עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayishlach-19 Kislev 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

281וישלח ג

— י"ט כסלו —

א. אויפן פּסוקא „ויותר יעקב לבדו" זיינען פאַראַן עטלעכע פּירושים, ומהם:

א) די גמראב זאָגט (און עס ווערט אַראָפּגעבראַכט — בשינוי לשון — אין פרש"י על התורה): „נשתייר על פכין קטנים"; און דאָס איז מרומז אין וואָרט „לבדו", ווי רבותינו בעלי התוספותג ברענגען אַראָפּ: „אל תיקרי לבדו אלא לכדו"ד.

ב) אין מדרשה שטייט: „מה הקב"ה כתוב בוו ונשגב ה' לבדו אף יעקב ויותר יעקב לבדו".

ווי פיל מאָל גערעדטז, האָבן אַלע פּירושים אויפן זעלבן פּסוק (ומכ"ש — אויפן זעלבן וואָרט) צווישן זיך אַ קשר תוכני. דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות צווישן די צוויי פירושים בנדו"ד, ואדרבא, לכאורה, זיינען זיי פירושים הפכיים:

לויטן פירוש הגמרא איז יעקב'ס איבערבלייבן „לבדו" געווען פאַרבונדן מיט „קטנים", מיט זאַכן וואָס האָבן געהאַט גאָר ווייניק חשיבותח [און אַזוי ווערט אויך געטייטשט דער וואָרט „לבדו" — „אל תיקרי לבדו אלא לכדו"]; דאַקעגן לויטן פירוש המדרש איז „ויותר יעקב לבדו" אַן ענין פון תכלית העילוי והמעלהט: ס'איז ע"ד ווי „ונשגב ה' לבדו" פון הקב"ה — דער ענין פון אחדות והתגלות של הקב"ה, ווי עס וועט זיין ערשט לעתיד לבוא — „ביום ההוא" (כההמשך אין פסוק).

ב. ס'איז ידוע וואָס דער של"ה שרייבטי, אַז אַלע מועדי השנה זיינען מרומז אין די פרשיות התורה וואָס ווערן געלייענט אין די זמנים אין וועלכע די מועדים זיינען חל.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע דעם מועדיא פון י"ט כסלו, וואָס איז חל — בכמה שנים, ווי דעם יאָר — אין (שבת) פ' וישלחיב, אַז דער תוכן פון י"ט כסלו איז מרומז אין פ' וישלחיג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים:

דאָס וואָס תורת החסידות איז נתגלה געוואָרן דווקא אין די דורות האחרונים (און ניט אין די פריערדיקע דורות, וואָס „ראשונים בני מלאכים כו'"יד), זיינען282פאַראַן צוויי הסברות:

א) מצד דעם חושך כפול ומכופל וואָס איז נתוסף געוואָרן אין די דורות האחרונים (ובפרט אין דרא דעקבתא דמשיחא), מוז מען אָנקומען צו אַ העכערן אור, וואָס זאָל בייקומען אויך אָט דעם חושךטו;

ב) ע"ד ווי עס שטייט אין כתבי האריז"לטז (און עס ווערט אַראָפּגעבראַכט אין מגן אברהםיז ושו"ע אדה"ז *יז — בעל הגאולה והשמחה — להלכה), אַז ערב שבת דאַרף מען פאַרזוכן פון די מאכלים פון שבת („טועמי' חיים זכו"יח), אַזוי איז עס אויך אין די כללות'דיקע „טעג" פון „שית אלפי שנין"יט, אַז אין די לעצטע דורות פאַר ביאת המשיח, דעם „ערב שבת" פון „יום שכולו שבת" — ווערט נמשך אַ הארה (בדרך טעימה עכ"פּ) פונעם גילוי פון פּנימיות התורה וואָס וועט נתגלה ווערן (בשלימותה) דורך משיח צדקנוכ.

און אויך אין די צוויי הסברות געפינט מען די צוויי קצוות (ע"ד ווי אין „ויותר יעקב לבדו", כנ"ל): לויט דער ערשטער הסברה קומט אויס, אַז דער גילוי אור החסידות אין דורות האחרונים איז מצד זייער נידעריקייט — צוליב דעם גודל החושך אין אָט די דורות פאָדערט זיך לעומתו דער גילוי פונעם אור נעלה פון פנימיות התורה; משא"כ לויט דער צווייטער הסברה, איז דער גילוי החסידות אין די דורות האחרונים פאַרבונדן מיט מעלת הזמן: זייענדיק בבחי' „ערב שבת לאחרי חצות" איז שוין דעמאָלט דאָ אַ מעין פון דעם גילוי דלעתידכא.

ג. דער ביאור אין דעם:

ס'איז ידועכב אַז י"ט כסלו האָט אויפגעטאָן די התחלה פון דעם עיקר ד"יפוצו מעינותיך חוצה" — די הפצה פון מעינות החסידות צו אַלע אידן, אויך צו אַזעלכע וואָס געפינען זיך אין „חוצה"כג.

שוין פיל מאָל גערעדטכד וועגן דעם דיוק הלשון „יפוצו מעינותיך חוצה", אַז דאָס מיינט, אַז די מעינות אַליין דאַרפן קומען אין „חוצה"; ד. ה. ניט נאָר דאַרפן די מעינות האָבן אַ ווירקונג אויפן „חוצה" (בעת זיי אַליין בלייבן במקומם), נאָר אויך זיי אַליין דאַרפן זיך געפינען אין „חוצה"כה.

283און נאָכמער: די מעינות דאַרפן זיך געפינען אין חוצה אין אַן אופן פון „יפוצו" — זיך פאַרשפּרייטן אין חוצה, ביז אַז יעדער פרט און נקודה פון „חוצה" זאָל זיין דורכגענומען דורך די מעינות.

אַזוי ווי אַלע ענינים הויבן זיך אָן פון תורה, איז מובן אַז אויך דער ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה" — די הפצה און גילוי פון פנימיות התורה צו די אידן וועלכע געפינען זיך אין חוצה — הויבט זיך אָן דערמיט וואָס די מעינות פון פנימיות התורה קומען לידי גילוי אין נגלה דתורה, ביז זיי ווערן פאַראיינציקט לאחדים ממש.

אויך פאַר דעם אַלטן רבי'ן זיינען געווען גדולי ישראל וואָס זיינען געווען גרויס אין ביידע חלקי התורה, סיי אין נגלה דתורה און סיי אין נסתר דתורה; ופשוט, אַז זייער לימוד נסתר דתורה האָט אויפגעטאָן אַז זייער לימוד פון נגלה דתורה איז געווען באופן אחר — פונדעסטוועגן איז עס ביי זיי געווען אין אַן אופן פון צוויי באַזונדערע חלקים, גליא און סתים.

אין דעם איז באַשטאַנען דער אויפטו פון אַלטן רבי'ן, אַז ער האָט מאחד געווען ביידע חלקי התורה לאחדים ממשכו.

ד. וויבאַלד אַז „ישראל מתקשראן באורייתא"כז, און נאָכמער: „היא חיינו" און ישראל ואורייתא כולא חד — איז מובן, אַז כשם ווי ס'איז דאָ דער ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה" אין תורה — דער איחוד פון סתים וגליא דאורייתא, אַזוי איז עס אויך אין (נשמות) ישראל: דורך גילוי תורת החסידות האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה" אין דעם אדם גופאכח — דער איחוד פון סתים וגליא שבנשמתאכט:

אמת טאַקע, אַז אויך פאַר דעם גילוי פון תורת החסידות האָט דער אור האמונה (סתים דנשמתא), וואָס איז העכער פון שכל, פּועל געווען אויך אויף די כחות הגלויים — אַז אויך די כחות פון שכל ומדות זאָלן זיין באופן אחר — פונדעסטוועגן איז די אמונה אַליין געבליבן סתים און העכער פון שכל (גליא);

דער אַלטער רבי האָט אויפגעטאָן אַז די אמונה וקב"ע שלמעלה מן השכל זאָלן דורכנעמען דעם מענטשן אינגאַנצן, ביז אַז זיי גופא זאָלן אַראָפּקומען און נתאחד ווערן מיט גליא דנשמתא: אין שכל גופא זאָלן זיך אָפּלייגן און דערהערט ווערן די ענינים שלמעלה מן השכל.

ה. כשם ווי ס'איז ביי יעדערן בפרט — אַז חסידות האָט אויפגעטאָן דעם „יפוצו מעינותיך חוצה", דעם איחוד פון „מעין" שבנשמה מיטן „חוצה" שבנשמה — אַזוי איז עס אויך ביי אידן בכלל, וואָס אַלע צוזאַמען זיינען זיי אַ „קומה אחת שלימה"ל:

די „ראשי אלפי ישראל" וועלכע זיינען „בחי' ראש ומוח"לא פון אידן, זיינען בבחי' „מעין"; איז אַמאָל (פאַר284גילוי החסידות) געווען דער סדר, אַז די גדולי ישראל זיינען געווען אָפּגעזונדערט אין זייערע ד' אמות. אמת טאַקע, אַז זיי האָבן געהאַט אַ השפּעה אויף כללות עם ישראל

— צי דורך תורה, וואָס מ'פלעגט פון זיי לערנען, אָדער דורך אָפּלערנען זיך פון זיי הנהגות טובות וכו' —

דאָך זיינען זיי אַליין בכלל געווען אָפּגעשלאָסן פונעם „חוצה"; ס'איז נאָר וואָס זיי האָבן געהאַט אַ ווירקונג אויף כללות עם ישראל (און אויף פּרטי בנ"י).

דער סדר העבודה פון „יפוצו מעינותיך חוצה" האָט אויפגעטאָן, אַז די גדולי ישראל זאָלן ניט זיין אָפּגעשלאָסן אין זייערע ד' אמותלב, נאָר זיי אַליין זאָלן אַריינקומען אין „חוצה"; און אין „חוצה" זאָלן זיי זען בעני עמם וואָס „אין עני אלא בדעה"לג — און ריידן מיטן „עני" אויף דעם לשון און מיט די אותיות וואָס יענער פאַרשטייט.

נאָך מער: וויבאַלד אַז די „מעינות" דאַרפן דערגרייכן יעדער נקודה און פּרט פון דעם „חוצה", איז מובן, אַז דאָס איז כולל אַז די גדולי ישראל גיבן זיך אָפּ אויך מיט די ענינים גשמיים פון עם ישראל.

ו. תורה איז דאָך די נשמה פון דער וועלט, ווי חז"ללד זאָגן אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן „בשביל התורה שנקראת ראשית", איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד י"ט כסלו האָט אויפגעטאָן אַ חידוש אין תורה, האָט זיך ממילא אויפגעטאָן בדוגמא לזה אויך אין וועלט.

והביאור: עס איז ידוע, אַז מצד (העלם פון) עולם אַליין קען מען נאָר צוקומען צום אור אלקי וואָס איז מלובש אין וועלט, צום שם אלקים (בגימטריא הטבע) — דורך התבוננות אין עניני העולם כו' קען מען צוקומען צו דער ידיעה והכרה אַז יש מנהיג לבירה זולה; אָבער ניט צום שם הוי' וואָס איז העכער פון וועלטלו.

און הגם אַז ס'איז דאָ דער גילוי פון שם הוי' אין וועלט, דורך די נסים וואָס קומען פאַר מזמן לזמן, פונדעסטוועגן, איז דאָס ניט שייך צו וועלט גופא, ואדרבה: דאָס איז אַן ענין פון שידוד הטבע והעולם.

חסידות האָט אויפגעטאָן, אַז אין וועלט גופא זאָל זיין דער גילוי אלקות וואָס איז העכער פון וועלט; וואָס דערפאַר איז חסידות מבאר אויך בהסברה פון שכל אנושי — מיט משלים וכו' פון עניני העולםלז — ווי וועלט איז מיוחד מיטן אור אלקי וואָס איז העכער פון וועלט.

ז. וי"ל, אַז דערמיט איז מבואר וואָס דער אַלטער רבי שרייבט אין זיין באַוואוסטן בריףלח, אַז די גאולה פון י"ט כסלו איז געווען אין אַן אופן פון285„הפליא ה' והגדיל לעשות בארץ"לט:

אין דעם סדר הנהגה ווי דער אויבערשטער פירט די וועלט, זיינען פאַראַן צוויי אופנים: א) הנהגה עפּ"י טבע, אין וועלכער עס זעט זיך ניט אָן בגלוי דער חיות אלקי, וואָס די הנהגה קומט מצד דעם שם אלקים. ב) השגחה פּרטית בגלוי, אַז אין דער הנהגת הטבע איז ניכר דער אור וחיות אלקי און די השגחה פּרטית, וואָס די הנהגה נעמט זיך פון שם הוי'מ.

און אין דער הנהגה פון שם הוי' גופא זיינען פאַראַן פאַרשידענע אופניםמ: א) אין אַן אופן פון, כביכול, „קטנות" — אַז די השגחה פרטית ווערט דערהערט אין אַ הנהגה בדרכי הטבע; ב) אין אַן אופן פון „גדלות" („הגדיל וכו'") — ווען דאָס ווערט דערהערט און אַנטפּלעקט אין אַ הנהגה וואָס איז העכער פון טבע, ע"ד מחז"למא: דבר גדול מעשה מרכבה.

אָבער אויך „הגדיל" ווייזט אויף אַ הנהגה וואָס האָט אַן ערך ושייכות צו דער הנהגה פון „קטנות" — ס'איז אין דעם זעלבן סוג נאָר גרעסער, אַמאָל — אַ סך גרעסער, אָבער ניט באין ערוך פון הנהגת הטבע. ג) די הנהגה אין אַן אופן פון „הפליא", וואָס איז מובדל פון הנהגת הטבעמב.

ח. אָט די דריי אופני הנהגה פון שם הוי', זיינען די דריי סוגים אין נסיםמג:

א) נסים וואָס זיינען מלובש אין דרכי

הטבע, ביז אַז ס'איז ניט קענטיק אַז ס'איז

אַ נס (ווי דער נס פון פורים); וואָס הגם דאָס איז אַ הנהגה פון שם הוי', וויבאַלד עס זעט זיך אין דעם די השגח"פ — איז דאָס אָבער אין אַן אופן פון, כביכול, קטנות כנ"ל.

ב) נסים גלוים, זיי האָבן אָבער אַ שייכות און אחיזה אין טבע; וי"ל אַז ע"ד זה איז אויך כיבוש יריחו דורך יהושע: נאָך דעם נס פון נפילת החומה, אַ נס וואָס איז ניט געווען מלובש אין דרכי הטבע, איז ויעל העם גו' ויחרימו גו' לפי חרבמד — אַן אחיזה אין טבע. ובפּרטיות יותר — מלחמת מדין: החלצו מאתכם אנשים לצבא גו' ויצבאו גו' און צוזאַמען דערמיט „ולא נפקד ממנו איש"מה, אַ מלחמה וואָס איז ניט קיין טבע'דיקע.

[ע"ד הסיפּור הידוע, אַז אַמאָל איז צום אַלטן רבי'ן געקומען אַ חולה, וואָס אַלע דאָקטוירים האָבן פאַר אים ניט געפונען קיין רפואה. האָט דער אַלטער רבי געזאָגט אַז ער זאָל עסן אַ האַלבע שמורה־מצה מיט וואַסער — און ער איז געזונט געוואָרן.

לכאורה איז עס אַ סתירה מיני' ובי': עס איז אַן עשי' וואָס פּועל'ט בגוף החולה, מחזק הבריאות; אָבער פון דער צווייטער זייט איז, בדרכי הטבע, האָבן שמורה מיט וואַסער קיין שייכות ניט צו רפואה פאַר אַ חולה (וואָס דאָקטוירים האָבן אים אָפּגעזאָגט) ?

נאָר, כנ"ל: די רפואה איז געווען אַן ענין וואָס איז העכער פון טבע, אָבער אין אַן אופן פון האָבן אַן אחיזה אין טבע].

ג) נסים וואָס האָבן אפילו ניט קיין אחיזה אין טבע, אַזוי ווי דער נצחון נסי286אינעם אופן ווי חזקי' האָט געזאָגטמו: „אני ישן על מטתי" און וועט מנצח זייןמז.

ט. דאָס איז אויך דער דיוק הלשון „הפליא ה' והגדיל לעשות בארץ":

דער גילוי אור החסידות פון י"ט כסלו האָט אויפגעטאָן ניט נאָר די הארה פון הוי' (סתם — אין אַן אופן פון, כביכול, „קטנות", בדרכי הטבע), און ניט נאָר דעם ענין פון „הגדיל" וואָס האָט אַ שייכות צו טבע, נאָר אינעם אופן פון „הפליא ה'", וואָס איז לגמרי העכער פון טבע.

לאידך גיסא איז דער אַלטער רבי מסיים „לעשות בארץ" — ווייל די כוונה און תכלית פון תורת החסידות איז צו אַראָפּטראָגן דעם ענין פון „הפליא הוי'" — דעם אור אלקי וואָס האָט ניט קיין שייכות צו טבע — אין ארץ גופאמח.

יוד. ס'איז ידועמט, אַז דער כח צו מחבר זיין סתים און גליא שבתורה — כאָטש אַז תורה אַליין טיילט זיי אין צוויי באַזונדערע חלקים, און דער חלק פון פנימיות התורה ווערט אָנגערופן סתים (אַז עפ"י תורה איז עס ניט גליא) — נעמט זיך דערפון וואָס דער אַלטער רבי האָט ממשיך געווען „עצם פנימיות התורה"נ:

די התחלקות צווישן סתים וגליא דתורה איז נאָר מצד דער „התפשטות" פון תורה, וואָס יעדער ענין איז מוגדר אין זיין ציור; אָבער מצד דעם עצם פון תורה („עצם פנימיות התורה") איז ניטאָ קיין התחלקות און הגדרות — דער עצם פון תורה איז די עצמות הן פון סתים און הן פון גליא דתורה, און דעריבער קען מצד דעם ווערן דער חיבור פון סתים וגליא.

מהדוגמאות לדבר בהלכה: אין תורה איז ע"פּ דין דאָ פון קלה שבקלות ביז חמורה שבחמורות, און צוזאַמען דערמיט איז אַ פס"ד ברור *נ „האומר שאין התורה מעם ה' אפילו פּסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפּי עצמו הרי זה כופר בתורה. וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה" — אָן קיין אונטערשייד וועלכע תיבה אָדער וועלכן פירוש.

יא. עד"ז איז עס אויך ביי אידןנא287כנ"ל סעיף ד, אַז י"ט כסלו האָט אויך אויפגעטאָן דעם איחוד פון סתים וגליא שבנשמתא): דורך גילוי תורת החסידות — וואָס האָט אויפגעטאָן די המשכה פון „עצם פנימיות התורה" — איז נמשך געוואָרן דער גילוי פון עצם הנשמהנב, בחי' יחידה; און דעריבער האָט עס אויפגעטאָן דעם חיבור פון סתים וגליא שבנשמתא —

ובעבודה: די אמונה וקב"ע זאָלן דורכנעמען די כחות הפנימיים פונעם אדם — ווייל דער גילוי פון עצם הנשמה איז דער גילוי העצם אויך פון אַלע (ובמילא נעמט עס דורך אַלע) כחות האדםנג.

[און אַזוי אויך בנוגע כללות ישראל: דאָס וואָס י"ט כסלו האָט געגעבן דעם כח אַז „ראשי אלפי ישראל" זאָלן שטיין בגלוי בקירוב און נאָכמער — בהתאחדות מיט אַלע אידן, איז עס דערפאַר ווייל דעמאָלט איז נמשך געוואָרן דער גילוי פון בחי' יחידה הכללית פון כללות ישראל, וואָס מצד דעם איז דער קישור וחיבור פון דער „קומה אחת שלימה" פון אידן ביז אין אַן אופן פון „יחיד"נד]נה.

און בדוגמא לזה איז עס אויך אין וועלטנו (כנ"ל סעיף ו'): מצד אורות וגילויים קען ניט זיין בגלוי דער חיבור פון וועלט מיטן אור אלקי שלמעלה מן העולמות, וואָרום וויבאַלד ער איז מוגדר אין גדר האור והגילוי, קען ער ניט נתגלה ווערן אין עולם (עולם מל' העלם); דוקא מצד עצמותו ית'נא, וואָס ער איז אמיתית המציאות און איז נושא הכל, קען זיין די מציאות פון אַ יש און דאָך זאָל דער יש גופא זיין מיוחד מיטן אויבערשטן בתכלית היחודנז.

יב. דער אויפטו פון „יפוצו מעינותיך חוצה" — אַז דער עצם („מעין") זאָל נתאחד ווערן מיטן „חוצה" — דריקט זיך אויס דוקא ווען די מעינות קומען אָן אין אַזאַ חוצה וואָס איז (בל' כ"ק מו"ח אדמו"רנח) „ניט אין דעם מקום המוכשר":

דאָס וואָס די מעינות קענען אַדורכנעמען אויך אַזאַ „חוצה", וואָס איז מצ"ע ניט קיין כלי און אפילו ניט קיין „מקום המוכשר" צו די מעינותנט — איז עס נאָר צוליבן גילוי העצם פון די288מעינותס, וואָס זייענדיק דער „עצם" פון אלקות און אמיתית המציאות, איז ער דער עצם ואמיתית המציאות פון אַלע נבראים, און דעריבער נעמט עס דורך אויך אָט דעם „חוצה" וואָס (מצ"ע) איז ער ניט קיין „מקום המוכשר".

און דאָס איז דער קשר צווישן די צוויי הסברות אויף גילוי תורת החסידות אין דורות האחרונים [(א) מצד דעם גודל החושך פון די דורות, (ב) ס'איז אַ „טעימה" פון די גילויים דלעתיד]:

דער גילוי פון „עצם פנימיות התורה" דריקט זיך אויס אין דעם וואָס עס קען באַלייכטן אויך דעם חושך פון דורות האחרונים, ביז מהפך זיין אויך אָט דעם חושך לאור;

און דערמיט גופא איז מובן פאַרוואָס די „טעימה" פון תורתו של משיח (אין „ערב שבת לאחרי חצות") איז פאַרבונדן דוקא מיטן זמן ווען ס'ווערט גרעסער דער חושך הגלות, ביז צו חושך כפול ומכופּל פון דרא דעקבתא דמשיחא — ווייל דווקא אין דעםסא דריקט זיך אויס דער כח עצמי (בדרך טעימה) פון תורתו של משיח („עצם פנימיות התורה"), צו דורכלייכטן דעם גרעסטן חושךסב, ביז אַז החושך עצמו יאיר, „ולילה כיום יאיר".

יג. עפּ"י כל הנ"ל איז אויך מובן דער קשר צווישן די צוויי פּירושים אין „ויותר יעקב לבדו" [(א) „לכדו", (ב) ע"ד „ונשגב ה' לבדו"]:

דווקא אין דעם בירור פון די „פכין קטנים" — די בירורים היותר קטנים ותחתוניםסג, תכלית החושך והעלם והסתרסד — איז ניכר ונרגש דער תוכן ונקודת הענין פון „ונשגב ה' לבדו" — אמיתית „אחדותו של הקב"ה . . שהוא לבדו הוא" שמצד עצמותו ית'סה — אַז די מציאות היש איז ניט קיין סתירה צו אחדותו של הקב"ה, וואָרום מצד עצמותו ית' איז די עצמות המציאות פון „יש הנברא" — דער „יש האמיתי"סו.

(משיחות ש"פ וישלח תשכ"ז,

י"ט כסלו תשי"א, תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-h7e7e3mn

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed

Sources