עברית
Library

Likkutei Sichos

Korach 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

212קרח —

א. בשייכות צו דער מצוה פון שמירת מקדש דורך די כהנים און לויים (אויף וועלכער מ'איז נצטווה געוואָרן אין אונזער פּרשהא) — זאָגט די משנה אין אָנהויב מס' מדות: בשלשה מקומות הכהנים שומרים בבית המקדש כו' והלוים בעשרים ואחד מקום כו' חמשה על חמשה שערי העזרה כו'.

אין אַ שפּעטערדיקער משנהב שטייט אָבער „שבעה שערים היו בעזרה כו'" (און מ'רעכנט זיי אויס בפּרטיות) — אַז עס זיינען געווען (ניט „חמשה", נאָר) „שבעה שערים"?

אויף דער קשיא ענטפערט די גמראג צוויי תירוצים: „אמר אביי תרי מינייהו (פון די „שבעה שערים") לא צריכי שימור [און דערפאַר זאָגט דער תנא אַז די שמירה איז נאָר „על חמשה שערי העזרה"]. רבא אמר תנאי היא . . ואיכא תנא דאמר שבעה ואיכא תנא דאמר חמשה הוו".

דער רמב"ם אין יד החזקהד ברענגט אַראָפּ פון ביידע משנה'ס — (א) „ושבעה שערים היו לה"ה, (ב) „והיכן היו הלוים שומרים . . ועל חמשה שערי העזרה" — און איז גלייך מוסיףו דעם טעם פאַרוואָס די שמירה איז נאָר אויף חמשה פון די שבעה שערים: „שהרי הכהנים שומרים על שער המוקד ועל שער הניצוץ"ז.

ד. ה. דער רמב"ם לערנט ווי דער תירוץ פון אביי, אַז עס איז ניט קיין פּלוגתא צווישן די צוויי משנה'ס — איז תמוהח: פאַרוואָס פּסק'נט דער רמב"ם ווי אביי, ס'איז דאָך אַ כלל אַז אביי ורבא הלכה כרבאט?

ב. אין פּירוש המשניותי זאָגט דער רמב"ם, אַז דאָס וואָס עס שטייט אין דער משנה „(חמשה על) חמשה שערי העזרה" איז עס „לדעת ת"ק, לפי שיש מן התנאים מי שאמר חמשה שערים היו לעזרה והוא המדבר כאן, ויש מהם שאמר ז' והיא דעת רבים . . ולדעת החכמים הי' המשמר על חמשה שערים מן השבעה"יא.

איז ניט מובן: דער רמב"ם הויבט אָן צו פאַרענטפערן די סתירה (פון דער שפּעטערדיקער משנה „שבעה שערים היו בעזרה") מיטן תירוץ פון רבא — אַז עס איז אַ פּלוגתא פון תנאים („תנאי היא"), און דער תנא פון דער משנה האַלט אַז „חמשה הוו" — און איז מסיים213(כשיטת אביי) אַז אויך לויט דעם תנא אַז „שבעה שערים היו בעזרה", איז די שמירה בלויז געווען אויף „חמשה שערים (מן השבעה)" ?!

מוז מען זאָגן, אַז דער רמב"ם לערנט: אויך לויט רבא וואָס זאָגט „תנאי היא" איז די פּלוגתא בלויז אין מספּר השערים, אָבער ניט בנוגע דער שמירה אויף די שערים: דער תנא פון דער ערשטער משנה האַלט, אַז עס זיינען געווען נאָר חמשה שערים (ובמילא איז די שמירה געווען „על חמשה שערי העזרה"); און דער תנא פון דער צווייטער משנה האַלט (ווי ער זאָגט בפירוש) אַז „שבעה שערים היו בעזרה" — ער איז אָבער מודה, אַז די שמירה איז געווען נאָר אויף חמשה שערים, ווייל „תרי מינייהו לא צריכי שימור" [און אביי האַלט, אַז עס איז ניטאָ קיין מחלוקת כלל און אַלע האַלטן — אַז „שבעה שערים היו בעזרה" און „תרי מינייהו לא צריכי שימור"].

און דערמיט איז פאַרענטפערט פאַרוואָס דער רמב"ם פּסק'נט אַז די שמירה איז געווען אויף „חמשה שערי העזרה . . שהרי הכהנים שומרים וכו'" (ווי דער תירוץ פון אביי), ווייל אויך לויט רבא האַלט אַזוי דער תנא וואָס זאָגט „שבעה שערים היו בעזרה" — און דער רמב"ם פּסק'נט ווי דער תנא (ניט ווי דער תנא וואָס האַלט „חמשה הוו"), ווייל דאָס איז „דעת רבים" (ווי ער זאָגט אין פּירוש המשניות, כנ"ל).

ג. אָבער דער ביאור איז לכאורה תמוה: וויבאַלד אַז (אויך) לויט רבא איז ניטאָ קיין סתירה צווישן די ביידע ענינים — (א) אַז „שבעה שערים היו בעזרה" און (ב) (פונדעסטוועגן איז) די שמירה (נאָר) „על חמשה שערי העזרה" — וואָס איז דער הכרח פון רבא צו זאָגן „תנאי היא" (ולאפושי מחלוקת), אַז די ערשטע משנה („חמשה על חמשה שערי העזרה") קען ניט אויסקומען ווי דער תנא פון דער צווייטער משנה וואָס זאָגט „שבעה שערים היו בעזרה" (ווי אביי זאָגט), נאָר מוז האַלטן אַז „חמשה הוו"?

די תמי' הנ"ל איז נאָך מער בולט אין פּירוש המשניות, וואו ער זאָגט ביידע ענינים בחדא מחתא כנ"ל: (א) דער תנא פון דער ערשטער משנה האַלט „חמשה שערים היו לעזרה" (כתירוץ רבא), (ב) אויך די חכמים וואָס זאָגן „שבעה שערים היו בעזרה" האַלטן ש"הי' המשמר על חמשה שערים מן השבעה" —

ולכאורה: וויבאַלד אַז אויך „לדעת החכמים הי' המשמר על חמשה שערים כו'", פאַרוואָס דאַרף מען איינלערנען די משנה „על חמשה שערי העזרה" ווי דער וואָס האַלט „חמשה שערים היו לעזרה", און ניט לויט די חכמים („דעת רבים") וואָס זאָגן ש"הי' המשמר על חמשה שערים כו'" — פּונקט ווי דער רמב"ם אַליין לערנט אין ספר יד החזקהיב ?

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הקושיא אין לשון המשנה „שבעה שערים היו בעזרה כו'": וויבאַלד די משנה רעכנט אויס אַלע שבעה שערים — „שער הדלק וכו'" — צוליב וואָס איז דער תנא מקדים „שבעה214שערים כו'", ובלשון הש"סיג: מניינאיד למה ליטו ?

איז דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס מיר געפינען כמה דיעות בנוגע דעם מספּר השערים אין דער עזרה — ה', ז', ח'טז וי"גיז — איז עס ניט קיין פּלוגתא אין מציאות — וויפל שערים עס זיינען דאָרט געווען [וואָרום ס'איז דאָך אַ כלליח, אַז ס'איז ניט שייך אַ פּלוגתא אין מציאות] — נאָר לכו"ע זיינען דאָרט געווען י"ג שערים (ווי אַראָפּגעבראַכט אין משנהיז), און די מחלוקת באַשטייט אין דעם: וויפל פון די י"ג שערים האָבן אַ דין שעריט — ה', ז', ח' או י"גכ.

און די נפק"מ צווישן די שערים וואָס האָבן אַ דין שער און די אַנדערע שערים איז נוגע צו כמה ענינים אין הלכה, ומהם:

(א) בנוגע צו שמירת המקדש: נאָר די שערים וואָס האָבן אַ דין שער דאַרפן האָבן שמירהכא. (ב) בנוגע צו ביאת מקדש: ווען מ'גייט אַריין אין מקדש דורך די שערים וואָס האָבן ניט אַ דין שער, קען מען זאָגן אַז עס איז ניט „דרך ביאה"כב. (ג) בנוגע צו מזוזה: לולי דעם לימודכג „מה בית שהוא חול אף כל שהוא חול יצאו אלו שהן קודש", וואָלט געווען דער דיןכד, אַז דוקא די שערים וואָס האָבן אַ דין שער זיינען מחוייב במזוזה, וכמש"נ וכתבתם על מזוזות ביתך ובשעריךכה.

און דערפאַר איז די משנה מקדים „שבעה שערים היו בעזרה" — בכדי צו קובע זיין אַז נאָר די זיבן שערים, און215ניט די אַנדערע, האָבן דעם גדר ודין שערכו.

[ועוד י"ל: ע"ד ווי חז"לכז זאָגן אויפן פּסוקכח „שש ערי מקלט תהיינה" — „עד שיהיו ששתן קולטות כאחת" — אַזוי איז אויך בעניננו: מיט דעם יתור לשון „שבעה שערים היו בעזרה" איז די משנה מרמז, אַז די אַלע שערים זיינען איין מציאות, און אויב ס'איז ניטאָ דער פולער מספּר פון זיבן שערים, איז אויף זיי ניט חל דער דין פון שער העזרה — דצריך שמירה וכו'].

ה. ועפּ"ז: דאָס וואָס רבא זאָגט „תנאי היא", מיינט ער ניט אַ פּלוגתא אין מציאות (וויפל שערים עס זיינען געווען לפּועל) נאָר די פּלוגתא איז — וויפל פון די שערים האָבן אַ דין שער:

דאָס וואָס דער תנא פון דער ערשטער משנה זאָגט אַז די שמירה איז געווען נאָר „על חמשה שערי העזרה" — הגם אַז לפּועל זיינען געווען י"ג שערים — איז ווייל לשיטתו האָבן נאָר די חמשה שערים געהאַט אַ דין שער [און „חמשה הוו" מיינט — שערים, מיט אַ דין שער];

אָבער דער תנא פון דער צווייטער משנה, וואָס זאָגט „שבעה שערים היו בעזרה", ער האַלט אַז שבעה (פון די י"ג שערים) האָבן אַ דין שער, ובמילא — איז אויף זיי אַלע פאַראַן אַ חיוב שמירה; און דאָס וואָס די שמירה איז געווען בלויז „על חמשה שערי העזרה" איז ווייל „תרי מינייהו לא צריכי שימור", וואָס דאָס מיינט [ניט אַז זיי זיינען ניט מחוייב אין שמירה, נאָר] — ווי דער רמב"ם איז מסביר — „שהרי הכהנים שומרים על שער המוקד ועל שער הניצוץ". ד. ה. די צוויי שערים זיינען שוין „שמורים" דורך די כהנים.

ו. דערמיט ווערט אויך מוסבר דאָס וואָס מ'קען פרעגן אויפן לשון הנ"ל פון רמב"ם (אין ספר יד החזקה): „(ועל חמשה שערי העזרה . .) שהרי הכהנים שומרים על שער המוקד ועל שער הניצוץ":

די שמירה פון די כהנים איז דאָך ניט געווען ביים שער המוקד און שער הניצוץ, נאָר „בבית הניצוץ ובבית המוקד", ווי עס שטייט אין משנהכט (און דער רמב"ם אַליין ברענגט עס מיט עטלעכע הלכות פריערל) — היינט פאַרוואָס איז דער רמב"ם משנה און שרייבט „על שערלא המוקד ועל שער הניצוץ"?

לפי הנ"ל איז דאָס פאַרשטאַנדיק: דערמיט איז דער רמב"ם מדגיש, אַז אויך די צוויי שערים האָבן אַ דין שער, ובמילא — זיינען זיי מחוייב אין שמירה.216און דאָס וואָס די לויים זיינען ניט שומר אויף זיי, איז ווייל דורך דער שמירה פון די כהנים „בבית הניצוץ ובבית המוקד" זיינען זיי שוין בדרך ממילא „שומרים על שערלב המוקד ועל שער הניצוץ".

ד. ה. אין דעם דין שמירה בבית המוקד ובבית הניצוץ זיינען פאַראַן צוויי דינים: א) דער חיוב שמירה מצד דעם „בית" (אַזוי ווי בית אבטינס) — וואָס דאָס איז שייך צו די כהנים; ב) מצד די „שערים" וואָס איז אין זיי — וואָס דאָס איז שייך (בעיקר) צו די לויים, נאָר וויבאַלד אַז דורך דער שמירה פון די כהנים בבית המוקד ובבית הניצוץ איז בדרך ממילא פאַראַן שמירה (אויך) אויף שער המוקד ושער הניצוץ, האָבן די לויים זיי שוין ניט געדאַרפט היטןלג.

ז. עפּ"י כהנ"ל איז מובן פאַרוואָס (רבא — און) דער רמב"ם אין פּירוש המשניות לערנט, אַז דער תנא (פון דער ערשטער משנה) וואָס זאָגט „חמשה על חמשה שערי העזרה" האַלט ניט ווי דער תנא אַז „שבעה שערים היו בעזרה" — הגם אַז אויך לויטן צווייטן תנא איז די שמירה געווען נאָר אויף „חמשה שערים מן השבעה":

אין אָנהויב פון דער משנה רעדט דער תנא וועגן די אַלע מקומות וואו די כהנים און לויים האָבן געדאַרפט היטן, וז"ל המשנה: „בשלשה מקומות הכהנים שומרים בבית המקדש בבית אבטינס בבית הניצוץ ובבית המוקד והלויים כו' חמשה על חמשה שערי העזרה".

ד. ה. דער תנא דערמאָנט נאָר וועגן דער שמירה (דורך די כהנים) „בבית הניצוץ ובבית המוקד", און דערנאָך ווען ער רעדט וועגן דער שמירה דורך די לויים אויף די שערים פון דער עזרה, זאָגט ער „על חמשה שערי העזרה" — היינט אויב מ'זאָל זאָגן אַז דער תנא האַלט „ז' שערים היו בעזרה" און די שמירה איז נאָר אויף „ה' שערי העזרה" ווייל „תרי מינייהו לא צריכי שימור", וועט אויסקומען, אַז ער דערמאָנט אינגאַנצן ניט (אפילו ברמז) וועגן דעם חיוב שמירה וואָס איז דאָ אויף שער הניצוץ ושער המוקד;

ועוד וג"ז עיקר: וויבאַלד מ'קאָן לערנען אַז תנא דוקא קאמרלד ופירש דבריולה — זאָגט מען דאָך ניט אַז עס איז לאו דוקא וסתום וכו'.

און דערפאַר לערנט [רבא — און] דער רמב"ם אַז דער תנא האַלט אַז „חמשה שערים היו לעזרה" — בלויז חמשה שערים האָבן אַ דין שער און זיינען מחוייב אין שמירהלו.

217כהנים איז (ניט נאָר „בבית הניצוץ ובבית

המוקד" — ווי די דיעה פון ת"ק — נאָר,

בדרך ממילא, אויך) „על שער המוקד

לה" — איז ער מדייק, אַז דאָס וואָס די שמירה איז נאָר „על חמשה שערי העזרה", איז ווייל די שמירה פון די ל שער הניצוץ".

(משיחת ש"פ דברים תשל"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0qxww3nh

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources