Likkutei Sichos
Addenda - sichos 7
269שיחת יום ה', שבעה עשר בתמוז, יהפך לשמחה, ה'תשל"ט.
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה
א. מ'האָט שוין גערעדט כמ"פא וועגן דעם מנהג פון רעדן „דברי כבושין" אין יום התענית — אַן „עת רצון"ב.
וואָס דערפאַר איז כאן המקוםג והזמן דערמאָנען און מזרז זיין נאָכאַמאָל („ואין מזרזין אלא המזורזין"ד) וועגן דעם וואָס מ'האָט דערמאָנט אין די פריערדיקע התוועדויות (ובארוכה — אין די שתים שלפנ"זה), אַז אין די ג' שבועותו הידועים זאָל מען מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז אין „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"ז,
סיי אין דעם ענין פון „משפט", „הלכתא" — דער ענין פון לימוד התורהח (ובפרט — הלכותט), און סיי אין דעם ענין פון „צדקה".
ב. אע"פ אַז דער ענין פון לימוד התורה („ציון במשפט תפדה") און דער ענין פון צדקה („ושבי' בצדקה") דאַרפן זיין במשך כל השנה — וואָרום בכל יום ויום איז מען מחוייב אין לימוד התורה און אין מצות הצדקהי,
[ובפרט דער ענין פון לימוד התורה וואָס איז פאַרבונדן מיט (און נוגע צו וויסן) „את המעשה אשר יעשון"יא במשך כל היום כולו (דער ענין פון „הלכתא" — פסקי דינים בנוגע למעשה בפועל),
כולל אויך דעם ענין פון „כל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו"יב, כפס"ד הרמב"םיג אַז „החכם ניכר במעשיו כו'", ביז אפילו בשעת השינה (ווי ער לייגט זיך שלאָפן און דערנאָך — ווי ער שלאָפט) —
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויף וויפל ס'איז נוגע דער ענין פון לימוד התורה בכל רגעיד פון דעם טאָג],
זיינען אָבער דאָ זמנים מיוחדים270בשנה, וואָס דעמולט דאַרף מען מוסיף זיין אין דערויף ביתר שאת וביתר עוז:
אין די ג' שבועות, וואָס דעמולט איז מודגש דער ענין הגלות און די תפלה והשתדלות אַז ס'זאָל זיין דער „ציון גו' תפדה ושבי' גו'" (שיבה וקיבוץ נדחי ישראל בגשמיות וברוחניות גם יחד) —
[ועד"ז לאידך גיסא: די תפלה והשתדלות אַז ס'זאָל זיין „ציון גו' תפדה ושבי' גו'" איז דאָ אויך בכל יום ויום (בדוגמא ווי לימוד התורה און מצות הצדקה וואָס דאַרפן זיין בכל יום), ווי מ'זאָגט אין דער תפלה שבכל יום (כולל — שבתות וימים טובים) „והשב העבודה כו'", און „ותחזינה עינינו בשובך לציון",
[וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט „אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח כו' בכל יום", און מצות האמונה בתוכנה ובעיקרהטו איז איינע פון די מצוות וואָס „חיובן תמידיטז לא יפסק מעל האדם אפי' רגע בכל ימיו"יז],
דאָס איז אָבער מודגש במיוחד אין די ג' שבועות, וויבאַלד אַז דעמולט שטייט דער ענין הגלות בהדגשה יותר],
דאַרף מען דעמולט מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז אין לימוד התורה און אין מצות הצדקה, וויבאַלד אַז דורך דערויף ווערט אויפגעטאָן דער „ציון במשפט (תורה) תפדה ושבי' בצדקה".
ג. בהמשך לזה וואָס מ'רעדט וועגן דעם ענין הצדקה, איז כאן המקום דערמאָנען וועגן דער מגבית וואָס איז פאַרבונדן מיט י"ב־"ג תמוז:
אע"פ וואָס מ'האָט דאָס ניט דערמאָנט בפירוש בעת ההתוועדות פון י"ב־*) ג תמוז, איז עס דערפאַר וואָס דאָס איז אַ דבר הפשוט,
עאכו"כ אַז מ'רעדט וועגן „עמך כולם צדיקים"יח, וויל דאָך יעדער איד מקיים זיין מצות הצדקה (בזמן הנהוג) ביתר שאת וביתר עוז —
ובמילא איז ניטאָ קיין הכרח דערמאָנען דאָס בכל שנה, קען מען נוצן די צייט אויף זאַכן שבהכרח,
אָבער אעפ"כ, אַזוי ווי „אין מזרזין אלא המזורזין", ועוד — נראה, אַז דער ניט דערמאָנען האָט געבראַכט עטליכע צום ניט טאָן,
דערמאָנט מען וועגן דעם אין די ימי התשלומין פון י"ב־"ג תמוז,
אַז די וואָס האָבן שוין געגעבן אויף צדקה וואָס איז פאַרבונדן מיטן מגבית פון י"־"ג תמוז (וואָס דאָס זיינען רובם ככולם), זאָלן מוסיף זיין אין דערויף;
און די וואָס האָבן נאָך ניט תורם געווען אויף דער צדקה (מאיזה סיבה שתהי') — זאָלן דאָס טאָן איצטער, וכל הזריז הרי זה משובחיט וכל המרבה ה"ז משובח.
און טאָן דאָס אין אַן אופן פון „כפלים לתושי'"כ, ווי דער אַלטער רבי בריינגט אַראָפּ אין אגה"תכא, אַז בשעת מ'דאַרף מתקן זיין דעם עבר, איז „אם הי' רגיל לקרות דף אחד יקרא ב' דפים לשנות271פרק א' ישנה ב' פרקים כו'", (בלי הגבלה למעלה, ווי ער זאָגט דאָרט) אין אַן אופן פון „כפול ומכופל".
ד. האמור לעיל (וועגן לימוד התורה און מצות צדקה) איז אויך פאַרבונדן מיטן שיעור חומש היומיכב,
[וואָס אין דערויף זיינען דאָ שינויים משנה לשנה, און ע"פ תורת הבעש"טכג איז פאַרשטאַנדיק אַז דערפון (מהקביעות דשנה זו) דאַרף אויך זיין אַ הוראה].
דער שיעור חומש פון שבעה עשר בתמוז בשנה זו, דער שיעור חומש פון יום חמישי פון פ' פינחס, הויבט זיך אָן מיט „את קרבני לחמי לאישי ריח ניחוחי תשמרו להקריב לי במועדו"כד, וועגן דעם קרבן תמיד, „את הכבש אחד תעשה בבוקר ואת הכבש השני תעשה בין הערביים"כה.
והביאור בזה:
די פעולה פון דעם קרבן תמיד איז בדוגמא פון דער פעולה פון לימוד התורה און מצות הצדקה:
דער קרבן תמיד וואָס מ'האָט מקריב געווען „בבוקר" און „בין הערביים", האָט גע'פועל'ט בכל היום כולו, כמרז"לכו (וואָס ווערט אַראָפּגעבראַכט אין אגה"תכז) אַז „תמיד של שחר הי' מכפר על עבירות הלילה, ותמיד של בין הערביים על של יום", ד. ה. אַז אע"פ וואָס מ'האָט אים מקריב געווען „בבוקר" און „בין הערביים", האָט דאָס אָבער דורכגענומען דעם גאַנצן טאָג (וי"ל שגם זה טעם — וואָס ער ווערט אָנגערופן „תמיד").
און דעם ענין געפינט מען אויך אין לימוד התורהכח:
אפילו דער איד וואָס זיין חיוב (בשלימות) אין לימוד התורה איז נאָר „פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית"כט (בדוגמת קרבן התמיד וואָס איז געווען „בבוקר" און „בין הערביים") —
איז ידוע דער פתגם פון רבותינו נשיאינול, אַז דער „פרק אחד" דאַרף אים „פאַנאַנדערנעמען" און פועל'ן אַז דער ענין התורה זאָל שטיין בתוקף בכל מציאותו, אַזוי אַז יעדער רגע פון דעם טאָג זאָל זיין דורכגענומען מיט דעם ענין פון דעם פרק התורה.
ועד"ז איז אויך אין מצות הצדקה:
דורך דערויף וואָס ברגע זה גיט ער אַ פרוטה לעני, טוט ער אויף דעם „החיית את נפש העני"לא אויף דעם גאַנצן זמן שלאח"זלב — וואָרום אויב עס ווערט ח"ו אַ הפסק אין דעם חיות אפילו לרגע א', איז ניט נאָר אַז עס פעלט דער רגע, נאָר עס פעלט דער גאַנצער המשך שלאח"ז.
272ה. דער ענין פון קרבן תמיד האָט אַ שייכות מיוחדת צו שבעה עשר בתמוז:
איינער פון די „חמשה דברים" וואָס „אירעו את אבותינו בשבעה עשר בתמוז" איז — אַז דעמולט איז „בטל התמיד"לג.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דורך דעם לימוד פון שיעור חומש היומי (פון שבעה עשר בתמוז בשנה זו), איז מען מתקן (בחלקו, ברוחניות) דאָס וואָס „בטל התמיד", וויבאַלד אַז „כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה"לד, איז מובן אַז „העוסק בתורת עולת תמיד כאילו הקריב עולת תמיד".
ו. דער תיקון אויף די ענינים פון שבעה עשר בתמוז, איז פאַרבונדן במיוחד מיט שלימות התורה, שלימות העם און שלימות הארץ:
בשבעה עשר בתמוז איז „נשתברו הלוחות"לג און „שרף אפוסטמוס את התורה"לג — וואָס דער תיקון לזה איז דער ענין פון שלימות התורה.
ובפרט דער לימוד פון פנימיות התורה, וואָס איז בדוגמת ענין הלוחותלה, אותיות החקיקה שבתורה.
[וואָס אע"פ אַז אין פנימיות התורה, „עץ החיים", האָט דער ענין הגלות ניט אָנגערירט (כמבואר אין רע"מלו, ובארוכה אין אגה"קלז),
בדוגמא ווי ס'איז געווען ווען „נשתברו הלוחות", אַז דאָס האָט אָנגערירט די „לוחות האבן", אָבער ניט די אותיות שבלוחות, וואָרום די אותיות זיינען געווען „פורחות"לח —
איז דאָך אָבער די שלימות פון די אותיות פאַרבונדן דערמיט וואָס זיי זיינען איין זאַך מיט די לוחות, „חרות על הלוחות"לט, אותיות החקיקה,
ביז אויך מיט תושבע"פמ — וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך תושב"כ, וואָס זי איז דער ממוצע צווישן די לוחות מיט תושבע"פ].
און ס'איז אויך פאַרבונדן מיטן (עם, ובמילא —) שלימות העם — ציבור, מקריבי קרבנות הציבור, אָנהויבנדיק פון דעם קרבן תמיד (וואָס איז פאַרבונדן, כנ"ל, מיט שבעה עשר בתמוז),
ובפרט לויט דער תורה פון דעם אַלטן רבי'ןמא אויף „אדם כי יקריב מכם קרבן לה'"מב, אַז דער קרבן דאַרף זיין „מכם".
און ס'איז אויך פאַרבונדן מיט שלימות הארץ:
בשבעה עשר בתמוז איז „הובקעה העיר"לג — ירושלים עיה"ק, וואָס „עתידה ירושלים שתתפשט בכל ארץ ישראל"מג, שלימות הארץ.
וואָס דער תיקון אויף „הובקעה העיר" איז — דורך דערויף וואָס אַ איד פועל'ט273באַ זיך דעם ענין פון בנין ירושלים בשלימותה — שלימות היראהמד, וואָס דאָס איז ענינה פון ירושלים — „על שםמה יראה ועל שם שלם"מו.
ז. ויה"ר אַז דורך דער הוספה אין לימוד התורה און אין מצות הצדקה,
ובפרט דער לימוד אין הלכות בית הבחירה און הלכות הקרבנותמז (וואָס אין די ג' שבועות דאַרף מען מוסיף זיין במיוחד אין דעם לימוד פון די הלכות) וואָס דורך דעם לימוד פון די ענינים איז „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקין בבנין הבית", און „כאילו בקרבנות אתם עוסקים"מח
[און אע"פ אַז עס איז „כאילו", מיט אַ כ"ף הדמיון — איז דאָס אָבער אַ דמיון פון הוי' אלקים אמת אין תורת אמת (דערפאַר וואָס באמת איז דאָס איין זאַךמט): דורך דעם לימוד איז מען עוסק בבנין הבית ובהקרבת הקרבנות, עס איז נאָר אַז מען דאַרף „צופּוצן די (לעצטע) קנעפּלעך" (כפתגם כ"ק מו"ח אדמו"רנ) בכדי אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען למטה אין פועל ממש] —
זאָל זיין דער בפועל ממש (ניט נאָר „כאילו"), דער בנין ביהמ"ק, „ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו" (אָנהויבנדיק פון דעם קרבן תמיד), „כמצות רצונך"נא.
ובקרוב ממש וועט מען זוכה זיין עולה לרגל זיין, וויבאַלד אַז יהפכו ימים אלו „לששון ולשמחה ולמועדים טובים"נב.
אַזוי ווי דער רמב"ם איז מבאר אין ריש הל' תעניותנג אַז דער ענין התענית איז „מדרכי התשובה" — וועט דאָס אויפטאָן דעם ענין אַז אידן טוען „תשובה . . ומיד הן נגאלין"נד,
ביז צום בנין ביהמ"ק — ווי דער רמב"ם איז חותם און בריינגט דאָרטןנה דעם פסוקנו „בחצוצרות וקול שופר הריעו לפני המלך ה'", און טייטשט אָפּ אַז דאָס איז אין „מקדש".
אַז בעגלא דידן זאָל זיין דער יהפכו ימים אלו „לששון ולשמחה ולמועדים טובים", און זוכה זיין זען דאָס בעיני בשר,
274„בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנו־מצריםנט) „וינחם לבטח ולא פחדו ואת
תינו"נז, „קהל גדול ישובו בביאת משיח צדקנו, דוד מלכ
און ס'וועט זיין (כימי צאו בו הנה"נח, אויביהם כסה הים ויביאם אל גבול קדשו כא משיחא, הר זה קנתה ימינו"ס, במהרה בימינו אתך מארץ ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ג
- Id
- rh-j5q2fgkk