Likkutei Sichos
Behaaloscha 3
117בהעלותך
א. אין דעם גדר פון פסח שני זיינען פאַראַן דריי דיעות ואופניםא:
א) „רגל בפני עצמו הוא", ב) תשלומין דראשון הוא (תקוני לא מתקנין לי')", ג) „תקנתא דראשון הוא".
דער חילוק און נפק"מ לדינא צווישן די דריי דיעותב (און ווי עס ווערט מבואר בארוכה אין תשובת ר' אברהם בן הרמב"םג):
„רגל בפני עצמו" מיינט, אַז פסח שני איז ניט אָפּהיינגיק אין דעם חיוב פון פסח ראשון — עס איז אַ „חיוב בעצמו כמו שאר הרגלים"ד. און דעריבער, איז אַ „גר שנתגייר בין שני פסחים וכן קטן שהגדיל כו' חייב לעשות פסח שני"ה. (משא"כ לויט די דיעות אַז עס איז אַ „תשלומין" אָדער „תקנתא" פון פסח ראשון — איז דער חיוב פון פסח שני תלוי אין דעם חיוב פון פסח ראשון און אויב איינער איז ניט געווען מחוייב אין פסח ראשון איז אויף אים אויך ניטאָ דער חיוב פון פסח שני).
„תשלומין דראשון הוא" מיינט: ווען איינער האָט פאַרפעלט צו מקריב זיין דעם פסח ראשון במזיד, איז הגם אַז דערמיט האָט ער שוין עובר געווען אויף אַ איסור כרת, גיט אים די תורה „תשלומין" אויף דעם, אַז דורך מקריב זיין פסח שני ווערט בטל פון אים דער חיוב כרתו. אויב אָבער ער האָט אויך ניט מקריב געווען פסח שני, אפילו אין אַן אופן פון שוגג, איז וויבאַלד ס'איז ניט געווען קיין „תשלומין דראשון" בלייבט (במילא) איבער דער חיוב כרת על שהזיד בראשוןז.
„תקנתא דראשון הוא": ווען ער איז ניט מקריב דעם פסח ראשון במזיד, גיט אים די תורה באַלד מלכתחילה די תקנה מקריב צו זיין פסח שני בזמן אחר, אַזוי אַז כל זמן ס'איז ניט דורכגעגאַנגען דעם זמן פון דער תקנתא איז נאָך ניט חל דער חיוב כרתח. און דעריבער, אפילו אויב ער האָט דעם פסח שני ניט מקריב געווען, ער איז אָבער געווען אַ שוגג בשני, איז ער פטור פון כרת — ווייל „בעת התקנה (ווען עס לייגט זיך דער חיוב כרת) שוגג הי'"ט.
118ב. דער רמב"ם אין ספר המצות שלוי, רעכנט די מצוה פון פסח שני אין מנין המצות אַלס אַ מצוה בפני עצמה, און איז מסביר דעם טעם, ווייל די הלכה איז (ווי רבי) אַז פסח שני איז אַ „רגל בפני עצמו".
איז ניט מובןיא: אויך לדעת רבי אַז פסח שני איז אַ „רגל בפני עצמו", איז דאָך זיין חיוב שייך נאָר ביי דעם וואָס האָט ניט מקריב געווען דעם פסח ראשון ( — איינער וואָס האָט מקריב געווען פסח ראשון קען דאָך ניט בריינגען דעם פסח שני), קומט דאָך אויס אַז אויך לדעת רבי איז פסח שני סו"ס אַ מצוה וואָס קומט אַנשטאָט דעם פסח ראשון, ובמילא — די זעלבע מצוה (ווי פסח ראשון): צו מקריב זיין אַ קרבן פסח — היינט פאַרוואָס רעכנט עס דער רמב"ם אַלס אַ מצוה בפני עצמה?
מוז מען זאָגן, אַז הגם פסח ראשון און שני זיינען געבונדן (דערמיט וואָס דער חיוב פון שני איז נאָר אין פאַל ווען ס'פעלט די הקרבה פון ראשון), פונדעסטוועגן זיינען זיי בגדרם צוויי באַזונדערע ענינים, און דערפאַר זיינען זיי גערעכנט אין מנין המצות אַלס צוויי מצותיב.
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים לבאר דעם הפרש כללי צווישן פסח ראשון און פסח שני:
מיר געפינען אין די חילוקים צווישן פסח ראשון און פסח שני: (א) „הראשון אסור בבל יראה ובל ימצא והשני חמץ ומצה עמו בבית"יג. (ב) „הראשון נוהג כל שבעה [וואָס מיינט ניט נאָר אַז (איסור) „חימוצו . . נוהג כל שבעה"יד, נאָר אַז דער קרבן פסח ראשון איז אַזאַ וואָס איז (בלשון הגמראטו) „נאכל לששה"טז — „שאוכלין עליו מצות ששה ימים"יז] והשני יום אחד"יח.
די חילוקים צווישן פסח ראשון און שני קומען אַלס תוצאה ומסובב פון דעם גדר פון יעדערן פון זיי.
דער חילוק, אין פשטות, צווישן פסח ראשון און פסח שני איז: פסח ראשון איז דער אופן החיוב פון הקרבת הפסח ווי ס'איז אויסגעשטעלט און דאַרף זיין ע"פ סדר פון תורה (בזמנו); פסח שני איז אופן החיוב שלא ע"פ סדר (שלא בזמנו): די וואָס האָבן ניט געבראַכט דעם פסח בזמנו — אעפ"כ זאָגט מען ניט עבר יומו בטל קרבנויט נאָר תורה גיט די געלעגנהייט צו ברענגען דעם קרבן שפּעטער. וכפתגם כ"ק מו"ח אדמו"רכ: „פסח שני ענינו איז — עס איז ניטאָ קיין119„פאַרפאַלען", מען קען אַלע מאָל פאַריכטען. אפילו מי שהי' טמא, מי שהי' בדרך רחוקה. און אפילו „לכם"כא, אַז דאָס איז געווען ברצונוכב, פונדעסטוועגן קען מען מתקן זיין".
ס'איז בדוגמא צום אונטערשייד צווישן דער עבודה פון אַ צדיק אָדער פון אַ בעל תשובה: אַ צדיק דינט דעם אויבערשטן לויטן דרך הישר — „אשר עשה האלקים את האדם ישר"כג — ע"פ סדר דתורה; אַ בע"ת וואָס האָט עובר געווען אויף סדר התורה, גיט אים דער אויבערשטער די מעגליכקייט צו פאַריכטן דעם עבר און משלים זיין החסר;
און ווי מיר געפינען דעם חילוק אין מצב בנ"* י (בפסח ראשון ופסח שני) ביים ערשטן מאָל:
ביי דער הקרבה פון פסח זיינען אידן געווען אין אַ מצב פון ערשט „געבאָרן" געוואָרן, כנבואת יחזקאלכד, ניטאָ קיין עבירות און דאָ מצוות מילה און פסח — בדמיך חיי בדמיך חייכה, אַ מצב פון צדיקים — און ווי ע"פ ההלכה — (התחלת ?כו) „גירות"כז — „וגר שנתגייר כקטן שנולד דמי"*27, ניטאָ קיין עבירות, און מען זאָגט איםכח ישלם ה' פעלך ותהי משכורתך שלמה גו' (עלכט) אשר באת לחסות תחת כנפיול.
דאַקעגן פסח שני איז געווען פאַר די וואָס „היו טמאים (און אין טומאה גופא — טמא מת *ל:) לנפש אדם"לא (וואָס מיתה איז ע"י חטא עה"דלב, שורש פון אַלע חטאיםלג), און זיי זיינען געקומען מיט אַ בקשה נפשית — נאָכן מודה און מתודה זיין זיך „אנחנו טמאים לנפש אדם — למה נגרע לבלתי הקריב את קרבן ה' במועדו בתוך בנ"י"לד — בדוגמת תשובה — ובפרטי': ווידוילה, בקשת תיקון החסר, תיקון בשלימות (ניט נאָר „להקריב" נאָר אויך די מעלה פון „במועדו" און פון „בתוך בנ"י"לו).
דערמיט איז מובן דער טעם (פנימי) וואָס די מצוה פון פסח שני איז ניט געווען אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער האָט דערויף אָנגעזאָגט פון120פריער ווי כמעט אַלע ציוויי התורה, נאָר דוקא נאָכדעם ווי די אידן זיינען נתעורר געוואָרן און געבעטן „למה נגרע גו'" — ווייל די תנועה פון תשובה קומט (בדרך כלל) דורך דער התעוררות פון דעם בעל תשובה: כאָטש ער איז אין אַ מצב פון „טמא לנפש אדם" — היפך דטהרה ועאכו"כ ניט קדושה, ער איז ניט שייך צו דערהערן אַ גילוי אור מלמעלה, דאָך ווערט ער נתעורר מצד עצמו — מלמטה למעלה — בתשובהלז.
ה. ע"פ האמור ווערט פאַרענטפערט אַ דבר תמוה ע"פ נגלה: חז"ל זאָגןלח אַז די טמאים לנפ"א איז חל שביעי שלהם בע"פ — עפ"ז האָט דאָך לכאורה געדאַרפט זיין דער תשלומין זייערע ניט אַ חידוש דבר, אין אַ חודש אַרום, נאָר — כל שבעה, ווי ביי שאר קרבנות יו"ט — ווי דער אוה"ח דערמאָנט עס.
וע"פ הנ"ל מובן דער טעם (הפנימי): תשובה איז ניט נאָר ממלא און משלים החסר, נאָר דאָס איז (אויך) אַ דרך אין עבודת השם, אַ „רגל בפ"ע", אין אַ בעזונדער חדש (וחידוש בעבודה).
וא"ו. הגם אַז די עבודה פון אַ צדיק איז אין אַן אופן „ישר" ע"פ סדר התורה, פונדעסטוועגן איז דאָ אַ מעלה אין דער עבודה פון אַ בעל תשובהלט: די עבודה פון אַ צדיק טוט אויף אין דברים שבקדושה, אָדער עכ"פ אין דברים המותרים. אָבער ניט „מצוה הבאה בעבירה"*39, ענינים פון רע משלש קליפות הטמאות לגמרי קען מען ניט מברר זייןמ, מען איז זיי דוחה — דאָס איז דער סדר ווי עס דאַרף זיין עפ"י תורה*40; אָבער די עבודה פון אַ בעל תשובה (בתשובה מאהבה) איז מהפך אויך זיינע זדונות לזכיותמא.
און דער כח וואָס תשובה האָט אויף דעם נעמט זיך פון אַ בחי' וואָס איז העכער פון השתלשלות: מצד סדר דתורה, השתלשלות, איז ניטאָ די זאַך פון מהפך זיין זדונות לזכיות. וכמרז"למב „שאלו לחכמה . . לנבואה . . לתורה": „חוטא מה ענשו" — און זיי אַלע, אויך תורהמג, האָבן ניט געגעבן קיין אָרט אויף תשובה; דוקא ווען „שאלו להקב"ה" — העכער פון השתלשלות — איז געווען דער ענטפער „יעשה תשובה ויתכפר לו", ווייל מצד העכער פון השתלשלות, וואָס דאָרטן איז „כחשיכה כאורה"מד, קען אויך רע נתהפך ווערן לטוב *מד.
עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס זייער טענה איז געווען „למה נגרע גו'" — דלכאורה: פאַרוואָס זאָל מלכתחילה זיין דער קס"ד פון „נגרע"? ועד"ז אין פתגם הנ"ל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אַז די הוראה פון פסח שני איז אַז עס איז ניטאָ121קיין פאַרפאַלן — פאַרוואָס זאָל מען טראַכטן אַז עס איז יאָ פאַרפאַלן?
נאָר, כנ"ל: מצד תורה אַליין העלפט טאַקע ניט קיין תשובהמה צו מהפּך זיין די זדונות לזכיות כנ"ל, ס'איז פאַרפאַלן; נאָר דורכדעם וואָס אידן זיינען נתעורר געוואָרן מיט אַ תנועה פון תשובה: „למה נגרע גו'", דאָס האָט דערלאַנגט ביז צו „(שאלו ל)הקב"ה" שלמעלה מהשתלשלות, וואָס פון דאָרט איז דער ענטפער, אַז ס'איז ניט פאַרפאַלן — ס'איז דאָ דער ענין פון פסח שני.
[נאָר דאָס גופא ווערט דערציילט און נתגלה אין און דורך תורה, ווייל הגם תורה מצד עצמה איז בבחי' השתלשלות, אָבער אורייתא וקוב"ה כולא חדמו, אַלע ענינים, אויך די וואָס זיינען למעלה מהשתלשלות, ווערן נתגלה דורך תורהמז].
ז. דאָס איז אויך דער ביאור אין די אויבענדערמאָנטע (ס"ג) חילוקים צווישן פסח ראשון און פסח שנימח:
פסח ראשון — עבודת הצדיקים — האָט מען ניט צו טאָן מיט רע, דעם רע איז מען דוחה. דעריבער איז חמץ אסור בבל יראה ובל ימצאמט; און דערפאַר איז דער יו"ט שבעת ימים — וואָרום עבודת הצדיקים איז אַן עבודה בסדר והדרגה, ס'איז השתלשלות, עס איז אויסגעשטעלט אין ז' ימים, ז' מדות וכו'נ.
משא"כ פסח שני — עבודת התשובה, וואָס איז מהפך אויך זדונות לזכיות — קען מען דערפאַר מברר זיין אויך דעם חמץמט. און דעריבער איז „חמץ ומצה עמו בבית"; און וויבאַלד עבודת התשובה איז למעלה מהגבלה והשתלשלות כנ"ל, דעריבער איז עס יום אחד וואָס ווייזט (ניט אויף אַן ענין של מיעוט, נאָר, אדרבה) אויף העכער פון הגבלה און התחלקות. און ווי עס איז מבואר אין תו"אנא דעם טעם פאַרוואָס שבועות איז יום אחד, ווייל שבועות איז „זמן קבלת התורה שהוא בבחי' הכתר שהוא בחי' יחידה שלמעלה מהתחלקות כו'".
און דאָס איז אויך וואָס די גמראנב122דערציילט בנוגע דער תשובה פון ר' אלעזר בן דורדייא — „בכה רבי ואמר יש קונה עולמו בכמה שנים ויש קונה עולמו בשעה אחת": עבודת הצדיקים איז בסדר והדרגה און דעריבער נעמט עס כמה שנים, בחי' התחלקותנג; משא"כ ביי ראב"ד, וואָס ביי אים איז געווען עבודת התשובה, און אין תשובה גופא, אין אַן אופן פון „ראשו בין ברכיו — העכער פון התחלקות דראשו וברכיונד — וגעה בבכי'"נב, איז געווען „קונה עולמו בשעה אחת". ובלשון הזהרנה, אַז תשובה איז „בשעתא חדא".
ח. דער חילוק הנ"ל צווישן פסח ראשון און פסח שני דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואָס פסח ראשון איז אין חודש ניסן, און פסח שני אין חודש איירנו:
ס'איז ידוענז דער חילוק צווישן חודש ניסן (חודש הראשון) און חודש אייר (חודש השני): ניסן איז המשכה וגילוי מלמעלה למטה, וואָס דער גילוי אור מלמעלה פועל'ט ניט קיין זכוך בר קיימא, לתמיד, אין דעם „מטה", ער איז באותה שעה, בלויז דוחה דעם רענח. דאָס איז ע"ד עבודת הצדיקיםנט וואָס זייער עבודה איז אין ענינים פון אור, ענינים פון רע זיינען זיי דוחה.
דער ענין פון אייר איז העלאה מלמטה למעלה, וואָס מ'איז מברר לתמיד ומזכך און מעלה דעם מטהנח. דערפאַר איז די מצוה פון ספירת העומר שייכת בעיקרה צו חודש איירס, ווייל ספה"ע טוט אויף דעם בירור וזיכוך המדות. דאָס איז ע"ד עבודת התשובהנט וואָס דורך איר איז מען מברר דעם מטה מטה ביותר, ביז אַז אויך ענינים פון רע ווערן נתהפך לטוב.
[ובכללות איז דאָס דוגמת החילוק פון חודש ניסן און תשרי, כידועסא אַז חודש ניסן איז עבודת הצדיקים, און תשרי — עבודת התשובה].
ט. ע"פ הנ"ל, אַז פסח שני איז די עבודה פון תשובה, וועט מען פאַרשטיין דעם טעם, בפנימיות הענינים, וואָס אין פסח שני זיינען פאַראַן דריי (דיעות ו)אופנים (דאלו ואלו דא"חסב) כנ"ל ס"א — ווייל בכללות זיינען פאַראַן (אָט די) דריי אופנים אין תשובה:
א) „תקנתא" דתשובה: דאָס וואָס גלייך ביי מעשה החטא האָט ער די תקנה פון תשובה — אַזוי ווי ביים פאַרפעלן דעם פסח ראשון איז פאַר אים תיכף גרייט די תקנה פון פסח שני — דער אופן אין תשובה ווי בחטאים סתם, שוין בשעת החטא איז פאַראַן די אפשריות התיקון דורך תשובה.
ב) „תשלומין" דתשובה: די תשובה אויף אַ חטא וואָס איז געטאָן געוואָרן אין אַן אופן פון „אחטא ואשוב", וואָס דאַן איז „אין מספיקין בידו לעשות תשובה"סג — בשעת מעשה החטא האָט123ער ניט די תקנה פון תשובה, „הואיל והתשובה גורמת לו לחטוא"סד [ע"ד ווי „אין קטיגור נעשה סניגור"סה]; אָבער שפּעטער אויב „דחק ונתחזק כו' ועשה תשובה מקבלין תשובתו"סו.
ג) „רגל בפני עצמו": דער ענין פון תשובת הצדיקים, וכידועסז אַז ענין התשובה איז ניט — כטעות העולם — אויף חטאים דוקא, נאָר ס'איז אַ דרך אין עבודת ה', וואָס איז שייך אויך ביי די וואָס זיינען ריין פון חטאים, וכמאמרסח: משיח אתא לאתבא צדיקייא בתיובתא.
און הגם אַז דער ענין פון פסח שני איז (כפתגם הנ"ל דכ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז „עס איז ניטאָ קיין „פאַרפאַלען" . . אפילו מי שהי' טמא . . אפי' „לכם", אַז דאָס איז געווען ברצונו כו'") תשובה על חטא — פונדעסטוועגן, זיינען בכללות, פאַראַן, אַלע אופנים פון תשובה אין פסח שני, אויך תשובת הצדיקים. [בדוגמת חודש תשרי — וואָס פסח שני איז דוגמת חודש תשרי, כנ"ל ס"ח — וואָס איז אין זיך כולל אַלע אופני התשובה, אויך תשובת הצדיקיםסט].
יו"ד. עפ"י הנ"ל (בענין תקנתא דתשובה) וועט צוקומען אַ תוס' ביאור אין דעם דיןע, אַז אפילו אַ רשע, וואָס זיין תומ"צ איז „מוסיף כח בקליפות", דאַרף לערנען תורה אפילו שלא לשמה, ווייל „כשיחזור אח"כ בתשובה . . אזי מוציא מהקליפה כל התורה והמצות כו'". ד. ה. דאָס וואָס ער לערנט תורה „בעודו רשע" איז מלכתחלה אויפן סמך פון דעם, וואָס ער וועט שפּעטער תשובה טאָן, ווייל דאָס איז דער אויפטו פון „תקנתא" דתשובה: אַז תורה גיט מלכתחלה בשעת מעשה החטא די אפשריות ותקנה פון תשובה.
און הגם אַז אָט דער דין — אַז אויך „בעודו רשע" דאַרף מען לערנען תורה — איז חל אויף אַלע סוגים פון רשעים, אויך אַזאַ וואָס זאָגט „אחטא ואשוב", וואָס האָט ניט תקנתא דתשובה כנ"ל — איז — צום עלית הלימוד האָט עס בכלל קיין שייכות ניט, ווייל דער „אחטא" איז דאָך ניט דער לימוד — און עס איז בודאי אַז „יחזור אח"כ בתשובה" און נאָכמער — אַז אפילו, במיעוטא דמיעוטאָ, אַז ער לערנט, ר"ל, כדי להוסיף כח כו' און פאַרלאָזט זיך אַז „אחטא ואשוב" — דאַרף ער אויך לערנען,
נאָר עס איז דאָ אַ חילוק אין דעם וויבאַלד אַז „אין מספיקין כו'":
ביים לעצטן סוג, דאַרף מען (מצד „אין מספיקין כו'") אָנקומען צום טעם אַז אויך אַ „נידח" איז מובטח אַז סו"ס איז אויך ער „ודאי סופו לעשות תשובה"עא, „בגלגול זה או בגלגול אחר כמ"שעב כי לא ידח ממנו נידח"עג; משא"כ ביי חטאים סתם דאַרף מען ניט אָנקומען צום טעם פון „לא ידח ממנו נידח"עד — ער איז מלכתחלה (ניט קיין124„נידח", נאָר) בלויז אַ „רחוק", ווייל ער האָט דאָך גלייך בשעת החטא די תקנתא דתשובה, בדוגמת תקנתא דפסח שניעה.
יא. כשם ווי פסח שני איז כולל אַלע אופני תשובה, אויך תשובת הצדיקים — אַזוי איז עס בנוגע צו פסח ראשון, אַז עס איז כולל אין זיך, בכללות, אַלע אופנים אין עבודת הצדיקים, אויך תשובת הצדיקים; וואָס דערפאַר, כאָטש די גאולה העתידה וועט זיין אין חודש ניסןעו — עבודת הצדיקים — וועט זי דאָך זיין פאַרבונדן מיט עבודת התשובה, וכנ"ל אַז משיח אתא לאתבא צדיקייא בתיובתאעז.
און כעין זה געפינט מען ביי פסח מצרים, אַז עס איז דעמאָלט געווען דער ציוויעח „משכו וקחו לכם" ופי' חז"לעט „משכו ידיכם מע"ז", וואָס דאָס איז אַן ענין פון תשובה; חאָטש די וואָס האָבן זיך מל געווען קודם יצי"מ זיינען דאָך געווען כגר (בהתחלתו)פ ועוד ועיקר — דאָס איז געזאָגט געוואָרן צו יעדערן וועמען מען האָט געזאָגט „וקחו" (וכהדיוק — בוא"ו המוסיף ומחבר) — כולל די וואָס האָבן קיין שייכות ניט געהאַט צו ע"ז — ביי זיי איז עס ניט געווען תשובה על חטא, נאָר בדוגמת תשובת הצדיקים, וואָס זיי געפינען זיך אין אַן עולם וואו ס'איז שייך די מציאות פון ע"ז און מ'דאַרף אָנזאָגן „משכו ידיכם מע"ז".
יב. עפ"י כהנ"ל איז מובן דאָס וואָס דער רמב"ם רעכנט פסח שני אַלס אַ מצוה בפ"ע, כאָטש אַז איינער וואָס האָט מקריב געווען פסח ראשון קען דעם פסח שני ניט מקריב זיין: פסח ראשון און פסח שני זיינע טאַקע צוויי באַזונדערע עבודות — פסח ראשון איז עבודת הצדיקים, און פסח שני — עבודת התשובהפא; אָבער פונדעסטוועגן, מאָנט זיך ניט הקרבה פון פסח שני אויב ס'איז געווען די הקרבה פון פסח ראשון, ווייל פסח ראשון איז כולל אויך תשובת הצדיקים, ובמילא איז דאָ אויך נכלל דער ענין פון „רגל (ועבודה) בפני עצמו" שבפסח שני.
יג. אעפ"י אַז אויך אין פסח ראשון — צדיקים — איז דאָ תשובה, וויבאַלד אָבער עס איז תשובת הצדיקים, האָט זי ניט אין זיך די מעלה פון תשובה דפסח שני, וואָס עיקר ענינו איז תשובה על חטאפא — „תקנתא" ו"תשלומין" [ס'איז נאָר אַז פסח שני איז כולל אַלע אופני תשובה, ובמילא איז אין אים דאָ אויך תשובת הצדיקים].
125און דאָס איז אין צוויי ענינים: (א) דער צמאון פון אַ בע"ת נעמט זיך דוקא דערפון וואָס „עד הנה היתה נפשו בארץ צי' וצלמות היא הסט"א כו'"פב, און דעריבער איז זיין צמאון „ביתר עז" ווי ביי צדיקיםפב וואָס ביי זיי איז דאָס ניט שייךפג. (ב) תשובה על חטא דערלאַנגט העכער פון השתלשלות, וואָס דערפאַר האָט עס בכח צו מהפך זיין זדונות לזכיות (וכנ"ל ס"ו); משא"כ ביי צדיקים, אפילו ווען ביי זיי איז דאָ עבודת התשובה, האָט זי אָבער ניט דעם כח צו מהפך זיין זדונות לזכיות.
און דאָס איז דער טעם וואָס דוקא פסח שני איז יום אחד און פסח ראשון שבעת ימים, ווייל כאָטש אַז אויך פסח ראשון האָט דעם ענין התשובה, וויבאַלד אָבער עס איז תשובת הצדיקים, איז דאָס אַלץ במדידה והגבלה — אפילו דער „בכל מאדך" פון אַ צדיק איז אויך בסדר והדרגהפד; און ע"ד ווי מען געפינט אַז אפילו נאָכדעם ווי תשובת ר"א בן דורדייא האָט אַרויסגערופן דעם „בכה רבי", וואָס בכי' ווייזט אויף אַן ענין שלמעלה מהגבלהפה, איז ביי אים ניט געווען דער ענין פון „קונה עולמו בשעה אחת", העכער פון התחלקות;
דוקא פסח שני — תשובה על חטא, מהפך זיין זדונות לזכיות [כפתגם הנ"ל דכ"ק מו"ח אדמו"ר: אפילו „לכם", אַז דאָס איז געווען ברצונו, פונדעסטוועגן קען מען מתקן זיין] — דערלאַנגט אין אַן אָרט וואָס איז העכער פון התחלקות, יום אחד; ע"ד די מעלה פון ראב"ד, אַז דוקא ביי אים — תשובה על חטא — האָט זיך אויפגעטאָן דער „קונה עולמו בשעה אחת"פו.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ח
- Id
- rh-bhfhs4ap