עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 11

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

481פינחס

. . . ג. אין היינטיקער סדרה ציילענדיק די אידן, דערמאָנט ער אין שבט ראובן את דתן ואבירם, און אין שבט יהודה את ער ואונן, און זאָגט אַז זיי זיינען געשטאָרבן פריער, דלכאו' לא הי' צריך להזכיר כלל את המשפחות שנעדרו, ער דאַרף נאָר ציילען די וואָס זיינען דאָ, וא"ל שמזכירם כדי עס זאָל זיך ניט שטעלען קיין קשיא למה אינו מונה את אלו המשפחות, ולכן מזכירם, און זאָגט אַז פון זיי איז קיינער ניט געבליבן, דא"כ הי' גם להזכיר את חמשת המשפחות של שבט בנימין שנעדרו, זעט מען דאָך אַז ער קומט דאָס ניט פאַרוואָרענען וא"כ למה מזכיר את המשפחות דער ואונן ודתן ואבירם דוקא.

משה רבינו מיט אלעזר הכהן האָבן געציילט די אידן זיינען אידן אַ דבר שבמנין, וואָס דבר שבמנין ווערט ניט בטל, וואָס דערמיט איז רעכט וואָס אַנדערע טענה'ן וויבאַלד אַז אתם המעט מכל העמים, און בפרט שומרי תורה ומצות זיינען דאָך אַ מעט אין דעם עם ישראל גופא, איז וואָס פאַראַ כח האָט מען מי זאָל ניט נתפעל ווערן פון דער גאַנצער וועלט, און זיין שטאַרק אין דעם דרך התומ"צ, ולא זו בלבד, נאָר דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ מאָנט נאָך אין די שיחה פון י"ב תמואַז מ'זאָל אַליין לעבן, און באַלעבן אויך אַנדערע, אַז ניט נאָר זייענדיק אין ישיבה, אָדער אין ביהמ"ד, וועט ער זיין שטאַרק אין תומ"צ, נאָר ער זאָל גיין אין גאַס, און צוגיין צו אַ אידן וואָס ער ווייס ניט צי ער טראָגט אַ ט"ק אָדער ניט ער ווייס אפי' ניט צי ער טראָגט אַ טלית גדול צום דאַוונען, און אפי' וואָס עס טוט זיך ביי אים וועגן תפלין ווייס ער אויך ניט, זאָל ער צו עם צוגיין און זאָגן: הער איד, איך וויל ניט פון דיר קיין געלט, איך וויל פון דיר גאָרניט, איך וויל נאָר אַז דו זאָלסט לייגן תפילין אַלע טאָג, לכה"פ אָנטאָן, טו מיר אַ טובה, טו זיך אַ טובה, טו אַ טובה דיינע עלטערן און עלטער עלטערן ביז יעקב אבינו, און טו אַ טובה דיינע קינדער און קינדס קינדער עד סוף כל הדורות ביז ביאת המשיח.

מ'קען דאָך טענה'ן, אַז עס איז דאָך ניט קיין נימוס צוגיין צו אַ מענטשן וואָס איך קאָן עם ניט, וואָס איך ווייס ניט וואָס מיט עם איז, עס איז אפי' ניט קאָנטיק אויפן פּנים צי ער איז אַ איד, איז זאָגט מען עם אַז אַ ענין וואָס עס איז נוגע צו נפשות איז ניט שייך די אַלע טענות, וגם אפי' על ספק פיקוח נפש וכמה ספקות איז מען אַלץ דוחה, איז במילא אויב עס איז נאָר אפי' אַ ספק צי ער איז אַ איד איז מפקחין עליו את הגל, וכמו"כ ברוחניות דאַרף מען זיך משתדל זיין באַלעבן אים אפי' אויף אַ ספק, וכדאי' בגמ' (ברכות כ, א) שרב אדא בר אהבה קרע כרבלתא כו' ואח"כ נודע שאינה יהודית, משום ספק הצלת נפש מישראל מאיסור לאיזה רגעים, לא חס על ממונו ולא יכול להתאפק עד שידע מקודם על ברור אם ישראלית היא.

מ'קען דאָך אָבער טענה'ן באַ זיך, צי דען בין איך דעם אויבערשטינס אסטראפצע, מילא ענינים וואָס בין אדם לחבירו, איז דאָס ענינים וואָס איז נוגע צו482טובת ישוב המדינה, איז במילא דאַרף איך אים זאָגן, אָבער ענינים וואָס בין אדם למקום, ווער רעט ענינים פון חוקים, איז וואָס זאָל דאָס מיר אַרן, זאָגט מען אים: אַז אפי' חוקים וכיוצא בו איז ניט נאָר נוגע צו ענינים שבין אדם למקום, נאָר אויך צו בין אדם לחבירו, וע"ד דאי' בגמ' (שבת קנו, ב) לענין כיסוי הראש יומא חד כו' נפל גלימא מעילוי' רישי', דלי עיני' חזא לדיקלא וכו' וואָס דאָס איז געווען אַ ענין ניט נאָר פון גניבה בחשאי, נאָר גזילה וואָרום עס איז דאָך געווען אין גאָרטן בגלוי איז במילא איז דאָך דאָס גזילה, הייסט דאָך דאָס אַז דער חק פון טראָגן אַ היטל וואָס דאָס איז אַ סגולה לאימתא דשמיא, איז שייך אויך צו בין אדם לחבירו, אויף אַזוי ווייט ביז גניבה וגזילה, איז במילא אַז ער זעט אַ אידן דאַרף ער עם זאָגן לייג תפילין, טו אָן אַ היטל, וואָס דאָס איז דער ענין פון כי תראה ערום וכסיתו.

עס איז דאָך אָבער פאַראַנען אַזוינע וואָס מיינען אַז זיי טוען מיט יענעם איז דאָס שוין גענוג, וואָרום אַז ער האָט בכח אפי' אויף באַלעבן יענעם הייסט דאָך דאָס אַ ראי' אַז מיט זיך איז ער שוין אינגאַנצן פאַרטיק, און איז שוין אַ גמור (פאַרטיקער), זאָגט מען אים ומבשרך לא תתעלם, זאָלסט אויף זיך אויך ניט פאַרגעסן, ווי דער רבי מאָנט אין אַ שיחה (קונ' עע' 145).

דער יצה"ר איז דאָך ווי דער רבי רופט אים אַ קלוגינקער, איז קומט ער צו יעדער איינעם לפי מהותו, איז צו די וואָס זיי זיינען פאַרזיך'דיקע, זאָגט ער זיי, וואָס דאַרפסטו טראַכטן וועגן יענעם, פאַרנעם זיך מיט זיך אַליין, מברר זיין דיין אייגענעם נה"ב, פלטין שלך לא כבשת עס איז דאָך אבדתו ואבדת חבירו אבדתו קודמת. איז זאָגט מען עם: כי תראה ערום, וכסיתו.

צו די וואָס זיי זיינען בטבע עסקנים, קומט צו זיי דער יצה"ר און טענה'ט, אין אַזאַ צייט וועסטו טראַכטן וועגן זיך. עס איז דאָך פקוח נפשות! פקוח נפש איז דאָך דוחה אַלע דינים פון דער תורה, ביז ער קען קומען צו איינעם און טענה'ן ער זאָל האַלטן אָפן שבת דעם סטאָר, און ער וועט אָפּגעבן דעם דאָלער אויף צדקה צו די אידן וואָס געפינען זיך אין ד. פּ. קעמפּס, און בריינגען זיי אין אה"ק, וואָס כל המהלך ד' אמות בא"י מובטח לו שהוא בן עוה"ב, ווער רעדט נאָך אַז ער איז מדבר בלה"ק איז גאָר ניט שייכות צו זאָגן, זאָגט מען עם: ומבשרך לא תתעלם זאָלסט אויף זיך אויך ניט פאַרגעסן.

מ'דאַרף ניט פאַרגעסן אויף זיך אַליין, מ'דאַרף ניט פאַרגעסן אַז מען האָט אַליין אויך בשר, און פעטע בשר, גראָבע בשר, חומריות'דיקע, וואָס מ'דאַרף זיי ווייקן, זאַלצן און אָפּשוויינקען.

— דער רבי האָט אַמאָל דערציילט, אַז דער רבי (אביו) נ"ע האָט געזאָגט אַ קינד ווען עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַ ענין פון לבישת ציצית, איך דאַרף דיינע פלייש? פלייש קאָן איך דאָך קריגן ביים כשר'ן קצב וויפל איך וויל, דאָס האָט ער געזאָגט צו אַ לעבעדיקן קינד, אַ קינד וואָס איז שפּעטער אויסגעוואַקסן דער מנהיג הדור —

483פריער דאַרף מען די פלייש ווייקן במים, שהו"ע התורה שנק' מים וגם תפלה כמ"ש שפכי כמים לבך. ואח"כ צ"ל מליחה היינו הסרת הדם, דעם קאָך, עס איז פראַנען אַ דם וואָס מען איז עם זורק ע"ג המזבח, היינו אַ קדושה'דיקער קאָך, משא"כ אַ קאָך של בשר צריך להסירו, וזהו"ע המליחה.

ער קאָן דאָך אָבער אַרומגיין און צאַצקען זיך, זאָגנדיק: קוקט, אָט איז דער דם וואָס איך האָב אַרויסגענומען, איך בין דאָך אַ צדיק און אַ בע"ת אויך דערצו, איז דאַרף מען דאָס אַראָפּשוויינקען, וזהו ההדחה שאחר המליחה עס זאָל ניט זיין קאָנטיק אַז ער האָט אַרויסגענומען דעם דם, וואָס דאָס אַלץ איז דער עניים מרודים תביא בית כי תראה ערום וכסיתו ומבשרך לא תתעלם.

ד. אין דעם נאָמען פּנחס איז פראַנען צוויי דעות א' אַז אומעטום איז ער אַ חסר זולת פעם אחת, ב' אַז אומעטום איז ער אַ מלא חוץ מפעם א', (ראה בית שמואל שמות אנשים פנחס שי למורה, שם מנחת שי ר"פ פנחס) עכ"פ לב' הדעות איז ער דאָ בפרשת פנחס אַ מלא. דער טעם פאַר וואָס מען האָט אים צוגעלייגט אַן אות, איז וויילע ער האָט מקנא געווען דעם אויבערשטנס קנאה, וואָס דערפאַר האָט מען עם צוגעלייגט דעם אות יו"ד, אויך ביי יוסף'ן געפינען מיר אַז מען האָט אים מוסיף געווען דעם אות ה', און מען האָט אים גערופן יהוסף, לאחר וואָס ער איז ביי געשטאַנען דעם נסיון. וואָס ביידע זאַכן אצל יוסף ואצל פנחס איז געווען ענינים פון שמירת הברית וכמוש"כ כ"ז בזח"ג (רי"ג, ב) און אַזוי זאָגט אויך רש"י אין היינטיקער סדרה, אַז דער טעם וואָס ער האָט מוסיף געווען ביי די שבטים די צוויי אותיות הנ"ל י' ה', איז אויף צו באַווייזן שלא שלטו בהם המצריים וואָס דערפאַר איז הטיל הקב"ה שמו עליהם לאמר מעיד אני עליהם שהם בני אבותיהם.

דאָס וואָס מיר געפינען אַז אַ עדות אויף שמירת הברית איז דוקא די צוויי אותיות, איז עפ"י פשוט, וויילע איש ואשה זכו שכינה שרוי' ביניהם, אין איש ואשה איז דאָך פראַנען די צוויי אותיות י"ה איז דערפאַר האָט ער צוגעלייגט די אותיות דוקא וואָס באַווייזן ביי איש ואשה אַז שכינה ביניהם, און זיי זיינען כולם קדושים כולם טהורים.

און דערמיט וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס ער דערמאָנט ציילענדיק די אידן וואָס דאַרפן אַריינגיין אין א"י — דערמאָנט ער — ער און אונן, וואָס דער טעם אויף דעם איז, ווייל ער וויל דערמיט זאָגן, פאַרוואָס מען קאָן ניט אַריינגיין אין א"י דער טעם איז דער חטא פון ער ואונן וואָס דאָס איז מעכב את הגאולה (לקו"ת להאריז"ל ישעי' על הפסוק ובא לציון ועיין ג"כ סהמ"צ להצ"צ פו"ר) דער ענין פון שמירת הברית איז דאָך התקשרות פון הקב"ה וכנס"י.

עס רעדט זיך אין די דרושים פון פ' ויחי פון די דרושים פון אַלטן רבי'ן בתו"א און ביז די דרושים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז די עבודה פון ראובן שמעון לוי איז נאָך אַלץ ניט מספיק און עס דאַרף זיין די עבודה פון יהודה, וואָס יעמולט איז הפעם אודה גו' ותעמוד מלדת, מספיק. און פונדעסטוועגן איז אַז עס איז געווען דער חטא פון ער ואונן איז דאָס געווען אַ עיכוב כנ"ל, ולכן מזכיר ענין ער ואונן.

484וועט מען דאָך פרעגן עס איז דאָך געווען באַ אידן אַ משה רבינו, וואָס ער האָט אַלץ מתקן געווען און בכח געהאַט צו מתקן זיין, איז ווי האָט ער דערלאָזן אָט דעם ענין, איז דערפאַר דערמאָנט ער את דתן ואבירם, וואָס זיי האָבן געקריגט אויף משה'ן, הגם זיי זיינען געווען גרויסע מענטשן און אויך די אַנדערע היו ראשי סנהדראות, אויך קרח הי' לו במה לתלות, והגם טאַקע אַז ער האָט געזען ניט ריכטיג, אָבער דאָך הי' לו במה לתלות, זיינען זיי דאָך געווען גרויסע מענטשן, אָבער פונדעסטוועגן הצו על משה כו' וואָס דורך דעם איז במילא געווען דער בהצותם על ה', וואָרום עס איז דאָך ויאמינו בה' ובמשה עבדו, די צוויי זאַכן זיינען פאַרבונדן, איז במילא אַז עס איז ניטאָ האמונה במשה, איז במילא ניטאָ די אמונה בה' און עס ווערט דער בהצותם על ה', ומצד זה עיכבו הכניסה לא"י.

תשובה אָבער העלפט דאָך אויף אַלץ, איז דערפאַר איז ער מסיים ובני קרח לא מתו, אַזוי ווי עס שטייט מוריד שאול ואעפ"י כן ויעל.

(משיחת ש"ק פ' פנחס, מבה"ח מנ"א, השי"ת)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-jr5wgnf7

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources