Likkutei Sichos
Vayishlach 2
289וישלח —
א. אין פּסוקא „ויקחו שני בני יעקב שמעון ולוי אחי דינה איש חרבו גו'" זאָגן חז"ל, אַז זיי זיינען דאַן געווען דרייצן יאָר אַלטב — און פון דעם לערנט מעןג אַרויס דעם דין פון „בן שלש עשרה למצות"ד: וויבאַלד צו י"ג שנה ווערט מען אָנגערופן אישה, וואָס ווייזט אויף גדלות*5 [ווי עס שטייטו „מי שמך לאיש גו'", „וחזקת והיית לאיש"] — ד. ה. אַז צו י"ג שנה דערגרייכט ער צו דער מעלה פון אַ דערוואַקסענעם, פון אַ גדול אין (שכל און) דיעהז — דעריבער ווערט ער דאַן מחוייב בכל המצוות.
און כאָטשח עס קען זיין אַ מציאות, אַז ער זאָל זיין אַ בר־שכל אויך פאַר י"ג שנה, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אים פעלט די שלימות הדעת וההרגש — ער האָט נאָך ניט די הכרה והרגשה סיי אין דער טייערקייט און מעלה פון קיום המצוות און סיי אין דעם חסרון אין העדר הקיום זייערן
[ווי מען גיטט דערויף די דוגמא אויך פון „מילי דעלמא", אַז אפילו ווען דער קטן (פאַר י"ג שנה) פאַרשטייט גוט די מעלה פון ממון וגדולה, פונדעסטוועגן, „אמיתת הענין של ממון וגדולה רחוק ממנו" — ער איז נאָך ווייט פון צו האָבן אין זיי אַן אמת'ע הכרה און הרגש ווי אַ גדול. און אַזוי אויך אין דעם היפּך דערפון, אין „שפלות ודלות", אַז כאָטש ער פאַרשטייט זייער חסרון, איז עס ביי אים ניט ווי ביי אַ גדול וואָס איז „מרגיש היטב חסרון השפלות והדלות כו'"]
דעריבער איז ער ניט פאַראַנטוואָרטלעך פאַר זיינע מעשים און הנהגה און מ'קען אויף אים ניט אַרויפלייגן דעם חיוב המצוות.
ב. רבותינו נשיאינו האָבןי כו"כ פעמים ביי חגיגת בר־מצוה געזאָגט אַ מאמר אָנהייבענדיק מיטן פּסוקיא „נעשה אדם"יב. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דער ענין פון אַ בר־מצוה האָט אַ שייכות אויך צו דער מדריגה פון „אדם", וואָס290איז אַ העכערע מדריגה ווי (דער תואר) „איש"יג — וכמבואר בכמה מקומותיד בנוגע צו די פיר שמות וואָס אַ מענטש ווערט מיט זיי אָנגערופן (אדם, איש, גבר, אנוש), אַז דער העכסטער פון די אַלע נעמען איז דער שם „אדם", וואָס ווייזט אויף זיין שלימות.
איז ניט מובן: וויבאַלד אַז צוליב חיוב המצוות פון אַ בן י"ג איז גענוג די מדריגה פון „איש" — פאַרוואָס פאַרבינדט מען דעם ענין פון בר־מצוה (אויך) מיט דער מדריגה פון „אדם"?
ג. דער אונטערשייד צווישן „איש" און „אדם" איז: דער תואר „איש" באַציט זיך צו דער דרגא פון שכל וואָס איז שייך צו מדות (הרגש הלב)טו [און אין דעם גופא זיינען פאַראַן כמה וכמה מדריגות, ביז אַז די שלימות פון דער דרגא קומט ווען ער ווערט אַ בן עשריםטז], און דער תואר „אדם" באַווייזט אויף דער מעלה פון שכל וואָס איז העכער פון זיין שייך צו מדותיז.
לויט דעם ווערט נאָך מער שווער [דער צוזאַמענהאַנג הנ"ל פון „נעשה אדם" מיט בר־מצוה]: ווי קען מען פאַרבינדן די מעלה פון „אדם" מיט איינעם וואָס איז ערשט אַלט געוואָרן דרייצן יאָר?
מוז מען זאָגן, אַז די כוונה דערביי איז אַז (כאָטש ענינו פון אַ בר־מצוה איז וואָס ער ווערט אַן „איש", כנ"ל, פונדעסטוועגן) ביי קיום המצוות מוז מען אָנקומען אויך צו דער השפּעה פון דרגת „אדם".
ד. דער מקור פון דעם (אַז ס'איז ניט מספּיק די דרגא פון „איש") איז פון דעם פּסוק „ויקחו גו' איש חרבו" גופא. וואָרום לכאורה איז שווער: דער חידוש וואָס קומט צו ביי אַ בן י"ג שנה, וואָס צוליב אים ווערט ער מחוייב אין מצוות, איז דאָך (ניט אין מדות, נאָר) אין שכל און דעת (השייך למדות) — דאָס וואָס ער ווערט אַ בר־דעת וואָס איז ראוי צו פאַרשטיין ובמילא — נעמען אויף זיך דעם יאָך און די אחריות פון תורה ומצוות —
היינט ווי קען מען דאָס אָפּלערנען פון פּסוק „ויקחו גו' איש חרבו גו' ויהרגו כל זכר", וואָס זיין תוכן איז אַ פּעולה („ויקחו גו' ויהרגו גו'") וואָס קומט פון תוקף המדות*17?
איז דערפון משמע, אַז דער תוכן הכתוב „ויקחו גו' ויהרגו גו'" אַנטהאַלט אין זיך אַ מעלה וואָס איז ניט מוכרח אין דרגת „איש" נאָר דורך איהר ווערט די דרגא בשלימותה — און דעריבער קען מען אַרויסלערנען פון דעם פּסוק [ניט נאָר אַז בן י"ג למצוות, ווייל ער איז „איש" סתם, נאָר אויך] אַז דרגת „איש" סתם איז ניט גענוג, און מ'מוז אויך אָנ־291קומען צו דער מעלה וואָס איז מרומז אין „ויקחו גו'",
דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רבותינו נשיאינו האָבן ביי חגיגת בר מצוה געזאָגט אַ מאמר ד"ה „נעשה אדם" — ווייל הגם אַז דער כללות'דיקער ענין פון אַ בן י"ג למצוות איז מצד דעם וואָס דאַן ווערט מען אַן איש ובר דעת כנ"ל, פונדעסטוועגן, איז דאָס אַליין ניט גענוג און מ'מוז אויך אָנקומען צו דער השפּעה פון אופן העבודה פון „(נעשה) אדם", וואָס איז בדומה צו דער עבודה פון „ויקחו גו'", כדלקמן.
בנוגע דעם מקור הדין פון בן י"ג למצוות געפינט מען צוויי דיעות: א) כנ"ל, אַז מ'לערנט עס אַרויס פון אונזער פּסוק. ב) דאָס איז איינער פון די שיעורים וואָס זיינען הלכה למשה מסינייח.
דער חילוק צווישן די צוויי לימודים: לויט דער ערשטער דיעה איז עס צוליב דעם שינוי הטבע, אַז אַזוי איז די טבע (פון רוב בני אדם) אַז צו דרייצן יאָר ווערט מען אַ גדול בשכל ודיעה; לויט דער צווייטער דיעה איז עס אַ הלכה'דיקער דין (פון די שיעורים הלכה למשה מסיני), און ניט מצד דעם (שינוי ה)טבעיט.
די נפקא מינה להלכה — ווען ווערן בני נח מחוייב בקיום המצוות וואָס זיי זיינען מחוייבכ:
לויט דער דיעה הא', אַז דער טעם פון בן י"ג למצוות איז מצד טבע בני אדם, איז דער עלטער פון י"ג שנה מחייב אויך בני נח אינעם קיום פון זייערע מצוות;
משא"כ לויט דער אַנדער דיעה, אַז דער כלל פון בן י"*) ג למצוות איז הלכה למשה מסיני, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ביי בני נח, וואָס צו זיי „לא ניתנו השיעורין"כא, איז די גדלות תלוי' ביי יעדן איינעםכב לויט זיין שכל ודעת מצד זיין תכונה טבעיתכג.
ו. די דערמאָנטע צוויי דיעות בעבודת האדם — זיינען צוויי אופנים אין דעם סדר ווי עס דאַרף זיין די התחלת העבודה פון אַ אידן אין קיום התורה והמצוות:
לדיעה הראשונה איז עס אַן אופן של עבודה על פּי טעם ודעת — ד.ה. וויבאַלד אַז זיין חיוב צו מקיים זיין מצוות איז אָפּהענגיק אין טבע שלימות השכל ודעת, אַז ווען ער*23 האָט אַ הכרה און הרגשה אין ענין המצוות לייגט מען אויף אים אַרויף דעם עול מצוות — איז פאַרשטאַנדיק אַז דער אָנהויב פון זיין עבודה איז אין אַן אופן פון טעם ודעת;
לויט דער צווייטער דיעה אָבער, איז דאָס וואָס אַ בן י"ג שנה מוז מקבל זיין אויף זיך דעם עול מצוות איז עס הלכה למשה מסיני, דערפאַר וואָס אַזוי איז292דער ציווי הקב"ה — קומט אויס, אַז זיין אָנהייב צוגאַנג צו קיום המצוות איז לויטן סדר העבודה פון קבלת עולכד.
ז. אָבער אויך לדיעה הא', אַז פונעם פּסוק „ויקחו גו' איש חרבו גו'" לערנט מען אַרויס אַז די התחלת העבודה (בן י"ג למצוות) איז על פּי טעם ודעת — פונדעסטוועגן, פון דעם גופא וואָס מ'לערנט עס אָפּ פון פּסוק „ויקחו גו' איש חרבו גו'" (אַ פּעולה פון מסנ"פ), איז מוכחכה, אַז אויך לויט דער דיעה איז דער ענין פון קיום המצוות פאַרבונדן מיט דער עבודה פון מסירת נפש, שלמעלה מן השכל.
און ס'איז קיין סתירה ניט להמבואר לעיל אַז לויט דער דיעה איז עס אַן עבודה שע"פּ שכל ודעת — ווייל הגם אַז די עצם העבודה דאַרף זיין מיט הכרה והשגה אינעם ענין פון תומ"צ, פונדעסטוועגן, דער יסוד העבודה איז קבלת עול דוקא (שלמעלה מטעם ודעת), ווייל נאָר ווען דער יסוד איז קבלת עול, קען די עבודה פון קיום המצוות מיט השגה זיין ווי ס'דאַרף זייןכו.
ח. פון די הוכחות דערצו: אין די אזהרות הכלליות אויף קיום התומ"צ שטייטכז „ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב גו' ובחרת בחיים". לכאורה, דער מענטש „זעט" דאָך שוין בעיני שכלו אַז דער דרך התומ"צ איז „חיים וטוב", צוליב וואָס דאַרף מען אים נאָך אָנזאָגן אַז ער זאָל בוחר זיין בחיים?
נאָר דער ביאור בזה: אויב די בחירה פון דעם מענטשן אין תומ"צ וועט זיין מיוסד נאָר אויף זיין שכל הבנה וידיעה אַז זיי זיינען חיים וטוב — איז ער דערמיט נאָך ניט קיין עובד הוי'. ווייל דער ענין פון עבודת השם איז ווי עבודת העבד לאדונוכח: אַלץ וואָס אַן עבד טוט איז דאָס מצד דעם עול וואָס זיין אדון האָט אויף אים אַרויפגעלייגט. און דערפאַר דאַרף די בחירת האדם אין תומ"צ זיין מצד דעם ציווי הקב"ה „ובחרת בחיים".
נאָר פאַר דעם איז דער פּסוק מקדים „ראה נתתי גו'" — און אויך אין דעם ציווי „ובחרת" איז דער פּסוק מדגיש „ובחרת בחיים" — ווייל דער אויבערשטער וויל אַז ענין התומ"צ זאָל דורכדרינגען די גאַנצע מציאות פון מענטשן, און דעריבער מוז אויך זיין שכל באַנעמען און מרגיש זיין אַז תומ"צ זיינען חיים וטוב.
ט. על פּי כל הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק די שייכות פון אַ בר מצוה מיט „נעשה אדם":
אין דעם ביאור פון תואר „אדם" געפינט מען צוויי ענינים: א) תכלית השלימות פון בחי' שכל, כנ"ל סעיף ג'; ב) אדם אותיות מאדכט — בחינת בלי גבול וואָס איז העכער פון שכלל. [און די בחינה אין דעם מענטשן דריקט זיך אויס אין דעם וואָס ער איז אַ מדבר, וואָרום זיין כח הדיבור קומט פון דעם בלי גבול שבנפשו וואָס איז העכער פון מעלת השכללא].
293און וויבאַלד אַז ביידע ענינים זיינען מרומז אין דעם זעלבן תואר — „אדם", דאַרף מען זאָגן אַז זיי האָבן אַ שייכות איינער צום אַנדערן.
והענין בעבודה יש לומר: אויך ווען דער מענטש קומט צו תכלית השלימות אין שכל, בחינת השכל פון „אדם" וואָס איז העכער ווי שכל פון „איש" — מוז ער אָנקומען צו מסירת נפש שלמעלה מהשכללב;
און אַזוי אויך לאידך גיסא: אויך ווען ביי אים לייכט דער כח המסירת נפש שלמעלה מהשכל, זאָל ער זיך דערמיט ניט באַגנוגענען, נאָר ער זאָל זיך משתדל זיין אַז די מסירת נפש זאָל דורכדרינגען אויך זיינע כוחות הפּנימיים (כנ"ל סעיף ח') וואָס זייער התחלה וראשית איז כח השכל.
און דאָס איז איינער פון די רמזים אין דעם וואָס מ'האָט געזאָגט צו אַ בר מצוה דעם מאמר „נעשה אדם" — צו ווייזן, אַז אויך ווען מ'דערגרייכט צו מעלת השכל והדעת (השייכים למדות) וואָס דאַמאָלס ווערט ער גערופן „איש", איז עס ניט גענוג, און ער דאַרף נאָך אַלץ אָנקומען צו דער עבודה פון „איש חרבו גו'", עבודת המסירת נפש שלמעלה מהשכללג, וואָס איז פאַרבונדן מיט בחי' „אדם" אותיות מאד.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-q70vgsp7