Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
113קרח
א.שוין גערעדט פיל מאָל, אַז רש"י בפירושו על התורה פאַרענטפערט אַלע שאלות וואָס שטעלן זיך אין פשוטו של מקרא (לבן חמש למקרא), און אויב ס'איז דאָ אַ געוויסע שוועריקייט אויף וועלכער מ'געפינט ניט קיין ביאור אין פירוש רש"י, דאַרף מען זאָגן, אַז דער ענטפער דערויף איז מובן מעצמו ע"פ פשש"מא, אָדער עס ווערט פאַרענטפערט דורך איינעם פון די פירושי רש"י (אויפן אָרט, אָדער לפני זה).
בפרשתנו, נאָכדעם ווי דער פסוק דערציילט וועגן דעם עונש הבלועים — „ותפתח הארץ את פי' ותבלע אותם גו'"ב וואָס „בזאת תדעון כי ה' שלחני לעשות את כל המעשים האלה — שעשיתי על פי הדיבור לתת לאהרן כהונה גדולה כו'"ג, און וועגן דעם עונש השרופים — „ואש יצאה מאת ה' ותאכל את החמשים ומאתים איש מקריבי הקטורת"ד וואָס האָט באַוויזן אַז „האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש", ו"כולם אובדים"ה (און נאָך דער מגיפהו) — ווערט דערציילט וועגן פרח מטה אהרן.
איז ניט מובן: פאַרוואָס זיינען די אַלע עונשים ואותות גלוים ניט גענוג מבטל זיין די „תלונות בנ"י"ז און מ'האָט געדאַרפט (אויך) האָבן דעם „אות" פון פרח מטה אהרן?
אויפן פסוקח „השב את מטה אהרן לפני העדות למשמרת לאות" — איז רש"י מפרש: „למשמרת לאות לזכרון שבחרתי באהרן הכהן ולא ילונו עוד על הכהונה".
שטעלט זיך דער רמב"ןט אויף דעם פירוש רש"י און זאָגט „ואין המטה הזה אות רק על מטה לוי שנבחר משאר השבטים לא על אהרן שתהי' לו הכהונה", און ער טייטשט „למשמרת לאות — על שבט לוי תמורי הבכורות, כי השריפה אות על הכהונה והפרח על הלוי'"י.
מפרשיםיא זיינען מאריך לבאר, אַז לדעת רש"י איז דער אות המטה, „פרח מטה אהרן", געווען אויף ביידע ענינים — סיי אויף דעם אַז אהרן איז נבחר לכהונה און אויך אַז דער שבט לוי איז נבחר לעבודת לוי' — און זיי זיינען מסביר דעם הכרח לפירושו זה:
אויב דאָס וואָלט געווען אַן „אות" בלויז אויף בחירת שבט לוי, וואָלט (א) דאָס ניט געווען דער „מטה אהרן", נאָר114דער מטה פון אלעזר בן אהרן אַלס נשיא פון שבט לוייב, אַזוי ווי ביי אַלע אַנדערע שבטים, וואָס דער מטה איז גענומען געוואָרן ביים נשיא פון שבטיג; (ב) מען וואָלט געשריבן ניט די שמות הנשיאים ואהרן („איש את שמו תכתוב על מטהו, ואת שם אהרן תכתוב על מטה לוי"יד), נאָר דעם שם השבטטו.
א) די פריחה איז געווען דוקא אין די אותיות השם „אהרן", ניט אויף אַן אַנדערן אָרט פונעם מטהטז; ב) ויצץ ציץ גו' איז מרמז אויף כהונה גדולה מצד הציץיז. וכיו"ב.
ב) מובן בפשטות, אַז רש"י איז מפרש לשון הכתוב נאָר דאָרט, וואו דער פשט ליגט ניט אָפן אין משמעות התיבות והפסוק, ער איז אָבער גאָרניט מפרש (ווייל מען דאַרף עס ניט מפרש זיין — און דערפאַר זאָגט ניט רש"י וואָס איז משמעו) דאָרט וואו דער פירוש איז נשמע פון לשון הכתוב (פירושו כמשמעו) — און ווען רש"י זאָגט „פירושו כמשמעו" וכיו"ב — איז עס צו שולל זיין אַ פירוש וועלכער איז ניט „כמשמעו" און פונדעסטוועגן וואָלט מען געוואָלט אַזוי מפרש זיין מצד תוכן הענין וכיו"ב.
דאַרפן פאַרשטיין וואָס איז דער אַנדער פירוש והראי' עליו — אין אונזער פסוק.
דער שפ"חכ זאָגט, אַז „היכן שיש שתי לשונות כגון הכא פרח והדר ויצץ ציץ ופרח הוא ידוע לשון מה הוא וציץ אין ידוע מה ל' הוא לכך פרש"י פרח כמשמעו ואין צריך פי' אבל ציץ אין ידוע וצריך פירוש והיא חנטת פרי".115אָבער לפי כלל זה איז אדרבה, די קשיא נאָך שטאַרקערכא: ווען רש"י פאַרטייטשט בלויז די ווערטער „ויצץ ציץ", מאַכט עס נאָך קלאָרער אַז „ויוצא פרח" דאַרפן ניט מפרש זיין (ווייל ער איז „כמשמעו"), משא"כ ווען ער איז מפרש „כמשמעו" — איז משמע אַז ער באַוואָרנט ושולל אַן אַנדער פירוש, כנ"ל.
וצ"ע: דרכו של רש"י איז, כידוע, צו מבאר זיין דעם פשט המקרא — ד. ה. פירוש התיבות (והענין המדובר) און ניט סתם צו מוסיף זיין בתיאור הדבר ובפרטיו, סיידן ווען אויך דאָס איז נויטיק צו הבנת פשש"מ, דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ נוגע דער פרט ואופן אין גידול הצמחים, אַז „חנטת הפרי" איז „כשהפרח נופל"כב?
ג. ווייטער שטעלט זיך רש"י אויף „ויגמול שקדים" און איז מפרש „כשהוכרכג הפרי הוכר שהן שקדים לשון ויגדל הילד ויגמלכד ולשון זה מצוי בפרי האילן כמו ובוסר גומל יהי' נצה"כה.
ס'איז ידוע, ווי גערעדט שוין פיל מאָל, אַז רש"י'ס לשון איז מדויק בתכלית. דאַרף מען פאַרשטיין: דאָס וואָס רש"י ברענגט דעם לשון הכתוב „ובוסר גומל" איז מובן (ע"פ לשון רש"י עצמו), ווייל פון דעם איז אַ ראי' אַז לשון זה (ויגמול) מצוי (ניט נאָר באַ ילדים, ווייל זיי זיינען נגמל מחלב אמוכו, נאָר) אויך ביי פירות. וואָס איז אָבער דער דיוק (והוספה בלשונו) „בפרי האילן", און ניט סתם „בפירות"כז?
און וויבאַלד אַז דער לשון „מטהו יפרח" אין דעם דיבור ה' מיינט דעם כללות ענין הפריחה — אָנהויבנדיק פון יציאת הפרח און די אַלע פרטים וואָס קומען נאָכדעם — איז מובן אַז נאָכדעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט בכלל (כבכו"כ מקומות) „מטהו יפרח", איז דערנאָך רעכנט מען בפרטיות „ויוצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים".
ועד"ז איז מובן דער כפל הלשון אין פסוק „והנה פרח מטה אהרן לבית לוי ויוצא פרח": פריער דערציילט די תורה118בדרך כלל — פרח מטה אהרן (ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט „מטהו יפרח"), און דערנאָך איז די תורה מפרט די פרטים פון דער פריחה: ויוצא פרח — כמשמעו, אַ פרח; דערנאָך „ויצץ ציץ" — חנטת הפרי; און דערנאָך „ויגמול שקדים".
ו. לפ"ז ווערט אָבער די שאלה: וויבאַלד אַז „ויוצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים" איז דער פירוט פון „פרח מטה אהרן" וואָס שטייט פריער, ועל סדר הזמנים פריער ויוצא פרח ביז סופו, שקדים — קומט אויס אַז בזמן ווען „ויבא משה אל אהל העדות גו'" האָבן זיך שוין אָפּגעטאָן אַלע דריי ענינים „ויוצא פרח ויצץ ציל ויגמול שקדים" — האָט דער פסוק געדאַרפט זאָגן בלויז דעם פרט הסיום פון די דריי „ויגמול שקדים", ווייל נאָר דאָס האָט משה געזען (און ניט „ויוצא פרח ויצץ ציץ" — ווי דער רשב"ם פרעגטלח)?
און ס'איז שווער צו איינלערנען, אַז אַריינגייענדיק אין אהל העדות האָט משה געזען דעם גאַנצן איבערגאַנג פון אַלע דריי פרטים איינער נאָך דעם צווייטן — וואָרום, וואָס פאַר אַ תועלת איז דאָ אין דעם וואָס משה וועט דאָס אַלץ זען — די כוונה אין דעם איז דאָך כדי „והשכותי מעלי תלונות בנ"י"לט, אַז אידן זאָלן אַנערקענען און גלויבן אַז „בחרתי באהרן"מ?
דעריבער איז רש"י מוסיף בפירושו אויף „(ויצץ) ציץ" „הוא חנטת הפרי כשהפרח נופל" — צו מסביר זיין אַז ס'איז געווען לויטן סדר הטבעי פון גידול הפירות און דאָס האָט מעגלעך געמאַכט אַז די אידן זאָלן דאָס וויסןמא, דורך זען די אַראָפּגעפאַלענע פרחים:
משה האָט אַרויסגענומען כל המטות און געוויזן די אידן — „ויוצא משה את כל המטות מלפני ה' אל כל בנ"י ויראו גו'" — האָט ער זיי געוויזן אַלץ — אויך די פרחים וועלכע זיינען אַראָפּגעפאַלן בשעת חנטת הפרי, און זעענדיק די מטות מיט די שקדים און אויך די אַראָפּגעפאַלענע פרחים, איז פאַר זיי קלאָר געוואָרן אַז אין „אהל העדות" איז געווען דער גאַנצער סדר פון „ויוצא פרח" — „כמשמעו", ויצץ ציץ — חנטת הפרי און נפילת הפרח; און „ויגמול שקדים".
ז. מ'קען אָבער פרעגן: צו וואָס האָטן געדאַרפט אַז די אידן זאָלן עס וויסן, ובכלל — דעם סדר הטבעי פון צמיחת שקדים אין דעם מטה —
וויבאַלד דאָס איז געווען אינגאַנצן אַן ענין פון נס, וואָלט דאָך מספיק געווען ווען עס וואָלטן אויסגעוואַקסן פאַרטיקע שקדים פון דעם מטה?
לויט אַנדערע מפרשים איז דאָס מובן ווייל זיי לערנען, אַז די פרחים פון דעם „פרח" און „ציץ" זיינען מוסיף אין גודל הנס. ווי דער רד"קמב לערנט „אמר פרח על יציאת העלים תחלה ואחר כן הנץ וזה הפך בטבע העץ השקד והי' זה להגדיל הנס"מג.
איז ניט מובן: אויב צוליב הגדלת הנס, האָט רש"י געדאַרפט לערנען ווי דער רד"ק אַז ס'איז ניט געווען לויטן סדר פון צמיחת השקדים ע"פ טבע; און אויב צוליב דעם עצם נס, וואָלט עס געדאַרפט זיין באופן אַז פון דעם מטה זאָלן וואַקסן פאַרטיקע שקדים?
ח. איז דער ביאור בזה, אַז דוקא אין. דעם איז עיקר הטעם וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט דעם אות המטות:
די בליעה פון „כל האדם אשר לקרח ואת כל הרכוש"ב האָט געפירט צו דער ידיעה און הכרהג „כי ה' שלחני לעשות את כל המעשים האלה"; אַז משה איז אַ שליח פון אויבערשטן און אַלץ וואָס ער טוט איז „על פי הדיבור"; און נאָך מער און בפרטיות איז דאָס נתגלה געוואָרן באַ דער שריפה פון די „חמשים ומאתים איש מקריבי הקטורת"ד, וואו ס'איז געוואָרן ברור פאַר אַלעמען אַז אהרן איז דער וואָס בחר בו הקב"ה לקטורת — לכהונה גדולהמד.
דאָס האָט אָבער נאָך ניט אינגאַנצן מבטל געווען תלונות בני ישראל, דאָס בריינגט נאָר אַרויס אַז אַזוי האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט און דערפאַר זיינען געקומען די אַלע עונשים; עס קען אָבער זיין אַז אהרן מצד עצמו איז גלייך צו אַנדערע אידן „ומדוע תתנשאו"; נאָכמער — מעגלעך (מצד עשיית העגל) אַז דוקא אהרןמה איז דערצו ניט ראוי, אַנדערע אידן זיינען מער ראוימו. נאָכמער: עס קען זיין אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן מאַכן אהרן פאַר אַ כהן גדול איז געקומען מצד בקשת ותפלת משהמז. וכיו"ב.
אויף דעם איז געקומען דער אות המטות: ביי אַ מטה מצד עצמו וטבעו איז דער ענין פון פריחה און צמיחת פירות ניט שייך, דאָס קען זיין נאָר מצד בחירתו ורצונו של הקב"ה;
לאידך האָט מען דורך די מטות געזען, אַז דער רצון ה' אין דעם האָט אויפגעטאָן, אַז ס'איז געווען און געבליבן ניט סתם אַן ענין נסי, נאָר דאָס ווערט פאַרבונדן מיט דעם טבע המטהמח. און דערפאַר איז דער אופן הפריחה געווען: פריער „ויוצא פרח"120כמשמעו און דערנאָך „ויצץ ציץ", חנטת הפרי כשהפרח נופל, און דערנאָך „ויגמול שקדים", „כשהוכר הפרי הוכר שהן שקדים" — אַ סדר טבעי פון צמיחת הפירות.
ומובן אַז עד"ז איז בנוגע כהונת אהרן: דער גאַנצער ענין הכהונה באַ אהרן קומט מצד בחירתו של הקב"ה „והי' האיש אשר אבחר בו"מט, דער אויבערשטער מצד עצמו האָט בוחר געווען (ניט מצד אַ בקשה פון משה'ן וכיו"ב), און די בחירה גופא איז באופן, אַז די כהונה ווערט ביי אים זיין טבעיות'דיקע מעלה.
עפ"ז איז אויך מובן דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסןנ „השב את מטה אהרן גו' למשמרת לאות — לזכרון שבחרתי באהרן הכהן ולא ילונו עוד על הכהונה"; וויבאַלד דאָס ווערט אַן ענין טבעי ועצמי באַ אהרן ובניו איז ניט מעגלעך צו זאָגן אַז (אפילו אויב אַ צווייטער האָט אַ תשוקה ורצון צו דער עבודה בבית המקדשנא אָדער צוליב אַנדערע טעמים) זאָל זיין אין דעם אַ שינוי — אין אַ שפּעטערדיקן זמן אויסקלייבן אַן אַנדערן במקומונב.
ט. עפ"ז איז אויך מובן דער המשך פירוש רש"י אויף „ויגמול שקדים": די הוספת הראי' אַז „לשון זה מצוי בפרי האילן", איז ניט בלויז ברענגען אַ ראי' אַז דער לשון „ויגמול" ווערט באַנוצט בנוגע פירות (ניט נאָר בנוגע אַ ילד), נאָר אויך צו מדגיש זיין אַז דער אופן הגידול („ויגמול") דאָ ביי די שקדים אויף דעם מטה, איז געווען אין דעם זעלבן אופן ותכונה ווי די צמיחה וגידול ביי פרי האילן.
לפי הנ"ל יומתק דער המשך אין פירוש רש"י „ולמה שקדים הוא הפרי הממהר להפריח מכל הפירות אף המעורר על הכהונה פורענותו ממהרת לבוא"נג:
וויבאַלד אַז די פריחת וצמיחת הפירות אויפן מטה ווי פרי האילן, איז בכדי צו מדגיש זיין אַז דאָס איז געקומען בסדר טבעי און דערפאַר איז דאָס נוגע צום ענין פון כהונת אהרן, כנ"ל, איז מובן, אַז אויך דאָס וואָס די פריחה איז געווען דוקא ביים מין השקדים איז אויך נוגע צום ענין הכהונה וואָס רעדט זיך דאָ
דעריבער איז רש"י ממשיך „ולמה שקדים כו'", אַז אויך דער פרט וואָס דאָס איז געווען דוקא דער מין (פירות) פון שקדים (הגם דאָס גיט ניט צו אינעם אות אויף בחירת אהרן) איז נוגע לעניננו, ווייל דאָס קומט לרמז אַז „המעורר על הכהונה פורענותו ממהרת לבוא כו'"נד.
121יו"ד. ע"פ ביאור הנ"ל בפירוש רש"י ווערט פאַרענטפערט אַ לשון אין גמרא אויף וועלכן עס שטעלן זיך ראשונים:
די גמרא זאָגטנה אַז „משנגנז ארון נגנזה עמונו כו' מקלו של אהרן בשקדי'נז ופרחי'": פרעגט מען אויף דעםנח: ווי אַזוי דערמאָנט די גמרא „ופרחי'" — אין פסוק שטייט „ויגמול שקדים", און נאָך גמר הגידול פון די שקדים זיינען מער ניטאָ קיין פרחים (וועלכע פאַלן אַראָפּ פריער, כנ"ל)? און מען פאַרענטפערטנט, אַז „מקצת פרחים נשארו" בכדי צו מגדיל זיין דעם נסס.
ס'איז אָבער ניט גלאַטיק, לכאורה: פאַרוואָס דאַרף די גמרא באַ גניזת המקל מפרט זיין די פרחים באַזונדער? לפי הנ"ל זיינען זיי דאָך געווען אויפן מקל און אַז ס'איז נגנז געוואָרן דער מקל זיינען ממילא אויך נגנז געוואָרן די פרחים.
בנוגע די שקדים יש לומר (בדוחק עכ"פ), אַז דערמיט ווערט קלאָר וועגן וועלכן „מקלו של אהרן" עס רעדט זיך דאָסא; אָבער למאי נפק"מ צו דערמאָנען דאָ די פרחיםסב.
ע"פ הנ"ל בפירוש רש"י — כפשוטו של מקרא, וועלכער מאַכט ניט קיין חילוק בפרחים — אַז די פרחים אַלע זיינען אַראָפּ געפאַלן און משה האָט זיי געוויזן אָפּגעטיילט פון מטה, איז מובן:
כשם ווי בפעם הראשונה האָט משה אַרויסגענומען דעם מקל מיט די שקדים און באַזונדער די אַראָפּגעפאַלענע פרחים בכדי צו ווייזן די אידן אַז ס'איז געווען אַ צמיחה וגידול טבעי פון122שקדים, וואָס דאָס ברענגט אַרויס דעם תוכן כהונתו של אהרן כנ"ל בארוכה —
אַזוי איז אויך מובן בנוגע דעם ציווי „השב את מטה אהרן לפני העדות למשמרת לאות — לזכרון שבחרתי באהרן הכהן ולא ילונו עוד על הכהונה", אַז אויך אין דעם „זכרון" איז נוגע אַז דער „השב" זאָל כולל זיין סיי דעם מקל מיט די שקדים און סיי די אָפּגעטיילטע פרחים, וואָס דאָס ברענגט אַרויס דעם אופן „שבחרתי באהרן הכהן".
און מהאי טעמא ווערט אויך באַ דער גניזה אויסגעטייטשט „מקלו של אהרן בשקדי'ופרחי'": כשם ווי דער ענין הגניזה פון דעם ארון איז ניט געווען (בלויז) צו באַוואָרענען אַז ער זאָל ניט אַריינפאַלן לידי האויב, נאָר (ווי גערעדט אַמאָל בארוכהסג) ווייל דאָרטן (מקום הגניזה) האָט דאָס אַ דין פון מקום הארון (וואָס דעריבער האָט שלמה גלייך בתחלת בנין הבית „וידע שסופו ליחרב בנה בו מקום לגנוז בו הארון"סד, ער האָט דאָס מקדש געווען אַלס מקום לקדושת הארון אין קודש הקדשים),
איז עד"ז אויך בנוגע די אַנדערע זאַכן וואָס זיינען געווען „לפני הארון" — זייער גניזה „עמו" (מיטן ארון) איז דערפאַר וואָס דאָס איז מקומם, און במילא איז אויך געפינענדיק זיך במקום גניזתם זיינען זיי פועל פעולה;
— בפרט בנוגע למקלו של אהרן, וואָס דער לימוד אַז ער איז נגנז געוואָרן צוזאַמען מיטן ארון איז פון דעם וואָס ביי אים שטייט „למשמרת (לאות)"65), אויך במקום הגניזה איז דאָס „למשמרת לאות" —
און דערפאַר איז אויך באַ דער גניזה די גמרא מפרט „מקלו של אהרן בשקדי' ופרחי'",