עברית
Library

Likkutei Sichos

Matos 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

371מטות ג

א. ביים לעצטן פסוק פון דער סדרה, „ונבח הלך וילכוד את קנת גו' ויקרא לה נבח בשמו", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ויקרא לה נבח" און איז מפרש: להא אינו מפיק ה"א. וראיתי ביסודו של רבי משה הדרשן לפי שלא נתקיים לה שם זהב לפיכך הוא רפה שמשמע*2 מדרשו כמו לא. ותמהני מה ידרוש בשתי תיבות הדומות לה, ויאמר לה בועזג, לבנות לה ביתד.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) אויב רש"י האַלט אַז דער פירוש פון ר' משה הדרשן איז ניט אויסגעהאַלטן לויט פשוטו של מקרא — ווייל „תמהני מה ידרוש" ביי די אַנדערע צוויי ווערטער „לה" אָן אַ מפיק ה"א — פאַרוואָס האָט ער מלכתחילה אַראָפּגעבראַכט זיין דרש?

ער האָט געדאַרפט אויך דאָ זאָגן, ווי מען געפינט בכמה מקומותה אין פירוש רש"י על התורה, אַז ער זאָגט אויף אַ וואָרט „לא ידעתי", ער ווייס ניט דעם פשט פון דעם וואָרט — כאָטש אַז אין מדרשי רז"ל זיינען דאָ אויף דעם פירושים וביאורים, וואָרום היות די פירושים פון חז"ל זיינען אינגאַנצן ניט ע"ד הפשט, ברענגט זיי ניט רש"י אין זיין פירושו וואָס איז פשוטו של מקראז.

ב) פאַרוואָס ברענגט רש"י פריער פונעם פסוק „ויאמר לה בועז" אין רות (כתובים) און דערנאָך פון פסוק „לבנות לה בית" אין זכרי' (נביאים) — אין סדר התנ"ך קומט דאָך נביאים פאַר כתובים?

ג) די קשיא פון רמב"ןח: אין מדרש רותט זיינען פאַראַן דרשות סיי אויף „ויאמר לה בועז" און סיי אויף „לבנות לה בית" (צוזאַמען מיט דעם דרש אויף אונזער פסוק „ויקרא לה נובח" — „שלא עמד לה אותו השם") וואָס פאַרענטפערט אויך ביי זיי דעם „חסרון המפיק"י — היינט וואָס זאָגט רש"י „ותמהני מה ידרוש"?

[און ס'איז אַ דוחק צו זאָגן אַז רש"י האָט דעם מדרש רות ניט געזעןיא, ווי372דער רמב"ן וואונדערט זיך „והרי הרב אוצר בלום לתורה להלכות ולהגדות ואשתמיטתי' כו'"].

נאָך שטאַרקער (פרעגט דער רמב"ן): אויך אין גמרא (אין מס' סנהדריןיב) איז דאָ אַ דרש אויף דעם וואָס דער וואָרט „לה" פון „לבנות לה בית" איז „אינו מפיק ה"א" — די גמרא זאָגט, אַז דער פסוק רעדט וועגן „חנופה וגסות הרוח שירדו לבבל", און פון דעם וואָס עס פעלט דער דגש אין ה"א לערנט מען אָפּ אַז די ירידה (פון גסות הרוח) אין בבל איז ניט געווען אין אַ קביעות'דיקן אופן — „לבבל נחית" און דערנאָך „אישתרבובי להתם" (לעילם).

און אע"פ אַז רש"י בפירושו על הש"סיג לערנט, אַז די ראי' פון „לבנות לה בית" אַז „אישתרבובי להתם" — איז (ניט פון דעם וואָס „לה" האָט ניט קיין מפיק ה"א, נאָר) פון דעם וואָס עס שטייט „לה" לשון יחידיד

— ווייל וויבאַלד אַז פריער שטייט אין פסוקטו „והנה שתים נשים . . ולהנה . . גו'" (לשון רבים), וואָס זיינען מרמז אויף (די צוויי זאַכן שירדו לבבל) „חנופה וגסות הרוח", און דערנאָך שטייט „לבנות לה בית", לשון יחיד — איז דערפון געדרונגען, אַז „כשבאו לבנות בית לקבוע בבבל"טז איז נאָר געבליבן „חנופה לחודה"טז (און גסות הרוח „אישתרבובי להתם") —

פונדעסטוועגן איז ניט מתאים צו פרעגן בלשון תמי' „ותמהני מה ידרוש כו'", וואָרום כאָטש אַז רש"י (האָט אַ טעם פאַרוואָס ער) וויל ניט לערנען אַזוי אין גמרא, קען דאָך אָבער זיין אַז ר' משה הדרשן האָט יאָ אַזוי געלערנט דעם פשט אין גמראיז.

ב. דער ביאור אין דעם:

מ'האָט שוין גערעדט פיל מאָל, אַז אויך די דרשות חז"ל וואָס רש"י ברענגט אַראָפּ בפירושו על התורה זיינען „קרוב" צו פשוטו של מקרא, ובלשון רש"ייח — „אגדה המיישבת דברי המקרא דבר דבור על אופניו". אָבער די דרשות וואָס זיינען אינגאַנצן ניט ע"ד הפשט ברענגט זיי רש"י ניט אַראָפּ (וכנ"ל סעיף א').

373פון דעם איז פאַרשטאַנדיק בעניננו, אַז וויבאַלד רש"י ברענגט דעם דרש פון ר' משה הדרשן אויף „ויקרא לה נבח", האָט עס אַן אָרט אין פשוטו של מקרא; און דאָס וואָס רש"י זאָגט „ותמהני מה ידרוש בשתי תיבות כו'", מיינט ער ניט דערמיט אַז מען קען בכלל ניט געפינען אַ דרש אויף די צוויי ווערטער, נאָר אַז מ'קען ביי זיי (לויט רש"י) ניט דרש'נען דעם „לה" (אָן אַ מפיק ה"א) אין דעם זעלבן אופן ווי ער דרש'נט דאָ — אַ דרש קרוב לפשוטו של מקרא — ווייל די דרשות אויף זיי וואָס זיינען דאָ אין מדרש (וש"ס) זיינען לגמרי ניט ע"ד הפשטיט (כדלקמן סעיף ד' ואילך).

עפ"ז איז אויך מדויק לשון רש"י „ותמהני מה ידרוש כו'" — ניט „וקשה לי" וכיו"ב — ווייל דאָס איז ניט קיין קשיא און סתירה צום דרש פון ר"מ הדרשן דאָ, נאָר אַ תמי', וואָס פאַר אַ דרש וועט ער זאָגן אין די צוויי אַנדערע פסוקים (ווערטער)

[און עס קען זיין, אַז ביי יענע צוויי ווערטער איז דער דרש באופן אחר, וואָס איז טאַקע ניט אויסגעהאַלטן לויט פשוטו של מקרא; ווייל, ווי גערעט אַמאָל, י"ל אַז אין נביאים וכתובים זיינען דאָ כו"כ פסוקים און ווערטער וואָס מען מוז זיי טייטשן ניט ע"פ פשטותכ — אַנדערש ווי חמשה חומשי תורה וואו מען דאַרף טייטשן אַ פסוק לויט פשוטו דוקאכא],

רש"י וואונדערט זיך — „ותמהני" — „מה ידרוש כו'": וואָס וועט ר' משה הדרשן דרש'נען אויף די אַנדערע צוויי ווערטער „לה" — צי דאָס וועלן זיין דרשות וואָס זיינען קרוב לפשוטו של מקרא, ובמילא — „מצאתי לו חבר" צום דרש אויף אונזער פסוק; אָדער די דרשות שבמדרש (וש"ס) וכיו"ב וואָס זיינען ניט ע"ד הפשט (ובמילא — „לא מצאתי לו חבר").

ג. להסברת הענין דאַרף מען פריער מבאר זיין וואָס רש"י זאָגט „לה אינו מפיק ה"א . . שמשמע מדרשו כמו לא": בהשקפה ראשונה מיינט דאָ רש"י צו זאָגן, אַז דאָס איז כאילו ס'וואַלט געשטאַנען אין פסוק „לא (נבח)"כב — דער נאָמען פון שטאָט איז ניט נבח (וואָרום „לא נתקיים לה שם זה").

אָבער דער פירוש איז היפך פשוטו של מקרא (ובמילא היפך פונעם כלל פון רש"י בפירושו על התורהיח — „אני לא באתי אלא לפשוטו"), וואָרום מיט „ויקרא לה נבח בשמו" מיינט דער פסוק, בפשטות, צו דערציילן אַז נבח האָט די שטאָט אָנגערופן מיט זיין נאָמען — „נבח";

נאָר רש"י איז מדייק „שמשמע מדרשו374כמו לא"כג (און ניט אַז „משמעו לא" (ממש)), דאָס הייסט: דער „אינו מפיק ה"א" מיינט צו מרמז זיין, אַז די זאַך וועגן וועלכער דער פסוק רעדט איז „רפה", איז אַ שוואַכע מציאותכד — נבח האָט טאַקע געגעבן דעם נאָמען „נבח" (וואָס דערפאַר שטייט ניט „לא"), דאָס איז אָבער געווען אין אַ שוואַכן אופן, דער נאָמען האָט ניט געהאַט קיין קיוםכה.

ד. דערמיט ווערט פאַרענטפערט בפשטות פאַרוואָס מ'קען ניט נוצן דעם זעלבן דרש (ע"ד הפשט) אין פסוק „ויאמר לה בועז":

. אין מגילת רות (דאָרטכו) שטייט, אַז רות האָט געזאָגט צו בועז'ן „לא אהי' כאחת שפחותך („איני חשובה כאחת מן השפחות שלך"כז — און אַלס ענטפער אויף אירע רייד איז דער פסוק ממשיך) ויאמר לה בועז לעת האוכל גשי הלום ואכלת גו'". דרש'נט דער מדרש אויף „ויאמר לה בועז" („לה" אָן אַ מפיק ה"א), אַז בועז האָט איר געענטפערט: „חס ושלום אין את מן האמהות (שפחות) אלא מן האימהות (שרה רבקה כו'כח)", ד. ה. אַז אויף דעם וואָס זי האָט געזאָגט „לא אהי' כאחת שפחותך" האָט בועז געענטפערט „לה" — „לא", „לא כן הדבר כאשר דברת"כט.

איז מובן אַז דער דרש איז דאָ כלל ניט אויסגעהאַלטן אין דרך הפשט — דאָ קען מען ניט זאָגן אַז ס'איז „מדרשו כמו לא", ווייל די ווערטער „אין את מן האמהות" זיינען ניט ח"ו באופן רפה, נאָר שלילה לגמריל.

ועד"ז אין פסוק „לבנות לה בית":

אמת טאַקע אַז „גסות הרוח" איז געווען אין בבל באופן „רפה", אָן אַ קיום („אישתרבובי להתם") — אָבער לויט פשוטו של מקרא, רעדט ניט דער פסוק „לבנות לה בית" וועגן „גסות הרוח", נאָר אויסשליסליך וועגן „חנופה"; און ווי געבראַכט פריער (סעיף א') פון פירוש רש"* י לש"ס, אַז פון דעם וואָס375דער פסוק זאָגט „לה" לשון יחיד — ניט „להן" לשון רבים (ווי פריער) — איז מוכחלא, אַז דער פסוק רעדט נאָר וועגן איין זאַך, „חנופה לחודה", ווייל „חנופה" איז ניט „אישתרבובי להתם" — זי איז געבליבן אין בבל אויף שטענדיקלב — קען מען דאָך ניט טייטשן אַז דער „לה" (אָן אַ מפיק ה"א) ל' יחיד איז מרמז אויף נאָך אַ זאַך און וואָס איז דאָ געווען באופן „רפה"לג.

ה. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:

לויטן דרש אין מדרש רות איז דער פסוק „לבנות לה בית" מרמז אויפן שקר פון שנער (בבל), און דער „לה" אָן אַ מפיק ה"א איז „מלמד שאין לשקר תשועה" — האָט דאָך רש"י געקענט אָננעמען דעם דרש, וואָס איז בדומה צו זיין פירוש אויף „ויקרא לה נבח" — דער שקר איז דאָ במציאות, ס'איז אָבער נאָר באופן „רפה", היות אַז „אין לשקר תשועה" (עס האָט ניט קיין קיום)לד;

און דאָס וואָלט אויך געווען בהתאם מיט פירוש רש"י אויף ש"ס, אַז „לבנות לה בית" גייט אויף „חנופה", וואָרום „חנופה" איז אויך שקרלה, ווי רש"י טייטשטלו אָפּ „חנופה" — „שמראין עצמם חסידים".

והביאור בזהלז: אויב מ'זאָל זאָגן אַז מיטן „לה" אָן אַ מפיק ה"א וויל דער פסוק מרמז זיין אויף אַ מציאות „רפה" — חנופה ושקר שאין לו תשועה — שטעלט זיך די קשיא: פאַרוואָס איז די הדגשה נאָר בנוגע חנופה אַליין, און ניט אויך בנוגע גסות הרוח (ואדרבה, דאָס איז מסתבר יותר ביי גסות הרוח) וואָס איז ירדה לבבל (דוקא, נאָר) אין אַ אופן פון „רפה" („אישתרבובי להתם")לח כנ"ל?

פון דעם וואָס דער פסוק זאָגט „לה" לשון יחיד — אַז מ'רעדט דאָ נאָר וועגן איין זאַך, חנופה — איז מוכח, א) אַז דער פסוק איז ניט אויסן דעם ענין פון (דעם וואָס חנופה) אין לו תשועה, און ב) דער פסוק מיינט די ירידה פון חנופה אין בבל באופן קבוע (ניט ווי „אישתרבובי להתם" פון גסות הרוח).

376ו. ע"פ כהנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש"י איז מקדים דעם פסוק פון רות פאַר דעם פסוק פון זכרי':

אין דעם פסוק „ויאמר לה בועז" (פון רות) איז דער דרש גופא היפך הפשט: לויטן דרש מיינט „ויאמר לה" — „ויאמר לא", כנ"ל; און דערפאַר איז רש"י שולל דעם דרש פריער, ווייל ער איז ווייטער פון דרך הפשט ווי דער דרש אויפן פסוק „לבנות לה בית", וואָס איז יע מתאים צום דרך הפשט (וואָרום „לה" איז מרמז אויף אַ מציאות רפה — „אישתרבובי להתם" אָדער „אין לו תשועה"), נאָר ס'איז שווער אַזוי צו לערנען מצד דעם שינוי הכתוב פון לשון רבים צו לשון יחיד, כנ"ל.

ז. פון יינה של תורה אין דעם פירוש רש"י:

די אַלע דריי מקומות וואו עס שטייט „לה" אָן אַ מפיק ה"א ריידן בשייכות צו אַ מציאות פון ניט־קדושה: אין אונזער פרשה רעדט זיך וועגן אַן איינגענומענער שטאָט פון אמורי; „ויאמר לה בועז" — וועגן רות המואבי'; און „לבנות לה בית" — וועגן (גסות הרוח ו)חנופה (שקר) פון בבל.

און דערפאַר שטייט „לה" אָן אַ מפיק ה"א, צו מרמז זיין, אַז די מציאות פון לעו"ז איז אַ מציאות „רפה": נאָר קדושה איז אַ מציאות אמיתית ונצחית, אָבער לעו"ז איז ניט קיין מציאות אמיתית, ובמילא איז זי ניט קיין בר קיימאלט.

אויף דעם זאָגט רש"י „ותמהני מה ידרוש" אין די פסוקים „ויאמר לה בועז לבנות לה בית":

בשלמא אין אונזער פסוק וואו דער מדובר איז וועגן אתכפיא פון לעו"ז (און ניט וועגן זיין נתהפך ווערן לקדושה)מ — וילכוד גו' — פּאַסט דער רמז פון „לה" אָן אַ מפיק ה"א, וואָס איז מרמז ווי די מציאות פון לעו"ז ווערט ניט נתהפך;

אָבער אין די אַנדערע צוויי פסוקים רעדט זיך דאָך וועגן אַ מציאות פון לעו"ז ווי זי ווערט נתהפך לקדושה: רות המואבי' האָט זיך מגייר געווען און איז נתעלה געוואָרן צו די העכסטע מדרגות פון קדושה, ביז אַז זי איז כאחת „מן האימהות"; ועד"ז „לבנות לה בית" — דער „שקר" פון בבל — מיינט בפנימיות, די שקו"ט פון תלמוד בבלימא וואָס „נשתלשלה בחשך . . אפילו בשקר"מב, און דוקא דורך דעם „במחשכים הושיבני . . זה תלמודה של בבל"מג ווערט אויפגעטאָן דער „לבנות לה בית", די העכסטע דרגא אין תורה — בחי' „בית" שבתורהמד, „בית נאמן"מה;

און וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן לעו"ז ווי דאָס ווערט נתהפך לקדושה, פּאַסט אויף דעם ניט דער „לה" אָן אַ

377אתהפכא חשוכא לנהורא זעט זיך דער

עצמה איז אינגאַנצן בטל געוואָרן, ס'איז

„לא" ממש, און מצד דרגת הקדושה —

דאַרף דאָ שטיין מיט אַ דגש דוקא, תוקף הכי גדול, ואדרבה — דוקא אין (משיחת ש"פ מטו"מ תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-q9hym9bk

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources