Likkutei Sichos
Behaaloscha 4
126בהעלותך —
א. בנוגע פסח שני איז באַוואוסט דער וואָרט פון רבי'ןא: „פסח שני ענינו איז — עס איז ניטאָ קיין „פאַרפאַלען", מען קען אַלע מאָל פאַריכטען. אפילו מי שהי' טמא, מי שהי' בדרך רחוקה. און אפילו „לכם"ב, אַז דאָס איז געווען ברצונו, פונדעסטוועגען קען מען מתקן זיין".
דאַרף מען פאַרשטיין: הן אמת אַז די ענינים וביאורים פון פנימיות התורה זיינען לפעמים לויט איין דיעה אין נגלה דתורהג, אפילו ווען די הלכה איז ווי אַ צווייטע דיעה, וואָרום אלו ואלו דברי אלקים חייםד און מען דאַרף און מען מוז בענטשן ברכת התורה פאַר דעם לערנען דברי בית שמאי, כאָטש ב"ש במקום בית הלל אינה משנה*4 —
אעפ"כ, איז דאָך יומתק יותר אויב עס איז אויך מתאים לויט די דיעה וואָס הלכה כמותה, ובפרט בעניננו, וואָס דער לשון איז אַז דאָס איז „ענינו" (פון פסח שני).
ולכאורה: בשלמא לויט דער דיעהה אַז פסח שני איז „תשלומין דראשון הוא", איז מובן וואָס מען זאָגט בנוגע פ"ש „ענינו איז — עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן מען קען אַלע מאָל פאַריכטען . . מתקן זיין",
ועד"ז לויט דער דיעהו אַז „תקנתא דראשון הוא", אַז די תורה האָט געזאָגט ווי צו מתקן זיין (דורך מקריב זיין פסח שני) — אויב ער האָט ניט מקריב געווען דעם פסח ראשון במזיד.
אָבער לויט דעת רבי — וואָס אַזוי איז אויך די הלכהז — אַז פסח שני איז „רגל בפני עצמו הוא", און „אין השני תלוי בראשון אלא חיוב בעצמו כמו שאר הרגלים"ח,
ווי זאָגט מען לדיעה זו אַז „ענינו איז — עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלען מען קען אַלע מאָל פאַריכטען"?
ב. גאָר בפשטות איז דאָס קיין קשיא ניט, וואָרום אפילו לדעת רבי אַז „רגל בפני עצמו הוא" איז דער חיוב פון פ"ש דוקא דאַן ווען ער האָט ניט מקריב געווען בראשון (ביז אַז איינער וואָס האָט מקריב געווען פסח בראשון טאָר ניט בריינגען אַ פ"ש). און נאָכמער — אפילו ווען ער האָט ניט מקריב געווען בראשון במזיד — „הרי זה מקריב בשני" און איז דעמאָלט פטור מן הכרתט, קומט דאָך אויס אַז אויך127לדעתו איז „ענינו (פון פסח שני) — עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן".
און אַזוי איז דאָך געווען בפועל מלכתחילה — אַ חידוש ומצוה וואָס איז געגעבן געוואָרן צו פאַריכטן. כדי עס זאָל ניט זיין „נגרע" באַ די „טמאים לנפש אדם" איז געקומען דער ציווי ה'י „איש איש כי יהי' טמא לנפש או בדרך רחוקה לכם גו' בחודש השני בארבעה עשר יום בין הערבים יעשו אותו".
און דאָס וואָס לדעת רבי איז פ"ש „רגל בפני עצמו הוא"יא איז (בעיקר) נוגע לגבי דעם וואָס „חייבין עליו (פסח שני בפני* עצמו) כרת", „כיצדיב מי ששגג או נאנס ולא הקריב בראשון אם הזיד ולא הקריב בשני חייב כרת"יג.
עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: מטעם זה וואָס „רגל בפני עצמו הוא" האַלט דאָך רבייד (און אַזוי פסק'נט דער רמב"םטו) אַז אויך „גר שנתגייר בין שני פסחים וכן קטן שהגדיל בין שני פסחים חייב לעשות פסח שני", היינט ווי ערקלערט מען בנוגע לגר וקטן הנ"ל, אַז „ענינו (דפ"ש) איז — עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן" — זיי זיינען דאָך נישט געווען מחוייב בפ"רטז.
ג. בנוגע צו „קטן שהגדיל בין שני פסחים" וואָס „חייב לעשות פסח שני" (ווי איז אין דעם מודגש דער ענין אַז „עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן") — יש לבאר (בדוחק עכ"פ): וויבאַלד אַ קטן איז נמנה אויפן קרבן פסח, ביז אַז ס'איז דאָ אַ סברא אַז שה לבית אבות דאורייתאיז, און נאָכמער: דער רמב"םיח פסק'נט דאָך אַז „אם שחטו עליו — אויפן קטן — בראשון פטור (פון פסח שני)". זעט מען דאָך אַז ער האָט אַ שייכות צו דער מצות קרבן הפסחיט. ובמילא איז אין פאַל ווען לא שחטו עליו בראשון, און הגדיל בין שני פסחים, איז דער „חייב לעשות פסח שני", אַ מעין פון תשלומין, „וענינו איז — עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן" (פון פסח ראשון — וואָס אויב מ'וואָלט אויף אים מקריב געווען בראשון וואָלט ער געווען פטור מפ"ש).
אָבער בנוגע צו גר שנתגייר, וואָס ער האָט ניט געהאַט קיין שום שייכות צו פסח ראשון, איז וואָס איז שייך צו זאָגן באַ אים „עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן"?
ד. וי"ל הביאור בזה: אַז אדרבא, דעת רבי אַז „רגל בפני עצמו הוא" בריינגט אַרויס מערער דעם ענין אַז — „עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן", ווי לויט די דיעות אַז „תשלומין דראשון הוא" אָדער „תקנתא דראשון הוא":
128לויט די דיעות אַז ס'איז „תשלומין דראשון" אָדער „תקנתא דראשון" איז דער (עיקר) זמן הקרבת הפסח בזמן פסח ראשון בי"ד ניסן, נאָר מ'קען „משלים" אָדער „מתקן" זיין דעם חיוב וואָס ער האָט אויף זיך (פון פסח ראשון). די תורה האָט אָבער נישט געגעבן נאָך אַ זמן פסחכ.
משא"כ לדעת רבי ודיוק לשונו „רגל בפני עצמו הוא" האָט די תורה געגעבן (נוסף אויף דעם זמן פון פסח ראשון אויך) אַ רגל — זמן בי"ד אייר אויף הקרבת הפסח. ווען ער איז מקריב דעם פסח בי"ד באייר איז עס (בהוספה צו משלים זיין דאָס וואָס ער האָט פאַרפעלט (הקרבת הפסח ראשוןכא), אויך) בפני עצמו הקרבת הפסח*21, י"ד אייר איז זמנו פון הקרבת הפסח, „מועדו"כב פון פסחכג.
ד. ה.: לדעת רבי איז מען מחוייב בפ"ש ניט ווייל אויף אים איז געבליבן אַ חיוב קרבן פסח פון י"ד ניסן (ווי לויט דער דיעה אַז ס'איז תשלומין אָדער תקנתא) נאָר ווייל — י"ד באייר איז אַ זמן וואָס איז אים מחייב להקריב ק"פ (אויב ער האָט ניט מקריב געווען בי"ד ניסן).
[דאָס וואָס הקריב הפסח בראשון דאַרף ער נישט מקריב זיין בפסח שני, ווייל אויף יצי"מ איז נאָר איין קרבן, כפשוט].
ובמילא איז דאָס וואָס „פ"ש ענינו איז — עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלען", איז די כוונה אין דעם נישט (נאָר) אַז „מען קען אַלעמאָל פאַריכטן" — אַ זאַך וואָס מ'האָט פאַרפעלט, איז ער איר ממלא בכללות, נאָרכד — ס'ווערט אויפגעטאָן129אין אַלע פרטיםכה, די פעולה איז בשלימותכו.
ועפ"ז איז מובן אויך בנוגע צו „גר שנתגייר בין פ"ר לפ"ש און קטן שהגדיל בין שני פסחים", אַז דאָס וואָס „חייבין לעשות פסח שני" (כאָטש זיי האָט נישט געפעלט עשיית הפסח ראשון, וויבאַלד אָבער ענינו איז ניט (נאָר) אויף משלים זיין את החסר (בעבר), נאָר צו טאָן אַ חיוב וועלכער קומט איצט — בזמן י"ד אייר — בפ"עכז. האָט דאָס אויך אַ שייכות צו גר וקטן הנ"ל), ווייל אין דעם מצב וואָס זיי שטייען בי"ד אייר זיינען זיי מחוייב במצות.
ה. ע"פ הנ"ל יש לומר אַז אויך לדעת רבי איז פ"ש תשלומין. אין דעם לשון תשלומין זיינען דאָ צוויי פירושים: א) משלים זיין אַ חסרון, ב) שלימות — כאָטש אַז בלאו הכי פעלט גאָר ניט אין דער זאַך, קומט אָבער צו שלימות אין דער זאַך דורך דער הוספה.
וע"ד ווי מען געפינט ביים לשון „תמימה" בנוגע ל"שנה": די גמראכח זאָגט אַז „תמימה" איז „להביא את חודש העיבור", כאָטש אַז אויך אָן דעם חודש העיבור ווערט זי אָנגערופן שנהכט, עס פעלט ניט אין איר.
ועד"ז זאָגט מען בעבודה בבית המקדשל, אַז עס איז דאָ אַן עבודה שאינה תמה, אויב „יש אחרי' עבודה", אַזוי ווי „שחיטה וקבלה והולכה שיש אחרי' זריקה". [„עבודה תמה" איז אַן „עבודה שהיא גומרת ומתממת את הדבר" — אַזוי ווי זריקה והקטרה ניסוך המים כו'].
כאָטש עס פעלט ניט אין דער עצם העבודה, זי איז געטאָן געוואָרן כדבעי, ווערט זי אָבער ניט אָנגערופן עבודה תמה, ווייל יש אחרי' עבודה. און די עבודה שלאחרי' איז „גומרת ומתממת את הדבר", זי איז גומר ומשלים די עבודה הקודמת.
[וואָס דעריבער איז באַ די עבודות הקודמות, „אע"פ שהזרים מוזהרים שלא יתעסקו בעבודה מעבודת הקרבנות אין חייבין מיתה אלא על עבודה תמה"].
דאָס איז אויך מעין פון די צוויי ענינים וואָס מען געפינט באַ צדקהלא: „די מחסורו אתה מצווה עליו לפרנסו כו' אשר יחסר לו אפילו סוס לרכוב עליו ועבד לרוץ לפניו" און (מערער פאַר דעם) — „לעשרו", כאָטש אַז דאָס איז ניט קיין ענין וואָס עס פעלט אים.
ו. ועפ"ז י"ל אַז דאָס וואָס מ'זאָגט אַז „אין השני תשלומין לראשון אלא רגל בפ"ע"לב, מיינט אַרויסבריינגען אַז דאָס איז ניט אַזאַ „תשלומין" וואָס איז בכדי משלים זיין החסר נאָר „רגל בפני עצמו" — די זאַך ווערט אויפגעטאָן בשלימות.
און אין דעם זין איז אויך באַ גר שנתגייר דאָ דער ענין פון תשלומין, אַז130אע"פ אַז פריער האָט ער ניט געטאָרט מקריב זייןלג, „איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן", ער פאַרלירט ניט די שלימות פון הקרבת הפסח.
ויומתק יותר ע"פ הדיוק הידוע פון חיד"אלד בהלשון „גר שנתגייר" — ניט „גוי שנתגייר", ווי מ'זאָגט „עבד שנשתחרר", „קטן שהגדיל" וכיו"ב — ווייל נאָך איידער ער האָט זיך מגייר געווען בפועל איז ער שוין אַ גר, ער האָט (זייענדיק אַ גוי) אַ ניצוץ פון אַ נשמה קדושהלה, נאָר בגלוי איז דאָס אַרויסגעקומען ווען ער האָט זיך מגייר געווען, קומט אויס אַז אויך בפסח ראשון איז באַ אים געווען אַ געוויסע שייכות צום פסחלו, און פסח שני איז תשלומין — מלשון שלימות, אין דער שייכות זיינע צו פסח ראשון.
ז. בעומק ובפנימיות יותר י"ל: וויבאַלד אַז ביידע פירושים זיינען אין דעם זעלבן וואָרט תשלומין, איז מובן אַז אויך דער פירוש תשלומין מלשון שלימות, האָט אַ שייכות צום פירוש הפשוט פון תשלומין, אַז מ'איז ממלא און משלים את החסר.
די הסברה אין דעם איז: וויבאַלד עס קען צוקומען לגבי דעם פריערדיקן מצב, ווערט אויך דאָס פאַררעכנט אַלס חסר. די שלימות ווערט אַ גדר פון דערגאַנצן וואָס עס האָט געקענט צוקומען.
וע"ד ווי דאָס איז בגשמיות כנ"ל, אַז בשעת מ'גיט איינעם עשירות, איז לאחרי ווי ער האָט עס באַקומען און זיך צוגעוויינט דערצו, רעכנט עס זיך שוין ניט פאַר עשירות ודבר נוסף, נאָר אַ זאַך וואָס „יחסר לו" כנ"ל, אפילו עבד לרוץ לפניו.
וי"ל אַז ברוחניות (במחשבה בעבודת הנפש) איז כשם ווי דאָס איז לאחרי ווי מ'באַקומט דעם „לעשרו", בפועל, עד"ז איז דאָס אויך בשעת זיין מחשבה און שטרעבונג איז צו „עשירות",
וויבאַלד אַז במקום שרצונו של אדם שם הוא נמצאלז, ווערט שוין די עשירות און שלימות פאַררעכנט ביי אים ווי „יחסר לו". און ווען ער באַקומט די עשירות ווערט דאָס ביי אים אַן ענין פון תשלומין דהחסר, ממלא את החסר לו.
וכלפי שמיא גליא, אַז שוין פריער איז באַ אים „חמישים איש רצים לפניו" וכו' אַן ענין וואָס יחסר לו, אָבער למטה, בגשמיות איז „אין לדיין אלא מה שעיניו רואות"לח, למטה און בהלכה לפועל, ווען ווערט נתגלה אַז דאָס איז יחסר לו — דוקא לאחרי ווי ער האָט באַקומען די עשירות ונתרגל בזה.
ח. ובנוגע לגר שנתגייר בין פ"ר ופ"ש — וויבאַלד אַז אויך איידער ער האָט זיך מגייר געווען בפועל איז ער שוין פון פריער אַ גר, כנ"ל, ער האָט אין זיך (נאָך זייענדיק אַ גוי) אַ ניצוץ פון אַ נשמה קדושה, איז כאָטש אַז בגלוי איז דאָס אַרויסגעקומען ווען ער האָט זיך מגייר געווען, דעמאָלט ווערט אָבער נתגלה אַז אויך למפרע האָט ער (מצד131הנשמה) געהאַט אַ שייכות צו מצות התורהלט.
ובמילא קומט אויס אַז נישט נאָר איז ער מוסיף שלימות דורך הקרבת הפסח שני, נאָר דאָס איז אויך משלים את החסר, ווייל מצד הנשמה האָט אים „געפעלט" אין הקרבת הפסח בפסח הראשון.
ט. די הוראה פון דעם לכל אחד ואחד בעבודתו ית' — אויף וויפל עס דאַרף זיין די התעסקות אין הפצת התורה והיהדות, ובפרט בהפצת המעינות.
ער קען דאָך טראַכטן באַ זיך: די אַרבעט איז טאַקע זייער חשוב, אָבער דאָס איז בלויז אַ הידור מצוה, ס'איז אַ שלימות וואָס וועט אים צוקומען ווען ער וועט עס טאָן, וואָס איז אָבער דער הכרח אין דעם און וואָס איז אַזוי די אייליניש?
זאָגט מען אויף דעם, אַז אַן ענין וואָס ער מיינט אַז עס איז בלויז אַ שלימות, קען גאָר זיין אַז באמת איז דאָס באַ אים תשלום החסר, אין דעם וואָס איז מוכרח צו זיין עבודה ושרש נשמתו.
ווי די תורה פון בעש"טמ: הקב"ה שיקט אַראָפּ אַ נשמה אויף דער וועלט און לעבט זיבעציק אָדער אַכציק יאָר וואָס דער תכלית הכוונה פון דער שליחות איז צו טאָן אַ אידן אַ טובה אין גשמיות בכלל און אין רוחניות בפרט.
קען זיין, אַז אָט די טובה וואָס ער דאַרף טאָן צו דעם אידן אין דעם טאָג איז דער תכלית פון זיין נשמה'ס אַראָפּקומען אויף דער וועלט, און אויב ח"ו ער פאַרפעלט דאָס, האָט ער ניט נאָר פאַרפעלט אַ שלימות, נאָר — דעם עיקר תכלית ירידת נשמתו.
און וויבאַלד אַז אין אתנו יודע עד מה, מען ווייס ניט וועלכע פעולה איז די צוליב וועלכער זיין נשמה איז אַראָפּגעקומען למטה, דאַרף זיין די התעסקות בהפצת היהדות באופן דחטוף ואכול חטוף ושתימא, וויבאַלד אַז באַ לידו.
און דורך דעם איז מען זוכה צו דער גאולה האמיתית והשלימה — אין די ביידע טייטשן פון „שלימה": עס ווערן נשלם אַלע חסרונות פון זמן הגלות, און עס וועט אויך צוקומען שלימות אין וועלט נאָך העכער ווי וועלט איז געווען לפני חטא עץ הדעת (אלה תולדות השמים וארץ דעולם על מילואו נבראמב) — אלה תולדות פרץ מלאמג,
ובלשון הרמב"םמד: „ובאותו הזמן לא יהי' שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות (שלימות — שלא יהי' ענין דחסרון) שהטובה תהי' מושפעת הרבה כו' ולא יהי' עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד" (שלימות — ממש)
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ח
- Id
- rh-edfen5s1