Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
28חג השבועות
א.בנוגע צו מתן תורה דערציילט די גמראא: „בשעה שעלה משה למרום אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה רבש"ע מה לילוד אשה בינינו. א"ל לקבל תורה בא. אמרו לפניו חמודה גנוזה שגנוזה וכו' אתה מבקש ליתנה לבשר ודם, מה אנוש כי תזכרנו וגו'ב תנה הודך על השמיםג. א"ל הקב"ה למשה החזיר להן תשובה וכו'. אמר לפניו רבש"ע תורה שאתה נותן לי מה כתיב בהד אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים. א"ל למצרים ירדתם לפרעה השתעבדתם תורה למה תהא לכם. שוב מה כתיב בהה לא יהי' לך אלקים אחרים, בין עמים אתם שרויין שעובדין ע"ז (ועד"ז האָט משה געענטפערט די מלאכים וועגן די אַנדערע דיברות:) כלום אתם עושים מלאכה . . משא ומתן יש ביניכם . . אב ואם יש לכם . . קנאה יש ביניכם יצה"ר יש ביניכם . . מיד הודו לו להקב"ה וכו'".
שטייט אין ספריםו, אַז יסוד הטענה — ע"פ הלכה — פון די מלאכים „תנה הודך על השמים" איז דאָס דינא דבר מצרא:
דער דיןז איז אַז אויב איינער פאַרקויפט אַ פעלד צו אַ צווייטן, האָט דער בר מצרא, דער שכן, די רעכט צונעמען די פעלד פון דעם לוקח, ווייל ס'איז אַ טובה פאַר דעם בר מצרא צו האָבן זיינע פעלדער צוזאַמעןח, און תורה זאָגטט „ועשית הישר והטוב בעיני ה'".
דאָס האָבן די מלאכים גע'טענה'ט: וויבאַלד די תורה איז גנוזה*9, געפינט זיך במרום (בשמים), און זיי זיינען בשמים, האָבן זיי דעם דין פון „בר מצרא" צו באַקומען די תורה, און דעריבער — „תנה הודך על השמים".
[און דערמיט איז מובן ווי אַזוי די מלאכים האָבן געוואָלט צונעמען די תורה נאָכדעםי ווי עס שטייט שוין אין תורה „צו את בנ"י", „דבר אל בנ"י" (וכיו"ב) — ווייל דער דין ביי בר מצרא איז, אַז אויך נאָך דער מכירה איז מען מסלק דעם לוקח פונעם שדה און מ'גיט עס אָפּ צום בר מצראיא].
29און אַלס אָפּשלאָג אויף זייער טענהיב, געפינט מען אין מפרשיםיג כמה תירוצים — ומהם:
א) דער דין פון בר מצרא איז שייך נאָר ביי קרקע, ניט ביי מטלטליןיד, און תורה איז דאָך ניט קרקעטו.
ב) דינא דבר מצרא איז נאָר ביי מכירה, ניט ביי מתנהטז, און די תורה איז געגעבן געוואָרן במתנה.
ג) אידן זיינען קרובים להקב"ה, כמש"ניז „מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו", און נאָכמער: אידן זיינען „בנים למקום"יח, און ביי קרוביםיט, און (עאכו"כ) בניםכ גייט ניט אָן דינא דבר מצרא.
ד) אויף משה רבינו שטייטכא אַז ער איז געווען „איש האלקים", זאָגט דער מדרשכב „מחציו ולמטה איש מחציו ולמעלה האלקים", איז דאָך משה רבינו געווען „בר מצרא" צו דער תורה וואָס איז בשמים.
ה) אויפן פּסוקכג „ויעמוד העם על משה מן הבקר עד הערב" זאָגן חז"לכד, אַז משה רבינו איז געווען אַ „דן דין אמת לאמיתו" וואָס „כאילו נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית". און דער דיןכה איז, אַז אויב דער לוקח איז אַ30שותף פונ'ם מוכר גייט ניט אָן דינא דבר מצראכו.
ב. לכאורה קען מען פרעגן אויף די לעצטע צוויי תירוצים: משה איז דאָך קיבל תורה מסיניכז ניט נאָר פאַר זיך נאָר פאַר אַלעכח אידןכט?
פאַראַן מפרשים וואָס זאָגן: א) אַז אַלע אידן זיינען בני מצרא צו תורה, וואָרום נשמות פון אידן זיינען „גזורות מתחת כסא הכבוד"ל.
ב) בשעת מ"ת זיינען אַלע אידן געווען שותפים להקב"ה, וויבאַלד אידן האָבן שוין געהאַט די מצוה פון שבת אין מרהלא (פאַר מ"ת), וארז"ללב „כל המתפלל בערב שבת ואומר ויכולו וכו' כאילו נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית".
ג. אָבער — צ"ע אין די אַלע געבראַכטע תירוצים, ווייל עיקר חסר מן הספר — קיין איינער פון זיי ווערט ניט דערמאָנט אין דעם ענטפער פון משה רבינו צו די מלאכיםלג.
ואדרבה: אין די לעצטע דריי תירוצים ווערט אַרויסגעבראַכט, לכאורה, דער היפּך פון טענת משה רבינו: אין די תירוצים ווערט אונטערגעשטראָכן ווי אַזוי משה (און יעדער איד) איז קרוב להקב"ה, איז שייך צו שמים, און איז אַ שותף להקב"ה; די גמרא אָבער ברענגט אַרויס דאָס פאַרקערטע: אַז די תורה איז פאַרבונדן מיט ירידה למצרים וכו'; עס ברענגט אַרויס די גשמיות פון דעם לוקח, ביז צו „קנאה", „יצה"ר" וכו'.
ד. אַזוי איז אויך שווער אין יעדן פון די ערשטע צוויי תירוצים (נוסף אויף דער כללות'דיקער קשיא הנ"ל):
ב) אויפן צווייטן תירוץ: אויף תורה געפינט מען דריי לשונות: א) „ירושה"לו — ווי עס שטייטלז „תורה צוה לנו משה מורשה וגו'". ב) „מכירה" — כמרז"ללח „אמר הקב"ה לישראל מכרתי לכם תורתי כו'". ג) „מתנה" — כמרז"ללט „ג' מתנות טובות נתן הקב"ה לישראל כו' תורה כו'". וכנוסח התפלה: זמן מתן תורתנומ. און די דריי לשונות ווייזן אויף די דריי אופנים וואָס איז דאָ אין דער שייכות פון תורה צו אידן, כמבואר בכמה מקומותמא. היינט וויבאַלד תורה האָט אין זיך אויך „מכר", איז דאָך שייך דינא דבר מצרא אויף תורהמב.
ה. נאָך אַ תירוץ איז פאַראַן (וואָס לכאורה איז ער מתאים צו לשון הגמרא), בהקדים ביאור המפרשיםמג אַז טענת המלאכים איז אויף חלק הסוד שבתורה: אויך מלאכים ווייסן אַז צום חלק הפשט (ועשי') האָבן זיי קיין שייכות ניט. ובמילא איז זייער טענה פון בר מצרא געווען אויף חלק הסוד. און וויבאַלד אַז צו אידן האָט מען געגעבן די גאַנצע תורה, און מלאכים האָבן געקענט נעמען נאָר איין חלק — איז דער דיןמד אַז „מכר כל נכסיו לא' לית בה משום דינא דבר מצרא".
אויך איז דאָ אַ דיןמה, אַז אויב דער מצרן דאַרף עס האָבן להרוחה און דער לוקח דאַרף עס ווייל „דחיקא לי' שעתא", גייט ניט אָן דינא דבר מצרא. און אַזוי אויך בנדו"ד: דאָס וואָס אידן דאַרפן האָבן תורה איז עס בדוגמת „דחיקא לי' שעתא", ווייל תורה איז די חיות פון אַ אידן („הם חיינו"), און דורך תורה איז אַ איד מנצח זיין יצה"ר כמרז"למו „בראתי יצה"ר ובראתי לו תורה תבלין"; משא"כ מלאכים וואָס32האָבן געוואָלט חלק הסוד שבתורה, און האָבן ניט קיין יצה"ר, איז עס ע"ד להרוחה.
אָבער אויך אויף די תירוצים קען מען פרעגן: דאָס וואָס משה האָט געענטפערט „למצרים ירדתם . . כלום אתם עושים מלאכה . . מו"מ . . או"א . . יצה"ר יש ביניכם" — אַז מלאכים זיינען ניט שייך צו חלק הפשט והעשי' שבתורה, איז דאָך ביי זיי קיין חידוש ניט געווען, די מלאכים האָבן דאָס געוואוסט פון פריער און האָבן דעריבער מלכתחילה געבעטן חלק הסוד שבתורה. און דער ענטפער אויף דעם אַז „מכר כל נכסיו לא' לית בה משום דדב"מ", אָדער אַז תורה איז די חיות פון אידן — ווערט אפילו ניט נרמז אין דברי משה?
[און דאָס וואָס תורה איז „דחיקא לי' שעתא" ביי אידן מצד מלחמת היצר איז אַ הסבר פון דעם מצב וואָס „יצה"ר יש ביניכם"; אָבער פון דעם לשון פון תשובת משה רבינו והאריכות בזה „כלום אתם עושים מלאכה . . משא ומתן . . אב ואם יש לכם" איז משמע, אַז די תשובה צו די מלאכים איז (ניט אַזוי מצד דעם ענין פון מלחמת היצר, נאָר) מצד דעם כללות'דיקן ענין, אַז חלק הפשט (והעשי') שבתורה איז ניט שייך ביי מלאכים].
ו. איז דער ביאור בזה:
דער תכלית פון תורה איז וואָס על ידה ווערט דורכגעפירט די כוונת הבריאה פון „נתאווהמז הקב"ה להיות לו (ית'מח) דירה בתחתונים". וידועמט דער דיוק אין וואָרט „דירה", אַז אַזוי ווי אין אַ דירה געפינט זיך דער אדם בכל עצמותו, אַזוי איז נתאווה הקב"ה אַז עצמותו ית' זאָל נמשך ווערן „בתחתונים". און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך תורה, ווייל דורך תורה איז „אותי אתם לוקחים"נ.
און מצד זה פאַלט אָפּ טענת המלאכים פון דינא דבר מצרא: דער דיןנא איז, אַז אויב דער בר מצרא וויל די שדה אויף זריעה און דער לוקח — אויף בנין בית, גיט מען די שדה צום לוקח, ווייל „ישוב עדיף ולית בה משום דינא דבר מצרא". און עד"ז בענינינונב: וויבאַלד אַז דער33תכלית פון תורה איז לעשות לו ית' דירה („בית"נג) בתחתונים, פאַלט אָפּ טענת המלאכים מצד דינא דב"מ.
און דאָס איז וואָס משה רבינו האָט געענטפערט „למצריםנד ירדתם . . כלום אתם עושים מלאכה . . משא ומתן יש ביניכם וכו'": תורה איז שייך צו אידן ווי דאָס איז פאַרבונדן מיט ישוב העולם, עוה"ז הגשמי (בין עמים . . קנאה יש) דוקא (וואָרום תורה איז געגעבן געוואָרן אויף צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים)נה.
ז. דאָס וואָס מ'האָט ניט געגעבן תורה צו די מלאכים, איז עס ניט ווייל די עליונים דאַרפן ניט אָנקומען צו דער המשכת העצמות שע"י התורה — וואָרום אויך אין עולמות עליונים איז מצד עצמם מאיר בלויז אַ הארה מאלקותו ית', און זיי זיינען אַ „ירידה מאור פניו ית'"נו;
און דורך עבודת התחתונים ווערט אויפגעטאָן די המשכת העצמות, „דירה לו ית'", אויך אין עליונים, אין גאַנץ סדר ההשתלשלותנז;
וכידוענח דער משל אויף דעם: אַז מ'וויל אויפהויבן אַ בנין דורך „כלי ההגבהה הנקרא ליווע"ר", דאַרף מען אונטערלייגן דעם ליווע"ר אונטער די „חלקים התחתונים שבו דוקא", אָבער אויב מ'וועט עס אויפהויבן „מאמצע כו' לא הי' מגבי' התחתונים".
און דערפאַר מוז מען געבן תורה דוקא למטה אין עוה"ז „התחתון כו' שאין תחתון למטה ממנו"נט, און דורך דעם ווערט אויפגעהויבן דער גאַנצער „בנין" פון סדר השתלשלות.
און דאָס איז אויך וואָס משה האָט מדגיש געווען אין זיין תשובה „קנאה יש ביניכם יצה"ר יש ביניכם" — אויף אַרויסצוברענגען ווי דאָס איז דער עולם „התחתון במדריגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית' כו' עד שהוא מלא קליפות כו'"נט.
ח. עס איז אָבער פאָרט ניט מובן: אמת טאַקע, אַז בכדי צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים דאַרף מען האָבן די תורה למטה — דאָס נעמט אָבער ניט אַראָפּ די טענת המלאכים מצד דינא דבר מצרא: ססוף זיינען זיי בני מצרא און זיי ווילן מאַכן אַ „דירה" („בית") — עכ"פ — בעליונים?
מוז מען זאָגן, אַז דער ענין פון דירה לו ית' — המשכת העצמות — קען מען בכלל ניט אויפטאָן (אפילו ניט בעליונים) דורך עבודת המלאכיםס; דוקא דורך עבודת התחתונים ווערט עצמותו ית' נמשך אין סדר ההשתלשלות.
34דער ביאור וטעם הדבר: דער כח העצמות וואָס אין תורה ווערט נתגלה און קומט אַרויס בפּועל אין דער עבודה פון אַ נשמה ווי זי געפינט זיך אין די מצרים וגבולים פון עוה"זסא. די נשמה קומט אַראָפּ אין אַן עולם „מלא קליפּות וס"א שהן נגד ה' ממש"נט, און אין דעם נידעריקן עולם איז זי לוחם מיטן יצה"ר, ברעכט דורך אַלע העלמות והסתרים, און איז זיי מהפך מחשוכא לנהורא; אָט דאָס — די אתכפיא און אתהפכא פון קליפות „שהן נגד ה' ממש" צו אַן ענין של קדושה — איז אַן ענין של התחדשות, מען מאַכט פון דעם יש (וישות) — אין, און דער כח ההתחדשות איז בעצמותו ית', וואָס הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא (לחדש) יש מאיןסב, און ער גיט דעם כח צו מאַכן מיש איןסג.
און אויך די מעלה פון כח ההתחדשות איז מרומז אין תשובת משה — אין דער טענה „אב ואם יש לכם":
ס'איז ידועסד אַז דער ענין פון הולדה איז אַ מעין פון דער התחדשות מאין ליש, וואָס דערפאַר איז דאָס נאָר בכח הא"ס. און דער כח איז ניטאָ ביי מלאכיםסה;
און דאָס האָט משה רבינו גע'טענה'ט, אַז אָט דער כח ההתחדשות איז דאָ ביי נשמות למטה, וואָס דורך זייער עבודה אין עוה"ז זיינען זיי „מולידים" — מ'נעמט דברים תחתונים און מ'מאַכט פון זיי (ועי"ז פון גאַנץ סדר ההשתלשלות) אַ דירה לעצמותו ומהותו ית'.
(משיחת יום ב' דחגה"ש תשי"ח)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site