עברית
Library

Likkutei Sichos

Noach 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

58נח —

א. עס שטייט אין משנהא: „חביב אדם שנברא בצלם, חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם שנאמרב כיג בצלם אלקים עשה את האדם".

זאָגט דער תוספות יו"ט, אַז פון דעם וואָס דער תנא ברענגט דעם פסוק „כי בצלם גו'" וואָס איז געזאָגט געוואָרן צו נח ובניו איז מובן, אַז מיט „חביב אדם כו'" ווערן געמיינט בני אדם בכלל, (אויך) בני־נחד.

און דערמיט איז ער מבאר דעם שינוי הלשון, וואָס אין דער בבא נוצט דער תנא דעם תואר (חביב) אדם, און אין די ווייטערדיקע בבות (חביבין) ישראל — ווייל אין יענע בבות רעדט זיך וועגן דער חביבות (מצד די מעלות) וואָס זיינען דאָ נאָר ביי אידן („נקראו בנים למקום", „ניתן להם כלי חמדה"); משא"כ דער ענין פון „נברא בצלם" איז דאָ ביי כללות מין המדבר.

און די נפק"מ פון דעם לגבי אידן — וואָס צוליב דעם האָט מען דעם ענין אַריינגעשטעלט אין מס' אבות וואָס איז הוראות פאַר אידן בעבודתם הם — איז ער מסביר לויטן פסק דין פון רמב"םה: „צוה משה רבינו (ע"הו) מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח", און זיי דאַרפן מקיים זיין די מצות (ניט מצד „הכרע הדעת", נאָר) „מפני שצוה בהן הקב"ה בתורה"ז;

און דאָס מיינט דער תנא מיט „חביב אדם שנברא בצלם": דערמיט גיט ער אַן אָנווייזונג ווי אַזוי אַ איד דאַרף (און קען) באַווירקן „כל באי העולם" צו אויספאָלגן מצוות הקב"ה צו זיי — דורך מסביר זיין זיי זייער חביבות, „שנברא בצלם", וואָס דעריבער איז „מוטל עליו לעשות רצון קונו"ח.

ב. עס איז מובן ופשוט, אַז אפילו לויט דעם פירוש אַז „אדם" דאָ מיינט דעם גאַנצן מין המדברט, איז עס אָבער כולל אויך אַ בן ישראל, וואָס איז זיכער „נברא בצלם (אלקים)".

און דאָס איז מתאים מיט פירוש כ"ק מו"ח אדמו"רי, אַז „צלם" מיינט די נפש השכלית וואָס איז פאַראַן סיי ביי אידן און סיי ביי בני נח; און דער כפל לשון המשנה — „חביב אדם שנברא בצלם, חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם" — גייט אויף די צוויי בחי' „צלם"יא: „חביב אדם שנברא בצלם" גייט אויף דער נפש השכלית „שבכללות מין האנושי", און „חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם"59מיינט די נפש השכלית שבישראל, וואָס איר צלם איז העכער פון דעם צלם פון כללות מין האנושי (וכדלקמן סעיף ד).

אעפ"כ, פון דעם גופא וואָס אין ענין ה"צלם" איז דאָ אַ צד השווה צווישן אידן מיט בני נח, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דער צלם פון אַ אידן איז

[ניט אַזוי צוליב די ענינים ועבודות אין וועלכע ער איז לגמרי אויסגעטיילט פון ב"נ — וואָרום דער זירוז אויף די ענינים קומט אין די ווייטערדיקע בבות (און מעלות) שבמשנה „חביבין ישראל שנקראו בנים למקום . . שניתן להם כלי חמדה", די (מעלות ו)חביבות וואָס איז אויסגעטיילט פאַר אידן אַליין — נאָר בעיקר]

צוליב זיין עבודה אַלס און מיט ב"ניב; ד. ה. אַז אויך אין דער עבודה איז נוגע (ניט נאָר אַז אַ בן־נח איז „נברא בצלם" — וואָס דערפאַר איז „מוטל עליו לעשות רצון קונו" — נאָר אויך) אַז עס איז דאָ בחי' צלם ביי אידן (נאָר ער איז העכער פון בחי' צלם שבכללות מין האנושי).

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז נוגע אין דעם ענין פון „חביב אדם שנברא בצלם" — בשייכות דערמיט וואָס אַ ב"נ דאַרף טאָן „רצון קונו" דערפאַר וואָס „נברא בצלם" (כפירוש התוס' יו"ט) — אַז אויך ביי אַ אידן איז דאָ אָט די מעלה וחביבות (נאָר אין אַ העכערן אופן, „חיבה יתירה נודעת לו כו'")?

ג. עד"ז דאַרף מען פאַרשטיין אין דער הלכה הנ"ל פון רמב"ם, אַז עס איז דאָ אַ ציווי צו אידן „לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו ב"נ", און נאָכמער — זעהן אַז דער קיום המצות שלהם זאָל זיין (ניט מצד „הכרע הדעת", נאָר) ווייל „צוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו ע"י מרע"ה שב"נ מקודם נצטוו בהן" —

דלכאורה תמוה בכלל: פאַרוואָס איז דער קיום פון מצות ב"נ פאַרבונדן מיט אידן (אַז זיי דאַרפן זען „לכוף את כל באי העולם" צו מקיים זיין די מצוות) און מיט מתן תורה (ומשה רבינו)?

בנוגע דעם ציווי אויף אידן וואָלט מען נאָך געקענט מסביר זיין, אַז דער אויבערשטער וויל אַז אידן זאָלן זיך פאַרנעמען מיט „יתקן את העולם כולו לעבוד את ה'"יג, און דערפאַר דאַרפן זיי באַווירקן „כל באי העולם" צו מקיים זיין רצון קונם;

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס דאַרפן ב"נ מקיים זיין זייערע מצות (ניט ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן — צו אדה"ר כו'יד — נאָר) ווייל „צוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו ע"י מרע"ה"טו?

בשלמא וואָס אידן דאַרפן מקיים זיין אַלע זייערע מצות — אויך די אויף וועלכע זיי זיינען נצטווה געוואָרן פאַר מ"ת (ווי מצות מילה) — מצד דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו משה רבינו ע"ה60בסיניטז, איז פאַרשטאַנדיק. ווייל מ"ת האָט אויפגעטאָן אַ שינוי עיקרי אין אידן, וואָס דעמאָלט איז געווען בחירת הקב"ה בהםיז, און דערפאַר איז געוואָרן אַ שינוי אויך אין זייערע (פריערדיקע) מצוות.

וואָס פאַר אַ שייכות האָט אָבער מ"ת צו ב"ניח צו זאָגן, אַז פאַר מ"ת האָבן זיי מקיים געווען די מצות מצד דעם ציווי ה' צו אדה"ר, און נאָך מ"ת — ווייל „צוה בהן הקב"ה בתורה . . ע"י מרע"ה"*18?

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור פון כ"ק מו"ח אדמו"ריט אין דעם יתרון פון דער נפש השכלית („צלם"* פון אַ אידן לגבי דער נפש השכלית שבכללות מין האנושי — אַז „אין איר (נפש השכלית שבנש"י) פילט זיך אַ רוחניות'דיקע איידלקייט, און הגם ער איז דאָך שכל אנושי בטבעו, דאָך האָט ער אַ קלעפּ צו רוחניות'דיקע איידלקייט";

משא"כ דער נפש השכלית פון אַ ניטאידן איז אַ מגושם'דיקער פאַרשטאַנד. און ווי ס'איז מבואר בכ"מכ וועגן לימוד חכמות חיצוניות, אַז זיי ברענגען דעם מענטשן צו אַ הרגש פון ישות, ביז דאָס פירט אים אַריין אין גסות וכו'.

ולכאורה פאָדערט זיך ביאור: דער ענין פון שכל איז צו מברר זיין דעם „אמת" פון אַ זאַך, וואָס דערפאַר איז די זאַך פון שכל צו צוטראָגן זיך צו העכער פון (אייגענע נטיות און פניות — פון) זיך — „רוח . . האדם העולה היא למעלה"כא, ניט ווי אַ בעל־חי וואָס „רוח הבהמה היורדת היא למטה"כא —

היינט ווי קומט עס, אַז דער טבע פון נפש השכלית שבב"נ איז, פאַרקערט, מוריד דעם מענטשן אין גסות?

בשלמא דער שכל פון נפש הבהמית — דער שכל השייך למדות — וויבאַלד אַז דער שכל איז צוליב מדות, וואָס זייער ענין איז „הרגש עצמו"כב, איז מובן אַז אויך דער שכל וואָס איז צוליב מדות ברענגט צו ישות, און פון דעם — צו גסות;

אָבער די נפש השכלית (אויך פון אַ ב"נ) איז דאָך ניט צוליב מדות, נאָר זי איז שכל צוליב דעם ענין השכל עצמו — ווי דער לימוד פון חכמת התכונה וכדומה — היינט פאַרוואָס זאָל אָט דער שכל דערפירן צו ישות וגסות?

איז דער ביאור אין דעם: די אייגנשאַפט פון שכל צו צוטראָגן זיך צו העכער פון זיך, איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס דער מענטש רעכנט זיך ניט מיט (זיין נטי' וכו' — מיט) זיך, ביטול עצמו. און וויבאַלד אַז דער שכל פון נפש השכלית איז אין עניני העולם וואָס ענינם איז ישות ומציאותכב, דעריבער, ווערט אויך אין דעם שכל אַ הרגש פון ישות, וואָס דערלאָזט ניט דעם צוטראָגן זיך צו העכער פון זיך כדבעי.

און דאָס וואָס די נפש השכלית פון אַ אידן — וואָס איז אויך השכלה אין עניני61העולם (שכל אנושי) — האָט יע אַ „קלעפּ צו רוחניות'דיקע איידלקייט", איז דאָס (ניט אַזוי מצד עצמו, נאָר) ווייל אַ איד האָט אַ נפש האלקית וואָס איז העכער פון וועלט, וואָס זי פועל'ט אַ ביטול אויך אין נפש השכלית שבו. און דערפאַר זיינען אין נפש השכלית שבישראל פאַראַן ביידע זאַכן, „הגם ער איז דאָך שכל אנושי בטבעו דאָך האָט ער אַ קלעפּ צו רוחניות'דיקע איידלקייט", כנ"ל.

ה. דערמיט קען מען אויך מבאר זיין ווי דער פירוש הנ"ל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אין דער משנה — אַז „חביב אדם שנברא בצלם" מיינט די נפש השכלית שבכללות מין האנושי, און „חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם" גייט אויף דער נפש השכלית שבנש"י — איז מרומז אין דער משנה:

„חביב אדם שנברא בצלם" מיינט, אַז די חביבות האדם באַשטייט אין דעם (— איז דערפאַר) וואָס „נברא בצלם"; „חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם" מיינט אַ העכערע חיבה, די חיבה עצמיתכג וואָס צוליב דעם האָט מען אים באַשאַפן מיטן צלם אלקים, דער „נברא בצלם" איז אַ תוצאה פון דער חיבה יתירה.

און דאָס איז דער חילוק צווישן „צלם" פון אַ ב"נ און „צלם" פון אַ אידן:

ביי אַ ב"נ איז זיין חביבות מצד דער נפש השכלית (צלם) שבו; די חביבות פון אַ אידן, וועלכע איז פאַרבונדן מיט צלם שבו, איז (ניט מצד דעם צלם, נאָר פאַרקערט —) ווייל ער איז חביב האָט מען אים געגעבן דעם צלם: מצד דעם וואָס ער איז אַ איד — חיבה יתירה נודעת לו (ביז אַז) שנברא בצלם — דעריבער איז ער נברא בצלם, האָט מען אים געגעבן זיין נפש השכלית. און דוקא דאַן איז דער שכל (אויך) פון נפש השכלית בשלימותו (ביי אים איז דער טבע פון „רוח . . האדם העולה היא למעלה").

ו. און דאָס איז אויך די הסברה אין דער הלכה הנ"ל פון רמב"ם, אַז אַ איד דאַרף כופה זיין „כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו ב"נ":

כדי אַז די עבודה פון אַ ב"נ בקיום המצות שלו זאָל זיין כדבעי, קען מען זיך ניט פאַרלאַזן אויף „הכרע הדעת" שלו — ווייל זיין נפש השכלית קען אים דערפירן צו גסות וכו'כד — נאָר עס דאַרף זיין פאַרבונדן מיט אַ אידן. בשעת דער (נפש השכלית פון) ב"נ ווערט אָנגעפירט פון אַ אידן, וואָס זיין „צלם" (נפש השכלית) איז בשלימות, ווערט אויך דער ב"נ אין אַ מצב פון „רוח . . האדם העולה היא למעלה".

און דערפאַר איז נוגע אין דעם „חביב אדם (ב"נ) שנברא בצלם" אויך דאָס וואָס „חיבה יתירה נודעת לו (צו אַ אידן) שנברא בצלם" (כנ"ל ס"ב) — ווייל אַ ב"נ דאַרף וויסן, אַז די שלימות פון זיין צלם איז אָפּהענגיק אין דעם צלם פון אַ אידן.

און וויבאַלד אַז דער צלם שבבנ"י איז אַ מסובב דערפון וואָס ער האָט אַ נפש האלקית, פועל'ט די סיבה אין דעם מסובב מעין פון אירע אייגנשאַפטן —62דעם טבע הביטול אין נפש השכלית (כנ"ל) — דעריבער, איז די שלימות העבודה פון אַ ב"נ וואָס ברענגט אים אַריין אין סוג פון „חסידי אומות העולם", פאַרבונדן דערמיט וואָס ער טוט זיינע מצות ווייל „צוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו ע"י מרע"ה", אַז ער טוט זיי אַלס אַ תוצאה פון דעם גילוי פון מ"תכה, ווען אידן האָבן באַקומען זייער (מעלה —) חביבות עצמית (נקראו בנים למקום און ניתן להם כלי חמדה).

[דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק דער המשך אין רמב"ם: „אבל אם עשאן מפני הכרע הדעת . . (ו)אינו מחסידי אומות העולם ולאכו מחכמיהם" — דלכאורה תמוה: וויבאַלד ער טוט זיי „מפני הכרע הדעת", פאַרוואָס איז ער „לא מחכמיהם"? — נאָר ווייל בשעת עס פעלט ביי דעם ב"נ די הכרה ווי ער איז אָפּהענגיק פון אידן און מתן תורה, ווערט סוף אַ חסרון אויך אין* שכל שלו].

ז. ע"פ כהנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די נקודה משותפת פון דעם כפל לשון המשנה אין דער ערשטער בבא מיט די ווייטערדיקע צוויי בבות — „חביבין ישראל שנקראו בנים למקום חיבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום כו' חביבין ישראל שניתן להם כלי חמדה חיבה יתירה נודעת להם שניתן להם כלי חמדה":

אויך אין די צוויי בבות איז כ"ק מו"ח אדמו"ר מפרשיא דעם כפל הלשון שבכל בבא — „חביבין ישראל כו' חיבה יתירה נודעת להם כו'" — אַז דאָס גייט אויף צוויי באַזונדערע מדריגות: „חביבין ישראל . . חיבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום" גייט אויף „גופם של ישראל" און „נפש האלקית ומעלת הנשמה"; און „חביבין ישראל . . חיבה יתירה נודעת להם שניתן להם כלי חמדה" גייט אויף גליא שבתורה און פנימיות התורה;

אויך אין דעם איז די כוונה (ע"ד הנ"ל בנוגע דעם כפל הלשון אין דער ערשטער בבא), אַז „חביבין ישראל" איז אָפּהענגיק אין דעם „חיבה יתירה נודעת להם כו'":

די חביבות פון „גופם של ישראל" הענגט אָפּ פון „מעלת הנשמה", ווי גערעדט אַמאָל בארוכהכז, אַז די בחירת הקב"ה אין דעם גוףכח פון אַ אידן ווערט נקבע אין גוף בפנימיותו דורך דער עבודת הנשמה [וואָס דערפאַר קען זיין אַ מציאות פון „אלו שאין להם חלק לעוה"ב"כט — שגופן כלהל — אע"פ אַז בנוגע די נשמה פון אַ אידן איז ניט שייך דער ענין ההפסד ח"ולא];

ועד"ז בנוגע גליא שבתורה און פנימיות התורה: בשעת מען לערנט גליא שבתורה און עס איז דאָ אויך פנימיות התורה, איז דער לימוד הנגלה — נעשית לו סם חייםלב.

(ממאמר ושיחת ש"פ שלח תשל"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-j9y8jwx6

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed

Sources