עברית
Library

Likkutei Sichos

Shelach 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

171שלח —

א. אויפן פסוקא „ועתה יגדל נא כח אדנ־י" שטייט אין זהרב: „ר' אחא ור' יוסי אמרי זכאי אינון ישראל מעמין עכו"ם דעלמא, דקב"ה אתרעי בהו ואתכני בהו ואתפאר בהו, דהא עלמא לא אברי אלא בגיניהון דישראל כו' וישראל כו' אינון קיומא דילי' (פון „האי עלמא") וקיומא דכל שאר עמין".

דער טעם פאַרוואָס דער זהר ברענגט דאָ דריי מעלות אויף אידן, און דוקא די דריי — אַז דעם אויבערשטנ'ס רצון (ובחירה) איז אין זיי, זיין כינוי איז דער שם ישראלג און ער איז זיך מתפאר מיט זיי — און ניט מיט אַנדערע — און לכאורה העכערע — מעלות פון אידן, ווי לדוגמא: „נקראו בנים למקום"ד —

איז דער טאַטע מבאר אין זיינע הערות אויף זהרה, אַז דאָס איז בהתאם צו דעם וואָס עס רעדט זיך ווייטער אין זהר, אַז אידן זיינען דער „לב של כל העולם"ו [און ווי דער המשך פון דעם מאמר הזהר גופא, אַז אידן זיינען „קיומא דילי'"]; און דערפאַר רעכנט ער די דריי מעלות וואָס זיינען כנגד די ג' קוין שבמדות — חסד גבורה און תפארת — וואָס „משכן המדות הוא בלב"

[ווי ער איז מבאר, אַז „אתרעי בהו" — דער ענין הרצון ובחירה — „הוא בחי' חסד"; „אתכני בהו" איז גבורה, ווי שם אלקים איז בגימטריא „כנוי"ז; און „אתפאר בהו" איז בחי' תפארת].

און דערמיט איז מובן פאַרוואָס עס פּאַסט דאָ ניט צו ברענגען די מעלה וואָס אידן „נקראו בנים למקום" וכיו"ב, ווייל די מעלה דריקט אויס ווי אידן זיינען אינגאַנצן העכער פון דער בריאה, ובלשון חז"לח „מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר"; משא"כ דאָ אין זהר איז נוגע ווי אידן זיינען אין וועלט די מטרה ותכלית הבריאה (עלמא לא אברי אלא בגיניהון דישראל) און דער קיום העולם — דערפאַר רעדט דער זהר וועגן אידן ווי זיי זיינען בחי' „לב" פון דער וועלטט, כנ"ל.

ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:

א) וואָס איז די שייכות פון דעם תוכן המאמר, וועגן די דריי מעלות הנ"ל פון אידן, צום פסוק אויף וועלכן דער זהר שטעלט זיך — „ועתה יגדל נא כח אדנ־י"י

172ב) איידער דער זהר רעכנט אויס די דריי מעלות פון אידן, איז ער מקדים „זכאי אינון ישראל מעמין עכו"ם דעלמא דקוב"ה אתרעי כו'", וואָס פון דעם סגנון והמשך הלשון איז משמע, אַז דער זהר טוט אויף אַ חידוש — איז תמוה: ווי קען גאָר זיין אַ הוי אמינא אַז אידן זיינען ניט „זכאי . . מעמין עכו"ם דעלמא"?

ובכלל איז שווער צו פאַרשטיין דעם מובן פון „זכאי אינון ישראל מעמין עכו"ם דעלמא" — אַז מעלתם של ישראל מעסט זיך אין פאַרגלייך מיט די עמין עכו"ם — בשעת אַז אידן זיינען אינגאַנצן פון אַן אַנדער סוג, אידן זיינען מרומם ומובדל פון ניט־אידןיא?

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין פירוש פון פסוק „ועתה יגדל נא כח אדנ־". אין פשטות האָט משה רבינו מיט דער תפלה געוואָלט אויסבעטן דעם אויבערשטנ'ס סליחה אויף חטא המרגלים, ווי דער מדרשיב פאַרטייטשט די ווערטער „יגדל נא כח אדנ־" — ותנצח מדת הרחמים למדת הדין — איז ניט מובן:

(א) וויבאַלד אַז משה האָט געוואָלט מעורר זיין מדת הרחמים האָט דאָך זיין תפלה געדאַרפט זיין פאַרבונדן מיט'ן שם הוי' — מדת הרחמים; פאַרוואָס האָט ער געבעטן „יגדל נא כח אדנ־י*) , וואָס מיינט (בפשטות) די הגדלה כביכול אין דעם „כח" פון שם אדנ־ייג, מלשון אדנות (וואָס האָט אַ שייכות מיט מדת הדיןיד)?

(ב) פאַרוואָס געפינט מען די בקשה „יגדל נא כח אדנ־י" דוקא ביי די סליחה אויף חטא המרגלים, און ניט ווען משה רבינו האָט געוואָלט פועל זיין סליחתו של הקב"ה אויפן חטא העגל (און אויף אַנדערע חטאים)?

דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס די מרגלים האָבן ניט געוואָלט אַז די אידן זאָלן אַריינגיין אין ארץ ישראל, איז ניט געווען דערפאַר וואָס זיי האָבן געלייקנט ח"ו אין דער יכולת פון אויבערשטן צו טאָן נסים כו', נאָר ביי זיי האָט געפעלט אין דעם הרגש אַז דער אויבערשטער איז „אדנ־י, שאתה אדון לכל בריותך"טו, כדלקמן סעיף ד'; און וויבאַלד מיט זייער חטא האָבן זיי פוגם געווען אין שם אדנ־י, איז דער תיקון דערויף דורך „יגדל נא כח אדנ*) ־

ד. אויפן פסוקטז „חזק הוא ממנו" זאָגן חז"ליז, אַז די מרגלים האָבן גע'טענה'ט „כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו משם". דער פירוש אין דעם איז (ווי גערעדט שוין אַמאָל בארוכהיח):

173די מרגלים האָבן גע'טענה'ט, אַז די הנהגה נסית פון אויבערשטן איז מתאים נאָר אין מדבר, וואו אידן זיינען געווען אָפּגעזונדערט פון ישוב העולם און אויסגעטאָן פון התעסקות אין הוויות עולם הזה — דאָרט וואו זיי זיינען ניט אונטערוואָרפן די גדרי הטבע;

בשעת אָבער מען קומט אַריין אין אַן ארץ נושבת, וואו ס'איז דאָ דער אָנזאָג בתורהיט „כי תבואו אל הארץ גו' שש שנים תזרע גו'" אין אַן אופן פון אדם חורש, אדם זורעכ וכו', און דער טעגליכער סדר החיים איז ע"פ תורה אָפּגעמאָסטן לויט די גדרי ודרכי הטבע — קען מען זיך ניט פירן גלייכצייטיק מיט אַ הנהגה וואָס איז היפך הטבע; און וויבאַלד אַז ע"פ טבע זיינען די יושבי הארץ שטאַרקער פון אידן איז אין סומכין על הנסכא און מען דאַרף בלייבן אין מדבר.

און דאָס מיינט „כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו משם": אַוודאי האָבן די מרגלים געוואוסט אַז דער אויבערשטער קען טאָן נסים, און נאָכמער, אַז — אויך הנהגת הטבע איז אַ הנהגה אלקית — ווי ס'איז מודגש אין זייער טענה גופא, אַז דאָס איז „כליו" — זיינע (דעם אויבערשטנ'ס) „כלים"; זיי האָבן אָבער גע'טענה'ט, אַז וויבאַלד דער בעה"ב (דער אויבערשטער) האָט איינגעשטעלט דעם בית (די וועלט) אין אַ סדר פון הנהגה טבעית, ער וויל מ'זאָל זיך פירן בהתאם צו דעם סדר, איז „כביכול אינו יכול להוציא כליו משם" — קען ניט זיין אַ הנהגה פון „אויסטאָן" זיך פון הגבלות הטבע.

דער אמת איז אָבער, אַז אע"פ אַז דער אויבערשטער האָט אויסגעשטעלט אַז די וועלט זאָל זיך פירן מיט אַ הנהגה טבעית, איז ניט שייך צו זאָגן ח"ו אַז ער איז „אינו יכול" (געבונדן) אין דער הנהגה, וואָרום ער איז כל יכול, ס'איז אַלעמאָל ביכלתו לשנות הטבע — און נאָכמער: דעריבער איז אויך ביי אידן, וואָס זיי זיינען „חלק אלוקה ממעל ממש"כב און „חלק הוי' עמו"כג, און זיי ווערן ניט געבונדן אין הנהגת הטבע, זיי האָבן די יכולת וואו ס'איז נויטיק אַוועקצושטעלן זיך העכער פון די הגבלות הטבע.

און דאָס איז וואָס משה רבינו האָט געבעטן „ועתה יגדל נא כח אדנ־": דער שם אדנות איז דער מקור פון הנהגת הטבע (ווי דער אַלטער רבי איז מבארכד, אַז פון „מדה זו ושם זה" נעמט זיך די התהוות פון וועלט אין אַן אופן אַז זי זעט אויס אַלס אַ „יש גמור ודבר נפרד בפני עצמו"), אָבער צוזאַמען דערמיט ווייזט דער שם אַז דער אויבערשטער איז „אדון לכל בריותך", ער איז דער אדון ובעה"ב אויף דער גאַנצער בריאה (צו משנה זיין וכו' כפי רצונו ית').

די מרגלים, מיט זייער טענה „אפילו בעה"ב אינו יכול להוציא כליו כו'" האָבן פוגם געווען אין דעם שם אדנ־, אין די אדנות פון אויבערשטן אויף דער בריאה — און דערפאַר, כנ"ל, האָט משה רבינו געבעטן „ועתה יגדל נא כח אדנ*) — עס זאָל נתגדלכה און נתגלה ווערן דער174כח פון אדני, ווי דער אויבערשטער איז אַ פולשטענדיקער בעל הבית אויף הנהגת הטבע.

ה. דאָס וואָס ביי די מרגלים האָט געפעלט אין דער הכרה פון „אתה אדון לכל בריותך" — ווי דעם אויבערשטנ'ס בע־הביתשקייט אויף וועלט איז כלל ניט מוגבל ח"ו אין דרכי הטבע — איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס ביי זיי האָט געפעלט די הכרה אין דער מעלה פון אידן, ווי אויך זיי זייענדיג אין וועלט — זיינען זיי ניט געבונדן דורך די גדרי הטבע.

לויט זייער הנחה באַשטייט די מעלה פון אַ אידן אין דעם פאַרבונד מיט'ן אויבערשטן וואָס איז העכער פון וועלט — דוקא ווען דער איד געפינט זיך אין בית המדרש ובית הכנסת און איז זיך עוסק בתורה ותפלה, אָדער ווען ער איז זיך עוסק בקיום המצות;

בשעת אָבער אַ איד פאַרנעמט זיך מיט ענינים טבעיים, וואָס אויסערלעך זעט אויס אַז ער פירט זיך אויפן זעלבן אופן ווי להבדיל אַ ניט־איד — דאַן איז ניטאָ קיין יתרון ח"ו פון אים אויף אַנדערע אומות.

און דעריבער, וויבאַלד אַז זיי האָבן דעם עילוי פון למעלה מהטבע זייענדיג אין טבע ניט דערהערט אין די נש"י, אין דעם „חלק אלקה ממעל ממש", האָט ביי זיי אויך געפעלט אין דער הכרה אַז דער אויבערשטער איז „אדון לכל בריותך", ווי אין טבע גופא איז אלקות שלמעלה מהטבע.

און דאָס איז אויך דער ביאור אין דעם מאמר הזהר „זכאי אינון ישראל כו'":

די „הגדלה" פון „כח אדנ־י", ווי דאָס זאָגט זיך אַרויס אין אידן, ברענגט אַרויס זייער מעלה בשייכות ובערך צו „עמין עכו"ם דעלמא": אפילו ווען אידן זיינען אין העלם והסתר העולםכו, און בגלוי זעט זיך ניט זייער יתרון ועילוי לגבי די „עמין" — ביז ס'איז דאָ אַ הוי אמינא אַז זיי זיינען ח"ו ניט אַנדערש ווי „עכו"ם דעלמא" — איז דער אמת, אַז אויך דאַן איז „זכאי אינון ישראל מעמין עכו"ם דעלמא", אידן זיינען אפילו אין אַזאַ מצב גאָר אַנדערשכז פון זיי.

און בהמשך צו דעם ברענגט ער די דריי מעלות: „אתרעי בהו ואתכני בהו ואתפאר בהו", וואָס דוגמתן געפינט מען אויך אין כללות הבריאה (כדלקמן) — אַז אויך אין די ענינים, זיינען אידן אינגאַנצן אויסגעטיילט פון כל הבריאהכח.

ו. חז"לכט זאָגן „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה",175וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין יעדער זאַך פון דער בריאה איז דאָ אַ כוונה ורצון ה' — פונדעסטוועגן האָט דער עילוי פון „אתרעי" אַ שייכות נאָר צו אידן.

דער טעם הדבר: וויבאַלד אַז אידן זיינען די מטרה ותכלית הבריאה, קומט במילא אויס, אַז דער רצון אויף דער בריאה ועניני' איז צוליב אַן אַנדער רצון, אַן ענין טפל (ואמצעי) צום עיקר הכוונה, וואָס דאָס זיינען ישראל; אין די עניני הבריאה מצ"ע איז ניטאָ קיין רצון. אמיתית (ופנימית) הרצון איז נאָר אין אידן דוקא — אתרעי איז נאָר בהו, און זעלבסטפאַרשטענדליך אַז רצון צו אַ דבר שלמטה הימנו איז אַ תנועה פון חסד.

ז. דער טעם פון „אתכני בהו" — אַז אידן זיינען דעם אויבערשטנ'ס אַ כינוי — איז:

כשם ווי אַ כינוי איז מעלים אויפן שם — עס קען זיין אַז דער כינוי איז ניט קיין פירוש אָדער קיצור פון דעם שם (שעי"ז הי' גם שייך לדבר הנקרא בהשם) און אפילו ניט אין זעלבן לשוןל — און לאידך, צוזאַמען דערמיט האָט דער כינוי דאָך אַ שייכות צום שם, וואָס דערפאַר קען מען דורכן כינוי עכ"פ משער זיין וואָס עס איז דער שם;

עד"ז איז בנוגע אידן מיט'ן אויבערשטן: וויבאַלד אידן זיינען „חלק אלקה ממעל ממש", קען מען דאָס דערהערן און דערקענען אין אַ אידן. נאָר אין דעם זיינען פאַראַן צוויי אופנים:

בשעת ער איז פאַרנומען מיט עניני החלק אלקה (הנשמה), מיט תורה ועבודה, דערקענט יעדערער אַז דאָס איז אַ איד, וואָס האָט אַ „חלק אלקה ממעל ממש", ובלשון הכתובלא — „וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך"; בשעת אָבער אַ איד גייט אין גאַס און איז פאַרנומען מיט עניני הגוף והעולם, דאַן איז אָפט ניט ניכר די ג־טלעכע קדושה אויף אים — אַ גוי דערקענט עס ניט, און אַמאָל אויך ניט (להבדיל) אַ איד — אין דעם מצב איז אַ איד אַ כינוי (ולבוש והעלם) אויף'ן חלק אלק'

[גבורה, וואָס פון דעם נעמען זיך די העלמות]:

אויך דעמאָלט איז אַ איד מרמז און ווייזט אָן אויף אלקות, עס איז אָבער ניט אין אַן אופן ניכר פאַר יעדער איינעם. אויף דעם דאַרף מען זיין אַ „מבין".

— אַמאָל האָט דער רבי נ"ע שטאַרק משבח געווען געוויסע אנשים פשוטים, זאָגענדיק אַז זיי האָבן אין זיך גרויסע מעלות. הערנדיק די ווערטער האָט החסיד ר' מאָניע מאָנעסזאָן אַ זאָג געטאָן צום רבי נ"ע: איך זע ניט.

רמ"מ האָט דעמאָלט געהאַט ביי זיך אַ פּעקל דימענטן (ער איז געווען אַ גרויסער דימענטן סוחר). האָט אים דער רבי נ"ע שפּעטער געבעטן ער זאָל אים ווייזן דעם פּעקל דימענטן. רמ"מ האָט פאַנאַנדערגעלייגט פאַר דעם רבי נ"ע זיינע דימענטן און בשעת מעשה אָנגעוויזן אויף איין שטיין זאָגנדיק אַז דער דימענט איז גאָר פלאי פלאים. האָט עם דער רבי נ"ע געזאָגט „איך זע ניט". האָט רמ"מ זיך אָפּגערופן: מען דאַרף זיין אַ מבין. דער רבי נ"ע האָט אים דערויף176געענטפערט: אַ איד איז פלאי פלאים, נאָר מען דאַרף זיין אַ מביןלב.

ח. און דאָס איז דער אויפטו פון מאמר הזהר, אַז אידן זיינען „זכאי" פון אומות העולם אויך אין דעם ענין פון „ואתכני בהו": דער עילוי פון „שם ה' נקרא עליך", באופן גלוי, איז שייך בלויז ביי אידן, אָבער די מעלה פון „אתכני בהו" (וואָס מ'קען אין זיי דערקענען אויך דעם ניט גלוי'דיקן פאַרבונד מיט אלקות) איז פאַראַן דוגמתו ביי אַנדערע עניני הבריאה.

וואָרום היות אַז די גאַנצע מציאות פון יעדער נברא איז דער דבר ה' וואָס איז אים מחי', איז אויב נאָר מען איז אַ „מבין", קען מען פון דעם נברא דערקענען דעם דבר ה' וואָס באַלעבט אים. ובמכש"כ וק"ו פון וואָס עס שטייט אויפן מגידלג, אַז ער האָט דערקענט דעם כח הפועל (הבן אדם) בנפעל מיט אַ ראי' מוחשית (וואָס מהאי טעמא האָט ער מבחין געווען אין אַ געוויסער כלי אַז דער אומן וואָס האָט עס געמאַכט איז געווען אַ „סומא בעין א'").

און פונדעסטוועגן איז דער אמת'ער עילוי פון „אתכני" דוקא „בהו" — אין אידן — ווייל אויף כללות הבריאה קען מען ניט זאָגן אַז עס איז אַ כינוי אויף קוב"ה; אדרבה, דער נברא זעט זיך אָן ווי אַ מציאות פאַר זיך, וואָרום איר התהוות איז בדרך פעולה;

משא"כ אידן וואָס זיינען „חלק אלקה ממעל ממש", איז אפילו ווי זיי געפינען זיך למטה אין אַ מצב פון העלם והסתר, בלייבן זיי מיוחד מיט אלקותלד, וואָס דערפאַר זיינען זיי אויך דאַן (עכ"פ) אַ כינוי אויף קוב"ה.

ט. דער טעם אויף „ואתפאר בהו" — וואָס דער אויבערשטער באַרימט זיך מיט אידן — איז ווייל דאָס וואָס די שכינה איז שורה למטה ביי אַ אידן איז אין דעם דאָ כביכול אַן עילוי לגבי דעם ווי זי איז למעלה (וואָס דערפאַר איז „עיקר שכינה בתחתונים היתה"לה — דער עיקר (ועצם) פון שכינה געפינט זיך בתחתונים) — און דערפאַר איז „קוב"ה . . אתפאר בהו", ווייל דורך אידן און זייער עבודה דאָ למטה ווערט אויפגעטאָן כביכול אַן עילוי וגדלות אין שכינה.

אויך פון דעם ענין איז דאָ אַ מעין ודוגמא אויך ביי אַנדערע עניני הבריאה, וואָרום אַלע עולמות ונבראים וואָס דער אויבערשטער איז מהוה ומחי' ברענגען אַרויס גדלותו יתברך. און דערפאַר זאָגן חז"ללו „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו", אַז יעדער נברא איז מוסיף אין כבודו ית' און ברענגט אַרויס מלכותו של הקב"ה (ווי די ברייתא ברענגט דערויף דעם פסוקלז „ה' ימלוך לעולם ועד").

אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס כלל ניט גלייך צום ענין פון „ישראל אשר בך177אתפאר" — ובלשון חז"ללח אַז דער אויבערשטער זאָגט „אעשה אתכם חטיבה אחת בעולם" — ווייל אידן זיינען די מטרה פון כל הבריאה כולה, כנ"ל. דאָס איז אַזוי ווי, למשל, אַ מלך וואָס בויט אַ פּאַלאַץ פאַר זיין טאָכטער און איידעם. איז דאָך אַ דבר פשוט אַז דער פּאַלאַץ איז מוסיף אין כבוד המלך (וואָס נאָר אַ מלך גדול ונשא האָט געקענט בויען אַזאַ גרויסע און וואונדערלעכע דירה נאה); אָבער דאָך, במה נחשב דער גאַנצער בית נאה מיט אַלע כלים נאים וואָס געפינען זיך דאָרט, לגבי די (דער טאָכטער און איידעם) וואָס צוליב זיי האָט ער געבויט דעם בית!

ועד"ז בעניננו: „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו", אָבער ווער איז עס דער וואָס ברענגט אַרויס די אמת'ע גרויסקייט פון דעם אויבערשטן, וואָס דער אויבערשטער באַרימט זיך מיט אים — „ואתפאר בהו" — דאָס איז נאָר „עמך ישראל גוי אחד בארץ"לט.

(משיחות ש"פ שלח תשל"א ותשל"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-jsq15drd

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources