עברית
Library

Likkutei Sichos

Nasso 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

44נשא

א. נאָכדעם ווי דער פסוקא דערציילט ווי מ'האָט געציילט די בני קהת, בני גרשון און בני מררי — „כל הבא לצבא לעבודה באוהל מועד"ב — זאָגט דער פסוקג: כל הפקודים אשר פקד משה גו' מבן שלשים גו' ועד בן חמשים שנה כל הבא לעבוד עבודת עבודה ועבודת משא באוהל מועד ויהיו פקודיהם גו'.

איז רש"י מפרש די ווערטער „עבודת עבודה": הוא השיר במצלתים וכנורות שהיא עבודה לעבודה אחרתד. ד.ה. *ד: „עבודת עבודה" מיינט ניט אַן אַרבעט פון אַן עבודה, נאָר „עבודה לעבודה" — אַן עבודה צוליב אַן אַנדער עבודה, און דאָס איז עבודת השיר וואָס איז צוליב עבודת הקרבנותה.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) דער לשון הגמרא*5 (דער מקור פון דעם פרש"י) איז „איזהו עבודה שצריכה עבודהו הוי אומר זו שירה" און עס ווערן ניט דערמאָנט קיין נעמען פון כלי שיר — און רש"י איז מוסיף במצלתים וכנורות?

ב) פאַרוואָס זאָגט רש"י „הוא השיר במצלתים וכנורות" — עס זיינען דאָך געווען כו"כ מיני כלי שיר וואָס מ'האָט גענוצט ביי עבודת השירז?

ג) ער דערמאָנט לגמרי ניט שיר בפהח? די קושיא ווערט נאָך שטאַרקער דורך פאַרגלייכן מיט שיר בפועל, ווי מען האָט געלערנט פריער — איז געווען „אז ישיר משה גו' לאמר" — שיר בפהט.

מ'קען ניט זאָגן, אַז רש"י ברענגט נאָר די צוויי כלי שירי ווייל זיי זיינען די45כללות'דיקע סוגים פון אַלע כלי שיר — וואָרוםיא אין פסוק (אין דברי הימיםיב) טיילט ער זיי אין דריי סוגים: נבלים וכנורות ומצלתיםיג; איז ממנ"פ: אָדער רש"י האָט געדאַרפט ברענגען אַלע דריי (אויך „נבלים"), אָדער נאָר איינעם אַלס דוגמאיד, און דערנאָך מוסיף זיין (ע"ד ווי מ'געפינט אין דברי הימיםטו) — „(מצלתים) וכלי שיר"?

ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין: אמת טאַקע אַז לשון הפסוק („עבודת עבודה") מיינט שיר (וואָס איז „עבודה לעבודה אחרת") — עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק אין פסוק גופא: די עבודה פון שירת הלוים איז ביז אַהער נאָך ניט דערמאָנט געוואָרן אין פסוק; עס האָט זיך גערעדטטז נאָר וועגן די עבודות הלוים פון טראָגן דעם משכן, פירוק והקמת המשכן און שמירת המשכן (והמקדש). דער ציווי אויף עבודת השיר (ע"פ פשוטו של מקראיז) שטייט ערשט שפּעטער אין פ' בהעלותךיח: נתונים נתונים, נתונים למשא נתונים לשיר —

איז ניט מובן: מאי טעמא וואָס דאָ, נאָכן מנין פון די בני לוי („כל הבא לצבא לעבודה גו'"), דערמאָנט דער פסוק נאָר וועגן עבודת השיר (און ניט די אַנדערע עבודות הלוים — אויסער משא), ובפרט אַז עס שטייט נאָך ניט דער ציווי אויף שיר?

ג. נאָכדעם שטעלט זיך רש"י אויף „ועבודת משא" און זאָגט „כמשמעו"ד. אין פשטות באַוואָרנט דאָ רש"ייט: וויבאַלד אַז פריער האָט ער געטייטשט „עבודת עבודה" „עבודה לעבודה אחרת", קען מען אַ טעות האָבן און מיינען אַז אויך „עבודת משא" מיינט „עבודה למשא" — אַן עבודה צוליב משא (אָבער ניט „משא" גופא), באַוואָרנט דעריבער רש"י, אַז דער טייטש פון „עבודת משא" איז „כמשמעו" — „עבודה של משא".

מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: ווי איז שייך אַ קס"ד צו טייטשן „עבודת משא" — „עבודה למשא", ס'איז דאָך (בלשון הרא"ם) „אין למשא עבודה אחרת"?

לכאורה וואָלט מען דערויף געקענט ענטפערן: ס'איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן אַז עס מיינט די עבודה פון טעינת העגלותכ, וואָס דאָס איז ניט די משא גופא, נאָר אַן עבודה למשא (די עבודה אָנצולאָדן די קרשים וכו' אויף די עגלות — צוליבן משא פון די עגלות)

[און דאָס וואָס דער פסוק זאָגט אָן די עבודה דוקא דאָ, איז ווייל אין דעם פסוק קומט די תורה מוסיף זיין די עבודות וועלכע ווערן ניט דערמאָנט אין די פריערדיקע פסוקים: עבודת עבודה (שיר) ועבודת משא (טעינת עגלות)].

אָבער (נוסף אויף דעם וואָס ס'איז שווער צו זאָגן אַז רש"י קומט שולל זיין46טעינת העגלות וועגן וועלכער עס שטייט ערשט ווייטער אין סדרהכא — איז) עפ"ז איז ניט פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא: פאַרוואָס לערנט טאַקע רש"י אַז דער פסוק איז שולל די עבודהכב (און „עבודת משא" מיינט „כמשמעו") — טעינת עגלות איז דאָך געווען אַ חלק פון עבודת בני גרשון ובני מררי?

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין פרש"י אויף התחלת הסדרה: „נשא את ראש בני גרשון גם הם — כמו שצויתיך על בני קהת לראות כמה יש שהגיעו לכלל עבודה" — דלכאורה איז ניט מובן די אריכות הלשון פון רש"י „לראות כמה יש שהגיעו לכלל עבודה"? — אינעם ציוויכג „על בני קהת" פאַרשטייט מען בפשטות צוליב וואָס ס'איז געווען דער מנין פון בני קהת („מבן שלשים גו' ועד בן חמשים שנה"כד) — און ווי רש"י איז דאָרטכג מפרש — „מנה מהם את הראויין לעבודת משא והם מבן שלשים שנה ועד בן חמשים שנה וכו'".

איז מבאר דער מהר"ל (בפירושו גור ארי'): רש"י איז דאָ אויסן צו מסביר זיין, אַז „נשא את ראש בני גרשון גם הם" מיינט ניט אַז מ'זאָל אויך די בני גרשון ציילן ווי די בני קהת „מבן שלשים גו' ועד בן חמשים שנה" — ווייל דער „גם הם" באַציט זיך ניט צום פסוק לאחר זה „מבן שלשים שנה גו'"כה נאָר צו פריער — צו „נשא את ראש", מיינענדיק דערמיט (ניט אַ מנין בעלמא, נאָר אַ מנין וואָס איז פאַרבונדן מיט) נשיאות ראשכו וחשיבותכז, אַז אויך די געציילטע פון בני גרשון ווערן אויפגעהויבן דערמיט וואָס „הגיעו לכלל עבודה"; און דעריבער שטייט אויך ביי בני גרשון „נשא את ראש" — ניט „פקוד גו'".

עפ"ז דאַרף מען אָבער פאַרשטייןכח וואָס דער פסוק זאָגט „גם הם" (אַז מ'פאַרגלייכט בני גרשון צו בני קהת), וואָס דאָס באַדייט אַז אין דעם ענין פון „נשא" (נשיאות ראש) זיינען די בני גרשון טפל („גם הם") צו די בני קהת — לכאורה איז דער מכוון פון „נשא" — „לראות כמה יש שהגיעו לכלל עבודה" — בשווה ביי די בני קהת און בני גרשון?

נאָך שטאַרקער איז די קשיא: ביי די בני מררי שטייט ניט „נשא את ראש"47(נאָר „תפקוד אותם"כט) — כאָטש אַז אויך ביי זיי האָט מען געציילט נאָר „מבן שלשים גו' ועד בן חמשים גו' כל הבא לצבא לעבוד גו'"ל — ולכאורה: אויב „נשא את ראש" מיינט די נשיאות ראש פון די וואָס „הגיעו לכלל עבודה", האָט געדאַרפט שטיין „נשא את ראש" אויך ביי די בני מררי?

ה. לכאורה וואָלט מען געקענט מסביר זייןלא דעם חילוק צווישן בני קהת בני גרשון און בני מררי (אין דעם ענין פון נשיאות ראש) — אַז עס איז מצד דעם אונטערשייד צווישן זיי אין די סוגי משא וואָס זיי האָבן געדאַרפט טראָגן:

די בני קהת וואָס זיי דאַרפן טראָגן „קודש הקדשים"לב (דעם ארון, שולחן, מנורה ומזבחות וכו' — די הייליקסטע חפצי המשכן) איז ביי זיי געווען דער עיקר און העכסטער אופן פון נשיאות ראש; די בני גרשון, וואָס אויך זיי האָבן געהאַט אַן „עבודת הקודש כו' הנראות בבית קודש הקדשים"לג, איז אויך ביי זיי געווען נשיאות ראש, אָבער וויבאַלד די קדושה פון זייער משא איז ניט געקומען צו קדושת המשא פון בני קהת, איז דעריבער אויך זייער נשיאות ראש נאָר בדרך טפל („גם הם") צו בני קהתלד; משא"כ בני מררי, ביי וועמען ס'איז ניט געווען קיין משא הנראה „בבית קה"ק"לה, שטייט ביי זיי בכלל ניט „נשא את ראש".

און דאָס איז מתאים, לכאורה, מיט פירוש רש"י ווייטער אין פ' בהעלותךלו, אַז די ג' תנופות וואָס מען געפינט ביי די בני לוי, איז — „הראשונה לבני קהת . . לפי שעבודת קה"ק עליהם . . השני' לבני גרשון . . שאף עליהם היתה עבודת הקודש . . הנראות בבית קה"ק והשלישית לבני מררי".

אָבער (נוסף אויף דעם, אַז מ'קען ניט זאָגן אַז רש"י פאַרלאָזט זיך דאָ אַז מ'וועט עס פאַרגלייכן צו זיין פירוש ווייטער אין פ' בהעלותך, איז) פון דעם גופא וואָס אויף „נשא את ראש וגו'" ביי די בני קהת זאָגט רש"י „מנה מהם את הראויין לעבודת משא . . (וואָס איז פאַרבונדן מיט בעלי כח, ווי רש"י איז ממשיך) והפחות משלשים לא נתמלא כחו . . והיותר על בן חמשים כחו מכחיש מעתה" — און פאַרבינדט עס בכלל ניט מיט דער קדושה פון זייער משא — איז פאַרשטאַנדיק, אַז לויט פרש"י איז דער „נשא את ראש" נאָר מצד דעם וואָס די זיינען „ראויין לעבודת משא" —

איז הדרא קושיא לדוכתא: וואָס איז דער חילוק אין דעם, צווישן בני קהת בני גרשון און בני מררי?

מוז מען זאָגן, אַז אין דעם מנין פון בני לוי „מבן שלשים גו' ועד בן חמשים שנה" זיינען לויט רש"י פאַראַן צוויי סוגים:

48א) איין סוג מנין אין אַן אופן פון „נשא את ראש" וואָס איז שייך בעיקר ביי די בני קהת, און אויך ביי די בני גרשון אַלס אַ טפל צו בני קהת („גם הם"), אָבער ניט ביי די בני מררי.

ב) דער מנין פון לויים „כל הבא לצבא לעבודה באוהל מועד"ב וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט נשיאות ראש — און דער מנין איז דאָ בשווה ביי אַלע בני לוי „מבן שלשים גו' ועד בן חמשים שנה" וואָס טוען עבודה.

ו. דער ביאור בכל זה:

(דער מנין בל') „נשא את ראש" באַצייכנט די נשיאות ראש וחשיבות אינעם מנין פון די בעלי כחלז, וועלכע זיינען צוגעפּאַסט לעבודת משא (ווי דער לשון רש"י ביי די בני קהת „מנה מהם את הראויין לעבודת משא"); און דאָס איז דער טעם החילוק הנ"ל (בנוגע נשיאות ראש) צווישן בני קהת גרשון ומררי — לויט דעם אונטערשייד צווישן זיי בנוגע צו „עבודת משא":

ביי בני קהת ווערט דערמאָנטלח נאָר דער ענין פון (עבודת) משא, און וויבאַלד אַז דאָס איז זייער גאַנצע עבודה, איז ביי זיי דער עיקר הענין פון „נשא את ראש";

ביי בני גרשון שטייטלט „זאת עבודת משפחות הגרשוני לעבוד ולמשא" — ביי זיי איז דאָ אַן עבודה אויסער „משא" — און דעריבער איז דער ענין פון „נשא את ראש", וואָס איז פאַרבונדן מיט עבודת משא, ביי זיי בדרך טפל צו בני קהתמ [און דערפאַר איז רש"י דאָ מדייק בלשונו „כמה יש שהגיעו לכלל עבודה" (סתם) און זאָגט ניט (ווי ביי בני קהת) „עבודת משא"];

ביי בני מררי שטייט בכלל ניט „זאת עבודת גו'", נאָר „זאת משמרת משאם"מא — ד.ה. „משאם" איז ביי זיי ניט בגדר עבודה (ניט זיי דאַרפן טראָגן אַליין בכתף), ס'איז נאָר וואָס זיי זיינען ממונים [ווי רש"י האָט שוין פריערמב געטייטשט „משמרת" — „מנוי שהאדם ממונה עליו"] אויף „משאם"

— ד.ה. זיי דאַרפן דורכפירן אַז די זאַכן זאָלן געטראָגן ווערן, אָבער ניט דוקא דורך זיי אַליין (בכתף); און ווי ס'איז טאַקע געווען בפועל, אַז זייער משא איז ניט געווען בכתף נאָר אויף עגלות (ווי דערציילט ווייטער אין פרשהמג) —

און וויבאַלד אַז זייער עיקר תפקיד איז ניט אין גדר פון „עבודת משא", איז ביי זיי ניטאָ אָט די נשיאות ראש וחשיבות וואָס איז פאַרבונדן מיט „הראויין לעבודת משא".

ז. אעפ"כ האָט מען אויך געציילט די בני מררי „מבן שלשים שנה גו' ועד בן חמשים שנה" — ווייל כאָטש אַז ביי זיי איז געווען דער אופן פון „משמרת49משאם" (ניט „עבודת משא") איז דאָס אָבער ניט שולל אַז אויך ביי זיי זיינען געווען געוויסע פאַלן פון משא בכתף; וואָרום הגם אַז לכללות משאם האָבן זיי געהאַט עגלות, איז אָבער געווען דער משא ביז צו די עגלות, אויך איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן, אַז ניט אַלע „כלי משמרת משאם" איז געווען אויף עגלותמד.

ועפ"ז קען מען זאָגן, אַז דאָס מיינט רש"י צו שולל זיין בפירושו אויף „ועבודת משא — כמשמעו": מ'וואָלט געקענט טייטשן „עבודת משא" — „עבודה למשא" על דרך ווי „משמרת משאם" פון בני מררי, וואָס איז ניט משא גופא, נאָר דער מינוי צו באַזאָרגן דעם ענין פון משא —

איז רש"י שולל דעם פירוש — ווייל דער ענין איז ניט פאַרבונדן מיט בעלי כח, ובמילא ניט מיט „מבן שלשים גו' ועד בן חמשים שנה"מה; און דאָס וואָס מ'ציילט די בני מררי „מבן שלשים גו'" איז צו וויסן וויפל זיינען פאַראַן וואָס קענען טראָגן בכתף — עבודת משא (וכנ"ל אַז אויך ביי זיי איז געווען אַ משא בכתף).

ח. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: אויך די בני גרשון האָבן געהאַט עגלות פאַר זייער משאמו — איז מיט וואָס זיינען זיי אַנדערש ווי די בני מררי (וועלכע האָבן אויך געהאַט משא בכתף כנ"ל), וואָס ביי זיי שטייטלט „זאת עבודת משפחות הגרשוני גו' ולמשא", אַז ביי זיי איז „משא" (טראָגן בכתף) געווען אַן עבודה?

איז דער ביאור אין דעם: לכאורה איז מובן, אַז די עבודות פון גרשון ומררי ביים הקמת ופירוק המשכן זיינען געטאָן געוואָרן על הסדר:

פריער האָבן די בני גרשון פאַנאַנדערגענומען דעם חלק פון משכן וואָס איז שייך צו זייער תפקיד — די קלעי החצר, יריעות וכו' (וועלכע באַדעקן און הענגען אויף די קרשים ועמודים) — און זיי גלייך אָנגעלאָדן אויף זייערע עגלותמז, און ערשט דערנאָךמח האָבן בני מררי אָנגעהויבן זייער עבודה — צו פאַנאַנדערנעמען די עמודי החצר, קרשי המשכן וכו' און זיי אַנלאָדן אויף זייערע עגלות

[ועד"ז ביי הקמת המשכן: פריער האָבן די בני מררי אַראָפּגענומען די קרשים עמודים וכו' פון זייערע עגלות און זיי באַלד אויפגעשטעלט, און דערנאָך האָבן די בני גרשון אַראָפּגענומען די יריעות וקלעים וכו' פון זייערע עגלות און זיי אַרויפגעטאָן אויף די קרשים ועמודים כו'].

קומט אויס, אַז ווען די בני גרשון האָבן אַראָפּגענומען די יריעות פון משכן (און די קלעי החצר פון די50עמודים) זיינען נאָך די עמודי החצר געשטאַנען על מקומם, ובמילא האָבן זיי די יריעות געמוזט טראָגן (בכתף)מט דעם גאַנצן שטח פונעם חצר המשכן ביז אין דרויסן פון חצר (וואָרום מ'האָט דאָך די עגלות ניט געקענט אַריינפירן צווישן די עמודי החצרנ ביז נאָענט צום משכן) — דעריבער הייסט עס ביי זיי אַן „עבודת משא"נא.

משא"כ ביי בני מררינא איז דאָך ניט געווען קיין הכרח אַז זיי זאָלן אַליין דאַרפן טראָגן די קרשים כו' אַ גרויסן שטח, היות זיי האָבן געקענט צוברענגען די עגלות גלייך לעבן די קרשי המשכןנב, אַזוי אַז זיי האָבן נאָר געדאַרפט טראָגן צום אָנלאָדן אויף די עגלותמט.

[עפ"ז קומט צו אַ תוספת הסברה אין דעם וואָס דער „נשא את ראש" ביי בני גרשון איז נאָר „גם הם" (אַ טפל צו די בני קהת) — אַז דאָס איז (ניט נאָר ווייל ביי זיי איז אויסער „משא" אויך דאָ „לעבוד", נאָר) אויך מצד „ולמשא" גופא: די משא וואָס זיי האָבן געמוזט טראָגן בכתף איז נאָר געווען ביז די עגלות מחוץ לחצר; משא"כ ביי די בני קהת, וועלכע האָבן אינגאַנצן ניט געהאַט קיין עגלות, איז נאָר „בכתף ישאו"נג].

כמה פרטים מהנ"ל זיינען אָבער נאָר לכאורה — דער סדר הקמת המשכן (וואָס דערפון איז אויך מובן סדר פירוק המשכן, וועלכער איז בסדר הפוך פון סדר הקמתו) איז מפורש בפ' פקודינד אַז מ'הייבט אָן מיט די אדנים, קרשים כו' און גאָר צום סוף שטעלט מען אויף דעם חצר*54.

— בכל אופן אָבער האָבן בני גרשון געהאַט אַן עבודה בגופם יתרה אויף בני מררי וואָרעם די יריעות מכסות מסכים וקלעים האָבן זיי געדאַרפט אַרויפלייגן (אָדער אַראָפּנעמען) ווען די קרשים ועמודים זיינען געשטאַנען: קלעטערן אויבען, טראָגען אַהין די יריעות וכו', האָבן דאָרט צוטאָן מיט די לולאות, מיתרים וכו'.

ט. ע"פ כהנ"ל וועט מען פאַרשטיין דעם ביאור אין פרש"י אויף „עבודת עבודה — הוא השיר במצלתים וכנורות כו'":

ע"פ כהנ"ל בלייבט ניט פאַרשטאנדיק: וויבאַלד דער מנין „מבן שלשים גו'" (בעלי כח) איז פאַרבונדן51מיט משא — אויב אַזוי פאַרוואָס ווערן אין דעם מנין (מבן שלשים גו') פון בני גרשון אַריינגענומען אויך די וואָס עבודתם איז (ניט משא, נאָר) „לעבוד"?

בפשטות קען מען זאָגן, אַז „לעבוד" מיינטנה די עבודה פון פירוק והקמת המשכן און טעינת העגלות וואָס אויך דערויף דאַרף מען האָבן אַ בעל כחנו

— טאַקע ניט אַזאַ בעל כח ווי ביי עבודת משא [און דערפאַר פּאַסט ניט אויף דעם דער ענין פון „נשא את ראש", אַז ביי זיי איז אַ ספּעציעלע נשיאות ראש וחשיבות], אָבער דאָך אַ בעל כח —

און דערפאַר זיינען זיי דוקא פון דעם גיל (מבן שלשים עד חמשים) ווען דער כח האדם איז בתקפו.

בשעת אָבער מען קומט צום פסוק „מבן שלשים גו' כל הבא לעבוד עבודת עבודה" — וואָס מיינט „עבודה לעבודה אחרת" (שיר) — ווערט שווער: פאַרוואָס איז שיר שייך דוקא צו דעם גיל פון בעלי כח?

דעריבער זאָגט רש"י „הוא השיר במצלתים וכנורות" — און איז משמיט „נבלים" און דעם שיר בפה בכלל: פון דעם וואָס עבודת שיר שטייט אין דעם פסוק איז רש"י מדייק, אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַזאַ סוג שיר וואָס מ'דאַרף דערצו האָבן בעלי כח — און דאָס איז „השיר במצלתים וכנורות", וואָס זייער שיר איז פאַרבונדן מיט עשי', מלאכת ידנז, מיט אַ גרעסערער אָנשטריינגונג; משא"כ ביי נבל — פון לשון נבל ייןנח — וואָס זייער קול שירה קומט דורך בלאַזןנט מיטן מויל און מכ"ש סתם שיר בפה, איז עס ניט פאַרבונדן מיט אַזאַ אָנשטריינגונג.

יוד. דערמיט איז אויך מובן דער טעם וואָס „עבודת עבודה" שטייט דוקא אין דעם פסוק, ביים סוף המנין:

שטעלנדיק דעם פסוק ביים סוף וסךהכל פון מנין — אַז מ'האָט נאָר געציילט די בני לוי „מבן שלשים גו' כל הבא לעבוד עבודת עבודה ועבודת משא באוהל מועד" — וויל דער פסוק קלאָר מאַכן, אַז דאָס וואָס דער מנין איז געווען באַגרענעצט צו דעם גיל דוקא, איז עס נאָר צוליב די צוויי ענינים: „עבודת עבודה (השיר במצלתים וכנורות)ס ועבודת משא" — און ניט52צוליב די אַנדערע עבודותסא פון בני לוי (ווי פירוק והקמת המשכן וטעינת העגלותסב) וואָס קענען געטאָן ווערן אויך נאָך בן חמשים שנהסג;

און ווי רש"י זאָגט בפירוש אין פ' בהעלותךסד: „ולא יעבוד עוד — עבודת משא בכתף אבל חוזר הוא לנעילת שערים ולשיר ולטעון עגלות כו'", „לשמור משמרת, לחנות סביב לאוהל ולהקים ולהוריד בשעת המסעות".

יא. עפ"ז קומט אויך אַרויס אַ חידוש גדול אין די „ענינים מופלאים"סה ע"ד ההלכה שבפרש"י:

ע"פ הנ"ל — אַז „השיר במצלתים וכנורות" איז נאָר „עד בן חמשים שנה" — דאַרף מען זאָגן, אַז דאָס וואָס רש"י זאָגט „חוזר הוא . . ולשיר" מיינט ער שיר בפה ובנבל כו', אָבער ניט „השיר במצלתים וכנורות"סו וואָס (ע"ד הפשט) איז נאָר „מבן שלשים גו' ועד בן חמשים שנה"סז!

אויך: וויבאַלד אַז דער טעם אויף דעם איז ווייל נאָך בן חמשים שנה „כחו מכחיש מעתה"סח און ס'איז אים שווער דער „שיר במצלתים וכנורות" — איז דאָך ניטאָ קיין טעם צו מחלק זיין אין דעם צווישן משכן און מקדש; ובמילא, איז לויט פשוטו של מקראסט, איז „שנים" אַ פסול אין לוי' אויך לדורות (בנוגע צו „השיר במצלתים וכנורות") ! — סיידן מ'זאָל זאָגן אַז עס איז גזירת הכתוב.

יב. פון יינה של תורה שבפרש"י:

53ע"פ הביאור הנ"ל אינעם חילוק צווישן בני קהת גרשון ומררי — קומט צו אַ תוספת הסברה אין דעם וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אין דעם ענין בלקו"ת פון דער היינטיקער סדרה:

דער אַלטער רבי איז מבארע דעם חילוק צווישן בני קהת גרשון און מררי אין דעם ענין פון נשיאות ראש: נשיאות ראש ווייזט אויף דער עבודה פון הילוך בל"ג (אויפהויבן דעם ראש צו בחי' רצון וכתרעא); בני קהת ובני גרשון זיינען די צוויי דרגות און אופנים אין הילוך (מלמעלמ"ט ומלמטלמ"ע) און דעריבער שטייט ביי זיי „נשא את ראש"; אָבער בני מררי זיינען בבחי' „עומדים" (ווי מ'זעט אַז זייער עבודה איז געווען די משא הקרשים, וואָס זיי זיינען „עצי שטים עומדים"עב) און מהאי טעמא שטייט ביי זיי ניט „נשא את ראש".

איז ניט מובן: די גאַנצע נסיעה במדבר איז ענינה געווען צו אויפטאָן די עבודה פון הילוך ביי אידןעג — היינט ווי איז שייך צו זאָגן אַז די עבודה איז ניטאָ ביי בני מררי?

וע"פ הנ"ל — אַז „נשא את ראש" איז פאַרבונדן מיט עבודת משא — קען מען זאָגן, בפנימיות הענינים, אַז אויך ביי די בני מררי איז געווען די עבודה פון הילוך בל"ג (נשא את ראשעד); נאָר דער הילוך איז פאַרבונדן מיט בחי' עגלות (דורך וועלכע די עבודת משא האָט זיך אויפגעטאָן ביי בני מררי).

דער ביאור בזה: אין דער עבודה פון הילוך בל"ג זיינען דאָ דריי עניניםעה:

א) דער עצם הילוך בל"ג איז די אהבה לה' פון נפש הבהמית (נאָך איר בירור), וואָרום וויבאַלד דער שורש פון נפש הבהמית איז פון עולם התהו (העכער ווי דער שורש פון נפש האלקית) איז דווקא אין איר דאָ דער „רב תבואות בכח שור"עו — די אהבה בל"ג;

ב) די כוונה פון דעם הילוך בל"ג איז אַז עס זאָל זיין — „אחריך נרוצה"עז (לשון רבים) — אַז אויך דער נפש האלקית (פון תיקון) זאָל זיין אין דער תנועה פון בלי גבול.

ג) נאָכדעם ווי ס'ווערט אויפגעטאָן דער הילוך בל"ג אין נפש האלקית (אחריך נרוצה) — ווערט דער נפש האלקית נתעלה צו אמתית שרשה ומקורה וואָס איז שייך נאָר צו איר אַליין — „הביאני (לשון יחיד) המלך חדריו"עז.

און דאָס איז דער חילוק צווישן די בני קהת, גרשון, און מררי:

ביי די בני מררי שטייט נאָר „משמרת משאם" — אָבער עצם המשא איז געווען אויף די עגלות (און אויך זייער משא בכתף איז ניט בגדר עבודה) — אין עבודה רוחנית מיינט עס, אַז זייער הילוך בל"ג איז געווען נאָר אין נפש הבהמית (בחי' „עגלות"); דער הילוך האָט זיך אָבער ניט אויפגעטאָן אין זיי גופא — אין נפש האלקית;

54ביי בני גרשון איז געווען — „אחריך נרוצה" — דער הילוך בל"ג סיי אין נפש הבהמית (משא בעגלות) סיי אין נפש האלקית („זאת עבודת גו' ולמשא");

ביי די בני קהת איז געווען נאָך העכער — „הביאני המלך חדריו" — דער הילוך בל"ג מצד דעם שורש האמיתי פון נפש האלקית וואָס האָט קיין שייכות ניט צום נפש הבהמית (עגלות);

און דערפאַר איז דער עיקר משא זייערער געווען דער ארון — תורה — ווייל דער ענין פון „הביאני המלך חדריו" האָט זיך אויפגעטאָן ביי מתן תורה בחג השבועותעח.

(משיחות ש"פ נשא תשכ"ה ותשל"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-p2x8kndz

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources