Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
363מטות 2
א.אין דער פרשהא, וואו אידן זיינען נצטווה געוואָרן אויף די דינים פון הגעלת כלי מדין, פרעגט דער רמב"ןב: פאַרוואָס האָט מען אָנגעזאָגט די הלכות פון הגעלת כלי נכרים ערשט ביי מלחמת מדין און ניט פריער, ביי מלחמת סיחון ועוג, וואָס אויך פון זיי האָבן די אידן גענומען שללג (וואָס אין דעם זיינען דאָך זיכער געווען אויך כלים)? און דער רמב"ן פאַרענטפערט, אַז ארץ סיחון ועוג „מנחלת ישראל היא והותר להם כל שללם אפילו האיסורים . . ואמרו רבותינוד קדליה דחזירי אשתרי להו אבל מדין לא הי' משלהם ולא לקחו את ארצם רק לנקום נקמתם . . ולכך נהג האיסור בכליהם".
פרעגן*5 מפרשיםו אויף דעם: אין דער פרשה זיינען אידן אָנגעזאָגט געוואָרן ניט נאָר אויף די דינים פון גיעולי כלים של נכרים, נאָר אויך אויף טבילת כלים של נכרים, ווי רש"י בריינגט עס דאָ אַראָפּ, און ווי דער רמב"ן אַליין איז דאָ מאריך אין דעם — היינט פאַרוואָס זיינען זיי ניט נצטווה געוואָרן אויף טבילת כלים פריער, ביי מלחמת סיחון ועוג? און דאָ קען מען דאָך ניט ענטפערן, ווי ביי דעם דין פון הגעלה, אַז ביי מלחמת סיחון ועוג איז אפילו „קדלי דחזירי אשתרי להו", ווייל דער טעם פון טבילת כלים איז ניט צוליב דעם איסור וואָס איז בלוע אין דער כלי — וואָרום אויך נייע כלים של נכרים דאַרפן האָבן טבילהז — (נאָר (ווי עס שטייט אין ירושלמיח) „לפי שיצאו מטומאת הנכרי ונכנסו לקדושת ישראל")?
און הגם אַז דער רמב"ן שרייבט גלייך פאַר דעם: „ולבי מהרהר עוד לומר שהטבילה הזו מדבריהם, והמקרא אסמכתא עשו אותו" — איז אָבער ניט מובן: א) דער רמב"ן פירט דאָך אויס „וזה צריך תלמוד" — ד.ה. ער איז בספק און מעגלעך אַז דאָס איז מדאורייתאט; ב) אפילו אויב דער „מקרא" איז נאָר אַן אסמכתא, קען מען דאָך אויך פרעגן: פאַרוואָס שטעלט די תורה די (ווערטער פון דער) אסמכתא ביי מלחמת מדין און ניט ביי מלחמת סיחון ועוג? ג) ובכל אופן: פאַרוואָס איז דער רמב"ן גאָרניט מעיר וועגן דעם?
364ב. לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערןי: ס'איז ידוע, אַז ניט אַלע מצות זיינען געגעבן געוואָרן גלייך ביי מ"ת; עס זיינען פאַראַן כמה מצות וואָס זיינען געזאָגט געוואָרן אין אַ שפּעטערדיקן זמן, ביז אפילו בשנת הארבעים, ע"דיא פ' נחלותיב וואָס איז נתחדש געוואָרן שפּעטער דורך די בנות צלפחד (ועוד);
ובמילא האָט ניט קיין אָרט צו פרעגן, פאַרוואָס מ'האָט ניט אָנגעזאָגט אויף טבילת כלים פריער (ביי מלחמת סיחון ועוג) — ווייל ערשט ביי מלחמת מדין איז געקומען דער זמן ווען עס איז נתחדש געוואָרן דער ענין, וע"ד „ניתנה תורה ונתחדשה הלכה"יג.
און דאָס וואָס דער רמב"ן פרעגט יע בנוגע גיעולי נכרים, איז עס דערפאַר ווייל ס'איז מוכרח צו זאָגן, אַז דער דין פון איסור בלוע — אַז דאָס וואָס איז נבלע געוואָרן (פון אַ דבר איסור) אין דער כלי איז אסור און אסר'ט די כלי — איז שוין געווען פון פריעריד, פאַר מלחמת מדין:
עס שטייט אין אַ פריערדיקע פרשה (צוטו) „וכלי חרש אשר תבשל בו ישבר ואם בכלי נחושת בשלה ומרק ושוטף במים", טייטשט דאָרט רש"י: „ישבר, לפי שהבליעה שנבלעת בו נעשה נותר כו'"; „ומרק ושוטף, לפלוט את בליעתו כו'" — קומט דאָך אויס, אַז דער ענין פון איסור בלוע איז שוין געווען פון פריערטז; און וויבאַלד אַזוי, פרעגט דער רמב"ן, פאַרוואָס האָט מען ערשט ביי מלחמת מדין אָנגעזאָגט די דינים פון גיעולי נכרים, און ניט ביים פריערדיקן מאָל ווען אידן האָבן אַריינגעקראָגן כלים וואָס דאַרפן האָבן גיעול — ביי מלחמת סיחון ועוג.
און עד"ז — ויתירה מזו — איז ניט מובן אין דעם וואָס אַנדערע מפרשים פאַרענטפערן, פאַרוואָס מ'האָט ניט אָנגעזאָגט אויף טבילת כלים ביי מלחמת סיחון ועוג — וואָס נוסף אויף די דחוקים וואָס זיינען דאָ אין יעדן פון די תירוצים (ואכ"מ), איז דאָ די שאלה כללית: פאַרוואָס שטעלט זיך ניט דער רמב"ן אויף דער שאלה?
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך צווי תמיהות אין דעם ענין פון טבילת כלים:
א) עס איז ידוע וואָס דער נודע ביהודאיז און דער חתם סופריח שרייבן, אַז ווען מען פאַרקויפט דעם חמץ צום גוי פאַר פסח, זאָל מען ניט פאַרקויפן די כלים חמוצים, ווייל דעמאָלט וועט מען365זיי דאַרפן טובל זיין ביים צוריקקויפן זיי פון דעם גוי נאָך פסחיט;
אָבער אין נוסח שט־מכירה פון אַלטן רבי'ןכ שטייט געשריבן: „וכן כלים מחומצים שיש עליהם חמץ בעין" — ד.ה. אַז אויך די כלים ווערן פאַרקויפט צום גוי, און פונדעסטוועגן געפינט מען ניט אַז דער אַלטער רבי זאָל זאָגן, אַז נאָך פסח דאַרף מען טובל זיין די כליםכא. ומעשה רב — אַז מ'איז זיי ניט טובל.
אין שער הכוללכב פאַרענטפערט ער, אַז וויבאַלד אַז דער אַלטער רבי זאָגט „(כלים מחומצים) שיש עליהם חמץ בעין", און דער דיןכג איז אַז „כל הכלים שאינו רוצה להכשירן כו' צריך לשפשפן כו' ולהדיחן כו' שלא יהא חמץ ניכר בהן"; ובמילא קומט דאָך אויס, אַז די „כלי סעודה לא נמכרו כלל" (וויבאַלד זיי זיינען ריין פון חמץ בעין) — און נאָר „כלי סעודה" זיינען חייבים אין טבילהכד.
אָבער דער תירוץ איז ניט מובן: דער דין פון „צריך לשפשפן" באַציט זיך דאָך אויף אַלע כלים, און וויבאַלד אַז די כלים וואָס „צריך לשפשפן" זיינען ניט נכלל (לשיטתו פון שער הכולל) אין דער מכירה — טאָ וועלכע זיינען עס די כלים (דערמאָנטע אין שטר מכירה) וואָס מען פאַרקויפט אין חמץ?!
ועכצ"ל, אַז אין שטר מכירה באַוואָרנט מען — אויב מאיזה סיבה האָט מען ניט משפשף געווען,
אויב אַזוי איז דאָך הדרא קושיא לדוכתי'.
מוז מען זאָגן, אַז כאָטש כלי סעודה (שיש עליהם חמץ בעין) ווערן נכלל אין דער מכירה צום גוי, פונדעסטוועגן, דאַרפן זיי, לשיטת אדה"ז, קיין טבילה ניט האָבן.
ב) איינער פון די טעמיםכה אויפן מנהג צו עסן מאכלי חלב ב(יום א' ד)חג השבועות איז, אַז דאָס איז לזכר די מאכלי חלב וואָס אידן האָבן געגעסן אין דעם טאָג פון מ"ת: וויבאַלד אַז אויף מצות שחיטה זיינען אידן נצטווה געוואָרן, ווי רובן ככולן פון מצות, ביי מ"ת, זיינען באַלד נאסר געוואָרן אַלע זייערע פליישיקע מאכלים און כלים וועלכע זיי האָבן געהאַט, ווייל פאַר מ"ת זיינען זיי דאָך ניט געווען בר זביחא — האָבן זיי במילא ניט געטאָרט עסן קיין שום מאכל ותבשיל של בשר, [זיי האָבן אויך ניט געקענט ביום מ"ת שחט'ן בהמות און כשר'ן זייערע כלים, ווייל „דכו"ע בשבת ניתנה תורה"כו] האָבן זיי געמוזט עסן נאָר מאכלי חלב.
לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: ווי אַזוי האָבן זיי געקענט עסן מאכלי366ותבשילי חלב. ודוחק גדול לומר אַז זיי האָבן געגעסן נאָר „חמאה וחלב", אָבער ניט קיין תבשילין. ועוד — אויב אַזוי וואָלט עס אויך געדאַרפט נרמז זיין אין דעם מנהג איצט. ובכל אופן — זיי האָבן דאָך פריער געמוזט מגעיל זיין אויך זייערע כלי חלב, וואָס זיינען נאסר געוואָרן מחמת דעם וואָס מ'איז פריער ניט געווען אָפּגעהיט פון קאָכן אין זיי בשר (אָדער תערובות בשר בחלב)?
איז עס ניט קיין קושיא, ווייל עס לייגט זיך צו זאָגן, אַז אַרויסגייענדיק פון מצרים, און וויסענדיק אַז „בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה"כז, זיינען אידן געווען נזהר אין (מצות — אויך אין) בשר בחלבכח, ובמילא האָבן זיי געהאַט באַזונדערע כלים פאַר מאכלי חלב, און זיי זיינען ניט נאסר געוואָרן פון מאכלי בשר (אָדער פון בשר בחלב).
[נוסף צו דעם: עס זיינען דאָ געוויסע כלים וועלכע זיינען ראוי (צוליב זייער צורה) נאָר פאַר מאכלי חלב].
ד. ווי גערעדט פיל מאָל, קען מען אַרויסלערנען פון פרש"י עה"ת „ענינים מופלאים"לג אויך ע"ד ההלכה; און כאָטש רש"י איז מפרש „פשוטו של מקרא", וואָס דערפון איז מובן, אַז מ'קען ניט פסק'נען אַ הלכה פון די עניני הלכה וואָס מ'נעמט אַרויס פון פרש"י ע"ד הפשטלד — פונדעסטוועגן, זיינען דאָ ערטער וואו רש"י ברענגט אַראָפּ ענינים (ניט מדעת עצמו, נאָר) בשם „רבותינו דרשו" (וכיו"ב); וואָס דערפון367איז מובן, אַז הגם דאָס איז אַ דרש וואָס איז נוגע צו „פשוטו של מקרא" (און דעריבער בריינגט עס רש"י אַראָפּ בפירושו), איז עס אָבער אויך אויסגעהאַלטן אין דעם אופן הלימוד פון „ורבותינו דרשו" — אין דעם לימוד ע"ד ההלכהלה.
און אַזוי אויך בנדו"ד, איז דער ביאור בכהנ"ל מובן פון פרש"י דאָ אין אונזער פרשה:
ווען רש"י בריינגט אַראָפּ דעם ענין פון טבילת כלים (אויף די ווערטער „אך במי נדה יתחטא") זאָגט ער: „לפי פשוטו חטוי זה לטהרו מטומאת מת, א"ל צריכין הכלים גיעול לטהרם*35 מן האיסור וחטוי לטהרן מן הטומאה. ורבותינו דרשולו מכאן שאף להכשירן מן האיסור הטעין טבילה כו'".
איז מובן פון פרש"י, אַז (לשיטתו) איז דער ענין פון טבילת כלים פאַרבונדן מיט'ן איסור („להכשירן מן האיסור")לז.
איז אָבער שווער: דער דיןז איז דאָך, אַז אויך כלים חדשים זיינען מחוייב בטבילה, כאָטש זיי האָבן ניט אין זיך קיין בליעת איסור, און ווי די גמראלו איז מסביר: „דהא ישנים וליבנן כחדשים דמו ואפילו הכי בעי טבילה"; נאָכמער: רש"י אַליין טייטשט די ווערטער פון סיום הפסוק „וכל אשר לא יבוא באש תעבירו במים": „וכל אשר לא יבוא באש — כל דבר שאין תשמישו ע"י האור . . ולא בלעו איסור"; „תעבירו במים — מטבילו ודיו כו'" — היינט וויבאַלד אַז די כלים „לא בלעו איסור", ווי פּאַסט צו זאָגן אַז מ'דאַרף זיי טובל זיין „להכשירן מן האיסור"?
ה. וועט דאָס ווערן פאַרשטאַנדיק בהקדם דעם דיוק אין לשון רש"י: ביי גיעול זאָגט רש"י אַז דאָס טוט אויף „לטהרם מן האיסור" (און אַזוי אויך „חטוי" — „לפי פשוטו" — איז „לטהרן מן הטומאה"), משא"כ ביי טבילה זאָגט ער דעם לשון „להכשירן מן האיסור"; וי"ל, אַז מיט דעם שינוי הלשוןלח (בהמשך אחד) צווישן הגעלה („לטהרם" און טבילה („להכשירן") איז רש"י מבאר דעם חילוק צווישן הגעלה און טבילה:
דער גדר פון „טהרה" איז שייך נאָר ביי אַ זאַך וואָס האָט אין זיך טומאה *לח אָדער איסור, און דעריבער ווערט הגעלה — וואָס נעמט אַרויס די מציאות האיסור וואָס איז בלוע אין דער כלי — אָנגערופן „לטהרם מן האיסור";
„להכשירן" איז ווי לשון הכנה (ע"ד „הכשר מצוה"): די כלי ווערט מוכן ומוכשר צו קענען זיך באַנוצן מיט איר;368ד.ה. דער אויפטו פון טבילה איז ניט צו אַרויסנעמען די מציאות האיסור פון דער כלי — דאָס האָט זיך שוין אָפּגעטאָן דורך הגעלה, אָדער ס'איז לכתחילה ניט געווען קיין איסור — נאָר צו מאַכן די כלי מוכשר פאַר אַ השתמשות (פון אַ אידן) וואָס איז מושלל פון איסור, פון אפשרות ועלוליות האיסור: ווען די כלי איז אין רשות פון נכרי, אפילו ווען ער האָט לפועל זיך דערמיט ניט משתמש געווען מיט אַ דבר איסור, איז אָבער דאָ די אפשריות אַז ער זאָל אַזוי טאָןלט; און דעריבער, ווען די כלי גייט אַריבער אין דעם רשות פון אַ אידן, צו אַ השתמשות וואָס אין איר איז ניטאָ אפילו די „אפשריות" פון באַנוצן זיך מיט אַ דבר איסור *לט, דאַרף די כלי האָבן טבילה „להכשירן מן האיסור"מ.
[בדוגמא בעניננו — באַם ציווי בנוגע די נשי מדין, אַז „וכל אשה יודעת איש גו' הרגו"מא, וואָס דאָס מיינט (ניט נאָר די וואָס דאָס איז ביי זיי געווען אין פועל, נאָר כפרש"י) אויך די וואָס זיינען „ראוי' להבעל אעפ"י שלא נבעלה"].
און דערפאַר דאַרפן אויך כלים חדשים (אָדער די וואָס „תשמישן בצונן") האָבן טבילה — הגם אַז „לא בלעו איסור" — ווייל מיט דעם אַליין וואָס זיי האָבן זיך געפונען אין רשות פון נכרי, זיינען זיי געוואָרן „ראוי" צום ענין האיסורמב.