Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 1
423במדבר
ב"ה, אין די טעג פון ספירה, ה'תשל"ט
ברוקלין, נ. י.
צו דער 24טער יערלעכער קאָנווענשאָן
פון נשי ובנות חב"ד
ה' עליהן תחיינה
די הייאָרדיגע קאָנווענשאָן קומט פאַר אין די טעג וועלכע זיינען פאַרבונדען מיט שבת פ' במדבר. און וויבאַלד אַז אַלץ איז בהשגחה פרטית, בפרט אַ געשעעניש וואָס איז לטובת הרבים, דאַרף מען דאָס פאַרבינדן מיט דער סדרה פון דער וואָך און אַרויסנעמען פון איר הוראות (אָנווייזונגען), וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון תורה — מלשון הוראה.
די פרשה במדבר איז דער אָנהייב פון דעם גאַנצן ספר במדבר, וואָס ווערט אויך אָנגערופן „ספר הפקודים" — דער ספר פון „ציילונגען", וואָרום סיי אין אָנהויב פון דעם ספר און סיי צום סוף פון דעם ספר דערציילט אונז די תורה ווי מ'האָט געציילט די אידן: דאָס ערשטע מאָל אין מדבר סיני, נאָך קבלת התורה, בשעת מ'האָט אָנגעהויבן דעם לאַנגען וואַנדער־וועג דורך דעם גרויסן און שרעקלעכן מדבר, און דאָס צווייטע מאָל צום סוף פון די 40 יאָר וואַנדערונגען, פאַרן אַריינגיין אין רץ־ישראל.
איינע פון די נצחיות'דיקע הוראות אין דעם — וואָרום די תורה איז דאָך אַ נצחיות'דיגע און אַלע אירע הוראות זיינען נצחיות'דיגע, פאַר אַלע אידן און פאַר יעדן אידן, אין אַלע צייטן און ערטער — איז:
אַ נשמה קומט אַראָפּ אויף דער וועלט מיט אַ גטלעכע שליחות, וואָס יעדער איד, מאַן אָדער פרוי, דאַרף דורכפירן: צו מאַכן פאַר דעם אויבערשטן אַ „דירה" אין דער מאַטעריעלער און גשמיות'דיגער וועלט. איז בשעת אַ איד קוקט זיך אַרום און זעט, אַז די וועלט אַרום איז אַ גייסטיגער „מדבר", פול מיט וואָכעדיקייט, און אָפט נאָך נידעריגער דערפון, קען מען דאָך טראַכטן: ווי קען מען דערפילן אַזאַ שליחות? זאָגט אונז די תורה, אַז מ'דאַרף זיך ניט שרעקן, וואָרום אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די שליחות פון אידן בשעת זיי זיינען געוואָרן אַ פאָלק און האָבן באַקומען די תורה ביים באַרג סיני. מיט דעם כח פון דער תורה זיינען זיי דורכגעגאַנגען דעם גרויסן און שרעקלעכן מדבר — אַ ווילדערניש און וויסטעניש אין אַלע הינזיכטן, וואו אין אַ נאַטירלעכן אופן איז ניטאָ ניט קיין ברויט און ניט קיין וואַסער, און איז פול מיט424שוועריקייטן און נסיונות. און נאָך מער: וואו זיי זיינען געגאַנגען האָבן זיי פאַרוואַנדלט דעם מדבר אין אַ בליענדן גאָרטן — דורך מרים'ס ברונעם, ווי עס ווערט דערציילט אין מדרשים, אַז דער ברונעם האָט געמאַכט שפּראָצן אַלערליי גרינסן און פרוכט; און זיי האָבן אַראָפּגעבראַכט „לחם מן השמים" — ברויט פון הימל; און דער עמוד האש האָט זיי ליכטיק געמאַכט דעם וועג, און די ענני הכבוד האָבן זיי געשיצט פון אַלע סכנות, וכו'.
און דאָס איז אויך איינע פון די באַדייטונגען פון די ציילונגען, וואָס די ציילונג איז געווען אין אַן אופן וואָס יעדער איינער איז געציילט געוואָרן ניט קוקנדיק וואָס זיין מעמד און מצב איז געווען, און געציילט געוואָרן ניט מער ווי איינס און ניט ווייניקער ווי איינס, צו אונטערשטרייכן, אַז יעדער איינער האָט זיין ג־טלעכע שליחות אַלס „יוצא צבא", אין די רייען פון „צבאות ה'", ג־ט'ס אַרמיי, אין דינסט פון דעם אויבערשטן. און כאָטש אין אַן אַרמיי זיינען פאַראַן חילוקים, פון אַן איינפאַכן סאָלדאַט ביז דעם העכסטן אין ראַנג, דערפילט יעדער איינער באַזונדער און אַלע צוזאַמען די ־טלעכע שליחות צו מאַכן פאַר דעם אויבערשטן אַ „דירה" אויף דער וועלט, אפילו אין מדבר. און דוקא די פון דער צווייטער ציילונג — די וועלכע זיינען אויפגעהאָדעוועט געוואָרן אין מדבר — האָבן זוכה געווען אַריינצוקומען אין ארץ־ישראל.
און זאָל דאָ ווידעראַמאָל אונטערשטראָכן ווערן די וויכטיגע ראָלע פון די אידישע פרויען און טעכטער, וואָס אַ דאַנק זיי איז געווען וועמען צו ציילן אין די רייען פון „צבאות ה'", סיי ביים אַרויסגיין פון מצרים און סיי ביים אַריינגיין אין ארץ־ישראל.
אַזוי אויך אין אַלע דורות, און ספּעציעל אין דער איצטיגער צייט, איז די אידישע פרוי און מוטער, און די טאָכטער וואָס גרייט זיך דערצו, די „עקרת הבית" וואָס האָט אַ דעצידירענדע ראָלע אין אויפשטעלן די „צבאות ה'" מיט וועמען מיר וועלן אַרויסגיין פון איצטיגען גלות, דורך משיח צדקנו בקרוב ממש.
ויהי רצון אַז די קאַנווענשאָן זאָל מצליח זיין צו פאַרשטאַרקען און אויסברייטערן די טעטיקייטן פון נשי ובנות חב"ד אין דער אויבנדערמאָנטער ריכטונג און מיר זאָלן אַלע זוכה זיין בקרוב ממש מקבל צו זיין פני משיח צדקנו, צו פירן אונז אין אונזער הייליג לאַנד בנעורינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו — מיט אונזערע יונגע און מיט אונזערע עלטערע, מיט אונזערע זין און מיט אונזערע טעכטער — שטאָלצע אידן און גאַנצע אידן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
אין אָנבליק פון יום־טוב שבועות, זמן מתן תורתנו, שיק איך אויך מיין אינערלעכע ברכה צו יעדע איינע און אַלע אַנטיילנעמער אין דער קאָנווענשאָן פאַר אַ פריילעכן און לעבעדיגען יום־טוב און די טראַדיציאָנעלע ברכה צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות.
בברכה להצלחה
ולבשורות טובות
בכל האמור
9425ב"ה, יום א' לפ' אמור גו' ואמרת, ה'תשל"ט
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם
יערלעכן דינער פאַר דעם מוס־חינוך
„אהלי תורה"
ה' עליהם יחיו
עס פרייט מיר צו באַגריסן אַלע אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער, וואָס קומט הייאָר פאַר יום א' במדבר.
ס'איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן, אַז אַלץ איז בהשגחה פרטית, און אַז יעדער ענין אין תורה אַנטהאַלט נצחיות'דיקע אָנווייזונגען, וואָרום „תורה" מיינט דאָך „הוראה" — אָנווייזונגען און לערע. דעריבער איז אויך אין דעם וואָס די יערלעכע מסיבה קומט פאַר אין דער וואָך פון פ' במדבר פאַראַן אַ שייכות מיט דער פרשת השבוע, און אַן אָפּלערנונג דערפון.
די נקודה פון דער פרשה איז די ציילונג פון די אידן אין מדבר סיני, אַ חודש נאָכדעם ווי דער משכן איז אויפגעשטעלט געוואָרן.
דער טלעכער אָנזאָג צו ציילן די אידן איז אויסגעדריקט אין די ווערטער שאו את ראש גו'*) בני ישראל — וואָס בוכשטעבלעך מיינט דאָס — „הויב אויף דעם קאָפּ פון די קינדער פון ישראל", כאָטש לכאורה האָט זיך דאָס געקענט אויסדריקן אין אַ קורצן וואָרט — „ציילט", אד"ג. דערצו ווערט פיל מאָל אונטערשטראָכן, אַז די „געציילטע" דאַרפן זיין כל יוצא צבא — „יעדער איינער וואָס גייט אַרויס צו דינען".
איינע פון די הוראות אין דעם — וואָס האָט אַ ספּעציעלע שייכות צו אונזער ענין — איז:
בשעת אידן ווערן געציילט, ווערט יעדער יחיד, ניט קוקנדיג וואָס זיין מעמד ומצב איז, דערהויבן, וואָרום ער איז אַ טייל פון צבאות ה', דעם אויבערשטנ'ס „אַרמיי", און ווערט גרייט און וויליג צו מאָביליזירן זיך און אַלע זיינע כוחות און מעגלעכקייטן צו דינען דעם אויבערשטן אין דער פולסטער מאָס.
אָבער כדי צו דערפילן די דאָזיגע פליכט בשלימות, פאָדערט זיך אַ צוגרייטונג און אויסבילדונג. אַ סאָלדאַט ווערט ניט געבאָרן אַ פאַרטיגער סאָלדאַט; ער מוז פריער דורכגיין אַ געוויסע צייט פון אויסשולונג און איבונגען אונטער אַ שטרענגער און וואַכזאַמער דיסציפּלין, וכו', על אחת כמה וכמה אַ „סאָלדאַט" אין דער טלעכער „אַרמי.
און דאָס איז די אויפגאַבע פון חינוך — תורה־דערציאונג על טהרת הקודש. אַזאַ חינוך ווערט געגעבן אין „אהלי תורה" און איז מצליח — מיט דעם426אויבערשטענ'ס הילף — און אייער הילף — צו דערציען און אויפשטעלן „צבאות ה'", וואָס אויף זיי קען מען מיט רעכט זאָגן: „ישראל אשר בך אתפאר" — אידן מיט וועמען דער אויבערשטער שטאָלצירט.
דעריבער בין איך שטאַרק אין דער האָפנונג, אַז אַלע פריינד פון „אהלי תורה" וועלן זיך וואַרעם אָפּרופן, און מאָביליזירן זיך, צו שטיצן, דערהאַלטן און אויסברייטערן דעם מוסד חינוך על טהרת הקודש, צו דערמעגלעכן עם צו דערפילן זיין אויפגאַבע אין דער פולסטער מאָס, אין איינקלאַנג מיט די פאָדערונגען. און זיכער וועט יעדער איינער וועלן אַריינגערעכנט ווערן אין די רייען פון „יוצאי צבא" און האָבן אַ חלק אין דער טלעכער ברכה פון שאו את ראש בני ישראל — דערהויבן צו ווערן אין אַלע הינזיכטן, אין דער העכסטער מאָס און אין דער פולסטער מאָס, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכה להצלחה
ולבשורות טובות
פאָרט געזונטערהייט, און ס'זאָל זיין בהצלחה רבה.
אַזוי ווי פרשת השבוע איז פרשת במדבר, וואָס דאָרטן רעדט זיך וועגן „לוי"א און „קהת"ב, וואָס אין שבט לוי גופא (וואָס כללות ענינו איז דער ענין פון לימוד התורהג) זיינען בני קהת געווען די נושאי הארוןד, און בזמן הזה איז דער ענין פון „קהת" (נשיאת הארון) — תלמידים (און אַלע) וואָס זיינען יושבים באהלה של תורה,
זאָל אייך דער אויבערשטער מצליח זיין אין לימוד הנגלה און אין לימוד החסידות, ובהקדמת עבודת התפלהה, און דער לימוד זאָל זיין מביא לידי מעשהו.
און אַזוי ווי עס שטייט אין זהרז (און דער רבי (מהורש"ב) נ"ע איז דאָס מבאר אין דעם מאמר פון ל"ג בעומרח וואָס איז געזאָגט געוואָרן לפני ששים שנה — אין427שנת עטר"ת) בנוגע צו מעלת רשב"י אין דעם ענין פון „קרני הוד"ט, אַז „אנא ידענא דאנפאי נהירין" (ומשה „לא ידע כי קרן עור פניו"י) — זאָל דאָס זיין ביי אייךיא.
און איר זאָלט מצליח זיין אין הפצת היהדות און הפצת התורה, נגלה און חסידות — ווי ער איז מבאר אין דעם מאמריב אַז דער אויפטו פון רשב"י איז געווען „לגלות בחי' פנימיות התורה", און איצטער — מצוה לגלותיג.
אויף צו מקשר זיין מיט אַ מעשה בפועל — וועט מען געבן יעדערן פון אייך אַ חוברת „לקוטי שיחות", און אויך אַ פאַר דאָלער אויף צדקה.
[נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו — לקו"ש פרקי אבות — פרק ו' (תשל"ט) ושני שטרות של דולר].
אַזוי ווי איר זיינט דאָך אַ מניןיד, אַן „עדה קדושה"טו, זאָל זיין די הצלחה רבה אויך אין אַן אופן ווי דאָס איז ביי אַ מניןטז.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ח
- Id
- rh-a6z95df1