Likkutei Sichos
Addenda - sichos 8
275יום ג' פ' פינחס,
שבעה עשר בתמוז יהפך לשמחה, ה'תש"מ.
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —
א. בשעת אידן קלייבן זיך צוזאַמעןא, און מ'פאַרבינדט דאָס מיט אַן ענין של תפלה
— ובפרט מיט תפלת מנחה, וואָס אויף תפלת מנחה זאָגט די גמראב „לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה, שהרי אליהו („פנחס הוא אליהו"ג) לא נענה אלא בתפלת המנחה" —
און מיט אַן ענין של תורה — קריאת התורה, און מיט נתינת הצדקה — לפני או אחרי התפלה —
ווערט דאָך דערפון דער „חוט המשולש"ד פון די שלשה דברים, תורה עבודה וגמילות חסדים, ובמילא איז פאַרשטאַנדיק וויפיל מ'קען דעמולט אויפטאָן אַז עס זאָל זיין „העולם עומד"ה און „העולם קיים"ו, סיי דער „עולם קטן" זה האדםז, און סיי דער עולם כפשוטו (וואָס אין ענין יוצא מידי פשוטו).
ב. ובמיוחד ביום זה, שבעה עשר בתמוז, וואָס דעמולט קומט צו אַז מ'דאַרף אויפטאָן (ניט נאָר אין „העולם עומד" און „העולם קיים", נאָר אויך) דעם ענין פון „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות"ח:
שבעה עשר בתמוז איז פאַרבונדן מיט די „חמשה דברים" בלתי רצויים וואָס האָבן געטראָפן ביום זהט,
דברים בלתי רצויים ניט נאָר אין שייכות מיט „אתם קרויין אדם"י, מיט אידן (ביז צו אַ יחיד — „עולם קטן"), נאָר אויך אין שייכות מיט כל העולם כולו, ביז — מיט כל סדר ההשתלשלות (כמבואריא אין מדרשי חז"ל, וביתר ביאור — אין חסידות) —
דאַרף מען אויסנוצן דעם טאָג (דורך די פעולות פון תורה עבודה און גמ"ח אין דעם טאָג) אויף אויפטאָן אַז עס זאָל זיין „העולם עומד" און „העולם קיים",
ביז — אַרויסבאַקומען דעם „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות", עס זאָל צוקומען אין אור וחכמה ביתר שאת ויתר עז,
ווי דער רמב"ם ברענגט אַראָפּ להלכה בסוף וסיום הלכות תעניות, אַז דוקא מצד די עניניםיב וואָס זיינען פאַרבונדן276מיט דעם טאָג, וועלן צוקומען ימים טובים וימי ששון ושמחה באַ אידן —
„כל הצומות האלו כו' עתידים להיות ימים טוביםיג וימי ששון ושמחה".
און ווי מ'ברענגט דאָס אַראָפּ אויך אין דיבור בפועל (וואָס „עקימת שפתיו הוי מעשה"יד) אין די סליחות וואָס מ'זאָגט בשבעה עשר בתמוז בבוקר — „ושבעה עשר בתמוז הפך לנו לששון ולשמחה"טו.
ג. ס'איז דאָך „המעשה הוא העיקר"טז — דאַרף מען אַרויסנעמען אַ הוראה אין מעשה בפועל פון שבעה עשר בתמוז.
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדם וואָס דער רמב"ם שרייבט בריש הלכות תעניות, אַז דער ענין התענית איז „מדרכי התשובה הוא", מ'טאַר ניט זאָגן אַז די צרה וואָס האָט גורם געווען דעם תענית איז „נקרה נקרית", נאָר מ'דאַרף וויסן אַז זי איז געקומען בכדי אַז מ'זאָל תשובה טאָן.
וואָס אַזוי איז אויך בנוגע צו די ד' צומות, אַז זיי זיינען „כדי לעורר הלבבות לפתוח דרכי התשובה ויהי' זה זכרון למעשינו הרעים ומעשה אבותינו שהי' כמעשינו עתה עד שגרם להם ולנו אותן הצרות", וואָס „בזכרון דברים אלו נשוב להיטיב"יז:
מען דאַרף זיך מתבונן זיין אין די סיבות וואָס האָבן געבראַכט „אותן הצרות" — „מעשינו הרעים", על מנת צו מתקן זיין די מעשים דורך תשובה,
ביז דאָס וועט זיין אַ תיקון בשלימות, ביז צו אַ שלימות לויטן צווייטן אָפּטייטש אין שלימות — ניט נאָר מילוי החסרון, נאָר אַ שלימות וואָס איז העכער און בעסער פון דעם מצב וואָס איז געווען לפני זה,
ובלשון הנזכר לעיל: „יתרון האור מן החושך"יח דוקא, און „יתרון החכמה מן הסכלות" דוקא, וואָס „אין אדם עובר עבירה אא"כ נכנס בו רוח שטות"יט.
ד. ס'איז זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז פּונקט ווי די סיבות וואָס האָבן געבראַכט צו פאַרשידענע צומות זיינען ניט די זעלבע (וואָס דערפאַר קומען די צומות אין פאַרשידענע זמנים און ימים מיוחדים) —
אַזוי איז אויך דער „זכרון דברים אלו" (די התבוננות אין דער סיבה וואָס האָט געבראַכט דעם צום), ובמילא אויך דער תיקון אויף דעם, בכל צוםכ ובכל ענין לפי התוכן ופנימיות הענין.
און ס'איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז דער ענין ותוכן מיוחד פון יעדן תענית (וואָס אין דערויף דאַרף מען זיך מתבונן זיין און אין דעם דאַרף זיין דער תיקון) — איז אויך פאַרבונדן (ברמז, אָדער — אפילו בגלוי) מיט די מאורעות מיוחדים277וואָס האָבן געטראָפן אין דעם צום מסוים.
ה. ובנוגע לעניננו: די עבודה פון שבעה עשר בתמוז איז מובן פון די מאורעות וואָס האָבן געבראַכט דעם צום:
די משנה זאָגט אַז „חמשה דברים אירעו את אבותינו בשבעה עשר בתמוז", און דאָס האָט געבראַכט צו קביעת התענית ביום זה.
די ערשטע זאַך פון די „חמשה דברים", סיי אין זמן, סיי (ובמילא) אין חשיבות, סיי אין סיפור הדברים (אויך אין סליחות), איז — „נשתברו הלוחות".
דאַרפן זיין אין דערויף ביידע ענינים: אַ התבוננות אין דער סיבה וואָס האָט געבראַכט דערצו, און אַ התבוננות אין דעם תיקון — אין וואָס פאַר אַן ענין דאַרף מען זיך אַריינלייגן כדי ס'זאָל זיין אַ תיקון לזה, ביז — אַ תיקון בשלימות, ביז צו אַ שלימות באופן של יתרון, ביתר שאת וביתר עז, לגבי ווי עס איז געווען לפנ"ז, כנ"ל.
„נשתברו הלוחות" מיינט, בפשטות, אַז ס'איז געווען אַ „שבירה" רח"ל אין תורה, און אין וועלכע זאַך פון תורה — ווי תורה שטייט אין די לוחות.
דער אויפטו, בכלל, פון תורה ווי זי איז על הלוחות לגבי תושב"כ ותושבע"פ, איז:
ווען תורה איז געשריבן אין אַ ספר תורה, איז זי געשריבן בדיו על (הספר) הקלף, ד.ה. אַז מ'נעמט דיו און דערמיט שרייבט מען אויף אַ קלף, און עס ווערט דערפון איין זאַך — אַ ספר תורה, וואָס פון איר קומען די ענינים פון תורה,
עד"ז תושבע"פ וואָס זי דאַרף זיין בזכרון האדם, ווערט עס אַזוי דורך דערויף וואָס ער לערנט דעם ענין „מאה פעמים", און נאָכמער — „מאה פעמים ואחד"כא, וואָס דעמולט ווערט דער ענין נשמר אין זיין (מוחכב ה)זכרון —
וואָס אין די ביידע אופנים איז דאָס אַ חיבור פון צוויי דברים נפרדים: דיו וקלף, דער לימוד מיטן (מוחכב ה)זכרון;
משא"כ אין די לוחות איז די תורה געווען באופן של חקיקה (אויסגעקריצט).
וכמבואר אין די דרושים פון דעם אַלטן רבי'ן והנשיאים שלאחריו ממלאי מקומו (דרושי בחוקותי, דרושי זאת חקת התורה ובכ"מ), אַז דער חידוש פון אותיות החקיקה אויף אותיות הכתיבה, איז, אַז די אותיות החקיקה זיינען חקוק מיני' ובי' פון די לוחות; ניט קיין חיבור פון ב' דברים נפרדים, נאָר מלכתחלה איין זאַך.
ווען אַ איד לערנט תורה, דאַרף דער לימוד ביי אים ווערן און זיין ניט אין אַן אופן פון חיבור ב' דברים נפרדים, נאָר ער דאַרף ביי אים זיין אויסגעקריצט און איינגעקריצט. די אותיות פון דער תורה שטייען ביי אים אין אַן אופן אַז זיי זיינען אויסגעפאָרמירט אין אים, ד. ה. אַז (אפילוכג) זייער חומר וגוף איז פון דעם אידן אַליין.
וע"פ המבואר בירושלמיכד עה"פכה278„מזה ומזה הם כתובים", אַז די לוחות האָבן כולל געווען אין זיך כל התורה כולה, ביז אפילו מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש בסוף כל הדורותכו — איז פאַרשטאַנדיק, אַז די מעלה פון חקיקה דאַרף זיין אין כל הענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תורה, אפילו אין דעם וואָס אַ „תלמיד ותיק" עתיד לחדש.
אַלע ענינים אין תורה דאַרפן ווערן אַ חלק פון זיין מציאות, ביז אַז מ'קען ניט פאַנאַנדערטיילן צווישן אים מיט תורה, און מ'קען אויך ניט פאַנאַנדערטיילן צווישן תורה מיט אים —
וואָרום די אותיות התורה זיינען אויסגעפאָרמירט און געמאַכט פון אַ חלק מגופו,
אַ גוף וואָס איז איין זאַך מיט נשמתו,
וואָס זי איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"כז, ו"כשאתה תופס בחלק מן העצם אתה תופס בכולו" — כתורת הבעש"ט הידועהכח.
ח. אין דעם באַשטייט די הוראה דערפון וואָס „בשבעה עשר בתמוז נשתברו הלוחות":
בשעת עס זיינען פאַראַן כל הענינים שבתורה, עס ווערט אָבער אַ שבירה און אַ גרעון אין ענין החקיקה שבתורה, עס פעלט דער ענין ההתאחדות פון דעם אידן מיט תורה אין דעם אופן פון חקיקה —
איז דאָס נוגע עד כדי כך, אַז מ'איז גוזר תענית, „מיעוט חלבי ודמי"כט.
ד. ה.: אע"פ וואָס דער גוף איז „קנין הקב"ה"ל, ובפרט אַ גוף פון אַ אידן — איז ידועה תורת הה"מלא, אַז עס ווערט אַ קליין לעחילי אין גוף ווערט אַ גרוישער לאָך אין דער נשמה,
ובפרט לויט ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין אגה"ק סימן כ'לב אַז התהוות היש הגשמי (הגוף) מאין ליש איז ע"י היש האמיתי, ובלשונו — „מהותו ועצמותו של המאציל ב"ה שמציאותו הוא מעצמותו ואינו עלול מאיזה עילה שקדמה לו ח"ו" —
איז פונדעסטוועגן, בשעת עס ווערט אַ „שבירה" אין חקיקת התורה אין דעם אידן — איז ניט נאָר אַז מען מעג ניט מקיים זיין דעם ציווילג „ונשמרתם מאד לנפשותיכם", ניט אָפּהיטן בריאות הגוף,
נאָר אדרבה — ס'איז אַ מצוה צו פאַסטן און ממעט זיין חלבו ודמו (צער הגוף), כדי לתקן השבירה והגרעון בענין החקיקה אין דעם אידן!
ט. אין תורה זיינען אָנגעוויזן כו"כ ענינים וואָס דורך זיי קען זיין דער תיקון אויף שבירת הלוחות. ולפי מארז"ללד (וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ אין תניא פרק לבלה) אַז אהבת ישראל („דעלך סני לחברך לא תעביד"*) איז „כל התורה כולה" — איז מובן, אַז דער ענין פון אהבת ישראל279דאַרף זיין אונטערשטראָכן במיוחד אין שבירת הלוחות (למעליותא):
חז"ללו זיינען מבאר ומסביר (און רש"י ברענגט דאָס אַראָפּ בפירושו עה"תלז), אַז שבירת הלוחות איז געווען מצד (דעם ענין פון) אהבת ישראל:
משה רבינו האָט געוואָלט ממעט זיין (עד כמה שאפשר) אין דעם עונש וואָס האָט דעמולט געקענט ווערן אויף אידן,
— צוזאַמען מיט דער תקוה, אַז דערנאָך וועט זיין „סלחתי כדברך", אַ סליחה „בשמחה ובלב שלם"לח, ביז עס וועט זיין „ושכנתי בתוכם"לט, בנין המשכן —
דערפאַר האָט ער צובראָכן די לוחות, כדי עס זאָל ניט זיין דער שטר כתובה וואָס פאַרבינדט אידן אַלס אַן אשה נשואה מיט אַ כתובה וכו',
ובמילא וועט ער דעמולט קענען טענה'ן (און וויבאַלד אַז דאָס איז טענת משה, וואָס משה אמת — איז מובן אַז תורתו אמת ודיבוריו אמת, דאָס איז אַן אמת'ע טענה) אַז עס האָט קיין אָרט ניט צו מעניש זיין זיי מיט אַן עונש חמור, וויבאַלד די לוחות זיינען צובראָכן — ביז עס וועט דערנאָך זיין „סלחתי כדברך".
י. דערפון איז מובן דער לימוד וואָס מ'לערנט אַרויס פון שבירת הלוחות —
אויף וויפל עס דאַרף זיין די השתדלות ביתר שאת וביתר עז אין דעם ענין פון אהבת ישראל.
און מ'האָט אויף דעם די נתינת כח „מן החושך", פון שבירת הלוחות — וואָרום בפנימיות הענינים איז עס געווען כדי צו לייכטער מאַכן דעם עונש פון אידן, ביז אַז דערנאָך איז אַרויסגעקומען בפועל דער „סלחתי כדברך", בשמחה ובלב שלם.
וואָס אַזוי איז אויך יעדער פעולה אין אהבת ישראל, איז מוסיף אין דעם „כולנו כאחד" — ובמילא ברענגט דאָס (אַ הוספה אין) דעם „ברכנו אבינו"מ,
אָנהויבענדיק פון ביטול כל הענינים הבלתי רצויים,
און דערנאָך — המשכת הברכה, ביז אין דעם אופן פון ברכתו של הקב"ה, וואָס זי איז בלי מדידות והגבלות,
און זי קומט אַראָפּ אין עוה"ז המדוד והמוגבל, צו אַ אידן ווי ער שטייט אַ נשמה בגוף, במדידה והגבלה,
און מ'איז מחבר די שני הפכים בכח המפליא לעשותמא.
יא. אַ צווייטע זאַך פון די „חמשה דברים" וואָס „אירעו את אבותינו בשבעה עשר בתמוז", ביז אַז דאָס איז הוכפל בו באותו החודש (ולכמה דעות — באותו היום)מב איז — דאָס וואָס „הובקעה העיר",
אין דעם טאָג האָבן גוים (און גוי'שקייט) געשפּאָלטן די חומה וואָס האָט מסבב געווען און מגין געווען אויף ירושלים.
280ובעבודת האדם:
„ירושלים" ווערט אַזוי אָנגערופן דערפאַר וואָס עס שטעלט זיך צוזאַמען פון (צוויי ווערטער) — „יראה" און „שלם" (ווי תוספותמג ברענגט אַראָפּ פון מדרשמד),
וכמבואר אין לקו"תמה (עה"פמו „והשתחוו לה' בהר הקודש"), אַז דאָס איז דער ענין פון „שלימות היראה" פאַר דעם אויבערשטן.
וואָס דער ענין פון יראת ה' (ובפרט „יראה שלם", שלימות היראה) — איז כולל אין זיך אַלע ענינים פון עבודת האדם. והביאור בזה:
יראה (עילאה) איז דאָך כנגד דעם יו"ד פון שם הוי', און די יראה איז בשלימות, „יראה שלם", בשעת זי ווערט נמשך מלמעלה, פון דעם אויבערשטן, פון „הר הקודש"מז, כמבואר אין סידור אין דער „הערה לתיקון חצות"מח.
און די יראה שלימה (יו"ד דשם הוי') ווירקט אויפן מענטשן בכל עניניו, וואָס זיי שטעלן זיך אויס בדוגמת די ד' אותיות פון שם הוי'מט [על שם הי' הוה ויהי' כאחדנ]:
דער שכל האדם איז דער י"ה שבשם, און דיבור ומעשה האדם איז דער ו"ה שבשם.
און רצון האדם (וואָס איז פאַרבונדן מיטן רצון העליון) — איז דער קוצו של יו"ד, וואָס פון דאָרטן הויבן זיך אָן אַלע עניני האדם,
[וואָס די דרגא (רצון, קוצו של יו"ד) איז בדוגמא ווי די בחי' פון „מאה פעמים ואחד" אין תורה, וואָס דאָס איז דער „אחד" וואָס איז למעלה פון „מאה", בדוגמא ווי כתר ורצון איז למעלה פון אַלע כחות פנימיים, אפילו ווי זיי שטייען בשלימותם, עשר פעמים עשר (מאה)נא].
יב. אַזוי ווי אַלע ענינים פון תומ"צ (דאַרפן) האָבן אַרום זיך אַ „סייג", ובלשון חז"לנב „ועשו סייג לתורה", עד"ז האָט אויך די בחי' פון „יראה שלם", שלימות היראה, בדוגמא ווי אַ חומה אַרום זיך, וואָס איז אויף איר מגין,
וואָס דאָס איז — דער ענין ההתבוננות, און דער ענין פון קבלת עול און ביטול, כמבואר בארוכה אין דרושי חסידות.
בשעת עס ווערט אָבער אַ „שפּאַלט" אין דער „חומה" וואָס איז מגין אויף „יראה שלם" [וי"ל שזהו בדוגמא צו דעם ענין פון שבירת הלוחות אין עבודת האדם, אַז עס ווערט אַ „שפּאַלט" אין דער חקיקה שבתורה, כנ"ל (ס"ח)] —
איז דער אויבערשטער מצוה אַז דעמולט דאַרף מען האָבן דעם ענין פון „מיעוט חלבי ודמי" כדי דאָס מתקן זיין.
וואָס וויבאַלד אַז דאָס איז אַ ציווי פון דעם אויבערשטן — ווערט דורך דערויף אַן ענין של מצוה, „צוותא וחיבור"נג צום אויבערשטן,
ד.ה. אַז דורך דעם „מיעוט חלבי ודמי" ווערט מען נאָכמער קשור און281נאָכמער נתאחד און נאָכמער איין זאַך מיטן אויבערשטן.
[בדוגמא ווי די התאחדות וואָס ווערט צווישן אַ אידן מיט תורה, ווי גערעדט פריער (ס"ז)].
יג. נאָך אַ לימוד דערפון אין עבודת האדם:
דער ענין פון אַ חומה איז — צו אָפּטיילן דעם וואָס געפינט זיך בפנים פון אַלע ענינים וואָס זיינען מחוץ לחומה.
ובעניננו, די חומה אויף שלימות היראה טיילט אָפּ דעם וואָס האָט שלימות היראה פון דעם וואָס עס פעלט ביי אים אין דער שלימות, דאָס איז אַ מחיצה וחומה המבדלת;
וויבאַלד אָבער אַז ח"ו צו מבדיל זיין צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן, דעריבער זיינען פאַראַן שערים און פתחים אין דער חומה,
ע"ד ווי ס'איז געווען בחומת ירושלים כפשוטה, אַז עס זיינען געווען פתחים ושערים אין דער חומה כדי מ'זאָל אַרויסגיין פון ירושלים אין שאר ארץ ישראל, כדי צו טאָן ענינים וואָס זיינען ניט אין דער דרגת הקדושה פון ירושלים, וועלכע איז מקודשת פון גאַנץ א"ינד — ד. ה. אַז דורך די שערים ווערט דאָס אַלץ איין ארץ ישראל (כאָטש אַז אין דרגות הקדושה איז דאָ אַ נפק"מ בין מקום למקום).
בשעת אָבער ס'איז „הובקעה העיר" אין אַן אופן בלתי רצוי, עס איז דאָ אַ „שפּאַלט" אין דער חומה וואָס איז מגין אויף שלימות היראה —
איז דער תיקון דערפון אַז עס זאָל זיין „הובקעה העיר" למעליותאנה — טאָן מיט אַ אידן וואָס מאיזו סיבה שתהי' איז ער (מחוץ לירושלים) ניט בשלימות היראה, לפנים משורת הדין — ניט באַגנוגענען זיך מיט די דרכים הרגילות, דורך אַ „שער" אָדער אַ „פתח" —
נאָר פורץ זיין דעם גדר און חומה, טאָן לפנים משורת הדין, ביז אין אַן אופן פון מסירת נפש, ניט רעכענענדיק זיך מיט חשבונות און מדידות והגבלות, ביז — איינשטעלן זיך אין סכנה כדי צו אויפטאָן מיט אַ אידן וואָס געפינט זיך מחוץ לחומת ירושלים, אָדער אפילו מחוץ לחומת גבול הקדושה (ארץ ישראל) בכלל.
טו. דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דער הנהגה פון דעם בעל הגאולה
— וואָס מיר געפינען זיך איצטער צווישן זיין יום ההולדת (י"ב תמוז) און יום הכנסו לברית קודש (י"ט תמוז), וואָס דעמולט איז „תחלת כניסת נפש זו הקדושה", ווי דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ בשו"ע שלונו,
ובפרט נאָך אַז מ'געפינט זיך בשנת המאה ואחת נאָך יום הולדתו, וואָס דעמולט איז מזלו גוברנז ביתר שאת וביתר עז —
וואָס ער האָט באַוויזן די דוגמא און דעם ביישפּיל און געעפענט דעם פתח וסלל הדרךנח אין דער הנהגה האמורה, מסירת נפש אויף אהבת ישראל.
282טז. דאָס איז אויך דער קשר מיט דער הוראה האמורה לעיל (ס"ט) פון שבירת הלוחות ע"י משה רבינו, גואל ראשון,
וואָס ער האָט געהאַט מס"נ אויף אהבת ישראל. ער האָט צובראָכן די לוחות, וויסנדיק אַז „והלוחות מעשה אלקים המה והמכתב מכתב אלקים הוא"נט, געטאָן דאָס לטובת בני ישראל, כנ"ל.
און מען ווייס דערנאָך אַז דאָס איז די דרך הנכונה, ווי חז"לס זאָגן (און רש"י איז דערמיט מסיים פירושו עה"ת) עה"פסא „לעיני כל ישראל" — „אשר שברתסב, יישר כחך ששברת":
דער אויבערשטער איז מאשר אַז דאָס איז די דרך הנכונה אין עבודת ה' פון אַ אידן ווי ער שטייט אַ נשמה בגוף אין עוה"ז הגשמי, וואָס דאָרט קען זיין אַ חטא
— ביז ווי דער חטאסג וואָס האָט געבראַכט צו שבירת הלוחות, וחטאים דוגמתו — ווי „שרף אפוסטמוס את התורה" און „העמיד צלם בהיכל"ט (וואָס זיי זיינען אויך פון די „חמשה דברים" וואָס „אירעו את אבותינו בשבעה עשר בתמוז") —
אַז מ'דאַרף זיך מוסר נפש זיין אויף אהבת ישראל.
און „אהני לי' שטותי'"סד — דורך דערויף וואָס מ'טוט ענינים וואָס זיינען לכאורה ניט ע"פ חכמה דקדושה (נאָר — „שטותי'") — דערלאַנגט מען אין דעם „קוצו של יו"ד", אין בחי' מאה ואחדסה,
און מ'איז ממשיך דורך די ענינים אַ „יישר כח" פון דעם אויבערשטן — עס ווערט נאָך פאַרשטאַרקט (דער כח פון דעם אידן אין דעם, דורך באַקומען) די ברכה פון דעם אויבערשטן און — אַ הצלחה מופלגה אין דער עבודה,
אין דער עבודה אין די ענינים כלליים האמורים לעיל,
„ואידך זיל גמור"סו — זיכער קען יעדערער אַרויסנעמען דערפון כמה פרטים ופרטי פרטים.
יז. צווישן די פרטים נוספים (אין שבעה עשר בתמוז) איז דאָ אַ פרט מיוחד, וואָס מ'וועט זיך אויף אים אָפּשטעלן:
אין אָנהויב פון די סליחות פון שבעה עשר בתמוז זאָגט מען: „חרבו שלף אויב . . להיות עוללים ויונקים מוכנים לטבח" (רח"ל).
אין רוחניות הענינים מיינט עס:
בשעת מ'נעמט עוללים ויונקים, און אַנשטאָט צו געבן זיי אַ חינוך וואָס איז פאַרבונדן מיט תורה וואָס זי איז „חיינו ואורך ימינו" און מיט מצוות וואָס אויף זיי שטייטסז „וחי בהם" —
אַ חינוך וואָס איז דער לעבן פון אַ אידן גלייך מרגע שבא לעולם, וואָרום גלייך מרגע שבא לעולם ווערט ער אַ יורשסח פון דער גאַנצער תורה, כמ"שסט283„תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב", און ניט סתם אַ יורש פון אַ באַזונדער זאַך נאָר דאָס איז „חיינו" און „וחי בהם",
ובעיקר באַ עוללים ויונקים, אינגעלעך און מיידעלעך, ווי ער דערציילט אין מדרשע אַז בלעם האָט געזאָגט צו אוה"ע „לכו וחזרו על בתי כנסיות ועל בתי מדרשות שלהן, ואם מצאתם שם תינוקות מצפצפין בקולן אין אתם יכולים להזדווג להם שכך הבטיחן אביהם ואמר להםעא הקול קול יעקב בזמן שקולו של יעקב מצוי בבתי כנסיות אין הידים ידי עשו" —
גיט מען זיי אַ חינוך הפכי, מ'איז זיי מבטל פון לימוד התורה וכו',
וואָס דאָס איז אויך געווען דער רצון האויב בשבעה עשר בתמוז (רח"ל, היל"ת) — צוצונעמען די קינדער פון בתי כנסיות ובתי מדרשות, ובכללות — צונעמען זיי פון אַ חינוך וואָס מאַכט זיי איין זאַך מיט תורה ומצוות,
ביז ס'זאָל זיין רח"ל „עוללים ויונקים מוכנים לטבח".
יח. דערפון איז די הוראה בנוגע צו דעם תיקון אויף די צרות וואָס האָבן געבראַכט דעם תענית —
אַז מ'דאַרף טאָן אין דעם אופן ווי דער בעל הגאולה האָט דורכגעטראָטן די וועג, און האָט געזאָגט ובפומביעב, אַז מ'דאַרף זיך אַריינלייגן בכל תוקף עס זאָל זיין „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז" — און דעמולט וועט ווערן „להשבית אויב ומתנקם"עג,
דורך דער פעולה מיט די עוללים ויונקים, אַז זיי וועלן מצפצף זיין עוז — תורהעד און אידישקייט, וועט מען קומען צו „להשבית אויב ומתנקם" —
כולל ביידע פירושים אין להשביתעה: „משבית מזיקין מן העולם", אַז עס ווערן בטל די „ידים ידי עשו"; און — ווי עס וועט זיין לעתיד לבוא (ע"י מעשינו ועבודתנו במשך זמן הגלותעו), אַז מ'וועט האָבן נוץ פון זיי — זיי וועלן זיין באופן ד"שמש גדול"עז, משמש זיין און אַרויסהעלפן אין אַלע זאַכן פון אידישקייט.
וכמדובר כמ"פ, אַז אע"פ אַז מ'האַלט נאָך פאַר דער אתחלתא דגאולה — שטייט אין פסוקעח אַז „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם" נאָך זייענדיק אין מצרים,
ועד"ז איז מובן (כימי צאתך מארץ מצרים) בנוגע צום יעודעט „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך", אַז דאָס פּועל'ט נאָך לפנ"ז, זייענדיק אין דעם מיצר הגלות — אַז אוה"ע הויבן אָן צו העלפן אידן אין אַלע ענינים פון אידישקייט,
ביז אין אַן אופן אַז זיי שלאָגן זיך אָן, און זיי בעטן זיך אויף דעם, און טוען דאָס באופן של כבוד, ווי ער זאָגט אין284דער נבואה80) „והביאו את כל אחיכם מכל הגוים מנחה לה' גו' על הר קדשי ירושלים גו' כאשר יביאו בני ישראל את המנחה בכלי טהור בית ה'".
יט. זעלבסטפאַרשטענדליך אַז בכל האמור מיינט מען בעיקר ובהתחלה די מעשה בפועל, „המעשה הוא העיקר"*):
יעדערער זאָל זיך אַריינוואַרפן און טאָן ביתר שאת וביתר עז, אַז יעדער „עולל" און „יונק", יעדער אידיש קינד, אינגעלע אָדער מיידעלע, זאָל מען פאַרבינדן ובתכלית השלימות מיט תורתנו וואָס איז תורת חיים, „חיינו", און מיט די מצוות, וואָס אויף זיי שטייט „וחי בהם" —
וואָס דאָס דאַרף אויפגעטאָן ווערן אַמפריסטן, דורכן חינוך בקטנותו, ביז — פון דעם רגע שנולד,
דורך דערויף וואָס אַרום אים איז אַלץ אָנגעפילט מיט שלימות היראה, וואָס דאָס קומט אין פועל, ווען די מחשבה דיבור ומעשה פון אַלע וואָס געפינען זיך אַרום אים זיינען מיוסד אויף שלימות היראה.
מ'זאָל זען גלייך אויסנוצן די זומערדיקע צייט (ועד"ז אין די מדינות וואָס דאָרט איז איצטער חורף — בכל מקום לפי ענינו) אַנפילן דעם לעבן פון די עוללים ויונקים, און דורך זיי — פועל'ן אויך אויף די ערוואַקסענע — „והשיב לב אבות על בנים — ע"י בנים"81) —
אַז זיי זאָלן זיין היפך דעם רצון פון דעם לעו"ז, „אויב", ויתירה מזו, נוסף אויף ענין השלילה — טאָן מיט אַ חיות
80) שם סו, כ.
81) מלאכי ג, כד ובפרש"י. באופן חיוב וזכות אין תורה ומצות חינוך,
און ניט באַגנוגענען זיך מיטן חיות וועלכער איז געווען פאַר דעם —
נאָר „מחי' חיים יתן לך חיים"פב, תגבורת החיותפג, וואָס קומט פון „שנותיו המתהפכות עליו מרעה לטובה"פב, ווי גערעדט פריער אַז דערפון קומט תוספת חיות ביתר שאת ויתר עז, כיתרון האור מן החושך ויתרון החכמה מן הסכלות,
יתרון החכמה פון תורה און מצוות (וואָרום „גדול לימוד שמביא לידי מעשה"פד), מן הסכלות, פון דעם טפשות'דיקן געדאַנק אַז מען זאָל מחליש זיין ח"ו דער פאַרבונד פון אַ אידיש קינד מיט תורה ומצוותי'.
כא. און מ'האָט די הבטחה אַז „הימים האלו עתידים להיות ימים טובים וימי ששון ושמחה" — ווי דערמאָנט פריער (ס"ב) אַז דער רמב"ם ברענגט דאָס בספרו „יד החזקה" —
מ'שטאַרקט זיך מיט יד ה', „יד החזקה"פה, וואָס איז פאַרבונדן מיט „יד הגדולה"פה, ענין הנסים באופן של גדלותפו,
אַז מ'איז זיך מתגבר על כל הענינים הבלתי רצויים, מתגבר „מלכתחילה אַריבער", וואָרום ס'איז פאַרבונדן מיט „יד הגדולה".
און מ'שטייט „ביד רמה"פה, מיט אַ קומה זקופה, נאָך אין די לעצטע טעג285פון גלות — וויסנדיק אַז די נשמה איז מלכתחילה ניט געגאַנגען אין גלותפז, און זי נעמט אַרויס אויך דעם גוף פון אַ אידן אַז אויך ער זאָל ניט זיין אין גלות.
און מ'זאָל מוסיף זיין אור, אור גדול, אור חזק ואור רם — אויף דורכברעכן און מבטל זיין דעם חושך כפול ומכופל פון דעם גלות פון עקבתא דמשיחא,
און מאַכן דעם „יתרון האור", וויבאַלד דאָס נעמט זיך „מן החושך".
כב. האמור לעיל איז די נקודה וואָס האָט זיך גערעדט כמה פעמים (ובמיוחד אין די התוועדויות האחרונות) וועגן דעם ענין פון חינוך, ובלשון הידוע — „מבצע חינוך":
מ'זאָל מחנך זיין יעדער אידישן עולל ויונק, אָדער (וואו ער קען ניט טאָן, אָדער דערגרייכן אַליין) — טאָן אַז אַנדערע זאָלן דאָס טאָן,
וואָס דאָס קומט ע"י הקדמת „מבצע חינוך" מיט זיך אַליין — מחנך זיין זיך אויף צו שטיין אין אַ מעמד ומצב ער זאָל טאָן אין „מבצע חינוך" מיט אַ צווייטן וככל הדרוש.
און בשעת דער „מבצע חינוך" איז פאַרבונדן מיט „מבצע אהבת ישראל" — ברענגט דאָס דערנאָך צו „מבצע תורה", „מבצע תפילין", מבצע מזוזה", „מבצע צדקה", „בית מלא ספרים — יבנה וחכמי'"; צו „מבצע נרות שבת קודש", „מבצע כשרות האכילה ושתי'", און „מבצע טהרת המשפחה",
ובדרך ממילא וועט בטל ווערן די שקו"ט וועגן „מיהו יהודי", וואָרום „דבר אלקינו יקום לעולם"פח — אַז אַ איד איז דער וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אַ אידישער מוטער אָדער נתגייר געוואָרן כהלכה [וואָס דעמולט ווערט ער פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, ביז ווי דער רמב"ם שרייבט בתשובתו הידועהפט, אַז אַ גר (שנתגייר כהלכה) איז זיך מתייחס „למי שאמר והי' העולם"],
און אַלע צוזאַמען ווערן אַן עם שלם, „שלימות העם", דורך דערויף וואָס מ'האַלט זיך אין „שלימות התורה", וואָס דאָס פאַרשטאַרקט דעם אמת לאמיתו און דעם אמת בעולמנו זה, „שלימות הארץ".
ווי מ'זאָגט אויך אין היינטיקן שיעור אין תורה שבכתבצ אַז „לאלה תחלק הארץ", אַז דער אויבערשטער האָט איין מאָל פאַר אַלעמאָל געזאָגט און איינגעשטעלט אַז דוקא „לאלה", צו די אידן ולבניהם אחריהם, „תחלק הארץ", זיי געהערט די גאַנצע לאַנד לגבולותי'.
און דאָס ווערט באַ זיי אַ חלק, וויבאַלד זיי זיינען אַ „חלק אלוקה ממעל ממש", „כיצא חלק ה' עמו יעקב חבלצב נחלתו".
איז בשעת מ'האָט די אַלע דריי ענינים צוזאַמען, „שלימות התורה" מיט „שלימות העם" מיט „שלימות הארץ" — איז „החוט המשולש לא במהרה ינתק"ד:
מען שטייט מיט דער גאַנצער תקיפות על כל הענינים שבתורה, וואָרום דאָס ווערט נחקק אין דעם גוף און אין דער286נשמה פון יעדער אידן (ווי מ'לערנט אָפּ די הוראה פון די לוחות, כנ"ל (ס"ז)),
און מיט דער גאַנצער תקיפות אויף שלימות העם, וואָרום יעדער איד, למקטנם ועד גדולם, פון „ראשיכם שבטיכם" ביז „חוטב עציך" און „שואב מימיך" (וואָס זיי זיינען געווען גריםצג שנתגיירו ע"פ ההלכה) — זיינען „נצבים לפני ה' אלקיכם"צד, און „נצבים לאחדים כאחד"צה,
כג. און דורך דעם „חוט המשולש", און מיט דעם „חוט המשולש", גייט מען מקבל זיין פני משיח צדקנו.
ואין ענין יוצא מידי פשוטו — שבעה עשר בתמוז איז פאַרבונדן מיט התחלת הגלות, „הובקעה העיר" וכו' — איז „יהפכו ימים אלו", אַז עס ווערן בטל כל עניני גלות באַ אידן, אָנהויבנדיק דערפון וואָס מ'ווערט נגאל פון דעם גלות פנימיצו,
וואָס דורך דערויף ווערן בטל „חטאינו", און בשעת עס ווערט נתבטל די סיבה ווערט נתבטל דער מסובב, דער „גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו", דער גלות הכללי,
און מ'האָט די גאולה האמיתית והשלימה כפשוטה, ע"י משיח צדקנו.
וילחם מלחמות ה' וינצח, און דעמולט וועט זיך אָנהויבן די אתחלתא דגאולה, מען ווייס אַז ער איז „משיח ודאי", ויבנה בית המקדש במקומו, ויקבץ נדחי ישראלצז, במהרה בימינו, בעגלא דידן ממש,
אמן כן יהי רצון.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ג
- Id
- rh-txaefftj