עברית
Library

Likkutei Sichos

Chukas 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

253חוקת ג

א. חז"ל זאָגןא, אַז דער באר וואָס האָט באַזאָרגט די אידן אין מדבר מיט וואַסער איז געווען בזכות מרים, און דערפאַר, איז גלייך נאָך דער פטירה פון מרים — „ולא הי' מים לעדה"ב; און די ענני כבוד זיינען געווען בזכות אהרן, און ווען „מת אהרן נסתלקו ענני כבוד".

פונדעסטוועגן איז דער באר געווען אויך נאָך פטירת מרים און די ענני כבוד נאָך פטירת אהרן, ווייל דערנאָך, ווי חז"ל זאָגןא, „חזרו שניהם בזכות משה".

בהשקפה ראשונה זעט אויס, אַז אויך רש"י בפירושו על התורה — לימוד פשוטו של מקרא — נעמט אָן ווי דברי חז"ל הנ"ל:

אויפן פסוקב „ולא הי' מים לעדה" איז רש"י מפרש „מכאן שכל מ' שנה הי' להם הבאר בזכות מרים", און אויפן פסוקג „וישמע הכנעני" ברענגט ערד „שמע שמת אהרן ונסתלקו ענני כבוד"; לאידך אָבער געפינט מען, אַז דער באר איז געווען אויך נאָך פטירת מרים, ווי דערציילט ווייטער אין חומשה (ביים נס פון „אשד הנחלים"), און ווי רש"י איז מפרש אויף „ומבמות הגיא . . בשדה מואב"ו — „כי שם מת משה ושם בטלה הבאר".

דערפון איז משמע, אַז רש"י נעמט אָן אַז דעם באר האָט דער אויבערשטער צוריקגעקערט בזכות משהז; ובמילא איז מסתבר, אַז אויך די ענני כבוד חזרו בזכות משהח — ווייל עס לייגט זיך ניט צו זאָגן אַז זכותו של משה האָט געהאָלפן נאָר פאַר חזרת הבאר און ניט פאַרן אומקער פון די ענני כבוד.

לפ"ז איז אָבער תמוה: בנוגע דעם באר דערציילט די תורהט ווי אַזוי ער איז צוריקגעקומען — אַז „ולא הי' מים לעדה ויקהלו על משה גו' וירב העם גו'", און דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה'ן „קח את המטה גו'" און די אידן האָבן ווידער געהאַט מים פון דעם סלע;

משא"כ בנוגע די ענני כבוד, ווערט ניט באַוואָרנט — ניט אין חומש און ניט אפילו אין פירוש רש"י — ווי אַזוי און ווען „חזרו"!

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: כשם ווי דער ביטול הבאר נאָך מיתת מרים האָט גורם געווען צו „ויקהלוט על משה גו' וירב העם גו'", האָט אויך דער סילוק ענני כבוד נאָך מיתת אהרן לכאורה געדאַרפט אַרויסרופן אַן אויפגערודערטקייט ביי די בנ"י — פאַרוואָס געפינט מען ניט אַז אידן זאָלן האָבן טענות אויף דעם וואָס „נסתלקו ענני כבוד"י?

254ב. לכאורה וואָלט מען געקענט איינלערנען, אַז ע"פ פשוטו של מקרא זיינען די ענני כבוד מער ניט צוריקגעקומען נאָך זייער סילוק לאחרי פטירת אהרן*10; און דער טעם דערפון איז פשוט — מען האָט מער ניט געדאַרפט אָנקומען צו די עננים:

רש"י האָט שוין פריעריא מפרש געווען אַז די עננים האָבן אַרומגערינגלט אידן „מד' רוחות . . למעלה . . למטה", וואָס דורכדעם האָבן זיי (א) באַשיצט די אידן „לבל יכה בהם שרב ושמש"יב; (ב) ווי רש"י ברענגט ווייטעריג — „היו שפים בכסותם ומגהצים אותם"; און נאָך אַן ענן איז פאָראויסגעגאַנגען (ג) „לנחותם הדרך"יד, און (ד) אויסגלייכן דעם וועג און באַשיצן פון מזיקין: „מנמיך את הגבוה ומגבי' את הנמוך והורג נחשים ועקרבים"טו.

אָבער נאָך פטירת אהרן האָבן די אידן זיך מער ניט גענויטיקט אין דעם אַלעם וואָס די עננים האָבן אויפגעטאָן פאַר זיי, ווייל „הר ההר" געפינט זיך שוין „על גבול ארץ אדום"טז, ביים סוף פון מדבר, נאָענט צו מקומות של ישוב; ומובן אַז דאָס איז אַן אָרט וואו דער „שרב ושמש" פון מדבר איז פיל שוואַכער.

[און ניט נאָר מצד דעם מקום — אויך מצד דעם זמן: פטירת אהרן איז געווען „בחודש החמישי באחד לחודש"יז — חודש אב, נאָענט צו דער צייט ווען די היצן ווערן שוואַכער, וואָרום „מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה"יח.

— ס'איז ניט קיין סתירה פון דעם וואָס רש"י איז מפרש אין פ' נחיט, אַז „חום" מיינט „סוף ימות החמה חצי אב ואלול וחצי תשרי שהעולם חם ביותר . . שלהיכ קייטא קשי מקייטא" — ווייל, דאָרט איז דער טעם, ווי רש"י איז מדייק בלשונו: „שהעולם חם ביותר", „לפי שכבר נתחמם כל האויר וגוף הבריות בחום הקיץ שעבר עליו"כא; אָבער היץ פון זריחת השמש מצ"ע ווערט שוואָכער פון חמשה עשר באב ואילך, ווי מ'זעט עס במוחש.

ובנדו"ד, וויבאַלד אַז ביז מיתת אהרן (דער „קיץ שעבר עליו") האָבן די עננים באַשיצט אידן פון דעם חום השמש, איז דאָ ניט געווען „כבר נתחמם (כל האויר ו)גוף הבריות בחום הקיץ שעבר עליו" — און היות אַז מחמשה עשר באב ואילך איז די זריחת השמש ניט מיט אַזאַ שטאַרקייט, האָבן זיי ניט געדאַרפט אָנקומען צו די ענני כבוד „לבל יכה בהם שרב ושמש"].

ועד"ז האָבן זיך די אידן ניט מער גענויטיקט (אַזויפיל) — (א) אין דעם וואָס255די ענני כבוד „היו שפים בכסותם ומגהצים וכו'"כב — וואָרום אויב דאָרט וואָלט ביי אַ אידן געווען דער פאַל פון „שמלתך . . בלתה מעליך", האָט ער געקענט קויפן אַ לבוש אין איינע פון די דערבייאיקע שטעט פון אומות העולםכג; (ב) אויך האָט מען שוין ניט געדאַרפט אָנקומען בהכרח צום נס אַז אַן ענן זאָל זיי ווייזן דעם וועג, היות מ'האָט זיך געפונען אין אַן אָרט וואו ס'זיינען שוין דאָ דרכים כבושות וכו'; (ג) און עד"ז אויך ניט דעם אויפטו פון „הורג נחשים ועקרבים" זייענדיק נאָענט צו מקומות של ישובכד.

[און אע"פ אַז דער ענן האָט געדאַרפט משווה זיין די הרים כו', און ווי רש"י איז מפרש אויף „הר ההר"כה — „ואע"פ שהענן הולך לפניהם ומשוה את ההרים, שלשה נשארו בהן . . והר נבו לקבורת משה כו'", וואָס דערפון זעט מען, אַז דער ענן איז מיטגעגאַנגען אויך (נאָך מיתת אהרן) ווען אידן זיינען געקומען צו הר נבו (וואו משה איז נסתלק געוואָרן) —

וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן (בדוחק עכ"פ), אַז דאָס וואָס דער ענן האָט משוה געווען אַלע הרים (חוץ הר נבו) מיינט (ניט, אַז דאָס איז פאָרגעקומען בעת די אידן זיינען דאָרט געקומען, נאָר) אַז דאָס האָט זיך אָפּגעטאָן פריער (מהלך ג' ימים שהלך לפניהםכו), נאָך איידער אהרן איז נסתלק געוואָרן, כדי צו באַוואָרענען דעם עתיד.

עפ"ז וואָלט געווען אויך רעכט דער סדר ווי רש"י רעכנט דאָרט אויס די דריי הרים וואָס זיינען ניט אויסגעגלייכט געוואָרן: „הר סיני . . והר נבו . . והר ההר" — וואָס לויט סדר המאורעות וואָלט „הר נבו" געדאַרפט שטיין נאָך „הר ההר" —

אָבער ע"פ הנ"ל וואָלט מען עס געקענט מסביר זיין: מיט מקדים זיין הר נבו פאַר הר ההר איז רש"י מרמז, אַז דאָס וואָס דער ענן האָט איבערגעלאָזט הר נבו לקבורת משה איז דאָס ניט געווען אין אַ שפּעטערדיקן זמן (ווען אידן זיינען אַהינצו געקומען), נאָר אין דעם זעלבן זמן ווען ער האָט איבערגעלאָזט הר ההר לקבורת אהרן].

ג. אין אמת'ן אָבער, איז מוכרח צו זאָגן, אַז די עננים האָבן זיך אומגעקערט און באַגלייט די אידן אויך נאָך פטירת אהרן, ווייל:

א) בפשטות ווערט מיט „לנחותם הדרך" ניט געמיינט (בלויז) צו פאַרהיטן פון בלאָנדזשען אין מדבר (וואו ס'זיינען ניטאָ קיין דרכים), נאָר בכלל צו ווייזן דעם דרך, די ריכטונג וואָס דער אויבערשטער וויל אַז די אידן זאָלן גייןכז — און וויבאַלד אַז אויך נאָך מיתת אהרן זיינען געווען כו"כ מסעות, האָט מען אויך דעמאָלט געדאַרפט אָנקומען צום ענן.

ב) רש"י זאָגט בפירושכח, אַז נאָך מיתת256אהרן „חזרו לאחוריהם דרך ים סוף . . שבע מסעות" — צוריק אין מדברכט.

ג) די עננים האָבן באַשיצט אידן אויך פון מלחמות מיט די אומות העולם. ווי רש"י האָט שוין מפרש געווען ביי מלחמת עמלקל, אַז „וצא הלחם בעמלק" מיינט „צא מן הענן והלחם בו". וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז כל זמן אידן זיינען געווען אַרומגענומען פון די עננים האָבן די אומות העולם ניט געהאָט קיין שליטה צו לוחם זיין מיט זיילא; און ווי רש"י האָט שוין מפרש געווען פריערלב, אַז דער ענן האָט מקבל געווען די „חצים ואבני בליסטראות" וואָס „היו מצרים זורקים",

[און דערפאַר, גלייך נאָך מיתת אהרן — „וישמע הכנעני . . וילחם בישראל"לג, ווי רש"י איז מפרשלד, אַז דערזעענדיק אַז „נסתלקו ענני כבוד" האָט ער געמיינט אַז „נתנה רשות להלחם בישראל"],

אשר לכן האָט מען געדאַרפט די ענני כבוד צו באַשיצן אידן אויך אין די שפּעטערדיקע מלחמות.

ד) דער אויפטו פונעם ענן אין די מ"ב מסעות, איז געווען ניט נאָר צו ווייזן וואו צו גיין, נאָר אויך (ווי די תורה איז מאריך אין פ' בהעלותךלה) צו מודיע זיין ווען און ווי לאַנג עס זאָל זיין דער „יחנו" און דער „יסעו", וואָס דאָס איז נויטיק אין אַלע מסעות, ביז מען איז אַריין אין א"י.

ה) ועיקר: רש"י ברענגט אַראָפּ אין פ' בלק (נאָך מיתת אהרן), אויפן פסוקלו „והוקע אותם לה' נגד השמש" — „השמש מודיע את החוטאים הענן נקפל מכנגדו והחמה זורחת עליו" — זאָגט דאָך רש"י בפירושלז, אַז דער ענן איז געווען אויך נאָך מיתת אהרןלח (און האָט מגין געווען פון דעם שמש).

איז הדרא קושיא לדוכתא: פאַרוואָס ווערט ערגעץ ניט דערמאָנט (אַז — און ווי אַזוי) די ענני כבוד האָבן זיך צוריקגעקערט — און פאַרוואָס האָט דער סילוק זייערער ניט אַרויסגערופן קיין פערדרוס ביי אידן, כנ"ל?

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם אַ דיוק און שינוי לשון אין פירוש רש"י עה"ת: אין כמה מקומותלט רופט ער אָן די עננים — „ענני כבוד", און אין אַ צאָל ערטערמ — „עננים" (סתם).

257אָט די צוויי לשונות געפינט מען אויך אין די מדרשי חז"ל וואו עס שטייט אַז עס זיינען געווען שבעה עננים: אין טייל מדרשי חז"למא איז די גירסא „שבעה עננים היו" (וכיו"ב), און אין אַנדערעמב — „שבעה ענני כבוד היו" (וכיו"ב). רש"י בפירושו על התורהמג קלייבט אויס און שרייבט „שבעה עננים כתובים כו'".

ויש לומר הביאור: דעם חילוק צווישן עננים סתם און ענני כבוד — קען מען זאָגן בפשטות: „ענני כבוד" מיינט פשוטו כמשמעו, אַז דער גאַנצער תכלית זייערער איז נאָר צו ווייזן כבודם של ישראלמד. ד. ה. עס זיינען געווען עננים וואָס זייער ענין איז געווען צו באַשיצן און באַזאָרגן די אידן מיט זייערע צרכים און ענינים המוכרחים — חאָטש בדרך ממילא פאַרשטייט מען דערפון חבתן (וכבודם) של ישראל. און עס זיינען געווען נאָך עננים וואָס כל ענינם איז געווען לשם „כבוד" — אַרויסווייזן אויף וויפל דער אויבערשטער איז מכבד די אידן.

און דערפון איז מובן, אַז ניט אַלע עננים זיינען ענני כבוד: דער ענן וואָס „מנמיך את הגבוה כו' והורג נחשים ועקרבים"טו איז ניט פון די ענני כבוד, ווייל זיין אויפטו איז אַ דבר של הכרח אויף צו קענען גיין אין מדבר; און עד"ז דער ענן וואָס האָט זיי באַשיצט פון חום השמש אָדער פון אוה"ע בשעת מלחמה, איז ער ניט (נאָר) צוליב כבודם של ישראל, נאָר צוליב אַ תועלת אין ענינים נחוצים — דערפאַר נוצט רש"י אין די מקומות דעם לשון „ענן" (סתם)

[לדוגמא: „וצא הלחם בעמלק — צא מן הענן"ל; „זורקים חצים . . והענן מקבלם"לב; „הר ההר — . . ואע"פ שהענן הולך לפניהם ומשוה את ההרים כו'"כה; „נגד השמש — . . הענן נקפל כו' והחמה זורחת עליו"לו; „כל הנחשלים אחריך — . . שהי' הענן פולטן"מה].

משא"כ ביי די עננים וואָס זיינען נסתלק געוואָרן נאָך מיתת אהרן, איז דאָרט דער לשון: „נסתלקו (נאַר די) ענני כבוד"מו — נאָר די עננים וואָס זיינען געווען לכבודם של ישראל, אָבער *) ניט די ענניםמז וואָס האָבן באַוואָרנט די צרכים פון אידןמח — און די ענני כבוד האָבן זיך (ע"פ פשוטו של מקרא) טאַקע ניט אומגעקערט (ומובן ג"כ ובפשטות פאַרוואָס אידן האָבן ניט געהאַט קיין טענות בנוגע ענני כבוד ווי זיי האָבן געהאָט ביי בארה של מרים).

258[דערמיט קען מען פאַרענטפערן די קשיא פון רא"םמט: וויבאַלד עס זיינען געווען עננים מד' רוחות וא' מלמעלה וא' מלמטהטו — און אַ סוכה איז בדוגמא צו די עננים (ווי רש"ינ איז מפרש: „כי בסוכות הושבתי — ענני כבוד") — האָט אויך אַ סוכה געדאַרפט האָבן „א' מלמעלה וא' מלמטה וד' מד' רוחותי'" (און דער דיןנא איז, אַז עס איז גענוג צוויי גאַנצע דפנות און אַ דריטע וואָס האָט אַ טפח)?

ויש להוסיף בקושיתו — פאַרוואָס מאַכט מען ניט קיין זכר צו דעם זיבעטן ענן וואָס איז געווען „לפניהם"?

וע"פ הנ"ל איז עס פאַרענטפערט: דער זכר וואָס מיר מאַכן איז נאָר צו די „ענני כבוד"נב — די עננים וואָס כל ענינם איז נאָר לשם „כבוד"נג; אָבער דער ענן וואָס איז געווען „לפניהם", ועד"ז כמה פון די אַנדערע ששה עננים, האָבן (אויך) משמש געווען אויף צו באַוואָרענען די צרכיםנד פון די אידן כנ"ל,

ובמילא איז אויך דער מספר דפנות הסוכה — ניט פאַרבונדן מיט מספר ענני הכבוד. ובפרט אַז י"ל אַז עס איז אין דעם געווען שינוים — במסע ווען מ'האָט ניט געדאַרפט האָבן הגנה מצד מסוים — איז דער ענן מצד זה געווען אַן ענן הכבוד].

ה. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין אַ דיוק אין פרש"י הנ"ל (סעיף ג) אויף „וישמע הכנעני"לד — „שנסתלקו ענני כבוד וכסבור שנתנה רשות להלחם בישראל" — דלכאורה האָט רש"י געדאַרפט דערמאָנען דעם עיקר החידוש (אויך) — „שנתנה האפשריות והרשות להלחם בישראל" — וויבאַלד אַז די אידן זיינען פריער געווען אַרומגענומען פון די עננים און עס איז געווען אוממעגלעך צו מלחמה האָבן מיט זיי (כנ"ל שם) —

וע"פ הנ"ל איז עס מובןנה: אויך נאָך דעם ווי „נסתלקו ענני כבוד" איז געבליבן דער ענן וואָס האָט באַשיצט אידן פון אוה"ע בשעת מלחמה; דער כנעני האָט אָבער געמיינט, אַז וויבאַלד עס זיינען נסתלק געוואָרן די ענני כבוד — דער אויבערשטער ווייזט שוין מער ניט אַרויס אַזויפיל כבוד צו אידן, איז דאָס אַ באַווייז אַז „נתנה רשות להלחם בישראל"; אָבער בנוגע דער אפשריות למלחמה (מצד די אַנדערע עננים) האָט זיך גאָרניט געביטןנו.

[און ס'איז ניט קיין קשיא: ווי איז אפשר און ווי קומט עס אַז דער כנענינז259זאָל פאַרפירן אַ מלחמה מיט אידן בשעת זיי זיינען באַשיצט פון דעם ענן? — ווייל, אין הכי נמי, אין דעם פרט האָט אים די חוצפה פאַרפירט ביז צו שטות כו'; און ער האָט גערעכנט אַז אידן וועלן אַרויסגיין פון דעם ענן כדי צו מלחמה האָבן מיט איםנח.

ובפרט לויט פרש"י לפנ"זלג אַז דער כנעני דאָ איז עמלק — און עמלק איז דאָך געווען דער וואָס האָט שוין פון פריער געפירט מלחמה מיט אידן „הנחשלים אחריך — שהענן פולטן"נט, אפילו ווען „היו כל האומות יראים להלחם בכם . . קפץ וירד . . אע"פ שנכוה כו'"נט; האָט ער ווידעראַמאָל זיך פאַרמאָסטן קעגן אידן אין אַן אופן פון „קפץ", ניט קוקנדיק וואָס זיי זיינען געווען באַשיצט פון דעם ענן].

ו. אויף דער הסברה הנ"ל, אין דעם חילוק צווישן „ענני כבוד" און עננים סתם, קען מען אָבער פרעגן: רש"י זאָגט דאָךיג אַז די „ענני כבוד היו שפים בכסותם ומגהצים אותם . . ואף קטניהם כמו שהיו גדלים הי' גדל לבושן עמהם", וואָס די ביידע אויפטואונגען פון די ענני כבוד זיינען לכאורה פון די זאַכן וואָס געהערן צו הצטרכות בני אדם און ניט אַן ענין פון כבוד (לחוד)ס.

אין אמת'ן אָבער איז דאָס קיין קשיא ניט. וואָרום, בפשטות, איז דאָס וואָס רש"י זאָגט „ואף קטניהם . . הי' גדל לבושן עמהם" מיינט ער ניט בהמשך און אַלס אויפטו פון די ענני כבודסא — וואָרום וואָס פאַר אַ שייכות האָט „גדל לבושן עמהם" צו די ענני כבוד?! — נאָר ריידנדיק וועגן די לבושים זאָגט רש"י אַז מיט זיי איז געשען אַ (באַזונדער) נס, וואָס זיי זיינען מיטגעוואָקסן צוזאַמען און פאַרבונדן — ניט מיט עננים וכו' — נאָר מיט זייערע גופים (ווי רש"י זאָגט דאָרט) „כלבוש הזה של חומט שגדל עמו".

[און דער טעם וואָס רש"י ברענגט דאָס בהמשך צו זיין פירוש אַז „ענני כבוד היו שפים בכסותם כו'", איז ווייל גלייך דאָ קען זיך שטעלן די שאלה: בשלמא די גדולים האָבן געקענט נאָכאַנאַנד טראָגן די זעלבע קליידער, צוליב דעם וואָס „שמלתך לא בלתה מעליך" — ווי אַזוי אָבער האָבן די קטנים געקענט כסדר טראָגן אין מדבר די זעלבע קליידער בעת זיי וואַקסן און ווערן גדול יותר? באַוואָרנט דעריבער רש"י, אַז דערביי האָט דער אויבערשטער געוויזן אַ נס, אַז „הי' גדל לבושן עמהם"].

און דאָס וואָס די „ענני כבוד היו שפים בכסותם ומגהצים אותם", איז ניט געווען אַ הכרח — ווייל אויך לולא די „ענני כבוד" וואָלטן די אידן אין מדבר דאָס געקענט טאָן — דורכפירן דעם שיפוי וגיהוץ באופן הרגיל.

[ובדוגמא ווי „שמלתך לא בלתה" — איז ניט געווען אַ נס הכרחי — ווייל זיי260האָבן זיך געקענט באַזאָרגן מיט נייע לבושים — אָדער פון די ריבוי „שמלות"סב וואָס מ'האָט מיטגענומען ביי יציאת מצריםסג, אָדער מאַכן פון דעם צמר הכבשים וכו' וואָס זיי האָבן געהאָט פון דעם מקנה זייערן, אָדער דורך קויפן אַ לבוש בעת זיי זיינען פון צייט צו צייט געווען בקירוב צו אַ מקום ישובסד].

און וויבאַלד אַז דער „שפים" און „מגהצים" דורך די ענני כבוד דוקא איז געווען (ניט אַן ענין הכרחי פאַר אידן, נאָר) בלויז צו פאַרשפּאָרן זיי אַ טרחא (קלה), איז דאָך דאָס גופא דער אמת'ער ענין און צייכן פון כבוד — אויף וויפיל דער אויבערשטער איז מייקר ומכבד די אידן — און דערפאַר איז דאָס שייך צו די ענני כבוד.

ז. עס בלייבט אָבער צו פאַרשטיין: וויבאַלד רש"יו זאָגט אַז „בטלה הבאר" איז פאַרבונדן מיט מיתת משה, איז משמע אַז רש"י נעמט אָן, אַז חזרת הבאר איז געווען בזכות משה (כנ"ל ס"א) — היינט פאַרוואָס זיינען אויך די ענני כבוד ניט צוריקגעקומען בזכות משה?

וי"ל הביאור בזה: לויט פשוטו של מקרא — איז דאָס אַלעס וואָס אידן האָבן באַקומען דורך משה'ן — איז (ניט ווי באַ אהרן ומרים — וואָס בזכותם האָבן אידן באַקומען ענני הכבוד ומים, נאָר) — משה אַלס רועה נאמן האָט פאַרזאָרגט אידן מיט אַלעם וואָס זיי נייטיגן זיך, און ווען זיי נייטיגן זיך אין דעם.

ועפ"ז יומתק: מען זעט, אַז דער ענין — וואָס משה האָט באַזאָרגט אידן מיט זייערע צרכים — איז (ניט ווי אַן ענין התלוי בזכות, וואָס ווערט בטל נאָך דער הסתלקות פון בעל הזכותסה, נאָר) אין אַן אופן אַז עס ווערט באַוואָרנט אַז נאָך זיין פטירה זאָלן זיי (דאָס אויך באַקומען, אָדער זיי זאָלן) צו דעם ניט דאַרפן אָנקומען:

אע"פ אַז נאָך מיתת משה איז „בטלה הבאר" — האָבן אָבער די אידן מער ניט געדאַרפט אָנקומען צום באר, ווייל זיי זיינען שוין דאַן געווען באַם ירדןסו; ועד"ז בנוגע דעם מן, האָט שוין רש"יסז מפרש געווען, אַז (אע"פ) „כשמת משה בז' אדר פסק המן מלירד (האָבן זיי אָבער געהאַט דעם מן אויך שפּעטער היות) ונסתפקו ממן שלקטו בו ביום עד שהקריבו העומר בששה עשר בניסן".

ח. דערפון האָט מען דעם לימוד בנוגע צו נשיאי ישראל בכל דור ודור, אַז אויך נאָך הסתלקותם, ווען בעיני בשר זעט מען ניט זייער השפּעה באופן גלוי (ע"ד ווי דער מן נאָך מיתת משה, וואָס מ'האָט אַ קוק געטאָן אין וועלט האָט מען געזען אַז פסק מלירד) — איז אָבער דאָ דער כלל מפורסם, אַז „לא יפרדו מעל צאן מרעיתם"סח;

261און ניט נאָר מצד דעם וואָס „אף כאן עומד ומשמש (ממרום)"סט — וואָס דאָס איז ניט שייך צו זען בעיני בשר — נאָר אויך דערפאַר וואָס די פעולות וענינים וואָס זיי האָבן אויפגעטאָן פאַר אידן בחיים חיותם בעלמא דין, זיינען אַ פעולה נמשכת — מ'איז זיך „מסתפק" פון זיי אויך נאָך זייער הסתלקות פון עולם הזה.

ט. און דאָס איז אויך די שייכות מיוחדת פון דעם ענין הנ"ל מיט דעם חג הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר די"ב־ג תמוז — וואָס פאַלט אויס (בכו"כ שנים — וכקביעות שנה זו) אין די ימי השבוע פון שבת פ' חקת (דמיני' מתברכיןע) — ווייל אָט דער ענין זאָגט זיך אַרויס באופן ניכר אין דער גאולה פון רבי'ן:

מ'זעט במוחש, ווי דער נצחון וגאולה פון י"ב־"ג תמוז בימים ההם, וואָס האָט גע'פועל'ט אַז אפילו אין יענער מדינה זאָל זיין החזקת התורה והפצת היהדות וכו' — איז אַ פעולה נמשכת עד היום הזה. דאָס האָט שוין אויפגעשטעלט דריי דורות פון אידן שומרי תורה ומצוה במדינה ההיא — וואָס דאַן פסק'נט אָפּ תורה אַז „לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך גו' מעתה ועד עולם"עא.

און נאָכמער: מ'זעט, אַז אפילו אַזעלכע וואָס זיינען שוין כמה דורות געווען אָפּגעריסן ר"ל פון תורה און אידישקייט — צוליב דעם מצב איום ותנאים איומים במדינה ההיא — אויך זיי זיינען זיך „מסתפק" פון דער פעולת הגאולה עד היום הזה, אַז דאָס איז זיי איצט מעורר מיט אַ תנועה פון תשובה און זיי קערן זיך אום צו אַ לעבן פון תורה און אידישקייט.

און דורך דעם וואָס מ'וועט טאָן כדבעי אין די פעולות פון דעם חג הגאולהעב צו מחזק זיין תורה ויהדות און מפיץ זיין זיי, כולל ובפרט ענין שהזמן גרמא — הפצת מעיינות החסידות חוצה — וועט דאָס אַראָפּברענגען דעם „קא אתי מר" דא מלכא משיחא, במהרה בימינו אמן.

(משיחות מוצאי ש"פ מטו"מ,

ש"פ דברים וט"ו באב תשל"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xzjzrywg

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources