Likkutei Sichos
Vayeira 2
118וירא 2
א. עס שטייט אין זהרא: „תלתא אינון דקיימו בסהדותא לאסהדא, ואלין אינון, באר דיצחק, גורל, ואבנא דשוי יהושע, וכו' (דריי זיינען די וואָס שטייען אַלס עדות צו מעיד זיין און דאָס זיינען: דער באר פון יצחק, דער גורל און אבן פון יהושע וכו'), באר דיצחק מנלן, דכתיב (פּרשתנוב) בעבור תהי' לי לעדה וגו'".
איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער פּסוק „בעבור תהי' לי לעדה" רעדט דאָך וועגן דעם באר וואָס אברהם האָט געגראָבן, איז ווי רופט עס אָן דער זהר „באר דיצחק"?
דער רמ"זג באַוואָרנט די תמי' און זאָגט: „זה („בעבור תהי' לי לעדה וגו'") אברהם אמרו, אלא הבאר שחפר (אברהם) הוא באר דיצחק"ד.
אָבער דאָס גופא פאָדערט ביאור: ווי קען מען זאָגן וועגן דעם באר וואָס אברהם האָט געגראָבן אַז ער איז „באר דיצחק"?
ב. דער טאַטע אין זיינע הערות אויפן גליון פון זהר שרייבטה וועגן דעם ענין: „יחס הבאר ליצחק אם שכתוב זה באברהם הוא מפני שבאר דאברהם סתמו פּלשתים אחרי מותו ויצחק חפרו מחדש כמ"שו וישב יצחק ויחפור כו' ויקרא להן שמות כשמותז אשר קרא להן אביוח. ועיין מזה בתו"א ר"פ תולדות ע"ש. לכן ייחסו ליצחק".
דער פּירוש פון טאַטן איז, לכאורה, להיפּך פון פי' הרמ"ז: לויטן פי' הרמ"ז, אַז דער „באר שחפר [אברהם] הוא באר דיצחק", מיינט דאָס אַז בעיקר איז עס יצחק'ס באר און נאָר די חפירת הבאר איז געווען דורך אברהם'ן; לויטן פּירוש פון טאַטן, קומט אויס פאַרקערט, אַז בעצם איז עס „באר דאברהם", נאָר וויבאַלד יצחק האָט עס נאָכאַמאָל אויפגעגראָבן, דערפאַר איז דער פּסוק מייחס דעם באר צו יצחק'ן.
עס איז מובן ופּשוט אַז לויט דעם תוכן ופּנימיות הענין פון חפירת בארות האָבן ביידע פּירושים אַן אָרט והסברה, דאַרף מען פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט דער חילוק הפּירושים, און פאַרוואָס האָט דער טאַטע, אַנשטאָט צו מסביר זיין דעם פּירוש הרמ"ז (וואָס ווערט פיל מאָל אַראָפּגעבראַכט אין ספרי חסידותט), אויסגעקליבן צו מפרש זיין באופן אחר (והפכי)?
וי"ל, אַז דער טעם לזה איז מרומז אין דעם ציוןי וואָס דער טאַטע גיט צו בסוף פּירושו: „ועיין מזה בתו"א ר"פּ תולדות ע"ש", וכדלהלן.
119ג. אין תורה אוריא דאָרט איז מבואר, אַז דער ענין און די עבודה פון אברהם איז אין קו החסדיב — המשכה מלמעלה למטה; און ענינו ועבודתו של יצחק איז אין קו הגבורהיב — העלאה מלמטה למעלה.
און דערפאַר געפינט מען, אַז ביי אברהם שטייטיג „אברהם אוהבי", און ביי יצחק'ן שטייטיד „ופּחד יצחק", ווייל אהבה נעמט זיך פון מדת החסד און פּחד (יראה) איז פון מדת הגבורה.
און לויט דעם חילוק צווישן דער עבודה פון אברהם און עבודת יצחק, איז דער אַלטער רבי מבאר דאָרט (אין תו"איא) דעם טעם, וואָס די בארות וועלכע אברהם האָט געגראָבן זיינען פאַרשטאָפּט געוואָרן דורך די פּלשתים, און דווקא נאָכדעם ווי יצחק האָט די בארות אויפגעגראָבן פון דאָס ניי האָבן זיי געהאַט אַ קיום — ווייל (קליפּת) פּלשתים קען זיין אַ מנגד נאָר צום קו החסד פון קדושה און ניט צום קו הגבורה.
ד. דער ביאור פונעם עניןטו: „פּלשתים" איז פון לשון „מבוי המפולש"*15 (אַ מבוי אָפן פון ביידע זייטן); און דאָס איז וואָס רז"לטז זאָגן „פּלשתים ליצנים היו", ווייל לצנות קומט „מצד פּתיחות הלב ביותר, שהוא פּתוח ומפולש מכל צד".
און היות אַז דער ענין פון חפירת הבארות פון אברהם איז די עבודה פון התרחבות מצד החסד דקדושה — די תנועה פון אהבה, תענוג און שמחה באלקות „בהתגברות גדולה ביתר מכפי המדה" — דעריבער האָט דאָ געקענט זיין דער ענין פון „ויסתמום פּלשתים", ווייל התרחבות דקדושה גיט אָרט פאַר יניקה פון „פּלשתים", די התרחבות פון לעו"ז, וואָס איז מנגד צו קדושה.
[נאָר די יניקה און התנגדות פון די חיצונים איז ניט שייך בעת די מדה פון אברהם איז מאיר בגילוי אין נפש האדם, ד. ה. אין דער צייט ווען דער אור אלקי איז מאיר בגילוי אין דער אהבה ועונג, נאָר דווקא ווען דער אור ועונג אלקי ווערט נתעלם, דעמאָלט איז מעגלעך אַז די תנועה פון התרחבות און פּתיחת הלב זאָל צוברענגען צו הוללות און שמחה דקליפּה.
און דאָס איז מודגש אין פּסוק „ויסתמום פּלשתים אחרי מות אברהם", אַז דוקא נאָכדעם ווי ס'האָט זיך פון אים אָפּגעטאָן די אהבה דקדושה („מות אברהם") און ס'איז ביי אים געבליבן נאָר די תנועה פון פּתיחת הלב, נאָר דאַן איז דאָ אַן אָרט פאַר דער התנגדות פון פּלשתים („ויסתמום פּלשתים")].
אָבער די בארות פון יצחק'ן האָבן די פּלשתים ניט פאַרשאָטן — וואָרום היות אַז חפירת בארות פון יצחק איז די עבודה פון יראה ופחד דקדושה, דערפאַר האָבן די פּלשתים, וואָס זיינען דער120„לעומת זה" פון חסד דקדושה ניט געקענט סותם זיין די בארות של יצחק וואָס ענינם איז גבורה דקדושה, ווייליז „אין ביכולת כל מדה שבלעו"ז להיות מנגד רק למדה שכנגדו בקדושה".
ה. ניט נאָר האָבן די פּלשתים ניט געקענט סותם זיין די בארות של יצחק, נאָר נאָכמער: אויך די בארות פון אברהם, הגם זייער ענין איז חסד, האָבן זיי ניט געקענט פאַרשטאָפּן נאָכדעם ווי יצחק האָט זיי אויפגעגראָבןיח.
די הסברה אין דעם ענין:
די תכונה פון מדת האהבה איז פאַרבונדן מיט הרגש המציאות [„יש מי שאוהב"], יראה אָבער (און קבלת עול) איז בחי' ביטול (המציאות)יט. און דעריבער, ווען די עבודה פון אַ אידן איז נאָר מיט אהבה און שמחה אַליין, וויבאַלד ער שטייט אין אַ תנועה פון „ישות" — הגם אַז דאָס איז ישות דקדושה — קען ער דערפון קומען צו פּשוט'ער ישות און פון דער התרחבות דקדושה, אין וועלכער ער שטייט בשעת התפלה, זאָל ער דערנאָך אַראָפּפאַלן אין דער התרחבות דקליפּה — הוללות וליצנות; אָבער ווען די עבודה איז אויך מיט יראה און קבלת עול, די תנועה פון ביטול און היפּך הישות, דערלאָזט ניטכ דער ביטול אַז די חיצונים זאָלן האָבן אַ יניקה אפילו פון דער התרחבות פון אהבה ושמחה.
און דערמיט איז מובן, וואָס די בארות וואָס אברהם האָט געגראָבן האָבן די פּלשתים סותם געווען, אָבער דערנאָך ווען יצחק האָט זיי אויפגעגראָבן, האָבן שוין די פּלשתים זיי מער ניט סותם געווען — ווייל ווען אין די בארות פון אברהם (עבודת האהבה ושמחה) איז פאַראַן אויך די חפירה פון יצחק'ן (די תנועה פון ביטול פון יראה וקבלת עול), איז שוין ניט שייך אַז די חיצונים זאָלן האָבן אַ יניקה פון זיי און דערפאַר איז „לאכא נפסק עוד נביעתם".
ו. לויט דעם ביאור הנ"ל איז מובן, אַז די בארות וואָס אברהם האָט געגראָבן הגם אַז די פּלשתים האָבן זיי פאַרשאָטן און יצחק האָט זיי אויפגעגראָבן פונדאָסניי, פונדעסטוועגן121זיינען זיי אויך נאָכדעם בעיקר אברהם'ס בארות — די עבודה פון אהבה ושמחה — און די פּעולה פון יצחק'ן (יראה וקבלת עול) איז כדי צו פאַרהיטן דעם קיום פון דער אהבה ושמחה.
און דעריבער איז דער טאַטע מפרש, אַז די כוונה פון זהר אינעם לשון „באר דיצחק" איז [ניט אַז דער עצם באר איז יצחק'ס, ווי לויטן פּירוש הרמ"ז, נאָר אַז דאָס איז דער „באר דאברהם" און ס'איז] נאָר וואָס „ייחסו ליצחק", היות אַז דער קיום פון אברהם'ס עבודה איז דורך דער עבודה פון יצחק.
ז. די הסברה אין פירוש הנ"ל פון רמ"ז לויט תורת החסידות:
דער ענין פון חפירת בארות (בכללות) איז די עבודה אין אַן אופן פון מלמטה למעלה, וואָס דאָס קומט מצד דעם קו הגבורה דיצחק — ווי דאָס איז מבואר בכ"מכב. דערפאַר איז דער רמ"ז מפרש, אַז דער באר געהערט בעיקר צו יצחק („באר דיצחק") קו הגבורה; נאָר ס'איז אין דעם אויך געווען דער אויפטו פון אברהם, קו החסד.
ויש להוסיף: אין זהר דאָרט רעדט זיך דאָך ניט וועגן דעם באר גופא, נאָר וועגן דעם באר אַלס „עדות" — און דערפאַר רופט ער אים אָן „באר דיצחק", וויבאַלד אַז די זאַך פון „עדות" איז צו אויפטאָן דעם „קיום" פון דעם ענין וואָס זיי זיינען מעיד (דאָס עדות זאָגן פון די עדים איז מבטל די ערעורים אויף דער זאַך)כג — און דער ענין הקיום אין „באר" האָט זיך אויפגעטאָן דורך יצחק'ן כנ"לכד.
ח. דער ענין אין עבודת האדם: די עבודה פון אַ אידן דאַרף זיין ביראה און ביטול; נאָר מצד גודל מעלת השמחהכה דאַרף אין דעם זיין אויך דער קו השמחה (די שמחה דאַרף אָבער זיין בהעלםכו).
פון דעם וואָס ס'איז מבואר אין תורה אור (ר"פּ תולדות), אַז דורך דער „חפירה דיצחק לא נפסק עוד נביעתם" (פון די בארות וואָס אברהם האָט חופר געווען), איז מוכח, אַז דער אויפטו פון יצחק (קו הגבורה) איז אין דעם, וואָס דורך אים איז געווען דער קיום פון די בארות דאברהם — די עבודה פון אהבה ושמחה.
דאָס מיינט, אַז די עבודה איז אין קו האהבהכז (והשמחה), כמאמר הזהרכח „לית פּולחנא כפּולחנא דרחימותא" נאָר בכדי ש"יתקיים בו השמחה . . . צריך להקדים לה היראה"כט וקבלת עומ"ש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-p2gn56cv