עברית
Library

Likkutei Sichos

Nasso 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

42נשא

א. בנוגע דעם קרבן הנשיאים לחנוכת המזבח דורכן נשיא פון שבט אפרים, וואָס זיין הקרבה איז געווען ביום השבתא, שטייט אין מדרש רבה דפרשתנו (פרשה יגב): „שלשה דברים (ש)עשו הנשיאים שלא כהוגן וקבלם הקב"ה . . בכ"מ אין קרבן יחיד דוחה את השבתג וכאן קרבן יחידד דוחה את השבת, האה למדנו כמה קרבן נשיאים חביב לפני הקב"ה".

אָבער ווייטער (אין פרשה ידו) זאָגט דער מדרש בענין זה: „שלא תאמר היאך חלל את השבת והלא אין קרבן יחיד דוחה את השבת וזה הקריב בשבת, אמר הקב"ה לא על פיו עשה שאני אמרתי למשה כו'".

אין פשטות קומט אויס, אַז לויטן ערשטן מדרש איז די הקרבה בשבת — מתחלה געווען בלתי רצוי („שלא כהוגן"), נאָר בדיעבד, מצד דעם וואָס „קרבן נשיאים חביב לפני הקב"ה", איז „קבלם הקב"ה";

משא"כ לויטן צווייטן מדרש, איז די הקרבת הקרבן בשבת מלכתחלה געווען רצוי („כהוגן"), ווייל „אני אמרתי למשה כו'".

אָבער כד דייקת קען מען אויך לויטן ערשטן מדרש ניט לערנען, אַז הקרבת הנשיא איז געווען אסור — ווייל ח"ו צו זאָגן אַז אַ נשיא וועט זיך פירן היפך הדיןז; ועוד ועיקר — משה איז געווען דערביי, די כהנים האָבן געטאָן עבודתם ולוויים בדוכנם — און זיי אַלע היפך הדין, אתמה!

מוז מען זאָגן, אַז אויך לויט דעם מדרש איז די הקרבה בשבת (מלכתחלה) געווען על פי הציווי, נאָר ווייל דאָס איז געווען אַ הוראת שעהח (וואָס אַ חוץ דעם איין און איינציגן מאָל איז עס אַ דבר האסור), ווערט עס אָנגערופן „שלא כהוגן"ט.

43דאַרף מען לפי"ז פאַרשטיין: וואָס זיינען די סברות פון די צוויי מדרשים, וואָס לויט דעם ערשטן מדרש איז די הקרבה „שלא כהוגן", און לויטן צווייטן מדרש — איז עס ניט חילול שבת, ס'איז כהוגן, און נאָכמער — ס'איז קיום ציווי השם, „שאני אמרתי כו'"?

ב. אין גמראי ווערט געבראַכט, אַז דער טעם וואָס בזמן חנוכת ביהמ"ק הראשון „לא עשו ישראל את יום הכיפורים" איז ווייל „אמרו קל וחומר: ומה משכן שאין קדושתו קדושת עולם וקרבן יחיד דוחה שבת דאיסור סקילה, מקדש שקדושתו קדושת עולם וקרבן ציבור ויום הכיפורים דענוש כרת לא כ"ש".

פון דעם איז מובןיא, אַז לדעת הגמרא איז די הקרבה בשבת ביי חנוכת המשכן ניט געווען קיין הוראת שעה („שלא כהוגן") — ניט ווי דער מדרש הא' הנ"ל — ווייל דעמולט וואָלט מען פון דעם ניט געקענט אָפּלערנען (מיט אַ ק"ו) אויף די קרבנות שבחנוכת ביהמ"ק.

די סברות הפלוגתא צווישן דעם מדרש הא' און דער גמרא ומדרש הב' (צי דער היתר ההקרבה בשבת איז געווען אַ הוראת שעה אָדער ניט) קען מען מבאר זיין בכמה אופנים, ומהםיב:

א) די גמרא וכו' רעדט לויטן מ"ד וואָס האַלט אַז שבט אקרי קהליג, און היות אַז דער קרבן וואָס דער נשיא האָט מקריב געווען איז געווען אַ קרבן השבט, איז דאָס ניט קיין הוראת שעה, ווייל עס איז אַ קרבן קהל, איז מען עס מקריב ווי אַלע קרבנות ציבור, וואָס זיינען דוחה שבת (און דאָס וואָס די גמרא רופט עס אָן „קרבן יחיד" איז עס אין פאַרגלייך צום קרבן תמיד וכיו"ב שלפניו ושלאחריו, וועלכע זיינען קרבנות כל קהל עדת ישראל, אַלע שבטים).

משא"כ דער מדרש הא' האַלט ווי דער מ"דיג אַז שבט לא אקרי קהליד, וואָס לפ"ז האָט דער קרבן הנשיא געהאָט דעם דין פון אַ געוויינלעכן קרבן יחיד וועלכער איז ניט דוחה שבת, און דער היתר ההקרבה איז געווען מצד אַ הוראת שעהטו.

ב) לכו"ע איז שבט אקרי קהלטז; אָבער דעם קרבן הנשיאים האָט יעדער נשיא געבראַכט פון זיין אייגנטום — ניט פון דעם וואָס דער שבט (בכללו) האָט געגעבן, ווי עס שטייט בפירוש אין מדרשיז (און רש"י ברענגט עס בפירושו על התורהיח) אַז „משלו הביא ולא שגבה משבטו";

און די מחלוקת צווישן דעם מדרש הא' מיט דער גמרא וכו' איז: לדעת המדרש, וויבאַלד דער נשיא האָט פאַר דעם קרבן ניט גובה געווען משבטו,44בלייבט עס אין גדר פון אַ קרבן יחיד וואָס איז ניט דוחה שבת (און דערפאַר דאַרף מען זאָגן אַז דער היתר ההקרבה איז געווען אַ הוראת שעה);

משא"כ לדעת הגמרא כו', איז כאָטש „משלו הביא", איז דער „הביא" אָבער געווען אַלס „למטה יהודה" (וכיו"ב) „יחסו הכתוב על שבטו"יט אַ קרבן פאַר דעם גאַנצן שבטכ, איז זיין קרבן אַ קרבן צבור, וואָס איז דוחה שבת.

[ויש לומר, אַז דערמיט איז אויך מבואר דער דיוק הלשון אין מדרשכא — וואו ער זאָגט אַז פון „זה קרבן נחשון בן עמינדב" לערנט מען אָפּ אַז „משלו הביא ולא שגבה משבטו והביא" — וואָס ער זאָגט דאָרט בסיום הענין „זה קרבן דוחה את השבת ואין קרבן יחיד דוחה את השבת" —

וואָס פון סתימת לשון השלילה „ואין קרבן יחיד דוחה את השבת" (און ניט „ואין שארכב קרבן יחיד דוחה את השבת" או כיו"ב) איז משמע, אַז דער קרבן הנשיא איז ניט אין גדר פון קרבן יחידכג; אָבער, לאידך, פונעם דיוק הלשון בהתחלת הלימוד „זה קרבן דוחה את השבת" (ווי אויך דערפון וואָס מ'דאַרף איבערהויפּט האָבן אַ לימוד אַז ס'איז דוחה שבת) איז משמע אַז דער קרבן הנשיא האָט אַ שייכות צו קרבן יחיד, און דערפאַר דאַרף מען אַ לימוד מיוחד אויף דעם סוג קרבן („זה") אַז ער איז דוחה שבת —

ועפ"י הנ"ל איז מובן, ווייל אין הכי נמי: היות אַז דער נשיא האָט דעם קרבן ניט גובה געווען משבטו, קומט אויס, אַז דער קרבן איז אַ קרבן יחיד; אָבער מצד דעם וואָס דער מקריב איז אַ „נשיא למטה" האָט זיין קרבן דעם דין פון אַ קרבן צבור].

ג. ע"פ כהנ"ל קומט אויס, אַז דער צווייטער מדרש (הנ"ל סעיף א) — וואָס לויט אים איז די הקרבה פון קרבן הנשיא בשבת מלכתחלה געווען אַן ענין כהוגן — ודעת הגמרא היינו הך — אַז ער האָט מקריב געווען דעם קרבן בשבת ווייל ס'איז אַ קרבן צבור, און מען דאַרף ניט אָנקומען צו אַ הוראת שעה.

אָבער עס איז שווער אַזוי צו לערנען בלשון המדרשכד „לא על פיו עשה שאני אמרתי למשה נשיא אחד כו'", היינו, אַז עס איז געווען אַן אמירה וציווי מיוחד בנוגע דעם קרבן (— הוראת שעה).

[ומובן בפשטות, אַז ס'איז אַ דוחק הכי גדול צו זאָגן, אַז דער „אני אמרתי למשה נשיא אחד כו'" מיינט מען ניט אמירת „נשיא אחד גו'" ובכלל איז ניט געווען קיין אמירה פרטית באותו ענין,45נאָר דאָס מיינט מען די הוראה ודין כללי ולדורות — אַז שבט אקרי קהל, אָדער אַז אַ קרבן הנשיא האָט אַ דין פון קרבן השבט]כה.

והדרא קושיא לדוכתה: וואָס איז סברת הפלוגתא צווישן די צוויי מדרשים הנ"ל?

ד. ויש לומר הביאור בזה:

לויט ביידע מדרשים, זיינען די קרבנות המילואים פון חנוכת המזבח (וואָס „אין כמותן לדורות"כו) געווען נאָר לפי שעה ובגדר הוראת שעה (אַזוי ווי די אַנדערע פרטים פון קרבנות הנשיאים וועלכע זיינען געווען לשעה ובגדר הוראת שעהכז ועד"ז בכמה פון קרבנות ימי המילואים) און נאָר מצד דער הוראת שעה איז געווען דער היתר צו מקריב זיין דעם קרבן הנשיא בשבת;

נאָר דעם היתר קען מען לערנען אויף צוויי אופנים: דער (איסור) שבת איז „דחוי'" — אַז דער איסור מלאכה איז בתקפו עומד, נאָר חנוכת המזבח איז עם דוחה; אָדער אין אַן אופן פון „הותרה" — אַז די מלאכה איז דאָ מלכתחלה (ניט נאסר געוואָרן, נאָר זי איז) אַ דבר המותר בשבת.

[ע"ד המחלוקת בענין פקוח נפש בשבתכח (וכמה הלכותכט), צי ס'איז „דוחה" אָדער „מותר"].

און דאָס איז די סברת החילוק צווישן די צוויי מדרשים:

לויט דער דרשה אַז „עשו הנשיאים שלא כהוגן", איז דער היתר ההקרבה נאָר באופן „דחוי'", די קרבנות האָבן דוחה געווען דעם איסור שבת „אָן אַ זייט" — אויך לאחר הדחי' איז דער איסור מצ"ע ניט בטל געוואָרןל, נאָר ער ווערט בלויז נדחה דערפאַר וואָס „קרבן נשיאים חביב לפני הקב"ה";

דער צווייטער מדרש האַלט אָבער אַז דאָס איז באופן „הותרה", ד. ה. ס'איז אַ גדר של דבר היתר (הקרבת קרבנות חנוכת המזבח בשבת), אין דעם פאַל זיינען מלכתחלה ניט חל די איסורי מלאכה בשבת;

און דערפאַר איז דער מדרש מדגיש — ניט נאָר קען מען ניט זאָגן „חילל את השבת" (אָדער „שלא כהוגן") נאָר אדרבא — עס איז אַ קיום ציווי, „לא על פיו עשה שאני אמרתי כו'".

ה. עפ"ז וואָלט מען אויך געקענט מבאר זיין פאַרוואָס אין מדרש הנ"ל (סוף סעיף ב) אויפן פסוק „זה קרבן נחשון גו'" שטייט דער לשון „זה קרבן דוחה את השבת ואין קרבן יחיד דוחה את השבת" (פריער ווערט געזאָגט ווי דער דין איז דאָ, ביים קרבן נשיא — „זה קרבן דוחה", און דערנאָך ווי דער דין איז ביי קרבן יחיד בכלל — „ואין קרבן יחיד כו'"), וואָס דאָס איז בסדר הפוך ווי46עס ווערט געזאָגט אין מדרש הנ"ל (סעיף א): „בכל מקום אין קרבן יחיד דוחה את השבת וכאן קרבן יחיד דוחה את השבת" —

דיש לומר, אַז דער שינוי איז תלוי אין די צוויי אופנים הנ"ל:

לויטן ערשטן מדרש איז דאָס בלויז „דחוי'" (כנ"ל), און דעריבער איז דער מדרש מקדים „בכ"מ אין קרבן יחיד דוחה את השבת", וואָס דאָס איז מדגיש ווי מצ"ע ובכלל איז דאָס אַ מעשה האסור („שלא כהוגן") וואָס נאָר „כאן" ווערט עס נדחה, אין דעם פאַל;

משא"כ לויטן מדרש אויפן פסוק „זה קרבן נחשון גו'" איז עס „הותרה"לא, און דערפאַר הויבט ער אָן „זה קרבן דוחה את השבת" וואָס די הקדמה והדגשה איז דאָ אויף דעם דין והיתר מיוחד פון קרבן הנשיא (וואָס מצד דעם איז „זה" — מעג מען ברענגען בשבת), און ערשט דערנאָך דערציילט מען אַז „ואין קרבן יחיד דוחה את השבת".

וע"פ המבואר לעיל (סעיף ב) אַז לויט דעם מדרש אויפן פסוק „זה קרבן גו'" איז דער קרבן נשיא ע"ד ווי אַ קרבן השבט (צבור), קען מען זאָגן, אַז דאָס איז דער טעם וסיבת הפלוגתא פון די צוויי מדרשים:

לויטן ערשטן מדרש אַז ס'איז געווען „שלא כהוגן" („דחוי'"), איז דער קרבן הנשיא אַ קרבן יחיד [ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם לשון „בכ"מ אין קרבן יחיד כו' וכאן קרבן יחידלב כו'"], און דערפאַר האָט די הוראת שעה בלויז אויפגעטאָן אַ „דיחוי";

משא"כ לויטן מדרש „זה קרבן דוחה כו'", אַז עס האָט אַ דין ע"ד ווי אַ קרבן השבט — איז שבת הותרה לגבי'לג.

עפי"ז וועט אָבער אויסקומען, אַז בעניננו איז אויך אין דעם גדר פון „הותרה" גופא דאָ מדרשים מחולקים:

לויטן מדרש אַז „זה קרבן דוחה שבת כו'" איז שבת הותרה ווייל דער קרבן הנשיא איז ע"ד קרבן צבור;

משא"כ לויטן מדרש הנ"ל (סעיף א) — „שלא תאמר היאך חלל כו' והלא אין קרבן יחיד דוחה כו' שאני אמרתי כו'" — וואָס האַלט אַז „הותרה" (כנ"ל סעיף ד), איז משמע אַז עס האָט געהאַט אַ דין פון קרבן יחיד (נאָר ווייל „אני אמרתי כו'" איז — „זה הקריב בשבת").

ו. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ (פערטן) מדרש בפרשתנו (פרשה ידלד) בענין זה, וז"ל: „מי הקדימני ואשלםלה, מדבר ביוסף שהוא הקדים ושימר את השבת עד שלא ניתנה . . אמר הקב"ה יוסף אתה שמרת את השבת עד שלא ניתנה התורה, חייך שאני47משלם לבן בנך שיהא מקריב קרבנות בשבת מה שאין יחיד מקריב ועלי לקבל קרבנו ברצון"לו.

איז תמוה: ווי פּאַסט צו זאָגן, אַז דער שכר אויף שמירת שבת איז — „שיהא מקריב קרבנו בשבת מה שאין יחיד מקריב כו'" — אַ פעולה וועלכע איז (בכלל) דער היפך פון שמירת שבת?!

לא מיבעי אויב דער קרבן נשיא איז בלויז דוחה דעם שבת [וואָס דעמולט הייסט עס נאָך אַלץ שלא כהוגן, אַ מעין פון חילול שבת, נאָר בהוראת שעה ווערט דער איסור נדחה בפועל צוליב'ן קרבןל]; נאָר אפילו אויב ס'איז „הותרה", מיינט דאָס נאָר אַז ס'איז ניטאַ קיין חילול, דאָס איז אָבער ניט קיין פעולה ותוכן פון שמירת שבת (וואָס זאָל זיין אַ שכר אויף שמירת שבת)!

איז דערפון גופא געדרונגען, אַז לויט דעם מדרש, האָט דער קרבן הנשיאים בשבת אויפגעטאָן אַ הוספה אין שמירת שבת.

ז. וי"ל דעם ביאור בזה:

די פיר מאמרי המדרש הנ"ל טיילן זיך (בכללות) אויף צוויי סוגים:

דער דרש אַז דאָס זיינען געווען קרבנות „שלא כהוגן" און דער דרש „זה קרבן דוחה את השבת ואין קרבן יחיד דוחה את השבת" (ביידע אין פרשה יג) — שטעלן זיך אויף כללות הענין פון קרבנות הנשיאים, וואָס איינער פון די חידושים שבקרבנות הנשיאים (צווישן אַנדערעלז) איז געווען, וואָס דער קרבן הנשיאים האָט דוחה געווען שבת.

משא"כ די אַנדערע צוויי דרשות (ביידע אין פרשה יד) — „שאני אמרתי כו'" און „מי הקדימני ואשלם כו'" — שטעלן זיך אויף (דעם פסוק „ביום השביעי נשיא לבני אפרים"לח, און רעדן במיוחד וועגן) מעלת הקרבן וואָס דער נשיא אפרים האָט מקריב געווען ביום השבת.

ועל פי זה יש לומר, אַז דער חילוק הכללי צווישן די צוויי סוגים איז:

אין די ערשטע צוויי דרשות (וועלכע רעדן וועגן קרבנות הנשיאים בכלל) ווערט אַרויסגעבראַכט ווי דער ענין פון דחיית השבת איז אַ דין וואָס איז פאַרבונדן מיט כללות קרבנות הנשיאים לחנוכת המזבח, ד.ה. אַז מצד דער מעלה כללית פון (חנוכת המזבח ע"י) קרבנות הנשיאים איז די הקרבה דוחה שבתלט.

48אָבער אין די אַנדערע צוויי מדרשים*39, וואָס רעדן וועגן דעם קרבן מיוחד פון נשיא אפרים ביום השבת, איז מבואר ווי די דחי' איז (ניט מצד די כללות קרבנות הנשיאים, ניט קיין דין אין חנוכת המזבח, נאָר ווי דאָס איז) אַ דין אין (הלכות) שבת, אַז מצד שבת האָט דער נשיא געדאַרפט דעמולט מקריב זיין דעם קרבן.

ח. און אין דעם גופא, אַז ס'איז אַ דין אין הלכות שבת, קען מען לערנען צוויי אופניםמ:

א) אַז מצד (הלכות) שבת איז די הקרבה מותר. ד.ה. דאָס איז ניט אַן ענין וואָס איז מותר מצד מעלת קרבנות הנשיאים לחנוכת המזבח [אַז תורה זאָגט אַז די מעלה פון קרבנות הנשיאים איז אַזוי גרויס, אַז דאָס וועגט איבער דעם איסור מלאכה בשבת], נאָר דאָס איז אַ תנאי אין (איסורי מלאכה ב)שבת, אַז ביחס צו די קרבנות איז מלכתחלה ניט חל דער איסור מלאכה בשבת.

[וע"ד ווי מען געפינט בכמה מקומות בנוגע „עשה דוחה לא תעשה", אַז די עשה ווערט אַ תנאי פון וועלכן דער לאו איז אָפּהענגיק (תלוי)מא, דער לאו איז מלכתחלה ניט חל אין פאַל ווען ס'איז דאָ קעגן אים אַן עשה]מב.

ב) הקרבת הקרבנות בשבת איז אַ חלק פון מצות שבת: כשם ווי מצד קדושת שבת זיינען מלאכות אסור בשבת, אַזוי איז קדושת שבת מחייב מ'זאָל מקריב זיין מוספי שבת, ועד"ז הקרבת „נשיא אחד ליום" השבת, וואָס „אמרתי" דעם קרבן (של נשיא אפרים) בשבת, און דורך דעם דוקא ווערט נתקיים שמירת שבת כדבעי.

[וע"ד ווי מען געפינט די סברא (ודיעהמג) בנוגע צו פקו"נ, אַז דאָס מיינט ניט בלויז אַז דער פקו"נ איז דוחה דעם איסור מלאכה בשבת אָדער אפילו אַז די מלאכה ווערט מותר בשבת, נאָר פקו"נ איז אַ דין אין שמירת שבת (ועפ"ז יומתק וואָס עס שטייט אין הלכות שבת), דאָס איז מוסיף אין שמירת שבת, ווי מען לערנט עס אָפּ פון „ושמרומד בנ"י את השבת"מג, ובלשון האור החייםמה: „למה אני אומר שתחלל שבת על החולה, אין זה קרוי חילול אדרבא זה קרוי שמירת שבת"].

49ט. עפ"ז איז מובן דער אויפטו פון די לעצטע צוויי מדרשים (שבפרשה יד) לגבי די ערשטע צוויי (שבפרשה יג):

לויט די מדרשים אין פרשה יג איז דער היתר ההקרבה מצד דעם דין כללי פון קרבנות הנשיאים כנ"ל — דער חילוק ביניהם איז נאָר אין דעם, צי דאָס איז „דחוי'" אָדער „הותרה" (כנ"ל סעיף ה).

משא"כ די מדרשים שבפרשה יד, וואָס רעדן במיוחד וועגן דעם קרבן שביום (השבת) השביעי, האַלטן ביידע אַז ס'איז אַ דין אין שבת, און דעריבער איז אין ביידע מדרשים ניט מודגש די אויסגעטיילטקייט פון דעם קרבן דערמיט וואָס ער איז כעין קרבן צבור און דערפאַר זאָל די הקרבה זיין בגדר הותרה (ווי אין דעם מדרש הנ"ל (פרשה יג) „זה קרבן דוחה את השבת") — נאָר פאַרקערט: אין זיי איז די הדגשה ווי דער קרבן הנשיא איז אין גדר פון אַ קרבן יחיד („והלא אין קרבן יחיד דוחה את השבת וזה הקריב בשבת אמר הקב"ה כו' שאני אמרתי כו'"; „שיהא מקריב קרבנו בשבת מה שאין יחיד מקריב כו'") —

וואָרום דער היתר הקרבת הקרבן לדעת מדרשים אלו איז ניט ווייל די קרבנות האָבן אין זיך אַן ענין ותוקף מיוחד און דערפאַר זיינען זיי דוחה שבת באופן של „הותרה", נאָר ווייל שבת זאָגט אַז „זה יקריב בשבת", אפילו זייענדיק קרבנות היחיד.

נאָר די צוויי מדרשים טיילן זיך אין די צוויי אופנים הנ"ל, ווי אַזוי דאָס איז אַ דין אין שבתמו:

לויטן מדרש „שאני אמרתי כו'", איז דאָס כאילו ווי „אַ תנאי אין שבת", אַז שבת „זאָגט" אַז אויף דעם קרבן איז מלכתחלה ניט חל דער איסור שבת, דעריבער ווערט אין מדרש באַוואָרנט „שלא תאמר היאך חלל את השבת כו' אמר הקב"ה כו' שאני אמרתי כו'", אַז ס'איז בכלל ניט בגדר חילול שבת, ווייל דאָס איז ע"פ הציווי [ע"ד ווי מ'געפינט דעם לשון אין פוסקיםמז (בפירוש המכילתאמח „מחללי' מות יומתמט וביום השבת שני כבשיםנ שניהם בדבור אחד נאמרו") „להודיע שבשעה שהותר זה נאסר זה וללמד כי אין זה חלול שבת"נא].

און לויטן מדרש וואָס זאָגט, אַז דאָס איז געווען בגדר „שכר" אויף דעם וואָס „יוסף שימר את השבת עד שלא ניתנה", קומט אויס, אַז דאָס איז ניט נאָר אַ תנאי אין שבת, אַז קרבן נשיא אפרים פון מילואים איז מותר בשבת, נאָר אַז עי"ז50איז מען מקיים באופן חיובי מצות שמירת שבת — דער קרבן איז מוסיף אין קדושת שבת.

[וע"ד ווי גערעדט במק"אנב בפירוש דברי המכילתא הנ"ל בעומק יותר, אַז דאָס וואָס „בדבור אחד נאמרו" מיינט ניט (נאָר) אַז זיי זיינען ניט סותר זה לזה, נאָר ביידע האָבן דעם זעלבן תוכן קדושת שבת: זי איז א) דורך הקרבת הכבשים, ב) דורך איסור מלאכה].

און דערפאַר איז דאָס אַ שכר מתאים צו שמירת שבת דיוסף: וויבאַלד ער האָט געהיט שבת בהוספה, „עד שלא נתנה", האָט מען אים דעריבער געגעבן אַ הוספה אין שמירת שבת (לגבי אַנדערע אידן), אַז דוקא „בן בנך" האָט מוסיף געווען בקדושת שבת דורך מקריב זיין אַ קרבן מיוחד בשבתנג.

(חוספת נקודות לתוספת ביאור)

יו"ד. דער ענין איז אָבער נאָך אַלץ דורש ביאור:

אמת טאַקע אַז דאָס וואָס נשיא אפרים האָט מקריב געווען קרבנו בשבת קען זיין אַ שכר אויף שמירת שבת דיוסף, דערפאַר וואָס די הקרבה איז מוסיף אין קדושת שבת כנ"ל — וואָס איז אָבער דער טעם, וואָס דער שכר האָט זיך אויסגעדריקט דוקא אין אַ מעשה וועלכע איז (מצד עצמו) היפך פון שמירת שבת?

איז די הסברה בזה:

דאָס*53 וואָס יוסף האָט מקיים געווען די מצוה פון שמירת שבת „עד שלא ניתנה" איז אַ באַווייז, אַז זיין שמירת שבת איז פון אַן „אָרט" וואָס איז נאָך העכער פון דעם אָרט ש"ניתנה".

כפירוש „ניתנה" — די זאַך איז דאָ פון פריער און זי ווערט דערנאָך געגעבן למי שניתנה.

ס'איז פאַרשטאַנדיק אַז אין יעדער „אָרט" וואו שבת איז „ניתנה", איז די קדושה און שמירת שבת לויט דעם מקום שבו ניתנה.

51מעין וע"ד ווי מ'געפינט אין הלכהנד דעם חילוק צווישן ת"ח און פועלים ובעלי בתים: „פועלים ובע"ב יעסקו יותר בתורה בשבת כו' ות"ח ימשיכו יותר בעונג אכילה ושתי'".

ביז דעם חילוק הכללי ווי דער ענין השביתה והשמירה איז ביים אויבערשטן („כי בו שבת מכל מלאכתו"נה) וואָס איז שביתה פון דיבור ואמירהנו („בעשרה מאמרותנז נברא העולם"נח), און למטה איז דער ענין השביתה (בעיקרנט) — פון עשי'ס.

דערפון איז מובן, אַז אין דעם „עולם" למעלה וואָס איז העכער פון עולם הדבור — אין דעם עולם וואָס לא משתעי במילי דהדיוטאסא (וואָס גייט אויף די עשרה מאמרותסב) — איז קדושת השבת (ועונגו) ניט שביתה פון דבור, נאָר אין דער שביתה פון ירידות וצמצומי העולם וגבורות שלו (ע"ד גיהנםסג, וואָס בשבת „כל שולטני רוגזין ומארי דדינא כולהו ערקין ואתעברו מינה"סד), אין ג"ע ווערט דעמולט נתגלה אַ העכערער עונג וכו'.

און דאָס איז אויך דער אויפטו פון שמירת שבת דיוסף „עד שלא ניתנה"*64: ביי אים האָט מאיר געווען דער ענין השבת ווי ער איז אין אַן עולם וועלכער איז העכער פון ארץ שבו „ניתנה" שבת — זיין שביתה איז — פון אַ העכערן ענין ווי די שביתה ממלאכה וואָס נעמט זיך פון דעם „בו שבת" פון עולם הדבור (עשרה מאמרות); און דער עונג השבת אין דער מדריגה („עד שלא ניתנה") באַשטייט אין אַ גילוי עונג עליון יותר, כנ"ל.

און דערפאַר איז דער שכר אויף דער שביתה ושמירה בדרגת השבת „שלא ניתנה" געקומען אין אַן ענין הפכי פון דער עלי' בשבת ורוחניות השבת שבארץ בה ניתנה — ע"ד ווי מיר זעען, אַז אַן עונג יותר עליון נתגלה (לפעמים) — דוקא אין אַן ענין וואָס איז תחתון יותרסה,

וע"ד ביי אַ אב ובנוסו, אַז דוקא אין אַ מעשה קטנות פון בנו התינוק איז דאָ אַ העכערער עונג (מער — ווי פון דעם שכל פון בנו הגדול).

יא. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון דעם ענין צו יוסף ואפרים דוקא:

דער ענין פון יוסף איז — „יוסף ה' לי בן אחר"סז, אַז ער מאַכט פון „אחר" אַ „בן"סח; און דאָס האָט זיך אויסגעדריקט52במיוחד אין בנו אפרים — על שם „כ הפרני* אלקים בארץ עניי"סט, זיין עני איז, וואָס דוקא אין „ארץ עניי" ווערט — „הפרני אלקים", אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למתקאע.

און דעריבער, איז דוקא ביי אים געין ווען דער ענין פון הקרבת הקרבן ט בשבת, אַז פון אַן ענין של הקרבה, וואָס גא ביום השבת איז דאָס לכאורה אַן ענין

פון „עניי" — ווערט פאַרקערט,

„הפרני", אַ תוספת אין (שמירת ו)קדושת

שבת.

(משיחת ש"פ מצורע, ז' ניסן, תשמ"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ncnnysc0

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources