Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 4
451בהעלותך
ב"ה, ערב שבת־קודש מברכים חודש סיון, ה'תש"מ
ברוקלין, נ.י.
צו דער 25טער יערלעכער קאָנווענשאָן פון
נשי ובנות חב"ד
ה' עליהן תחיינה
די הייאָרדיגע קאָנווענשאָן קומט פאַר אין די טעג וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט שבת פ' בהעלותך. און ווי ס'איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן, קען מען, און במילא דאַרף מען, אַרויסנעמען תורה־אָנווייזונגען (תורה מלשון הוראה) פון דער פרשת השבוע, וואָס האָבן אַ ספּעציעלע שייכות צו די ענינים און געשעענישן פון דער באַטרעפנדער וואָך.
איז באַלד אין אָנהייב פון דער פרשה — בהעלותך את הנרות — פאַראַן אַ קלאָרע הוראה, אַז אַ איד דאַרף „צינדן ליכט" און מאַכן ליכטיג. וואָס, כביכול, אויך אין דעם דאַרף אַ איד נאָכטאָן דעם באַשעפער, וואָס באַלד ווי ער האָט באַשאַפן הימל און ערד האָט ער געמאַכט ליכטיג — יהי אור.
דער גאַנצער ענין פון אַ ליכט, בגשמיות, איז אַז עס זאָל לייכטן און באַלייכטן דעם אַרום. אַ ניט־אָנגעצונדענע, אָדער אויסגעלאָשענע, ליכט ברענגט ניט קיין נוצן און האָט פאַר זיך אַליין קיין זין ניט. בלויז ווען אַ ליכט לייכט און שיינט דערפילט זי איר אויפגאַבע. און איר אויפגאַבע איז צו מאַכן ליכטיג פאַר דעם מענטשן, ער זאָל זען וואָס עס טוט זיך אַרום עם, און באַלייכטן זיין וועג, ער זאָל ניט געשטרויכלט ווערן, און צו דערמעגלעכן עם צו טאָן און דערגרייכן וואָס ער דאַרף.
די נאַטור פון אַ ליכט איז, אַז ווען מ'לעגט צו אַ פייער צום קנויט, אפילו אַ קליין פייערל — אויב נאָר מ'טוט עס בשלימות, כאַפּט עס זיך אָן און דאַן לייכט עס פון זיך אַליין. און אויך דאָס איז אָנגעדייטעט אין די ווערטער בהעלותך את הנרות — עד שתהא שלהבת עולה מאלי': צינד אָן די ליכט, ביז דער פלאַם גייט אויף פון זיך אַליין.
די הוראה איז:
דער אויבערשטער גיט דעם מענטשן אַ נשמה, אַ ־טלעכע ליכט — נר ה' נשמת אדם — צו באַלייכטן זיין וועג אין לעבן און צו באַלייכטן די וועלט. אָבער די דאזיגע נשמה־ליכט דאַרף מען ערשט אָנצינדן מיט דעם פייער פון תורה, כדי אַז זי זאָל אויפלייכטן מיט איר אמת'ע ליכטיקייט, די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.
452און דאָס איז די אויפגאַבע און תכלית פון יעדן אידן — אַליין צו זיין אַ שיינענדיגע ליכט און צו אָנצינדן, אָדער צוגעבן ליכטיקייט, צו יעדע נר ה' נשמת אדם מיט וועלכע מ'קומט אין באַרירונג, און טאָן דאָס בשלימות, אין אַן אופן אַז אויך זיי זאָלן ווייטער לייכטן פון זיך אַליין און זיין ליכט־צינדער, נר מנר, אין אַן אומאויפהערלעכן המשך.
פאַרשטייט זיך, אַז כאָטש דער אָנזאָג פון בהעלותך את הנרות איז געגעבן געוואָרן צו אהרן הכהן, איז אָבער די הוראה דערפון שייך צו אַלע אידן, וואָרום אַלע אידן געהערן דאָך צו „ממלכת כהנים", בפרט אַז עס איז אויך דאָ דער אָנזאָג: הוי מתלמידיו של אהרן כו' אוהב את הבריות ומקרבן לתורה — צו זיין צווישן די תלמידים פון אהרן, דורכצודרונגען מיט אהבת ישראל און מקרב זיין אידן צו תורה.
אויב דאָס אויבנגעזאָגטע האָט אַ שייכות צו יעדן אידן און אַלע אידן, איז דאָס נאָך מיט מער הדגשה בנוגע צו דער אידישער פרוי, וואָס זי איז דאָך די פאַקטישע ליכט־צינדערין, וועמען דער אויבערשטער האָט געגעבן די ספּעציעלע אויפגאַבע און גרויסן זכות און ליכטיגע מצוה פון הדלקת נר של שבת קודש ויום־טוב. און ברוחניות:
אַלס עקרת הבית איז איר זכות ליכטיג צו מאַכן די אידישע היים און אַלעמען אין איר היים — אויך דעם מאַן און קינדער, און די פריינד און אורחים וואָס קומען אַריין אין שטוב; און אַלס אם הבנים איז זי די ערשטע אויפצולייכטן די יונגע נשמה'לעך פון די קינדערלעך, ביז זיי נעמען לייכטן פון זיך אַליין. און אַזוי אַרום האָט זי גאָר אַ גרויסן חלק אין מאַכן איר אידישע היים, און גאַנץ בית־ישראל — אַ היים פאַר דער גטלעכער שכינה, אין איינקלאַנג מיט דער טלעכער כוונה און וואונש — ושכנתי בתוכם.
ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אַז כדי צו דערפילן די דאָזיגע העכסטוויכטיגע אויפגאַבעס אין דער פולסטער שלימות פאָדערט זיך אַ גרינטלעכע צוגרייטונג פון אידישע טעכטער אין חינוך על טהרת הקודש, פון וויגעלע ביז צו דער חתונה, און אויך דערנאָך, אַלס עקרת הבית און אם הבנים, צו פאַרטיפן און אויסברייטערן דעם דאָזיקן חינוך, בכדי אין דער פולסטער מאָס צו לייכטן און באַלייכטן איר בית בישראל און דעם גאַנצן בית ישראל מיט ליכטיקייט און לעבעדיקייט פון נר מצוה ותורה אור.
ויהי רצון, אַז די קאָנווענשאָן פון נשי ובנות חב"ד, בפרט אַז זי איז פאַרבונדן מיט דער פייערונג פון 25 יאָר טעטיקייט — כה יעשה ה' וכה יוסיף, וועט אַריינברענגען נאָך מער באַגייסטערונג און נאָך מער לעבעדיקייט אין אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים, בפרט אַז עס איז דאָ די הבטחה אַז דער אויבערשטער העלפט453און טוט און איז מוסיף כוחות און ברכות מצליח צו זיין אין דעם אַלעם אין דער פולסטער מאָס, מיט חב"דחסידישער ליכטיקייט, באַגייסטערונג און שמחה.
בברכה להצלחה רבה ולבשורות טובות
בכל האמור
ב"ה, יומא תליתאי, שהוכפל בו כי טוב,
פ' והיו לי הלוים, ריש ירחא תליתאי, ה'תשל"ח.
ברוקלין, נ. י.
תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש
מאָנטרעאָל
ה' עליהם יחיו
במענה לההודעה ע"ד חג הסיום של הישיבה — ביום הרביעי פ' בהעלותך את הנרות,
יהי רצון שיהא חג הסיום — חג התחלה טובה בתוספת התמדה ושקידה בלימוד התורה (הנגלה והחסידות) — בהקדמת עבודת התפלה,
התחלה טובה ע"י כאו"א מתלמידים המסיימים, בתוככי כל תלמידי ישיבות תומכי תמימים בכל מקום שהם, שליט"א,
וההוספה ב(גדול) תלמוד שמביא לידי מעשה (קיום המצוות) תוסיף בהידור בקיום המצוות,
454וכציווי תוה"ק להעלות בקודש.
וע"פ תורת הבעש"ט המפורסמת אשר „כל דבר ודבר אשר האדם רואה או שומע הוא הוראת הנהגה בעבודת השם",
עאכו"כ חגיגת סיום בלימוד מסויים בתורה ביום ופרשה מסוימים,
יה"ר אשר יתבוננו באחת ההוראות דיום הרביעי — ע"פ דברי רבנו הזקן — במרז"ל אשר בו ניתלו המאורות, לעשות ולהוסיף על המאורות, בגילוי אלקות — בנפשם ובעולם — הממכ"ע והסוכ"ע — ע"י עבודת אתכפיא ואתהפכא כדבעי ובשלימות,
ובאחת ההוראות דבהעלותך את הנרות — אשר אל מול פני המנורה, פנימיות רצון העליון, יאירו שבעת הנרות, כל שבעת מדות הנפש, ועד אשר תהא שלהבת עולה מאילי'.
ולמלאות שליחותם להיות נרות להאיר — את הבית ואת הסביבה ואת העולם כולו בנר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה זו פנימיות התורה,
וע"י הפצת המעינות חוצה קאתי מר, מלכא משיחא, וכימי צאתך מארץ מצרים, אשר גאלת בזרוע עמך, אראנו נפלאות, ובמהרה בימינו ממש.
בברכת הצלחה בכהנ"ל
455. . . בתודה למפרע על המענה ובאיווי אשר בהעלתך את הנרות עד שתהא שלהבת עולה מאלי' אשר בגלות הוא זמן ההדלקה ולע"ל יקוים שתהא שלהבת עולה מאלי' ויבב"ב אכי"ר.
בברכת
לאלתר לתשובה
לאלתר לגאולה
(ממכתב יום ו' ט"ו סיון, תשג"ה)
. . . ויהי רצון אשר מתאים לפרשת השבוע דכתיבת מכתבו, בה נאמר דבר אל אהרן וגו' בהעלותך את הנרות, ופירשו רז"ל עד שתהא שלהבת עולה מאלי',
הנה ימלא הוא תפקידו (שכאו"א מבנ"י הוא מממלכת כהנים) באופנו, להדליק את נר ה' נשמת אדם בבנ"י שבסביבתו פעם אחר פעם עד שתהא שלהבת עולה מאלי'.
בהערות שם בסופ*: ולויים במשמרותם — אולי טה"ד וצ"ל ולויים בדוכנם כל' הש"ס (מגילה ג, א ובכ"מ) — ולהעיר מתענית (כו, א ושם).
456והחילוק פשוט: „בדוכנם משא"כ „משמרותם" — שהוא כו, א. ושם וכשבא בלויים בא. וכבדה"י (שם): משמרותם להי „כהנים בעבודתם ולויים במש ביאור, ואפילו כשיוסיף ביאור הידועה (קידושין ע, סע"א): מ
והרי הקדמתי התירוץ מתענית (כו, א ושם) — דשם וראה ג"כ במדב"ר (פי"א, ג). ם" — מדגיש היחוד שבלויים לגבי כהנים וישראל, משותף לכהנים וללויים (וגם לישראל) — ראה תענית בצירוף (— ניגוד —) לכהנים צ"ל ביאור נוסף בזה, הלל ולשרת נגד הכהנים גו' והשוערים גו'. ולכן הנוסח שמרותם וישראל במעמדם" — דורש תיקון (או הוספת ר (ע"ד הנ"ל בדה"י) — עדיין מקום, ע"ד הערת חז"ל מי סני לויים בדוכנם דאמור רבנן (מגילה ג, א. ובכ"מ)). לקושיא הנ"ל בההערה שבסוף הערתי הנ"ל: להעיר מפורש שהיו כ"ד משמרות כהונה וכן לוי' וכן ישראל. . ולפני זה ציינתי למגילה שם ג"כ.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ח
- Id
- rh-vhvddfr8