עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

239משיחת ש"פ בחוקותי, י"ט אייר ה'תשמ"א.

א. בקשר מיט דער ס"ת וואָס מ'שרייבט איצטער במיוחד פאַר קינדער פאַר בר־מצוה און בת־מצוה — האָט מען פריער גערעדט אַז דאָס האָט אַ קשר מיוחד מיט נשי ובנות ישראל, און ווי מ'וועט רעדן בעז"ה מאָרגן בארוכה בזה, דאָס איז אָבער אויך שייך צו אנשים, כפשוט.

און די ס"ת האָט אין זיך נאָך אַן ענין מיוחד, אַז דאָס פאַרבינדט אַלע אידישע קינדער וואו זיי זאָלן נאָר זיין — צוזאַמען, ניט קוקנדיק אויף מקומו — סיי ער געפינט זיך מאחורי מסך הברזל, סיי ער געפינט זיך במקום אחר — איז ער גלייך און פאַראייניגט מיט אַלע קינדער.

ב. יעדער זאַך וויל מען דאָך פאַרבינדן מיט אַ פועל, אין גשמיותא, און בעניננו — מיט אַ פאַרברענגעןב, און באַ חסידים פאַרבינדט מען מיט אַ חסידישן פאַרברענגען, און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר ברענגטג פון דעם אַלטן רבי'ן וועגן דער „פתקא אשר משמי שמיא נחיתא כו'" אין דעם אויפטו פון אַ חסידישן פאַרברענגען, אַז דאָס וואָס עס קען אויפטאָן אַ חסידישער פאַרברענגען קען מלאך מיכאל ניט אויפטאָן — איז אין אַ שטאָט מאחורי מסך הברזל געווען לעצטן'ס אַ חסידישער פאַרברענגען, מען האָט מקיים געווען אַלע דריי ענינים פון תורה, תפלה און צדקה, און מ'האָט גערעדט וועגן דער ס"ת הנ"ל, און בכלל וועגן אידן וואָס געפינען זיך במקומות אחרים,

— דעם פאַרברענגען האָבן זיי געמאַכט ניט קוקנדיק אויף דער מיצר אין וועלכן זיי געפינען זיך, ובפרט בזמן האחרון —

און איצטער איז אָנגעקומען פון דער משקה פון יענעם פאַרברענגען, און מען האָט מצרף געווען פון איר (בהתחלת התוועדות זו) צו דעם כוס, און דאָ שטייט אַ פלעשל מיט דער משקה.

וועט מען דערפון אויך געבן פאַר כאו"א וואָס געפינט זיך דאָ, כדי די אַלע זאָלן זיך מצטרף זיין — געבן דורך איינעם וואָס פאַרנעמט זיך מיט מלמד זיין נגלה און חסידות, און ער דערליינגט דעם יין לקידוש — ער וועט צו דעם צוגעבן נאָך משקה (בכדי עס זאָל זיין פאַר אַלעמען) און עס אויסטיילן צו די וואָס געפינען זיך דאָ, און נאָך שבת — אויך צו די וואָס געפינען זיך במקומות אחרים, און (ועיקר) אפילו די וואָס וועלן דערפון ניט טרינקען בפועל, קענען זיי זיך צו דעם מצטרף זיין במחשבתםד,

240און דורך דערויף וועט ווערן אַ התאחדות פון אַלע אידן, די אידן וואָס געפינען זיך מאחורי מסך הברזל און די אידן וואָס געפינען זיך דאָ און די אידן וואָס געפינען זיך בכל העולם כולוה.

ג. ויה"ר אַז דער מסך הברזל זאָל אַראָפּגענומען ווערן, וואָס דאָס איז דער מיצר הגלותו, און אין דעם מיצר גופא איז די אידן וואָס געפינען זיך בל' העולם „מאחורי מסך הברזל" — געפינען זיך אין אַ מיצר לפנים ממיצר (וואָס באמת איז ניט שייך אויף דעם זאָגן „פנים", נאָר — אין אַ מיצר וועלכער האָט אַ מיצר מחוצה לו) — זאָל דאָס בטל ווערן,

און אויך דער וואָס האָט זיך משתדל געווען אין אָפּדרוקן דעם תניא אין אַ העתקה באחד משבעים לשון, וואָס ער געפינט זיך במיצר — זאָל ער דערפון אויסגעלייזט ווערן,

און אַלע אידן וואָס געפינען זיך במיצר זאָלן פון דאָרטן אַרויסקומען בקרוב ממש, בחסד וברחמים.

ד. והשי"ת ימלא משאלות לבבם פון כאו"א, און אפילו די וואָס אויף זיי איז ניט שייך זאָגן משאלות לבבם, מיט צוויי בי"ת'ן, באַ זיי איז נאָר שייך צו זאָגן „לב" מיט איין בי"ת, פנימיות הלבז, דערפאַר וואָס זיי ווייסן ניט וואָס זיי פעלט, וואָס צו בעטן, ווי אַזוי צו בעטן און באַ וועמען צו בעטן —

זאָל דער אויבערשטער אויך זיי העלפן אין אַלע ענינים וואָס זיי נויטיקן זיך בגשמיות וברוחניות,

ביז אַז זיי זאָלן אַלע אַרויסגיין פון דאָרטן, פון זייער מיצר לחירות,

און אַלע אידן צוזאַמען זאָלן אַרויסגיין פון דעם גלות לחירות אמיתי פון דער גאולה האמיתית והשלימה,

וואָס דאָס וועט זיין אויך בזכות נשים צדקניות פון דורנו זהח, ווי דאָס איז געווען באַ גאולת מצרים בזכות נשים צדקניות פון יענעם דורט, וואָס דורינו זה איז אַ גלגול פון יענעם דורי, „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"יא, און אַ גלגול פון דור רשב"ייב,

און גיין אין ארץ ישראל, און דאָרטן גופא — אין ירושלים, און דאָרטן גופא אין ביהמ"ק השלישי, „מקדש אד' כוננו ידיך"יג,

און אין אַן אופן פון מידיד, אַז די עננים וועלן טראָגן די אידן לאה"ק כו' — ע"ד מחז"ל הידועטו, און משיח עצמו וועט אויך קומען „עם ענני שמיא"טז,

ובמהרה בימינו ממש.

241ה. [כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן הבקבוק משקה להר"ר מ. מ. שיחי'.

ואמר:] מאַכן לייכטער פאַר דעם עולם — זאָל מען טיילן (נאָך דעם וואָס מ'וועט צוגעבן נאָך משקה, בכדי עס זאָל זיין פאַר אַלעמען) שפּעטער, נאָך שבת אָבער בהמשך צו דער התוועדות, וואָס זי קומט בהמשך צו דער התוועדות וואָס איז געווען מאחורי מסך הברזל.

ויה"ר אַז דאָס זאָל זיין אַ הכנה וקרובה צו דער התוועדות וואָס משיח וועט מאַכן ווען ער וועט קומען.

בשעת משיח וועט קומען וועט ער זיכער די ערשטע זאַך מאַכן אַ התוועדות דקהל גדול ישובו הנהיז, אַ התוועדות פון דוד מלכא משיחא (וועלכער זאָגט — שמרה נפשי כי חסיד אנייח, און — תהלתו בקהל חסידים גו' יעלזו חסידיםיט),

און פאַרבונדן מיט אַ שטורעם (איצט, ובעיקר — דאַמאָלס) אין הפצת המעינות חוצהכ, — דורך יעלה הפורץכא לפנינוכב

און מיט שמחה, למעלה ממדידה והגבלה, וואָס שמחה איז דאָך פורץ גדרכג, ובפרט שמחת הגאולהכד —

במהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-86afd7tg

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources