עברית
Library

Likkutei Sichos

Nasso 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

83נשא ה

א. אין דער פרשה פון קרבנות הנשיאים, ביים צווייטן נשיאא, ברענגט רש"י אַראָפּ „מיסודו של ר' משה הדרשן", אַז די פרטים אין די קרבנות הנשיאים זיינען מרמז אויף פאַרשידענע ענינים:

„קערת כסף" איז „בגימט' תתק"ל כנגד שנותיו של אדם הראשון", „מזרק אחד כסף" — „על שם נח וכו'", „כף אחת — כנגד התורה", „פר אחד . . איל אחד כבש אחד" זיינען כנגד די אבות, „שעיר עזים — לכפר על מכירת יוסף", „ולזבח השלמים בקר שנים — כנגד משה ואהרן", „אילים עתודים כבשים" זיינען „כנגד כהנים ולוים וישראלים כו'".

פאַרוואָס ברענגט רש"י בכלל די רמזים אין די קרבנות הנשיאים, אַן ענין פון רמז ודרוש (בעת זיין פירוש איז ע"ד הפשט) — און אויב יע, פאַרוואָס האָט ער דאָס אַראָפּגעבראַכט ביים צווייטן נשיא און ניט גלייך ביים ערשטן נשיא?

האָט מען שוין אַמאָל מבאר געווען בארוכהב, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ביי רש"י'ן איז שווער פאַרוואָס דער פסוק חזר'ט איבער ביי יעדן נשיא באַזונדער (צוועלף מאָל) די אַלע פרטי הקרבנות — וויבאַלד זיי האָבן אַלע געבראַכט די זעלבע קרבנות, וואָלט געווען גענוג ווען אָנהויבנדיק פון צווייטן נשיא זאָל דער פסוק זאָגן ביי יעדן פון די ווייטערדיקע נשיאים, אַז ער האָט געבראַכט די זעלבע פרטי קרבנות ווי דער ערשטער נשיא.

דערפון נעמט רש"י אַרויס, אַז ביים ברענגען זיין קרבן האָט יעדער נשיא געהאַט זיינע באַזונדערע כוונות ורמזים, וואָס זיינען בהתאם צום ענין ותוכן פון זיין שבט; ובמילא איז דער קרבן פון יעדן נשיא (בכוונת הקרבנות) אַנדערש פון די קרבנות פון די אַנדערע נשיאים, און דערפאַר חזר'ט איבער דער פסוק די פרטי הקרבנות פון יעדן נשיא באַזונדערג.

[און דאָס וואָס רש"י ברענגט אַראָפּ בלויז איין רמז פאַר יעדן סוג קרבן און דאָס דאַרף פאַרענטפערן דעם איבער'חזר'ן באַ אַלע שבטים צוועלף מאָל — ניט ווי אין מדרשד, וואו מיר געפינען ביי יעדן נשיא אַן אַנדער רמז פאַר דעם זעלבן סוג קרבן — איז עס דערפאַר, וואָס יעדער רמז (וואָס רש"י ברענגט) איז אַן ענין כללי וואָס טיילט זיך אויף כמה וכמה פרטים; און יעדער נשיא האָט געהאַט (אין דעם רמז כללי) אַן אַנדער כוונה פרטית (וואָס איז צוגעפּאַסט צו זיין שבט), ווי ערקלערט דאָרטן בארוכהה].

84ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: ס'איז אַ דבר המובן, אַז די רמזים פון די אַלע פרטי הקרבן פון יעדן נשיא זיינען ניט סתם אַ צוזאַמענשטעל פון פאַרשידענע ענינים, נאָר זיי זיינען פרטים פון איין נקודה כללית; און ווי מען געפינט טאַקע אין מדרשד, אַז איידער ער הויבט אָן צו מפרט זיין די רמזים פרטים פון די קרבנות פון יעדן נשיא, איז ער מקדים די נקודה כללית אין די רמזים פון דעם נשיא (נחשון — „על סדר המלוכה", נתנאל — „ע"ש התורה", א.א.וו.) —

אָבער אין די רמזים וואָס רש"י ברענגט זעט זיך ניט לכאורה אַז זיי זאָלן זיין פרטים פון איין כלל?

אין מדרשו איז דאָ אַ דיעה, אַז די אַלע זאַכן וואָס די נשיאים האָבן מקריב געווען זיינען „כנגד הדורות שהיו מאדם הראשון ועד המשכן וכנגד המצות שנצטוו" (און ווי עס ווערט דאָרט דערנאָך אויסגעטייטשט, אַז „קערת כסף" איז מרמז אויף אדה"ר, „מזרק" אויף נח'ן, וכו') —

וואָלט מען לכאורה געקענט זאָגן, אַז אין דעם באַשטייט אויך די נקודה כללית אין די רמזים וואָס רש"י ברענגט; און ווי ער איז דערנאָך מפרט די דורות (אדה"ר ותולדותיו, נח ותולדותיו, שבעים אומות, די אבות, יוסף משה ואהרן), און „מצות שנצטוו"ז (תורה, עשרת הדברות, תרי"ג מצות, תורה נביאים וכתובים כו').

עס איז אָבער נאָך אַלץ קשהח: (א) די קשיא פון מהר"לט — וואָס פאַר אַ שייכות האָבן „שנות אדם הראשון ונח" צו אונזער ענין (חנוכת המזבח והמשכן)? (ב) לפ"ז וואָלטן די קרבנות (מיט זייערע רמזים) געדאַרפט זיין לויטן סדר הדורות — פאַרוואָס איז מען מפסיק צווישן (די קרבנות כנגד) נח און אברהם כו' מיט „כף אחת וגו' — כנגד התורה וכו'", וואָס איז שייך צום זמן פון משה ואהרן?

ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

א) אויף „כף אחת עשרה זהב"י איז רש"י מפרש: „כף אחת — כנגד התורה שנתנה מידו של הקב"ה, עשרה זהב — כנגד עשרת הדברות", און דערנאָך אויף „אילים עתודים כבשים"יא זאָגט ער: „. . וכנגד תורה נביאים וכתובים. שלש חמשיות כנגד חמשה חומשין וחמש הדברות הכתובין על לוח אחד וחמש וכו'" — פאַרוואָס דאַרף מען האָבן צוויי קרבנות־רמזים אויף תורה און אַזוי אויך צוויי אויף די עשרת הדברות?

ב) פון לשון רש"י אין זיין פירוש אויף „אילים עתודים כבשים" — „כנגד כהנים ולוים וישראלים וכנגד תורה נביאים וכתובים" (ניט — „דבר אחר כנגד תורה כו'"יב, אָדער „ויש אומרים כו'") — איז מוכח, אַז דאָס זיינען ניט קיין צוויי פירושים אין דעם רמז פון „ג' מינים",85נאָר דאָס איז איין פירוש: דער רמז פון „ג' מינים" איז כולל די „כהנים ולוים וישראלים" צוזאַמען מיט „תורה נביאים וכתובים" — איז תמוה: ווי קענען ג' מינים זיין כנגד זעקס זאַכן?!

ד. נאָך דעם ווי רש"י איז מפרש דעם רמז פון די „ג' מינים" (אילים עתודים וכבשים), איז ער מבאר דעם טעם וואָס מען האָט געבראַכט „חמשה" (דוקא) פון יעדן מין: שלש חמשיות כנגד חמשה חומשין וחמש הדברות הכתובין על לוח אחד וחמש הכתובין על השני.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) דער רמז פון „שלש חמשיות" האָט ניט קיין שייכות צו אַלע פריערדיקע „ג' מינים", בלויז איינער פון זיי — „תורה" — איז צעטיילט אויף „חמשה" (חמשה חומשין);

ד.ה. אַז מיטן ברענגען די קרבנות (פון די „ג' מינים") אין אַ מספר פון „חמש" איז מען מרמז אויף נאָך אַן אַנדער נייען ענין, וואָס האָט אַ שייכות צום מספר „חמש" — איז ניט מובן: פאַרוואָס האָט מען געדאַרפט האָבן אַ באַזונדערן רמז אויף דעם פרט פון „חמש חומשין כו'", אין צוגאָב צום רמז אויף כללות ה"תורה" (פון די „ג' מינים")?

ב) פון דעם סדר ווי רש"י איז מפרש די „שלש חמשיות" — פריער „חמשה חומשין" און דערנאָך „חמש הדברות כו'"יג — איז משמע, אַז מיט „חמש הדברות כו'" מיינט ער ניט די עשרת הדברות ווי זיי זיינען אויסגעקריצט אין די לוחות אבנים

— וואָרום די לוחות זיינען געגעבן געוואָרן פריער ווי די „חמשה חומשין", האָט רש"י געדאַרפט רעכענען די צוויי „חמשיות" פון די עשרת הדברות פאַר די „חמשה חומשין"יד —

נאָר די עשרת הדברות ווי זיי זיינען פאַרשריבן אין חומש אַלס אַ טייל פון די חמשה חומשין, תורה שבכתבטו.

[און ס'איז קיין סתירה ניט פון דעם וואָס רש"י זאָגט „חמש הדברות הכתובין על לוח אחד וחמש הכתובין על השני" — ווייל דאָס וואָס די עשרת הדברות זיינען איינגעטיילט אין צוויי לוחות איז דאָס (ניט נאָר אַ גשמיות'דיקער ענין — פאַרשריבן אויף צוויי באַזונדערע לוחות — נאָר אדרבא דאָס נעמט זיך פון) זייער חלוקה אין תוכןטז:

די ערשטע פינף דברות זיינען בעיקרם וביסודם — מצות עשה (וואָרום „לא גו' על פני" און „לא תשא את שם הוי' אלקיך גו'" זיינען סעיפים פון „אנכי הוי' אלקיך"יז), און די צווייטע פינף דברות זיינען אַלע מצות לא תעשהיח;86אָדער: די ערשטע זיינען בעיקר בין אדם למקום (און אפילו כיבוד אב ואם איז פאַרבונדן מיט „בין אדם למקום", שלשה שותפיןיט — ע"פ מאמר רז"לכ „השווה הכתוב כיבוד אב ואם לכבוד המקום"), און די צווייטע — בין אדם לחבירוכא].

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד מ'האָט שוין אַ רמז (ניט בלויז אויף „תורה" בכלל — אין די „ג' מינים" — נאָר אויך) אויף „חמשה חומשין" — פאַרוואָס האָט מען געדאַרפט האָבן נאָך אַ רמז באַזונדער אויף די עשה"ד וואָס שטייען אין די „חמשה חומשין"?

ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ קשיא כללית אין דעם ענין פון קרבנות הנשיאים:

די קרבנות הנשיאים זיינען געווען (ניט אַ נדבה פאַרן משכן בכלל, ווי די עגלות כו'כב, נאָר) „לחנוכת המזבח" — וואָס דער חינוך המזבח האָט זיך אויפגעטאָן דוקא דורך די זאַכן וואָס מ'האָט מקריב געווען אויפן מזבח — די „סולת בלולה בשמן למנחה", „קטורת" און עולה חטאת ושלמים;

לפ"ז איז ניט מובן, וואָס דער פסוק הויבט אָן צום אַלעם ערשטן (ניט מיט דעם סוג הנ"ל, וואָס ווערט נקרב אויפן מזבח, נאָר) מיט „קרבנו קערת כסף אחת גו' מזרק אחד גו'"כג, און דערצו נאָך מיט אַן אריכות הפרטים אין דעם משקל ושווי פון די כלים (און אַזוי אויך דערנאָך ביי „כף אחת") — כאילו ווי די כלים זיינען גאָר דער ראש ועיקר פון חנוכת המזבח!

ו. דער ביאור בכל זה:

ס'איז מסתבר בפשטות, אַז די רמזים פון די קרבנות לחנוכת המזבח שבמשכן זיינען אין דעם ענין המזבח, דהיינו: אין זיי ווערט אַרויסגעבראַכט דער אויפטו פון דעם מזבח און די קרבנות וואָס מ'בריינגט אויף עם. ד. ה. די נשיאים באַ ויקריבו את קרבנם לחנוכת המזבח — האָבן זיי דאָס אויסגעשטעלט אין אַ סדר מיוחד, אַ מספר מיוחד וכו', אין וועלכע עס איז מרומז דער חידוש וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דערמיט וואָס ס'איז דאָ דער מזבח, לגבי דעם פריערדיקן מצב.

דער עילוי וואָס איז נתחדש געוואָרן אין די קרבנות וואָס מען ברענגט אויפן מזבח שבמשכן, לגבי די קרבנות וואָס מען האָט מקריב געווען פאַר מתן תורה, איז:

דער אויפטו פון משכן בכלל, איז כמפורש בקראכד — „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", אַז אידן מאַכן אויף אַן אָרט וואו ס'איז דאָ השראת השכינה בגלוי, ביז אַז דער משכן גופא איז אַ „מקדש"כה — אַ הייליקע זאַך;

און אַזוי איז אויך דער אויפטו פון מזבח שבמשכן, אַז יעדער איד האָט די יכולת צו נעמען אַ חולין'דיקע בהמה וכו', אַ וואָכעדיקע זאַך, און מאַכן דערפון אַ קרבן לה' אין אַן אופן, אַז מ'זעט בעיני בשר ווי זי ווערט אַ הייליקע זאַך, דורכדעם וואָס מ'איז מקריב די בהמה אויפן מזבח און דער87„אש . . מן השמים"כו איז אוכל דעם קרבן.

אויף צו אַרויסברענגען אָט דעם אויפטו, האָבן די נשיאים געבראַכט צוייערליי סוגי קרבנות:

דער ערשטער סוג קרבנות איז נרמז אין די כלים ומנחה וקטורת וואָס אין זיי, ער איז מרמז אויף די קרבנות וואָס מ'האָט מקריב געווען פריער, פאַר מזבח שבמשכן: אויך דעמאָלט איז געווען הקרבת הקרבנות, עס איז אָבער ניט געווען דערביי — אויך ניט בסיומו וחותמו — דער ותצא אש מלפני הוי' ותאכל, וואָס דאָס באַווייזט אויף השראת השכינהכז. — ובהרמז: די כלים אַליין און די קרבנות (מנחה וקטורת) וועלכע געפינען זיך אין די כליםכח זעט מען ניט בגלוי קיין שינוי אין זייכט;

משא"כ דער צווייטער סוג קרבנות (עולה, חטאת וכו') וואָס זיי אַליין (אינגאַנצן אָדער דער עיקר מובחר שבהם — חלב ודםל) — זיינען קרבנות וואָס מ'זעט בגלוי ווי זיי ווערן נתקרב ונשתנה דורך העלאה וזריקה ע"ג המזבח, ותצא אש מלפני הוי' ותאכל, כנ"ל.

דער ענין איז אויך מרומז אין דעם חילוק המינים צווישן די צוויי סוגי קרבנות: די קרבנות אין די כלים, מנחה און קטורת, זיינען ניט פון מין ה"חי" (אָדערלא — אין זיי איז ניט ניכר דער חיות זייערער); משא"כ די קרבנות פון צווייטן סוג זיינען חי — דאָס איז מרמז, אַז דורכן משכן ומזבח איז נתחדש געוואָרן דער עילוי פון (גילוי) השראת השכינה, אַז פון דומם וחול מאַכט מען חי וקדושהלב.

ז. דער אויפטו וואָס איז דאָ אין משכן (ומזבח) — לאחרי מתן תורה — איז בפשטות אָנגעדייטעט געוואָרן אינעם זאָגן אַז מ"ת איז פאַרבונדן מיט* דעם אַז אידן וועלן ווערן „ממלכת88כהנים וגוי קדוש"לג, ובמילא וועט זיי געגעבן ווערן אויךלד אַזאַ סוג מצות וואָס זיינען קובע אַ קדושה אין דער מצוה־זאַך גופא — וואָס אויך אַ בן חמש למקרא פאַרשטייט (און „זעט") אַז זיי זיינען געוואָרן הייליקע זאַכן.

און אע"פ אַז בעיקר האָט זיך דאָס אויפגעטאָן ביי מתן תורה, ווען אידן זיינען געוואָרן אַ „ממלכת כהנים וגוי קדוש" און זיינען דעריבער נצטווה געוואָרן אין אַלע תרי"ג מצות, איז אָבער אַ מעין דערפון שוין געווען ביים ערשטן איד, אברהם אבינו, וואָס דערפאַר איז ער אָנגעזאָגט געוואָרן אין מצות מילה — „בריתי בבשרכם"לה, וואָס איז אינעם גדר (ווי רש"ילו ברענגט אַראָפּ) פון „חפץ של מצוה".

און דערמיט ווערט מוסבר דער סדר ווי רש"י איז מפרש די רמזים פון קרבנות הנשיאים (מיוסד אויף ר"מ הדרשן — אָבער קרוב לפשט און מיישב פשוטו ש"מ) וואָס זיינען פאַנאַנדערגעטיילט אין צוויי סוגים: די ענינים פון דומם טייטשט ער אויס אַלס רמזים אויף אדם הראשון (ותולדותיו), נח ותולדותיו און שבעים אומות — וואָס אין זיי איז ניט ניכר בגלוי חיות (השראת השכינה); און די ענינים פון חי טייטשט ער אויס אויף אידן*36 — אָנהויבנדיק פון אברהם כו', ביז משה ואהרןלז כהנים לוים וישראלים.

ח. עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: לפי זה האָט דאָך זיכער קיין אָרט ניט צו אָפּטייטשן „כף אחת עשרה זהב מלאה קטורת" — פון מין הדומם (וצומח) — אויף תורה, עשרת הדברות און תרי"ג מצות?

איז דער ביאור אין דעם:

רש"י איז דאָ מדייק, אַז „כף אחת" איז „כנגד התורה שנתנה מידו של הקב"ה"לח וואָס דאָס מיינט (ניט תורה בכלל, נאָר) די לוחות, וואָס ביי זיי דוקא געפינט מעןלט אַ נתינה „מידו של הקב"ה".

און אַזוי אויך „עשרה זהב, כנגד עשרת הדברות. מלאה קטורת, גימטריא . . תרי"ג מצות" — מיינט דאָס ניט די עשה"ד און תרי"ג מצות פאַר זיך, נאָר ווי דער כף, די לוחות זיינען מלא פון תרי"ג, תרי"ג אַלס אַ טייל פון די לוחותמ (וואָס נתנו „מידו של הקב"ה"), ד.ה.: די לוחות אַנטהאַלטן „עשרת הדברות" (עשרה זהב), וואָס די „עשרת הדברות" זיינען „מלאה (קטרת — גימט' . .) תרי"ג מצות"מא, ווי רש"י האָט שוין מפרש געווען (אין פ' משפטיםמב) אַז „כל89תרי"ג מצות בכלל עשרת הדברות הן".

און וויבאַלד אַז „כף אחת גו'" איז מרמז אויף תורה ווי זי איז „נתנה מידו של הקב"ה", דערפאַר גייט דאָס נאָך אַריין אין דעם ערשטן סוג פון עניני דומם, ווייל דאָס וואָס תורה ומצות טוען אויף ס'זאָל ווערן אַ „חפץ של מצוה", איז עס ווען אַ איד איז מקבל תורה ומצות און טוט אַ מצוה בפועל.

תורה ומצות ווי זיי זיינען מצד עצמן — „שעשועיו של הקב"ה"מג — און (אפילו) ווי דער אויבערשטער גיט זיי („נתנה מידו של הקב"ה") — זיינען זיי ניט קובע אויף שפּעטער קיין קדושה אין וועלט;

און ווי דער בן חמש האָט שוין געלערנט, אַז די ירידת השכינה אויפן הר סיני האָט אינעם הר ניט קובע געווען קיין קדושה אויף שפּעטער; וואָס דערפאַר איז נאָכדעם, „במשוך היובל" — כשנסתלקה השכינה — „רשאין לעלות" בהרמד.

[נאָר אעפ"כ, וויבאַלד אַז בשעת מ"ת איז געווען המשכת הקדושה אויפן הר — וואָס דערפאַר איז „הנוגע בהר מות יומת"מה — איז דער „כף" געווען פון זהבמו, אַ טייערע כלי, ווי די פריערדיקע כלי כסף (און נאָך מער), ווייל דאָס איז אַ העכערע דרגא אין דער הכנה צום ענין ה"חי", אַז דורך תורה ומצות זאָל מען מאַכן פון דומם — חי, כנ"ל].

ט. ע"פ האמור — אַז תורה (ומצות) מצד עצמה איז ניט נרמז אין סוג החי — וועט ווערן פאַרשטאַנדיק רש"י'ס פירוש אויף „אילים עתודים כבשים":

דאָס וואָס רש"י טייטשט אַז די „ג' מינים" זיינען „(כנגד כהנים ולוים וישראלים) וכנגד תורה נביאים וכתובים", מיינט ער ניט מוסיף זיין נאָך אַ (צווייטן) רמז „כנגד תורה נביאים וכתובים" (און וויבאַלד אַז ביידע רמזים שטייען בפירוש אחד קומט אויס אַז עס זיינען פאַראַן זעקס מינים) — וואָרום, כנ"ל, ווערט תורה מצד עצמה ניט נרמז אין מין החימז;

נאָר די ג' מינים זיינען (בעיקר) כנגד (די דריי וואָס רש"י רעכנט אויס פריער —) אידן, נאָר דאָס איז דוקא ווי אידן זיינען פאַראיינציקט מיט (די ג' חלקי ה)תורה, אַזוי אַז עס זיינען דאָ בלויז דריי זאַכןמח.

90און דאָס קומט בהמשך צום פריערדיקן פירוש רש"י אויף „ולזבח השלמים בקר שנים, כנגד משה ואהרן שנתנו שלום בין ישראל לאביהם שבשמים" — וואָס דעם „שלום" וחיבור צווישן אידן מיטן אויבערשטן האָבן משה ואהרן אויפגעטאָן במ"ת — דורך און מיט תורה (ומצות).

און וויבאַלד אַז אויך די ג' מינים „אילים עתודים כבשים" זיינען קרבנות שלמיםמט, איז דערפון גופא אַ הוכחה אַז זיי זיינען „כנגד כהנים ולוים וישראלים" (ניט נאָר מצד מעלתם אַלס אידן בכלל, נאָר) ווי זיי זיינען מיוחד מיט תורה (כנגד תנ"ך), וואָס דורכדעם ווערט דער שלום וחיבור צווישן זיי מיט „אביהם שבשמים".

יו"ד. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער המשך אין פירוש רש"י, וואָס גלייך נאָכן מפרש זיין „וכנגד תורה נביאים וכתובים", איז ער ממשיך (אין דעם זעלבן דבור המתחיל) „שלש חמשיות כנגד חמש חומשין וכו'":

וויבאַלד דער ענין שטייט אין איין המשך מיט „וכנגד תורה כו'" איז מובן אַז מיט די „שלש חמשיות" מיינט מען ניט אַ רמז אויף נייע באַזונדערע ענינים, נאָר אַ המשך ופירוש צו „וכנגד תורה כו'":

כדי צו מדגיש זיין אַז דאָ רעדט זיך וועגן תורה ווי זי ווערט נתקבל ביי אידן און איז פאַראיינציקט מיט זיי — ניט ווי אין פסוק „כף אחת גו'" וואָס רעדט ווי תורה איז „נתנה מידו של הקב"ה" — האָבן די נשיאים געבראַכט די „ג' מינים" אין אַ מספר פון „חמש", וואָס דריקט אויס די התחלקות וואָס איז דאָ אין תורה ומצות:

ווי תורה איז „נתנה מידו של הקב"ה" איז גאַנץ תורה ווי איין ענין, ביז אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט אַלע עשרת הדברות „בדבור אחד"נ.

[דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש"י איז מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „(כף) אחת" — דלכאורה איז ער נאָר מפרש דעם וואָרט „כף" — ווייל דערמיט איז ער מדגיש אַז דאָ רעדט זיך ווי תורה איז אין אַן אופן פון „אחת": תורה ווי זי ווערט געגעבן פון אויבערשטן, איז (ניט קוקנדיק וואָס זי אַנטהאַלט עשרת הדברות, און איז „מלאה קטרת" — תרי"ג מצות — איז) זי „כף אחת", איין ענין].

דוקא ווען (און דורכדעם וואָס) אידן זיינען „מקבל" תורה ומצות, הערט זיך אָן די התחלקות אין תורה — אַז דאָס זיינען „חמשה חומשין"נא, יעדער חומש מיט אַן אַנדערער תוכן און אַנדערע ענינים — און די התחלקות פון מצות, אַז אין די עשרת הדברות (וואָס „כל תרי"ג מצות בכלל עשרת הדברות הן")91זיינען דאָ צוויי סוגים: „חמש הדברות הכתובין על לוח אחד" — ענינים פון „הן", און „וחמש הכתובין על השני" — ענינים פון „לאו"נב;

משא"כ די עשרת הדברות (און תרי"ג מצות) ווי זיי ווערן געגעבן פון אויבערשטן, ווערן זיי נרמז אין „כף אחת עשרה זהב" — ניט צוויי מאָל „חמש" — ווייל מצד דעם אויבערשטן הערט זיך ניט אָן די התחלקות שבהם, נאָר אַלע עשרת הדברות זיינען איין מציאותנג — „כף אחת".

(משיחת מוצאי ש"פ נשא תשל"ח)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-kyzm2dte

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources