עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

242משיחת ש"פ בהר־בחוקותי

א. אַזוי ווי „מפקחיןא על צרכי ציבורב בשבת", אפילו צרכי ציבור פון כמה ימים וזמן לאחרי השבת — איז כאן המקום והזמן להודיע וועגן דעם תענית שעותג וואָס „אגודת הרבנים" האָט קובע געווען אויף ערב ראש חודש סיון, צוליב דעם מצב בעולם בכלל, ובפרט אין ארץ הקודש, וואָס ס'איז דאָ (אויך) אַן „עוצו עצה" און „דברו דבר"ד, און מ'דאַרף אָנקומען צו „ותופר" און „ולא יקום"ד.

און ע"ד ווי מ'זאָגט בנוגע צו ערב שבת און ערב יו"ט — אַז דער „ערב" איז אַ הכנה צו די עניני שבת ויו"ט, אַז זיי זאָלן זיין בשלימות, בתכלית השלימות — עד"ז איז בנוגע צו ערב ראש חודש, אַז דעמולט דאַרף מען מכין זיין צו ראש חודש.

איז (אויך) אַלס איינע פון די הכנותה צו ראש חודש סיון, אַז אַלע ענינים אין אים זאָלן זיין בטוב ובשלימות, איז פועל דער תענית שעות בער"ח סיון.

ב. איז מען איצטער מודיע אַז מ'וועט זיך מצטרף זיין צו דעם תענית שעות, ובפרט אַז זינט זיי (אגוה"ר) האָבן געמאַכט די הכרזה וועגן דעם, זיינען י, מבח"ח סיון ה'תש"מ.

צוגעקומען נאָך זאַכן שאינם רצויים, שאין כאן המקום לדבר עליהם.

און מסתמא וועלן זיך צו דעם מצטרף זיין די אַלע וואָס געפינען זיך דאָ, און אויך — איבערגעבן אידן וואָס געפינען זיך בכל מקום שידם מגעת.

און די וואָס קענען ניט פאַסטן — זאָלן פודה זיין דעם תענית מיט ממון, „וחטאךו בצדקה פרוק"ז.

וי"ל עוד בזה — ע"ד המדובר כמ"פח בנוגע צו לימוד התורה, חלוקת הש"סט וחלוקת המשניות — אַז אויב איינער קען אַליין ניט מסיים זיין גאַנץ ש"ס, און עס זיינען זיך אין דערויף מצטרף כמה וכמה, וואָס כל אחד נעמט איין חלק, ווערט גערעכנט ווי יעדערער פון זיי האָט מסיים געווען די גאַנצע זאַך,

ע"ד ווי דער דין איז בהלכות שבתי אַז אַ מלאכה וואָס „זה אינו יכול וזה אינו יכול" און זיי האָבן דאָס אָפּגעטאָן צוזאַמען, ווערט דאָס פאַרעכנט פאַר יעדערן אַז ער האָט געטאָן די גאַנצע זאַךיא.

ג. דעם תענית שעות האָט „אגודת הרבנים" אויך מקשר געווען מיט אמירת243כמה קאַפּיטלעך תהליםיב, ווי זיי האָבן מפרסם געווען אין זייער מודעה און בריוו.

און מסתמא וועט מען דאָס פאַרבינדן (אַזוי ווי בכמה ענינים פון תומ"צ) אויך מיט צדקה, הוספה בצדקה — ובפרט אַז דאָס קומט בקשר צו דער הוספה בתפלה (בקשות בנוגע להמצב וכו') אין יענעם טאָג — איז דאָך „יהיב פרוטה לעני והדר מצלי"יג;

און אויך מקשר זיין דאָס מיט (אַ הוספה אין) לימוד התורה.

ד. ויה"ר אַז עס זאָל זיין ווי עס שטייט אין שו"עיד בנוגע לענין זה, אַז גלייך ווען מ'איז מחליט וועגן דעם תענית, נאָך איידער ס'איז דאָ דער תענית בפועל, איז דאָס (ההחלטה) שוין פועל פעולתה ובטוב הנראה והנגלה.

ועאכו"כ נאָך דעם תענית,

ובפרט אַז אַ תענית איז דאָך פאַרבונדן מיט צער פון אַ אידן, „מיעוט חלבו ודמו"טו — איז דאָך דאָס אויך מצער, כביכול, דעם אויבערשטן, כמרז"לטז „בשעה שאדם מצטער שכינה מה לשון אומרת קלני מראשי קלני מזרועי", ובנדו"ד — מיטן צער פון אַ ריבוי אידן איז דאָך על אחת כו"כ,

וועט דאָס זיכער פועל זיין פעולתה אַז „עוצו עצה ותופר", אין אַן אופן פון „ותופר", וואָס דאָס איז אַ הפרה (בתיקון המצב) מעיקראיז, און „דברו דבר ולא יקום", וואָרום „כי עמנו א־"ד — דער אויבערשטער איז מיט אונז, וואָרום מיר זיינען איין זאַך, כביכול, מיט דעם אויבערשטן.

ובפרט אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ ציבור, וואָס אפילו בשעת ס'איז „חבור עצבים אפרים" איז „הנח לו"יח, און נאָכמער, אַז יוצאין למלחמה ונוצחיןיט,

ועאכו"כ בשעת דער חיבור איז פאַרבונדן מיט אַן ענין פון תומ"צ, תפלה, תענית און צדקה,

ובפרט אַז דאָס איז סיי אַ ציבור פון א"י, און סיי אַ ציבור פון „בבל", פון חו"ל (וואָס בכמה ענינים ובראשם תפלה — איז דאָרטן דאָ ציבורכ).

און אין אַן אופן פון „אתם נצבים . . כולכם לפני ה' אלקיכם"כא, „לאחדים כאחד"כב, וואָס דעמולט פועל'ט זיכער די תפלה (ועד"ז — דער תענית וצדקהכג), וכמש"נכד „הן א־ל כביר ולא ימאס",

אַז עס וועלן בטל ווערן אַלע ענינים בלתי רצויים, און — אויך ענינים כהנ"ל244וואָס אַ רבים ווילן טאָן, אָדער וואָס אַ יחיד וויל טאָן.

און עס וועט זיין „אך טוב לישראל"כה תמיד כל הימים, און מ'זאָל ניט דאַרפן אָנקומען צו עניני תעניות וכיו"ב.

און עס וועט זיין ווי מ'האָט ערשט געלייענט בתורה בציבור (ובברכה לפני' ולאחרי') „ונתתי גשמיכם בעתם גו'"כו, וואָס דאָס איז כולל אַלע ענינים גשמייםכז,

און „והייתי לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם"כח וואָס איז כולל אַלע ענינים רוחניים,

„ונתתי שלום בארץ גו'"כט, ביז „ואולך אתכם קוממיות"ל נאָך זייענדיק אין גלות,

און „קהל גדול ישובו הנה"לא — בביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, במהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-f8573kcp

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources