי אין ארץ הקודש, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"ז,
סיי אין חוץ לארץ וואו עס געפינט זיך דער רוב מנין און רוב בנין פון אידן (ביז די גאולה הקרובה ממש בעגלא דידן דורך משיח צדקנו, וואָס דעמולט וועלן אַלע אידן גיין אין ארץ ישראל) —
וואָס עס קומט נאָך צו אין דעם דער זכות פון רבים און ציבור, און דער זכות פון דעם וואָס אַלע אידן פאַראייניקן זיך און אין אַ פעולה וואָס איז מיוסד אויף246תורה (וואָס דאָס האָט אויך אַ שייכות מיוחדת מיט ר"ח סיון, כדלקמן (ס"ד)),
פועל'ט עס נאָך מערער, אַז עס זאָל מוסיף זיין נאָכמערער אין דעם תיקון און שכר וואָס דאַרף אַרויסקומען פון אַ תענית,
און וויבאַלד אַז תורה פסק'נט אַז „המעשה הוא העיקר"ח — וועט עס זיכער אַראָפּקומען אויך במעשה בפועל, אין בני חיי ומזוני רויחי ברוחניות, און דערפון — אין בני חיי ומזוני רויחי בגשמיות (וועלכע ווערן נשתלשל פון ענינם ברוחניות — „שנשתלשלו מהן"ט), און למטה מעשרה טפחים, און בטוב הנראה והנגלה.
ג. דערצו קומט צו נאָך אַן ענין:
דער אַלטער רבי זאָגט אין אגרת התשובהי אַז אויך ווען מען פאַסט „עד אחר חצות היום בלבד" איז „מיחשב ג"כ תענית בירושלמייא". וע"פ הידועיב אַז יעדער וואָרט אין תניא איז בתכלית הדיוק, איז מובן, אַז דאָס וואָס דער אַלטער רבי איז מוסיף „בירושלמי" — אע"פ אַז בכמה מקומות (— ברוב המקומות) בתניאיג — ברענגט ער ניט דעם מראה־מקוםיד (סיידן וואו דורך דעם קומט צו אין ענין)טו — איז עס (אויך) בכדי לרמז, אַז דאָס וואָס אַ תענית „עד אחר חצות היום" איז „מיחשב ג"כ תענית", איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „ירושלמי"טז,
וי"ל הרמז, אַז נוסף צו זכותים און מעלות הנ"ל, קומט נאָך צו דער זכות און די מעלה פון „ירושלים"יז, (וואָס ענינה איז) שלימות היראהיח,
אויך — מער כפשוטו — די מעלה פון (לימוד התורה באופן פון) תלמוד ירושלמי — אַז דער לימוד איז מלכתחילה באופן ישר, מען דאַרף ניט אָנקומען צו שקו"ט ארוכה וכו'יט,
ובדוגמא ווי פנימיות התורה וואָס „לית תמן לא קשיא כו' ולא מחלוקת"כ,
וואָס דאָס איז אַ הקדמה און אַ הכנה און אַ מעין פון לימוד תורתו של משיח, בקרוב ממש.
ד. נוסף לכל הנ"ל, קומט נאָך צו אויך דער זכות פון דעם יום זכאיכא — ערב ר"ח. וואָס אויך אין ערב ר"ח, ובפרט נאָך חצות, איז שוין דאָ דער (מעין ה)זכות פון ר"ח. כמובן (אויך) פון דעם וואָס ערב ר"ח צו מנחה זאָגט מען247שוין ניט קיין תחנון, וויילע דער זכות פון ר"ח (וואָס איז דאָ אויך בערב ר"ח) טוט אויף די ענינים וואָס טוען זיך אויף דורך אמירת תחנוןכב.
ובפרט נאָך אַז מצד דערויף וואָס ס'איז ערב ר"ח סיון — איז פאַראַן אין דעם טאָג (ניט נאָר דער זכות פון ר"ח בכלל, נאָר) אויך דער זכות המיוחד פון ר"ח סיון, וואָס „בחודש השלישי גו' ביום הזה (וואָס גייט אויף ר"חכג) באו מדבר סיני גו' ויחן שם ישראל נגד ההר"כד, אַז אַלע אידן זיינען ביום הזה געווען „כאיש אחד בלב אחד"כה און — אויף מקבל זיין די תורהכו,
וואָס דאָס האָט דאָך אַ שייכות מיוחדת צו דעם תענית שעות (שנקבע ליום זה), וואָס כו"כ אלפים ורבבות מישראל האָבן זיך פאַראייניקט „כאיש אחד בלב אחד" אין אַ פעולה וואָס איז מיוסדת אויף תורה.
*
ה. פון יעדער ענין דאַרף מען דאָך אַרויסנעמען אַ הוראה, און אין אַ מעשה בפועל, וואָס „המעשה הוא העיקר" — איז דער „המעשה הוא העיקר" וואָס מען דאַרף אַרויסנעמען פון דעם „ויחן" לשון יחיד „כאיש אחד בלב אחד" וואָס איז געווען בר"ח סיון בפעם הראשונהכז (און אויך פון דער התאחדות פון אידן אין דעם תענית), איז —
צו דורכפירן בפועל די הוראה (פון רבותינו נשיאינו — פון דעם בעש"ט, פון דעם מגיד, פון דעם אַלטן רבי'ן און פון די נשיאים ממלאי מקומו) אין דעם ענין פון אהבת ישראל,
אַז דער פירוש פון „ואהבת לרעך כמוך"כח איז כפשוטו, אַז מען דאַרף ליב האָבן אַ צווייטן אידן אין דעם זעלבן אופן וואָס מען האָט זיך ליבכט — „כמוך", וואָס דאָס איז אַן אהבה אָן מדידות והגבלותל,
און אַז דער ציווי פון „ואהבת לרעך כמוך" איז צו יעדער אידן, אפילו צו אַ אידן וואָס געפינט זיך בקצוי תבל, וואָס ער האָט אים קיינמאָל ניט געזעןלא. די איינציקע זאַך וואָס ער ווייס וועגן אים איז — אַז ער איז אַ איד, און וויבאַלד אַז ער איז אַ איד — איז ער „רעך"לב, ובמילא ליגט אויף אים דער ציווי וחיוב פון „ואהבת לרעך כמוך",
248און צו אַרויסברענגען די אהבה אין אַ מעשה בפועל — אַרויסהעלפן יעדער אידן, און משתדל זיין זיך בטובתו, סיי ברוחניות סיי בגשמיות.
ו. און וויבאַלד אַז „המעשה הוא העיקר", איז נוסף צו דעם וואָס יעדער איינער וועט איצטער זיכער מחליט זיין צו טאָן אין (דעם מבצע פון) אהבת ישראל — וועט מען ניט יוצא זיין נאָר מיט דער החלטה און מחשבה טובה, נאָר עס וועט אַראָפּקומען אויך אין אַ מעשה בפועל (אע"פ אַז אויך די החלטה אין דעם איז אַן ענין עיקרילג),
צו אַרויסווייזן יעדער אידן אַ סבר פנים יפותלד, און ריידן מיט אים בדרכי נועם ובדרכי שלום, דברים המיוסדים על אהבה — און באופן אַז יענער זאָל מרגיש זיין די אהבה,
און אויך אין מעשה ממש, וואָס דאָס איז דער ענין עיקרי אין „המעשה הוא העיקר" — אין טאָן פעולות טובות, לטובתו של כל אחד ואחת מישראל.
ז. און וויבאַלד אַז מען שטייט אין דעם זמן פון ערב ר"ח סיון, וואָס בכל שנה ושנה חזר'ן זיך איבערלה אַלע ענינים וואָס זיינען געווען בר"ח סיון בפעם הראשונה
— ובפרט דאַן ווען מען דערמאָנט די ענינים וואָס זיינען דעמולט געווען, איז דאָך ידוע דער פירוש האריז"ללו אויפן פסוקלז „והימים האלה נזכרים ונעשים", אַז דורך דעם וואָס מען דערמאָנט עס ווי עס דאַרף זייןלח (און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר איז מבארלט, אַז בשעת מען דערמאָנט אַן ענין כדבעי ברענגט עס אַז מען לעבט דאָס איבער פון־דאָס־יי) איז „נעשים", טוט זיך אויף דער ענין נאָכאַמאָל —
דערצו קומט נאָך צו דער עת רצון מצד דעם תענית, וואָס וויבאַלד אַז די קביעות התענית איז ע"פ תורה איז דאָך דאָס זיכער דער אמת'ער „יום רצון", ווי דער אַלטער רבי ברענגט אין אגה"תמ,
און נוסף אויף דעם זמן זכאי (ערב ר"ח סיון, און „יום רצון") געפינט מען זיך אויך אין אַ מקום קדושמא, אין אַ בית הכנסת — „מקום שמגדלין בו תפלה"מב, און אין אַ בית המדרש — „מקום שמגדלין בו תורה"מב,
איז דאָך זיכער, אַז דער זכות פון דעם זמן און דעם מקום גיט צו נאָכמער כח וסיוע צו אַראָפּברענגען די אַלע החלטות טובות (וואָס מען מאַכט בזמן זה ובמקום זה), במעשה בפועל, מקיים זיין בפועל כל החלטה והחלטה בעתה ובזמנה, און — בשלימותה בכל הפרטים.
249ח. אַ צווייטע נקודה פאַרבונדן מיט דעם טאָג, ערב ר"ח סיון, וואָס דעמולט „באו מדבר סיני" צו מקבל זיין די תורה (כנ"ל), איז — דאָס וואָס באַ מ"ת איז געווען „בנינו עורבים אותנו"מג, די אידישע קינדער זיינען געווען די „גאַראַנטאָרס" אויף מקבל זיין די תורה.
וואָס דערפאַר איז איצט אויך דער זמן ומקום המתאים אַז די מדריכים און מדריכות, ולכל לראש — די פאָטערס און מוטערס — זאָלן מאַכן החלטות טובות, אויף אויסנוצן די צייט ביז חג השבועות, זמן מתן תורתנו, צו רעדן מיט די קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, וועגן דעם ענין פון ערב ר"ח סיון, ר"ח סיון, ימי ההכנה צו זמן מתן תורתנו, ימי ההגבלה, זמן מתן תורתנו, און די תשלומין שלו ביז י"ב בסיון (ועד בכלל)מד,
ובכללות — רעדן מיט די קינדער וועגן דעם ענין פון מ"ת — וואָס תורה איז, אַז זי איז תורת חיים, תורת חסד און תורת אמת.
און מסביר זיין די קינדער, אַז בזכותם, דורך זייער ערבות, האָט מען געגעבן די תורה — בפעם הראשונה בצאת בנ"י מארץ מצרים;
ולאחרי זה גיט מען בזכותם די תורה בכל שנה ושנה מחדש אין זמן מתן תורתנו, ביז — בכל יום ויום מחדשמה, „בכל יום יהיו בעיניך חדשים"מו.
ט. און „והשיב לב אבות על בנים"מז: די קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, וואַרטן ניט ביז די עלטערן, און מדריכים און מדריכות, קומען צו זיי צוגיין און רעדן מיט זיי וועגן די דערמאָנטע ענינים —
נאָר — בדוגמא ווי ס'איז געווען „בהוציאך את העם ממצרים"מח, באַם אַרויסגיין פון מצרים, אַז „הם הכירוהו תחלה"מט — עד"ז איז אויך באַ מ"ת, באַם „תעבדון את האלקים על ההר הזה"מח, וואָס קומט בהמשך און איז פאַרבונדן און משלים דעם „בהוציאך את העם ממצרים"נ,
אַז די קינדער זיינען „תחלה", זיי (הויבן אָן —) גייען גלייך צו זייערע מדריכים און מדריכות, און צו זייערע פאָטערס און מוטערס, און מאָנען באַ זיי אַז מ'זאָל זיי דערציילן אַלץ מערער און מערער וועגן דעם ענין פון תורה, און ווי אַזוי מ'דאַרף זיך גרייטן צו קבלת התורה, און ווי אַזוי מ'דאַרף איר דערנאָך מקבל זיין.
און זיי מאָנען אַז די גאַנצע שטוב זאָל איבערגעשטעלט ווערן אין די אַלע טעג ביז סוף ימי התשלומין פון זמן מתן תורתנו, אין אַן אופן אַז דאָס (די גאַנצע שטוב) זאָל דורכגענומען ווערן מיטן ענין פון מ"ת און קבלת התורה, וואָס איז פאַרבונדן מיט הקדמת נעשה לנשמע.
250י. יעדער ענין דאַרף מען אָפּטייטשן בנוגע און אין אַ מעשה בפועל:
אין די טעג צווישן איצטער (ערב ר"ח) מיט חג השבועות, זמן מתן תורתנו — זאָלן זיך צוזאַמענקלייבן, עכ"פ איין מאָל, ומה טוב — צוויי מאָל, ילדי ישראל סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, אין אַ מקום המתאים און זמן המתאים,
אָנהויבנדיק פון צוזאַמענקלייבן זיך אין די מוסדות וואו זיי לערנען תורת ה'.
און מכריז זיין און מקבל זיין אויף זיך הקדמת נעשה לנשמע (וואָס דאָס איז דאָך געווען פאַר מ"תנא),
ועד"ז (בהכרזה וקבלה טובה) צוגרייטן זיך צו זמן מתן תורתנו, מיט די אַלע הכנות ווי עס ווערט דערציילט אין פ' יתרונב ווי אַזוי אידן האָבן זיך געגרייט צו מ"ת אָנהויבנדיק פון „בחודש השלישי ביום הזה", וואָס דאָס גייט אויף ר"ח סיון, ביז צו דעם טאָג פון מ"ת און קבלת התורה בפועל.
יא. און אין ארץ הקודש — וועט מען זיכער צוזאַמענקלייבן אינגעלעך און מיידעלעך באַם כותל המערבי, און באַ נאָך מקומות הקדושים — במיוחד.
און זיכער וועט מען אויך באַקומען אַ רשיון, און מ'וועט דאָס קענען טאָן, ביתר שאת ויתר עוז, באַ מערת המכפלה, אין עיר חברון, די עיר האבות, פון די אבות העולם, אברהם יצחק ויעקב, און פון די אמהותנג, שרה רבקה ולאה,
[וואָס דאָס איז במיוחד פאַרבונדן מיט דעם תענית שעות, וואָרום דער תענית איז (אויך) פאַרבונדן מיט די מאורעות וואָס האָבן געטראָפן אין עיר חברון],
און וויבאַלד אַז רחל אמנו איז ניט אין מערת המכפלה, נאָר אין אַ מקום מיוחד, לטובתם של ישראל וואָס געפינען זיך אין גלות, כמסופר במדרשי חז"לנד — זאָל מען אויך צוזאַמענקלייבן קינדער באַם קבר רחל אמנו (אויף צו משלים זיין און מעורר זיין און ממשיך זיין דעם זכות פון אַלע פיר אמהות).
יב. דערנאָך אין דעם טאָג פון חג השבועות זאָל מען זען צוזאַמענקלייבן אַלע קינדערנה, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, אין די בתי כנסיות (אַ מקום קדוש), בשעת קריאת התורה (בציבור ובברכה לפני' ולאחרי') פון די עשרת הדברות,
ביז אין אַן אופן אַז אַלע בתי כנסיות זאָלן זיין אָנגעפילט דעם חג השבועות בשעת קרה"ת פון עשה"ד — מיט קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך.
און זיי זאָלן אַלע צוזאַמען (מיט זייערע פאָטערס און מוטערס)נו הערן די עשה"ד, אָנהויבנדיק פון „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר"נז,251אויך ווי דער אָפּטייטש אין דערויףנח, אַז דער אויבערשטער האָט גערעדט די עשה"ד אין אַן אופן, אַז יעדער איד איז דערביי, און — „לאמר" — זאָגט דאָס דערנאָך איבער, ובפרט בכל שנה ושנה ווען מ'לייענט דאָס בתורה, ועאכו"כ ווען מ'לייענט דאָס אין זמן מתן תורתנו.
און זיכער וועלן די קינדער ניט מבלבל זיין צו קריאת התורה, ואדרבה — זיי וועלן נאָך פאַרשטאַרקן די יראת ה' און יראת התורה,
ביז — בלשון הידוענט — „מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע [וואָס דאָס איז כנגד די ד' אותיות פון שם הוי', ווי עס שטייט אין כתבי האריז"לס] אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע" —
אַז בשעת מ'לערנט תורה בכלל, בכל זמןסא, ובפרט ווען מ'לייענט די עשה"ד ובחגה"ש, און אין אַ מקום קדוש, ובציבור במעמד כמה עשיריות מישראל, ובהקדמת ברכה לפני' ולאחרי' — איז דאָס ביתר שאת וביתר עוז, פּונקטסב ווי דאָס איז געווען בשעת מ"ת גופא.
יג. בהתאם צו דער קריאה פון היינטיקן טאָגסג, יום החמישי דפ' במדבר, אַז „לגיון של מלך"סד, וואָס דאָס איז שבט לוי — האָט מען אָנגעהויבן ציילן „מבן חודש ומעלה"סה און נאָכמער — אַז „למוד הוא אותו השבט (שבט לוי) להיות נמנה מן הבטן"סו —
איז אויך כדאי (אויב דאָס רירט ניט אָן דעם געזונט פון די קינדער) — אַז בחגה"ש בשעת קרה"ת פון די עשה"ד זאָלן אויך זיין קינדער „מבן חודש ומעלה",
און די וואָס ווילן — אפילו פון נאָך פריער,
כדי אַז באַ מ"ת פון שנה זו זאָלן זיין פון „ראשיכם שבטיכם" ביז „חוטב עציך" און „שואב מימיך", כולל „כל איש ישראל", ואפילו „טפכם"סז, קטנים וקטנות.
יד. די שייכות פון אַלע קטנים וקטנות מישראל (בזמן הזה) צו „לגיונו של מלך", וואָס גייט אויף שבט לוי — איז:
אַזוי ווי שבט לוי איז „לגיון של מלך" פון צווישן אַלע אידן, „בתוך בני ישראל"סח — עד"ז בשעת מ'געפינט זיך אין אַ מעמד ומצב וואָס מ'איז אַ „כבשה אחת בין שבעים זאבים"סט — זיינען אַלע אידן „לגיונו של מלך"ע לגבי אוה"ע וואָס געפינען זיך אין וועלט, ובלשון הכתוב (אין דער התחלה פון היינטיקער סדרה — בכל השבטים)עא „כל יוצא צבא בישראל".
ובמילא, איז אַזוי ווי שבט לוי איז „למוד" אַז מ'זאָל אים אָנהויבן ציילן „מבטן", ועאכו"כ „מבן חודש ומעלה"252— עד"ז בנוגע צו דעם „לגיון של מלך" אין וועלט, דער אידישער פאָלק — איז מען אויך כולל די קינדער אַלס חלק פון „כל יוצא צבא בישראל".
און אע"פ אַז בנוגע צו צבא כפשוטו דאַרף מען האָבן „מבן עשרים שנה ומעלה"עב, וואָס בן עשרים לכחעג — איז דאָס בנוגע צו צבא כפשוטו בגשמיות;
בנוגע צו צבא ברוחניות ובפנימיות — איז דאָס כולל אַלע קינדער תיכף ווי זיי זיינען געבאָרן געוואָרן.
ובפרט לאחרי חורבן בית המקדש — איז „קלקלתו זוהי תקנתו"עד, גלייך ווי אַ אידיש קינד ווערט געבאָרן איז ער גלייך אַ „יוצא צבא בישראל",
וואָרום ער איז אַ קינד אויף וועמען מ'זאָגט „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקבעה — אַ יורש ווערט מען גלייך ווי מ'ווערט געבאָרן, ברגע הראשון ווען יצא לאויר העולםעו, און מען איז יורש די גאַנצע תורה וואָס „צוה לנו משה", כמדובר כמ"פ.
און אין דעם ענין פון ירש'נען גאַנץ תורה איז יעדער איד ווי אַ בן יחיד באַ דעם אויבערשטן דער נותן התורה, ווי רבותינו נשיאינו זאָגןה, און יעדע בת ישראל איז ווי אַ בת יחידהעז באַ דעם נותן התורה, און אַ בן יחיד אָדער אַ בת יחידה איז יורשים הכל.
צוזאַמענקלייבן אַלע קינדער בחגה"ש אין בית הכנסת צו הערן קריאת התורה פון די עשרת הדברות — דאַרף מען זיך דערצו שוין גרייטן אין די טעג פאַר חג השבועות, אָנהויבנדיק פון ר"ח סיון.
און דאָס דאַרף זיין אין אַן אופן פון „הם הכירוהו תחלה" (כנ"ל): די קינדערלעך זאָלן זיך שוין גרייטן, פון ר"ח סיון אָן — צו דעם מעמד ומצב וואָס וועט זיין בחג השבועות.
ועד"ז זאָלן די קינדער צוגרייטן זייערע עלטערן צו דעם.
און אין אַן אופן אַז דערנאָך בשעת עס וועט קומען די קריאה פון די עשרת הדברות בחג השבועות — וועלן די אַלע צוגרייטונגען דערצו זיין ניכר אין דעם אופן ווי זיי אַלע וועלן הערן די עשרת הדברותעח.
און צוזאַמען מיט די החלטות טובות וואָס מ'האָט געמאַכט לפני חג השבועות ובזמן השמיעה פון קריאת התורה (ובפרט פון די עשרת הדברות) — זאָלן אויך זיין החלטות טובות אין די ימי התשלומין, וואָס זיי זיינען אַלע ימים זכאים וואָס זיינען מוסיף אין דער הצלחה, ובעיקר — אַז די אַלע החלטות טובות זאָלן אַראָפּקומען בפועל.
טז. און דורך דערויף וואָס אַלע אידן, כולל קינדער, וועלן זיך צוזאַמענקלייבן בחג השבועות צו הערן די עשרת הדברות, וועט מען האָבן „שלימות העם", דעם גאַנצן אידישן פאָלק צוזאַמען — „כאיש אחד בלב אחד".
וואָס דאָס פאַרענטפערט אויך ווי אַזוי מ'קען פאַרלאַנגען און זיכער האָפן (כנ"ל ס"ה־ו) אַז אהבת ישראל הנ"ל253וועט זיין באמת לאמיתו, עס איז דאָך „אין דיעותיהן שוות"עט —
וואָרום מ'איז מדגיש אַז דאָס איז „בלב אחד", וואָס לב ישראל איז ער הוא להקב"ה לתורתו ולמצוותיופ, באַ יעדער איד און ביי אַלע אידן,
כפס"ד הרמב"ם הידועפא, אַז יעדער איד, אין וועלכן מעמד ומצב ער זאָל זיך נאָר געפינען, וויל מקיים זיין, ובפועל — רצונו של הקב"ה.
וכתורת אדה"ז, אַז אַ איד ניט ער וויל ניט ער קען זיין אָפּגעריסן ח"ו פון געטלעכקייטפב.
וואָס דער רצון האמיתי פון אַ אידן איז דאָ גלייך ווען די נשמה קומט אַראָפּ אין גוף, גלייך ווען יצא לאויר העולם, און דער רצון איז אויך פועל במעשה בפועל.
יז. האמור לעיל איז פאַרבונדן מיט אַלע אידן, וואו זיי זאָלן זיך נאָר געפינען.
וואָס דערפאַר איז אויך מתאים אַז מ'זאָל דאָס גלייך איבערגעבן אויך צו די אידן וואָס געפינען זיך מאחורי מסך הברזל.
און „מצוה בו יותר מבשלוחו"פג — וועל איך דאָס דערפאַר אויך זאָגן אין דער שפּראַך וואָס זיי (די רוסישע אידן וואָס געפינען זיך מאחורי מסך הברזל) דאַרפן ניט האָבן קיין איבערזעצונג, קיין שליח ומליץ בינותם.
י*. שטייענדיק ערב אונזער יו"ט חג השבועות — זאָלן אַלע אידישע קינדער, וואו זיי זאָלן זיך נאָר געפינען, ווענדן זיך צו זייער פאָטער אָדער מוטער, זיידע אָדער באָבע, אָדער צו אַלעמען פון זיי,
און בעטן און מאָנען, ביז זיי וועלן דאָס אויספירן —
אַז אָנהויבנדיק פון ראש חודש סיון, זאָלן זיך אָנהויבן די הכנות צו קבלת התורה בחגה"ש זמן מתן תורתנו פון דעם רבונו של עולם, דעם אויבערשטן אַליין.
די הכנות דאַרפן כולל זיין אַ פעסטע החלטה צו מקיים זיין אַלע מצוות פון אונזער הייליקער תורה, און אין אַן אופן פון הקדמת נעשה לנשמע — ניט פרעגנדיק צוליב וואָס מען דאַרף דאָס, ניט פרעגנדיק וואָס וועט מען דערפאַר באַקומען.
און וויבאַלד אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן, פון דעם אויבערשטן אַליין, צו יעדן אידן, און צו יעדן אידישן קינד, אינגעלע אָדער מיידעלע —
קען מען זיין זיכער אַז די קינדער וועלן בעטן, און אויספירן, אַז אָנהויבנדיק פון ערב ראש חודש סיון וועט יעדער פאָטער און מוטער, יעדער זיידע און באָבע, לערנען מיט זיי, און דורך דערויף מוסיף זיין אין זייערע ידיעות אין תורה און אידישקייט.
יט. די אידישע קינדער דאַרפן אויך בעטן זייערע עלטערן, אַז אין טאָג פון חג השבועות זאָלן זיי אַלע צוזאַמען גיין אין שול,
וואָס די געזעצן פון ראַט־פאַרבאַנ, גאַראַנטירט דורך דער קאָנסטיטוציע,254ערלויבן גיין אין שול די אַלע וואָס ווילן דאָרטן דאַוונען, אָדער הערן קריאת התורה.
נאָך מער: די שומרי הסדרים (די „מיליציע") דאַרפן אַכטונג געבן, אַז קיינער זאָל ניט וואַגן צו שטערן גיין אין שול, זיין אין שול, הערן קריאת התורה און דאַוונען, און אויך קיינער זאָל ניט שטערן דעם אומקערן זיך פון דאָרטן רואיקערהייט און פריילעכערהייט, אין אַ יו"ט'דיקער שטימונג.
און חג השבועות, דורכגעפירט אין שול, וועט פאַראייניקן די הערצער פון די עלטערן און די קינדער, און זיי אויך פאַראייניקן מיט אונזער גאַנצן פאָלק אין אַלע לענדער פון דער וועלט,
און אַלע וועלן דערפילן און זיין דורכגעדרונגען מיט דעם פאַרשטאַנד, אַז אידן זיינען אַן עם אחד, פאַראיינציקט מיט תורה אחת, וועלכע איז געגעבן געוואָרן פון ה' אחד, איצטער, און אויף לעולם ועד, און אומעטום.
*
כ. ויהי רצון, אַז די אַלע החלטות זאָל מען אָננעמען נאָך אין ערב ר"ח סיון לאחרי חצות היום, צוזאַמען אויך מיט דער החלטה אויף צדקה בכלל,
און מוסיף זיין אין צדקה דהיום (תענית), בדוגמא ווי מ'האָט מוסיף געווען אין בקשות תפלות און אמירת מזמורי תהלים, און זיכער — אויך אין דברי תורה (אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם תענית שעות).
און די הוספה וואָס יעדער איד און אַלע אידן זיינען מוסיף בכל ענינים אלה,
וואָס דאָס איז מיוסד אויף אהבת ישראל, „ואהבת לרעך כמוך", וואָס אהבת ישראל איז „כולא חד" מיט „ואהבתפד את ה' אלקיך"פה, וואָס דאָס איז כללות כל המצוות עשהפו, כולל אויך די מ"ע פון „את ה' אלקיך תירא"פז, וואָס זי איז כללות כל המצוות לא תעשהפו —
האָט מען אין דערויף די גאַנצע תורה, מיט אַלע מצוות, כולל אויך מצות לימוד התורה, און (לימודפח מביא לידי) מעשה.
כא. און מעשינו ועבודתינו, נאָך זייענדיק איצטער אין גלות, און אין דעם חושך כפול ומכופל פון גלות
— וואָס דער חושך געפינט זיך נאָר אין גאַס, אָבער „לכל בני ישראל הי' אור במושבותם"פט, און יהי' אור במושבותם, און אויך כפשוטו — בבני חיי ומזוני רויחי בפשטות (כנ"ל) —
וועט נאָכמער מזרז זיין און מקדים זיין און אַראָפּברענגען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
ובפרט אַז מ'איז שוין אַריין אין „בחודש השלישי גו' ביום הזה באו מדבר סיני גו' ויחן שם ישראל נגד ההר",
ווי חז"לצ זאָגן אַז דעמולט, באַם מעמד הר סיני, זיינען אויסגעהיילט געוואָרן אַלע זאַכן וואָס האָבן געדאַרפט האָבן אַ רפואה בגשמיות,
255וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק בפשטות — אַז עס זיינען (אויך) אויסגעהיילט געוואָרן די אַלע ענינים ברוחניות, „שנשתלשלו מהן",
וואָס דערפאַר האָבן דעמולט אַלע אידן געזאָגט נעשה קודם לנשמע,
און אַלע אידן „כאיש אחד בלב אחד", זיינען געשטאַנען (אָנהויבנדיק פון ר"ח סיון) „נגד ההר", הר סיניצא.
און דערנאָך האָבן אַלע אידן מקבל געווען די תורה בזמן מתן תורתנו,
ובהקדמה לזה, האָט מען מכתיר געווען אַלע אידן מיט „שני כתרים אחד כנגד נעשה ואחד כנגד נשמע"צב, וואָס אַ כתר באַווייזט דאָך אויף מלכותצג.
כב. וואָס דערפון האָט מען די הוראה — אַז יעדער איד דאַרף דערפילן ניט נאָר אַז „כל ישראל בני מלכים הם"צד, נאָר אויך אַז „מלכים הם" (ווי עס שטייט אין הקדמה פון תקו"זצה),
און במילא וועט ער זיך פירן אין אַלע זאַכן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט אידישקייט ווי אַ מלך דאַרף זיך פירן — גיין „קוממיות — בקומה זקופה"צו,
נאָך זייענדיק אין ימי הגלות.
און דאָס וועט אַראָפּברענגען במהרה בימינו ממש דעם גילוי פון „והיתה לה' המלוכהצז והי' ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד"צח [ווי מ'האָט ערשט מסיים געווען אין תפלת מנחה, וואָס תפלת מנחה איז דאָך די תפלה הכי יקרה וחשובה, ווי די גמרא זאָגט אין (מסכת) ברכותצט].
און דאָס וועט ממשיך זיין כל ברכות ה', בגשמיות וברוחניות, ובגשמיות וברוחניות גם יחד,
כולל אויך — מקבל זיין אויף זיך אַלע החלטות טובות, כולל די החלטות האמורות לעיל.
ביז אַז עס זאָל אַראָפּקומען דער טוב האמיתי והעיקרי — דער טוב וואָס יעדער איד האָפט בכל יום אויף דערויף — ביאת משיח צדקנו, בגאולה האמיתית והשלימה, במהרה בימינו ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ג
- Id
- rh-r6r45mp6