עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

256משיחות ש"פ במדבר, ב' סיון ה'תש"מ.

א. אַזוי ווי מען געפינט זיך אין דעם טאָג פון שני בסיון, וואָס אין דעם טאָג איז „התחיל משה להתעסק עמהם בענין קבלת התורה"א,

איז אַזוי ווי בכל שנה ושנה זיינען חוזר וניעור די זעלבע ענינים וואָס זיינען געווען בפעם הראשונהב,

איז מובן, אַז בשני בסיון בכל שנה ושנה, דאַרף יעדער איד אָנהויבן זיך מתעסק זיין בענין קבלת התורה, אויף צוגרייטן זיך אַליין און אויך אַנדערע אידן (בכל מקום שידו מגעת) צו קבלת התורה, וואָס ווערט געגעבן פון־דאָסניי בחג השבועות בכל שנה ושנה.

און וויבאַלד אַז מתן תורה איז אָפּהענגיק אין דער ערבות פון אידישע קינדער (ווי עס שטייט אין מדרשג בנוגע צו מ"ת בפעם הראשונה. וואָס דערפון איז מובן אַז אַזוי איז אויך בנוגע צו מ"ת שבכל שנה),

איז מובן, אויף וויפל ס'איז נוגע די התעסקות בענין קבלת התורה מיט אידישע קינדער במיוחד, וויבאַלד אַז אין דעם איז אָפּהענגיק דער מתן תורה און די קבלת התורה פון אַלע אידן.

ב. דעריבער איז כאן המקום צו מעורר זיין נאָכאַמאָל אויף צו מוסיף זיין אין די פעולות מיט אידישע קינדער אויף צוגרייטן זיי צו קבלת התורה, דורך מעורר זיין זיי אין די טעג וואָס פאַר חגה"ש אַז זיי זאָלן מקבל זיין אויף זיך (פון־דאָס־יי) צו לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות,

און אויך אַז — בחגה"ש גופא, בעת קריאת עשרת הדברות (וואָס איז בדוגמת יום מתן תורהד), זאָלן זיין אַלע אידישע קינדער אין בית הכנסת (אינגעלעך אין עזרת אנשים, און מיידעלעך אין עזרת נשים) און הערן די עשרת הדברות.

און ווי גערעדט פריער (ערב ר"ח סיון), אַז דאָס מיינט מען אויך גאָר קליינע קינדער, און ווי עס שטייט אין היינטיקער סדרהה בנוגע צו שבט לוי, אַז אפילו אַ גאָר קליין קינד, „מבן חודש ומעלה", איז ער „שומר משמרת הקודש"ו,

ער איז שומר דעם משכן, וואָס „עיקר החפץ במשכן הוא מקום מנוחת השכינה שהוא הארון"ז, וואָס ענינו (פון ארון) איז תורה.

ג. ואע"פ אַז דאָס שטייט דאָך בנוגע צו בני לוי — איז דאָך ידועח אַז בזמן257הגלות איז „קלקלתו זוהי תקנתו"ט, אַז אַלע אידן זיינען בדוגמת כהנים ולויים

[כמובן אויך פון דעם וואָס אע"פ אַז בזמן הבית איז געווען הקרבת הקרבנות נאָר דורך כהנים — איז בזמן הגלות, וואָס תפלות כנגד קרבנות תקנוםי, איז דאָס דורך יעדער אידן],

ובפרט אַז עס רעדט זיך וועגן מתן תורה, וואָס באַ מ"ת שטייט „ואתם תהיו לי ממלכת כהניםיא", אַז אַלע אידן זיינען געווען כהניםיב (ביז צו „כהנים גדוליםיג").

דערפון איז מובן, אַז כשם ווי בנוגע צו שמירת המשכן (כפשוטו) דורך די בני לוי (בפשטות), איז אפילו אַ גאָר קליין קינד („מבן חודש ומעלה", און נאָך פריער — גלייך ווי ער איז געבאָרן געוואָרןיד) אַ „שומר משמרת הקודש",

עד"ז איז אויך בנוגע צו תורה [וואָס „עיקר החפץ במשכן" איז דער ארון, תורה] — אַז יעדער איד (וואָס ער איז דאָך איינער פון „ממלכת כהנים"), גלייך ווי ער ווערט געבאָרן, איז ער „שומר משמרת הקודש", כדלקמן.

ד. און מיט דעם (אַז גלייך ווי אַ אידישער קינד ווערט געבאָרן איז ער „שומר משמרת הקודש") קען מען מסביר זיין אַ דבר תמוה — און בפשטות:

תורה איז די „חמודה גנוזה" פון דעם אויבערשטןטו. איז דאָך מובן, אַז בשעת דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן אידן פון אַלע אומות, און אפילו פון מלאכים, און געגעבן זיי זיין „חמודה גנוזה" — טרויט ער זיי (יעדער אידן), אַז זיי וועלן אָפּהיטן זיין „חמודה גנוזה", אָפּהיטן איר כדבעי.

און וויבאַלד אַז מתן תורה — „מורשה קהלת יעקב"טז — איז געווען (אויך) צו אידישע קינדער, צו יעדער אידיש־קינד גלייך ווי ער ווערט געבאָרןיז — איז דאָס גופא מוכיח, אַז דער אויבערשטער טרויט יעדער קינד אַז ער איז אַ „שומר משמרת הקודש", אָפּהיטן די „חמודה גנוזה".

און דעריבער דאַרף מען זיך משתדל זיין כנ"ל, אַז אַלע אידישע קינדער „מבן חודש ומעלה" (און נאָך פריער), זאָלן הערן די עשרת הדברות.

ה. עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס טענה'ן: וואָס איז די פעולה פון ברענגען גאָר קליינע קינדער צו קריאת עשה"ד — בשעת אַז די קינדער פאַרשטייען עס ניט?

258איז דאָ אין דעם אַ הוראה מפורשת אין תורה, און נאָכמער — אַ מעשה רב:

עס שטייט אויף ר' יהושע בן חנני', אַז זייענדיק נאָך אַ גאָר קליין קינד אין וויגעלע, פלעגט זיין מאַמע — „אשרי יולדתו" — ברענגען אים אין בית מדרש הערן וואָס מען לערנט „בשביל שיתדבקו אזניו בדברי תורה"יח, און „אשרי יולדתו" ווערט (אויך) שבחו פון ריב"חיט, ווייל דער הערן די תורה וואָס ער האָט געהערט דעמולט האָט בייגעטראָגן, גע'פּועל'טכ אַז ער איז דערנאָך געוואָרן איינער פון די גרעסטע חכמים בדורו —

ביז אַז ווען מונה שבחם, אַן עיקר'דיקן שבח (ווי באַ ר"א בן הורקנוס — בור סוד שאינו מאבד טיפה) — איז דאָס „אשרי יולדתו".

וואָס דאָס איז בנוגע צו הערן תורה בביהמ"ד וואָס מען לערנט, און הבנה והשגה איז אַן עיקר ותנאיכא. ועאכו"כ בנוגע צו הערן קריאת התורה וואָס אע"פ וואָס לא ידע מאי קאמר — איז ער מקיים מצות ת"ת מדאורייתא ומדרבנן ולכתחלה, ער מעג און מוז מאַכן ברכות התורה לפני' ולאחרי' וכו'כב.

ולהעיר מהידועכג, אַז בשעת אַ איד איז עולה לתורה דאָ למטה אין „תחתיים", איז זיין עלי' לתורה אין אַלע עולמות — (אויך) אין „שניים שלשיים רביעיים וחמישיים".

און אפילו בשעת ער איז אין אַזאַ מצב אַז דער נפש (המלובשת בגוף) וואָס געפינט זיך אין „תחתיים" ווייס ניט — איז די העכערע דרגות — רוח נשמה חי' און יחידהכד, וואָס זיינען אין „שניים" „שלישיים" „רביעיים" און „חמישיים" — ווייסן יע,

און סוף סוף, פועל'ט עס אויך אויף און אין דרגת נפש (המלובשת בגוף).

ו. ויהי רצון, אַז מען זאָל זיך משתדל זיין בכל הנ"ל (צו ברענגען וואָס מער אידישע קינדער צו הערן די עשה"ד) ככל הדרוש, און אַז דאָס זאָל זיין בהצלחה,

און דורך דעם (וויבאַלד אַז מ"ת פון אַלע אידן איז תלוי אין „בנינו עורבים אותנו") וועט מען גיין, יעדער איד און אַלע אידן, צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות,

און נאָך פאַר דעם זאָל זיין „זכו אחישנה"כה — גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, און לערנען מפיו תורתו של משיח.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ezj2vk1z

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources