Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 5
457שלח
ברוקלין, נ.י.
צו די עסקנים און פריינד פון די בית־רבקה
שולעס, און צו אַנטייל נעמער אין דער
יערלעכער מסיבה, בפרט,
ה' עליהם יחיו
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז די יערלעכע מסיבה וועט הייאָר פאָרקומען אי"ה כ"ה סיון — אין דעם חודש פון מתן־תורה.
די ספּעציעלע שייכות פון מתן־תורה צו אידישע פרויען, איז שוין מערערע מאָל אונטערשטראָכן געוואָרן, לויט דעם סיפור פון חכמינו ז"ל, אויפן יסוד פון דעם פסוק כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל — אַז בשעת ס'איז געקומען די צייט צו געבן די תורה צום אידישן פאָלק, האָט דער אויבערשטער געהייסן משה רבנו צו ריידן פריער מיט די פרויען („בית יעקב") און דערנאָך צו די מענער („בני ישראל"). דערמיט האָט די תורה (— הוראה) געגעבן אַן אייביגע אָנווייזונג (וואָרום די תורה איז דאָך אַן אייביגע), פאַר אַלע צייטן און אַלע ערטער, אַז אידישע פרויען האָבן אַ ספּעציעלע שליחות און אויפגאַבע צו פאַרזיכערן, אַז קבלת התורה — דאָס אויפנעמען און אָפּהיטן די תורה און מצוות — מצד אַלע אידן, זאָל זיין ווי ס'דאַרף צו זיין, מיט איבערגעבנקייט און שמחה.
אויך אין דער סדרה פון דער וואָך פון דעם באַנקעט איז פאַראַן אַ ספּעציעלע שייכות צו פרויען אין דער מצוה פון חלה, וואָס איז איינע פון די מצוות וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן ספּעציעל פאַר אידישע פרויען און טעכטער — אַ מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט פיל ג־טלעכע ברכות פאַר זיי און פאַר דער גאַנצער משפּחה.
אַ צווייטע מצוה וואָס איז געגעבן געוואָרן ספּעציעל צו אידישע פרויען און טעכטער (אויך גאָר קליינע מיידעלעך וואָס מ'הויבט זיי ערשט אָן צו דערציען אין אידישקייט) — איז די מצוה פון ליכט־צינדן ערב שבת און ערב יום־טוב. ווי ס'איז אַרומגערעדט געוואָרן באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן, איז די דאָזיגע ליכטיגע מצוה פון גאָר גרויסער באַדייטונג, ניט נאָר פאַר דער מוטער און טאָכטער וואָס צינדן די ליכט, נאָר פאַר דער גאַנצער משפּחה. דאָס איז אויך אויבנאויפיג קלאָר דערפון וואָס די שיינענדיגע ליכט מאַכן ליכטיג די גאַנצע שטוב, און דעם טיש, פאַר אַלע בי־בית.
די דערמאָנטע מצוות און נאָך מצוות וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן ספּעציעל פאַר פרויען — אין צוגאָב צו די פיל מצוות וועלכע פרויען האָבן צוגלייך מיט מענער — אונטערשטרייכן די וויכטיקייט פון חינוך הבנות, די דערציאונג פון אידישע טעכטער און זייער צוגרייטונג צו פאַרנעמען זייער אָרט אַלס עקרת הבית,458וואָס די גאַנצע איינשטעלונג פון דער אידישער היים איז אין אַ באַדייטנדע מאָס אָפּהענגיג פון דער פרוי, די בעל־הבית'טע.
און דאָס ברענגט אונז צום צוועק פון דער יערלעכער מסיבה.
אין די בית־רבקה שולעס באַקומען הונדערטע (כן ירבו) תלמידות דעם אמתאידישן תורה'דיגען חינוך, צו קענען דורכפירן זייער גטלעכע שליחות אין לעבן אויפן בעסטן און פולסטן אופן. דעריבער איז זייער גרויס דער זכות פון די אַלע וועלכע נעמען אָנטייל אין דער אונטערשטיצונג פון די בית רבקה מוסדות און העלפן זי ניט נאָר אָנצוגיין מיט זייער אַרבעט, נאָר אויך אויסברייטערן זייער טעטיקייט אין איינקלאַנג מיט דער פאָדערונג פון דער איצטיגער צייט. איך וויל האָפן, און בין זיכער, אַז יעדער איינער און איינע וועט וויסן ווי אָפּצושאַצן דעם דאָזיגען זכות און אויך די אחריות.
השם יתברך זאָל אייך אַלעמען, און יעדן פון אייך, מיט אייערע בני־בית שיחיו, מצליח זיין אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.
מיט דער טראַדיציאָנעלער ברכה מקבל צו זיין די
תורה מיט שמחה און פנימיות'דיג אין דעם קומענ־
דיגען יום־טוב פון מתן־תורה און אַ גאַנץ יאָר
. . . ציצית ע"י מאַשין) . . הורה למעשה כ"ק אדמו"ר נ"ע (אביו של כ"ק מו"ח אדמו"ר) — בשעת הדחק, בעת שרבו הפליטים ברוסיא (בשעת תר"ע ואילך) — לעשות ציצית ע"י מאשין אלא שתחלת העשי' היתה ע"* י אדם. ואכ"מ.
דיעות האחרונים ע"ד ציצית שע"י מאַשין — נקבצו במאסף לכל המחנות סי"א סק"ג. ובהלכה למשה על קצשו"ע ר"ס ט'.
(ממכתב כ"ט תמוז תשט"ו)459בהן. ועד"ז בספר החנוך מצוה שפ"ז. וראה ג"כ שער התשובה לרבנו יונה ג' מ"א. אבל ביד הל' ע"ז פ"ב וסמ"ג לאווין ט"ו משמע דהוא רק בעקרי הדת, או בזנות. ורבנו סעדי' גאון לא הכניס כלל ולא תתורו במנין המצות לא באזהרותיו ולא בספר המצות שלו (ועיין ס' האמונות ודעות שלו מאמר יו"ד שער ד').
. . בנוגע לטעלעוויזשען, ס'איז אַ פּרצה גדולה שאין כמוה, אפילו די גוים זיינען יעצט אַרויס מיט אַ שטורעם געגען טעלעוויזשען, וואָס דאָס מאַכט אַ תל פון די קינדער, און מען טראַכט ווי דאָס צוריקציען ווי ווייט מעגליך.
ס'איז אָך און וויי, אַז די אידען דאַרפען זיך לערנען פון די גוים. און בפרט וואָס ס'איז געשעהן לעצטענס מיט די פיר אידישע אינגלאַך, און אַנדערע ענליכע פאַלען פון הרג'ענען און מאָרדען מענטשען. אַלע זיינען מודה אַז איינע פון די סיבות אויף דעם איז טעלעוויזשען און מואוויס, וואָס מען קוקט זיך צו ווי מען הרג'עט און מען שיסט זיך.
און נאָך אַ זאַך איז פאַראַן אין דעם, אפילו איינער וועט זיך טראַכטען, אַז ער וועט קוקן נאָר אויף די „פרומע" פּראָגראַמען פון טעלעוויזשען וואָס מען מעג קוקען, איז וואָס קענען די עלטערן גאַראַנטירן פאַר די קינדער אַז זיי וועלען ניט קוקען אויף אַנדערע פּראָגראַמען, וואָס מען טאָר ניט קוקען אויף זיי, מיט דער טענה, אַז אויב די עלטערען קוקען אויף טעלעוויזשען, מעגען זיי אויך קוקען וואָס זיי ווילען, ובפרט דאָ אין אַמעריקע פאָלגען ניט די קינדער אַזוי די עלטערען.
און ווער קען דאָס גאַראַנטירן פאַר די עלטערען אַליין, אַז זיי וועלען ניט דורכפאַלען אַליין, היינט וועלען זיי קוקען אויף דעם פּראָגראָם וואָס מען מעג, און מאָרגען וועלען זיי כאַפּען אַ קוק אַ ביסעל אויף אַ צווייטען פּראָגראַם, און ביסלעכווייז וועט ווערען אינגאַנצן הותרה לו.
און בפרט „בהטענה": ווי איז געווען די וועלט מיט צען יאָר צוריק, איידער ס'איז אַרויס טעלעוויזשען? האָט זיך ניט געפירט די וועלט די זעלבע זאַך מיט אַלע זאַכען?
נאָך אַ ריעותא וועט אַרויסקומען פון דעם פאַר אַנדערע מענטשען, אַז זיי וועלען וויסען אַז פּלוני בן פּלוני האָט אַ טעלעוויזשען, וואָס ער גייט מיט אַ גאַנצע באָרד, און ער וועט דאָך ניט וויסען, צי דאָרטען קוקט מען נאָר אַזעלכע פּראָגראַמען וואָס מען מעג קוקען, וועט ער קוקען אויף אַלע פּראָגראַמען, אפילו די וואָס מען טאָר ניט קוקען, אויף דעם ערשטנ'ס היתר סמך.
460דאָס וואָס מען פרעגט, פאַרוואָס פּלוני בן פּלוני האָט יע אַ טעלעוויזשען? און אויך ערליכע אידן און אפילו חסידישע אידען, זאָל מען זיך פאַרקוקען אויף זיי.
דאָס איז למשל ווי אין גשמיות זיינען דאָ רמ"ח אברים, זיינען ניט אַלע אברים געזונט ביים מענטשען, באַ איינעם איז דער כח הראי' שוואַך, ביי אַ צווייטען אַן אַנדער אבר א. אַ. וו. וועט אַ מענטש זאָגען, אַז וויבאַלד יענער מענטש איז קראַנק אויף זיינע אויגען, וויל ער אויך קראַנק ווערען אויף זיינע אויגען? און אַזוי איז אויך ברוחניות, ס'איז ניטאָ קיינער וואָס זאָל זיין בשלימות, מען טוט וויפיל מען קען אין קיום התורה והמצות, איז צו וואָס זיך אָפּלערנען פון יענעם ניט אַ גוטע זאַך?
די אַלע וואָס האָבען אַ טעלעוויזשען, וועט קיינער פון זיי ניט זאָגען אַז ער האָט דאָס געקויפט צוליב יראת־שמים ס'זאָל אים צוקומען פון דעם, אָדער מדות טובות. יעדער איינער האָט אַ תירוץ אויף דעם, אָדער צוליב אַ שטיק פאָרניטשער פאַר'ן הויז אָדער צוליב די ווייב, אָדער ער זאָגט, ער האָט דאָס געקראָגען במתנה, זאָל ער דאָס אַרויסוואַרפען?
אַמאָל פלעגט מען זיך היטען ניט פאַרביי גיין אַ קלויסטער, מען פלעגט גיין בעסער אַרום, אַ מאַמע פלעגט ניט לאָזען איר קינד גיין נאָענט צו אַ קלויסטער, אָדער צו זען אַ שתי וערב, און היינט דורך טעלעוויזשען בריינגט מען אַריין אין הויז דעם קלויסטער, דעם גלח און דעם שתי וערב ר"ל.
אַ יונגער רב, גראַדע אַ פיינער און אַ ירא שמים פון אַ פרומער ישיבה, האָט דערציילט, אַז ער הערט זיך צו און קוקט זיך צו אין טעלעוויזשען יעדען טאָג פון 12 ביז 1 אַזייגער, די צייט רעט אַ גלח, און פון דעם גלח'ס ספּיטש לערענט ער זיך אויס וואָס צו ריידען אויף דער בימה באַ אים אין שול! ער האָט דאָס געזאָגט מיט אַ תמימות און אויך געמיינט אַז ער טוט דאָס לשם שמים, כדי ער זאָל האָבען וואָס צו ריידען אין זיין שול, און ער פילט אַליין גאָרניט דעם גרויסען איסור אין דעם.
אַמאָל פלעגט מען זיך מוסר נפש זיין ניט צו הערען דעם גלח'ס רייד און היינט דורך טעלעוויזשען בריינגט מען אַריין דעם גלח אין הויז, און מען לייגט דאָס נאָך אַריין אין קדושה, לשם שמים.
דאָס איז געווען דער דרך פון די ערשטע משכילים מיט זייער סיסמא: „יהודי בביתך ואדם בצאתך", וואָס צווישען זיי זיינען געווען אויך רבנים מוסמכים.
הגם לכאורה וואָס האָט דאָס ניט געטויגט? אין שו"ע שטייט ניט קיין איסור אויף דעם, מען דאַרף טאַקע ניט גיין אין די גאַסען און שרייען איך בין פרום, איז וואָס איז געווען דער איסור אין זייער סיסמא? אָבער מ"מ האָבען מיר געזען פון פּראַקטיק וואָס ס'איז געוואָרען פון זיי? און פון זייערע קינדער און קינדס קינדער איז ניט געבליבען ביי זיי קיין זכר פון אידישקייט.
מען האָט דערציילט וועגען אַ שוחט אין דער שטעטל ל. וואָס האָט אָנגעטאָן קאַלאָשען (ראָבערס) האָט מען אים אָפּגעזאָגט פון שחיטה.
הגם וואָס איז דאָ געווען דער איסור? דער שווער אַליין איז אויך געגאַנגען מיט קאַלאָשען, נאָר אין יענער צייט פון דעם שוחט איז דאָס נאָך געווען אַ נייעס און461געטראָגען נאָר פון אידן וועלכע האָבן זיך אָנגעטאָן און געפירט זיך ווי די פריצים, אָנטיילגענומען אין זייערע בעלער און הוליינקעס א.ז.וו. און אַז איינער האָט דאָס אָנגעטאָן האָט מען געוואוסט אַז ער איז קאַליע געוואָרען און דער סוף איז געווען: עס איז נתגלה געוואָרען אַז ער איז קאַליע און אויך זיין הויז.
אַמאָל איז געקומען אין ליובאַוויטש צו זיין פאָטער אַ איד און האָט אים געפרעגט, אַ קונץ איז צו זיצען אין ליובאַוויטש, פאַרמאַכט ביי זיך אין צימער און זיין אַ ערליכער איד? אין פּעטערבורג און גיין אין גאַס און דאַן ניט זינדיגען, דאָס איז אַ זאַך; זאָגט ער ווייטער, אַז דאָס איז אויך נאָך ניט קיין קונץ, זיין אין פּעטערבורג און אַריינגיין אין טיאַטער און זיצען מיט פאַרמאַכטע אויגען, און ניט זינדיגען, אָט דאָס איז אַ זאַך, זאָגט דער איד ווייטער, און דאָס איז אויך ניט גענוג, זיצען אין אַ פּעטערבורגער טיאַטער מיט אָפענע אויגען און דאַן ניט זינדיקען, דאָס איז אַ זאַך, זאָגט דער איד ווייטער, און דאָס איז נאָך אויך ניט גענוג, אַריין גיין אין טיאַטער און צוגיין נאָענט צו דעם סטיידזש (בימה) וואו די אַרטיסטען שפּילען, און דאַן ניט זינדיגען, אָט דאָס איז אַ גרויסע זאַך, און אַזוי האָט ער אויסגערעכנט אַ גאַנצען צעטעל, מען קען זיך שוין אַליין פאָרשטעלן ווי אַזאַ חשבון קאָן פאַרפירען דעם מענטשען אין שאול תחתית.
איר זאָלט זען מתקן זיין די ענינים ביי אייך אין שטאָט, און איר קאָנט אפילו אָנהויבן דאָס אין נ. י. וויילע דאָ מאָנט זיך גאָר שטאַרק די ענינים צו מתקן זיין.
0
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ח
- Id
- rh-cs205nhm