Likkutei Sichos
Bamidbar 2
6במדבר 2
א. אין פסוקא „פקוד את בני לוי גו' כל זכר מבן חודש ומעלה תפקדם", שטעלט זיך רש"י אויף „מבן חודש ומעלה" און איז מפרש: „משיצא מכלל נפליםב הוא נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש".
בפשטות קומט רש"י באַוואָרענען, אַז דאָס וואָס מען ציילט זיי „מבן חודש", איז עס ניט ווייל „בן חודש" האָט אין זיך אַ באַזונדער חשיבות (ע"ד ווי מנין בנ"י „מבן עשרים שנה גו'"ג, וואָס ער ווערט אַ „יוצא צבא"), נאָר ס'איז בלויז דערפאַר וואָס ביז ער ווערט אַ בן חודש איז מען נאָך ניט זיכער אַז דער ולד איז ניט קיין נפל; אָבער בעצם איז אַ בן לוי ראוי צו געציילט ווערן תיכף פון געבורט (וכהמשך דברי רש"י „למוד הוא אותו השבט להיות נמנה מן הבטןד כו'").
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: בדרך כלל געפינט מען ניט אַז רש"י בפירושו עה"ת זאָל זאָגן טעמים אויף מצוות ומכל שכן אויף פרטי המצוותה. איז דערפון קלאָר, אַז דאָרט וואו ער ברענגט יע אַ טעם, איז דאָס דערפאַר וואָס דורך דעם טעם ווערט פאַרענטפערט אַ קשיא אין פּשטות הכתובים. וואָס איז די קשיא דאָ וואָס דערפאַר בריינגט דאָ רש"י טעמא דקרא ?
לאידך, געפינט מען אין אַנדערע ערטער ענלעך לנדו"ד, און פונדעסטוועגן זאָגט רש"י ניט קיין טעם: פאַר אונזער סדרה — אין פ' ערכיןו שטייט „ואם מבן חודש גו' והי' ערכך גו'", און רש"י איז דאָרט ניט מבאר דעם טעם פאַרוואָס אַ פחות מבן חודש האָט ניט קיין ערך; עד"ז ביים ציוויז „שור או כשב גו' ומיום השמיני והלאה ירצה לקרבן גו'", איז רש"י ניט מבאר פאַרוואָס מ'דאַרף וואַרטן ביז „יום השמיני" (כאָטש אין תרגום יונתן שטייט דער טעםח „דישתמודע דלא נפיל"). היינט פאַרוואָס עפּעס דאָ מוז רש"י אַראָפּברענגען טעמא דקרא?
ב. נאָך מער תמוה איז דאָס וואָס רש"י איז מוסיף „(משיצא מכלל נפלים) הוא נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש":
א) דאָ וויל מען מסביר זיין פאַרוואָס מען ציילט שבט לוי מבן חודש ומעלה — איז וואָס איז דאָ נוגע אַז דער מנין איז „ליקרא שומר משמרת הקודש"?
נאָכמער: שפּעטער אין פרשהט ביים מנין הבכורות שטייט אויך „פקוד גו'7מבן חודש ומעלה גו'" — וואָס דאָס איז דאָך ניט „ליקרא שומר משמרת הקודש" און כללות הטעם איז די זעלבע, ווי רש"י טייטשט „משיצא מכלל ספקי נפלים"? אויך איז רש"י ניט מוסיף דאָרט אַן אַנדער כוונה פון דעם מנין.
ב) וואָס איז דאָ רש"י מחדש ? — עס שטייט דאָך שוין בפירוש אין די פריערדיקע פסוקיםיא אַז ענינו פון שבט לוי איז „ושמרו את משמרתו גו' לעבוד את עבודת המשכן"!
ג) אויב משום איזה טעם דאַרף רש"י זאָגן דאָ אין וואָס באַשטייט די עבודה פון שבט לוי — פאַרוואָס איז ער משנה פון דעם לשון פון פריערדיקען פסוק הנ"ל און זאָגט „שומר משמרת הקודש", וואָס איז פון אַ שפּעטערדיקען פסוקיב. די תמי' איז נאָך גרעסער: דער לעצטער פסוק שטייט נאָר ביי בני קהת און ניט ביי כללות הלויים?!
[ואע"פ אַז אין פסוקיג „ונשיא נשיאי הלוי גו' פקודת שמרי משמרת הקודש" טייטשט רש"י: „ועל מה היא נשיאותו פקודת שומרי משמרת הקודש על ידו הי' פקודת כולם", אַז דאָס גייט אויף אַלע לוים — איז אָבער אַלץ ניט מובן פאַרוואָס שרייבט רש"י דאָ אַ לשון (פון אַ פסוק) וואָס שטייט בעיקר ביי בני קהת, בעת ער האָט געקענט ברענגען כמה לשונות וואָס שטייען ביי אַלע לוים].
ד) אין פריערדיקן פסוקיד וועלכער רעדט אויך וועגן דער אַנדערשקייט פון מנין שבט לוי „אך את מטה לוי לא תפקוד גו'" שרייבט רש"י דעם טעם „כדאי הוא לגיון של מלך להיות נמנה לבדו" — און דאָ איז רש"י משנה און זאָגט „שומר משמרת הקודש", און ניט „נמנה בלגיון של מלך"?
ג. דער הכרח פון רש"י צו מבאר זיין „משיצא מכלל נפלים" — וואָלט מען לכאורה געקענט זאָגן: דער ציווי „פקוד את בני לוי" קומט דאָך בהמשך צום דיבור ה' „ואני הנה לקחתי את הלוים מתוך בנ"י תחת כל בכור גו' והיו לי הלוים כי לי כל בכור ביום הכתי כל בכור בארץ מצרים"טו; און וויבאַלד אַז „והיו לי הלוים" איז דאָס „תחת כל בכור" — וואָס אין דעם גייען אַריין אַלע בכורות, אפילו די וואָס פאַר „בן חודש" (אַזוי ווי „הכתי כל בכור בארמ"צ" שבפסוק — זיינען געמיינט אַלע בכורות), האָט דאָך דער ציווי „פקוד את בני לוי" — וואָס קומט בהמשך צו „והיו לי הלוים" — געדאַרפט אַרייננעמען אַלע לוים אַז זיי זאָלן זיין „לי", אויך די8קלענערע ווי „בן חודש"? דעריבער מוז רש"י מסביר זיין אַז באמת וואָלט מען געציילט די בני לוי „מן הבטן", נאָר מ'וואַרט ביז „יצא מכלל נפלים".
אָבער עפ"ז, אַז דער ציווי „פקוד את בני לוי" קומט בהמשך צו „ואני הנה לקחתי את הלוים גו' תחת כל בכור גו'", ווערט ערשט שווער — וואָס רש"י זאָגט אַ טעם (וחשיבות) אין בני לוי מצד עצמן אויף דעם וואָס מ'ציילט זיי „מבן חודש":
א) וויבאַלד די לוים זיינען „תחת כל בכור גו' מבני ישראל", און (כדלקמן בפרשהטז) די בכורות האָט מען געדאַרפט ציילן (און פודה זיין זיי מיט די לוים) נאָר „מבן חודש ומעלה" — קומט דאָך אויס, אַז בדרך ממילא האָט מען אויך די לוים („תחת כל בכור") געדאַרפט ציילן נאָר „מבן חודש ומעלה";
היינט פאַרוואָס לערנט רש"י דעם טעם אויף „מבן חודש" ביי לוים ווייל דעמאָלט „יצא — דער לוי — מכלל נפלים", און ניט — ווי עס לערנען טאַקע כמה ממפרשי התורהיז (גענומען פון במדבר רבהיח) — ווייל די לוים זיינען אַ פדיון פון די בכורות און מנין הבכורות איז „מבן חודש ומעלה"?
[אמת טאַקע אַז מנין הבכורות „מבן חודש ומעלה" איז צוליב דעם טעם וואָס „יצא מכלל ספק נפלים" (כפרש"י שם, וכנ"ל ס"ב) — אָבער ע"פ הנ"ל — איז באַ בני לוי ניט דאָס דער טעםיט].
ב) עפ"ז ווערט נאָך שווערער וואָס רש"י זאָגט „(משיצא מכלל נפלים) הוא נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש": לכאורה איז דער טעם המנין משיצא כו' (ניט נאָר „ליקרא שומר משמרת הקודש", נאָר אויך) צוליב פדיון הבכורות, (ואדרבה) דער טעם איז מפורש שפּעטער אין פרשה?
ד. ווייטער איז רש"י ממשיך: „א"ר יהודה ב"ר שלום למוד הוא אותו השבט להיות נמנה מן הבטן שנאמרכ אשר ילדה אותה ללוי במצרים עם כניסתה בפתח מצרים ילדה אותה ונמנית בשבעים נפשכא שכשאתה מונה חשבונם לא תמצאם אלא שבעים חסר אחת והיא השלימה את המנין".
איז אויך דאָ ניט מובן: א) ווי גערעדט פריער איז רש"י ניט מפרש טעמא דקרא סיידן עס ווערט דורכדעם פאַרענטפערט אַ קשיא אין פשוטו של מקרא — פאַרוואָס ברענגט דאָ רש"י דעם מאמר אַז „למוד הוא אותו השבט כו'"?
ב) דער בן חמש (למקרא) דאַרף ניט אָנקומען צו למוד הוא כו' ווייל ער האָט שוין פריעריד געלערנט „אך את מטה לוי לא תפקוד גו' בתוך בנ"י", און רש"י טייטשט דאָרטן: „כדאי הוא לגיון של מלך להיות נמנה לבדו. דבר אחר צפה הקב"ה כו' על כל הנמנין מבן עשרים שנה ומעלה כו' אמר אל יהיו אלו בכלל כו'", וואָס פון ביידע פירושים איז מובן, אַז זייענדיק „לגיון של מלך", אויסגעטיילט פון אַלע אידן, איז זייער מנין ניט דומה צום מנין בנ"י.
ג) לאידך: וואָס איז די ראי' פון יוכבד לעניננו: דאָ ציילט מען „כל זכר" און9כדי „ליקרא שומר משמרת הקודש", משא"כ דאָרט האָט מען געציילט „שבעים נפש" און כדי צו וויסן „הבאים מצרימה"?
ה. אויך זיינען דאָ כו"כ דיוקים אין לשון רש"י:
א) „נמנה מן הבטן" — בשינוי פון דעם מקור פון דער מימרא של ר"י בר"ש (תנחומאכב, במדבר רבהכג ועודכד) וואו דער לשון איז „עד שהם קטנים"?
אפילו מ'זאָל זאָגן אַז רש"י איז משנה דעם לשוןכה צו מדגיש זיין אַז דאָס מיינט אפילו קטנים וואָס זיינען ערשט געבאָרן געוואָרןכו (פאַר „מבן חודש ומעלה")
— וואָס דערמיט איז אויך מובן וואָס רש"י איז מוסיף „שנאמר אשר ילדה אותה ללוי במצרים עם כניסתה בפתח מצרים ילדה אותה" (כאָטש דאָס ווערט ניט געבראַכטכז בדברי ר"י בר"שכח ווי זיי שטייען אין מדרש) — ווייל ער וויל מדגיש זיין אַז דאָס איז תיכף משנולד —
איז מער מתאים דער לשון „משנולד", וואָס באַצייכנט דעם בן לוי המנוי, און ניט „מן הבטן" — בטן אמו?
ב) דער לשון הגמראכט (און בכמה מדרשים) איז לידתה „בין החומות" — פאַרוואָס שרייבט רש"י „כניסתה בפתח מצרים"ל?
ג) וואָס איז רש"י מדייק בלשונו „כניסתה בפתח מצרים"ל, און ניט סתם „כניסתה למצרים"?
ד) פאַרוואָס ברענגט רש"י די ראי' אַז מ'האָט געציילט יוכבד בין הבאים מצרימה פון דעם וואָס „נמנית בשבעים נפש" — די ראי' איז דאָך שוין דאָ פון אַ פריערדיקן פסוקלא — „אלה בני לאה גו' כל נפש גו' שלשים ושלש", און „בפרטן אי אתה מוצא אלא ל"ב"לב — האָט רש"י געדאַרפט ברענגען די ראי' פון דאָרט?
[הגם אַז אַזוי ווערט עס געבראַכט אין דער מימרא פון ר"י בר"ש — איז: א) הא גופא קשיא, ב) ווי גערעדט כמה פעמים, איז ניט ענינו של רש"י צו אַראָפּברענגען אין זיין פירוש דרשות10רז"ל, סיידן דאָס איז שייך צו פשוטו של מקרא; האָט רש"י געדאַרפט ברענגען ניט די מימרא פון ר"י בר"ש, נאָר די ראי' פון פריערדיקן פסוקלג. ובפרט אַז אויך די ראי' פון יענעם פסוק געפינט זיך בדברי רז"ללד].
ה) פאַרוואָס קלייבט אויס רש"י די גירסא פון תנחומאכב אַז לא תמצאם אלא „שבעים חסר אחת" — און ניט ווי די גירסא (קצרה) אין במדבר רבהכג — „הרי ס"ט"לה?
ו) פאַרוואָס איז רש"י כופל בסיום פירושו „והיא השלימה את המנין" נאָכדעם ווי ער האָט שוין פריער געזאָגט „ונמנית בשבעים נפש"? ובפרט אַז די הוספה איז ניטאָ אין מדרשלו.
ז) פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך דעם שם בעל־המימרא — ר' יהודה בר' שלום — וואָס דאָס טוט ער, ווי שוין גערעדט כמה פעמים, נאָר לשם תוספות ביאור אין זיין פירושלז?
ו. דער פלא אין די אויבנדערמאָנטע דיוקים ווערט נאָך גרעסער: רש"י האָט שוין אַראָפּגעבראַכט אין פ' ויגשלא דעם זעלבן ענין — אַז יוכבד ווערט געציילט במנין הנפש הבאים מצרימה — אָבער דאָרט:
(א) שטעלט זיך רש"י (און ברענגט דעם מרז"ל) אויפן פסוק „אלה בני לאה גו' כל נפש גו' שלשים ושלש", (ב) ער זאָגט „ובפרטן אי אתה מוצא אלא ל"ב" — און ניט „ל"ג חסר אחת", (ג) ער זאָגט „אלא זו יוכבד שנולדה בין החומות בכניסתן לעיר"לח, (ד) איז ניט כופל צום סוף „והיא השלימה את המנין" (ה) ברענגט ניט אַראָפּ דעם שם בעל המימראלט פון „ובפרטן אי אתה מוצא אלא ל"ב"?!
דער פלא איז נאָך גרעסער: אויך אין פ' פינחס — אויפן פסוקכ „אשר ילדה אותה ללוי במצרים" — ברענגט רש"י אַז יוכבד איז געווען אין דעם מנין פון שבעים נפש, נאָר דאָרט זאָגט ער בקיצור *לט — „כשנכנסו לתוך החומה ילדתה והיא השלימה מנין שבעים שהרי בפרטן אי אתה מוצא אלא ששים ותשע";
היינט אפילו אויב רש"י מוז דאָ ברענגען די ראי' דערפון וואָס „נמנית בשבעים", האָט ער געקענט שרייבן בקיצור ווי פרש"י אין פ' פנחס (וואָס איז קרוב צום לשון הגמרא אין ב"במ) — (א) „אי אתה מוצא אלא ס"ט" — ניט „שבעים חסר אחת", (ב) ניט כופל זיין „ונמנית בשבעים נפש . . והיא השלימה את המנין", (ג) ניט ברענגען דעם שם בעל המימראמא?
ווי געזאָגט פריער (ס"ג), קומט דער פסוק בהמשך צו „ואני הנה לקחתי את הלוים מתוך בנ"י גו' והיו לי הלוים" —11איז רש"י דאָרט מפרש: „מתוך בנ"י — שיהיו ישראל שוכרין אותן לשירות שלי . . לפי שהיתה העבודה בבכורות כו' והלוים כו' נבחרו תחתיהם"; ד. ה. רש"י לערנט אַז „לקחתי את הלוים גו' תחת כל בכור גו'" מיינט דאָס ניט דעם ענין וואָס לויים זיינען פודה די בכורות (ווי עס לערנען אַנדערע מפרשיםמב) — ווייל דער ציווי אויף דעם פדיון איז געקומען ערשט שפּעטער, נאָכן מנין הלוים; נאָר דאָס איז אַן ענין בפני עצמו: דער אויבערשטער האָט בוחר געווען בלוים „תחת כל בכור" — „שיהיו ישראל שוכרין אותן לשירות שלי".
קען שוין רש"י ניט לערנען אַז דער טעם פון מנין הלוים „מבן חודש ומעלה" איז ווייל ענינו איז בכדי צו פודה זיין די בכורות „מבן חודש ומעלה" — ווייל אויף דעם איז מען אָנגעזאָגט געוואָרן און דאָס איז נתחדש געוואָרןמג ערשט שפּעטער.
ח. וויבאַלד אַז דער מנין הלוים קומט בהמשך צו די פסוקים וואָס ריידן וועגן עבודת הלוים, איז מסתבר צו זאָגן אַז דער מנין איז פאַרבונדן מיט זייער עבודה — איז דאָך תמוה: עבודת הלוים הייבט זיך ערשט אָן „מבן שלשים גו'"מד, האָט דאָך זייער מנין אויך געדאַרפט זיך אָנהויבן „מבן שלשים" — וואָס פאַר אַ שייכות האָט אַ לוי „מבן חודש" צו דער עבודת בני לוימה?
דעריבער מוז רש"י מוסיף זיין „נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש": אויך אַ „בן חודש ומעלה" האָט אַ שייכות צו עבודת בני לוי, ווייל פון דעמאָלט אָן (הגם ער טוט ניט קיין עבודה) ווערט ער אָנגערופן — „ליקרא — שומר משמרת הקודש".
ט. עפ"ז איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: בשלמא דאָס וואָס מען דאַרף ציילן שבט לוי באַזונדער, אָדער אפילו וואָס מען ציילט זיי מבן חודש ומעלה — קען מען פאַרשטיין, וויבאַלד זיי זיינען „לגיון של מלך", זיינען זיי אַנדערש פון אַנדערע שבטים; אָבער פאַרוואָס זאָל ביי זיי זיין די מעלה אַז שוין „מבן חודש ומעלה" זאָלן זיי גערופן ווערן „שומר — תואר המורה על פעולה, ל' הווהמו — משמרת הקודש"?
אויף דעם ברענגט רש"י „אמר ר"י בר"ש למוד הוא אותו השבט כו'", און טייטשט גלייך אויס אַז ניט נאָר האָט מען יוכבד'ן געציילט, נאָר זי איז אַריין אין דעם מספר פון „שבעים נפש", און נאָכמער, זי האָט משלים געווען צום מנין;
וואָס דער דיוק גיט צו פאַרשטיין אויך אַ בן חמש, אַז דאָס וואָס דער פסוק איז מדגיש דעם מספר נפשות „לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים"מז, איז דאָ אין דעם אַ שלימות, שבעים ווייזט אויף אַ שלימותמח, כללות פון דעם גאַנצן12אידישן פאָלקמט; און יוכבד האָט משלים געווען אָט דעם מנין, ד. ה. זי האָט אויפגעטאָן אַ שלימות אין גאַנצן „בית יעקב", זיי זאָלן צוקומען צום ווערן במספר שבעים.
און וויבאַלד אַז „למוד הוא אותו השבט" אַז באַלד ביים געבורט האָבן זיי בכח צו פועל'ן שלימות אין גאַנצן „בית יעקב" — דערפאַר קען מען זיי ציילן שוין „מבן חודש", און זיי אויך אָנרופן „שומר משמרת הקודש" — אַ תפקיד וואָס איז נוגע אַלע אידן (וכלשון רש"י הנ"ל — „שיהיו ישראל שוכרין אותן כו'").
[דערמיט ווערט אויך מובן — (א) וואָס רש"י ברענגט די ראי' פון „שבעים" און ניט פון „שלשים ושלש". (ב) וואָס ער חזר'ט איבער „והיא השלימה את המנין"].
יו"ד. ביים בן חמש למקרא — עכ"פ אַ תלמיד ממולח*49 — איז אָבער ניט גלאַטיק: וויבאַלד אַז ביז „בן שלשים" איז מען ניט קיין „שומר משמרת הקודש" — וואָס טוט אויף דאָס אָנרופן אים מיטן נאָמען, וואָס איז אַ קריאה בעלמאנ?
דעריבער איז רש"י מעתיק אויך דעם נאָמען פון בעל המימרא „ר' יהודה בר' שלום", וואָס ער גייט לשיטתו, אַז קריאת שם אַליין איז אַן ענין:
דער ירושלמינא פרעגט: „כתיבנב והימים אשר מלך דוד על כל ישראל ארבעים שנה וגו' וכתיבנג בחברון מלך על יהודה שבע שנים וששה חדשים ובירושלים מלך שלשים ושלש שנה וגו'" — אַז בפועל איז מלך מ' שנה מיט זעקס חדשים ? און ברענגט אויף דעם כמה תירוצים. דערנאָך ברענגט ער: „א"ר יודן בי ר' שלום כתיבנד כי ששת חדשים ישב שם יואב וכל ישראל א"ל הקב"ה אני אמרתי לך אל תתגרו בםנה וביקשת להתגרות בם חייך שאינן נמנין לך". זעט מען דערפון שיטתו פון ר"י בר"ש, אַז דאָס וואָס די תורה רופט אים ניט אָן בשם מלך במשך ששה חדשים, איז דאָס אַליין שוין אַן עונש, כאָטש אויך דעמאָלט האָט ער (לויט דער שיטהנו) געהאַט אַ דין פון אַ מלך;
און מרובה מדה טובה כו', אַז דאָס אַליין וואָס מ'רופט די לוים, „שומר משמרת הקודש" איז שוין אַן ענין של מעלה וחשיבות.
יא. עס בלייבט נאָך אָבער שווער [נוסף אויף די דיוקים (דלעיל ס"ה): א) „נמנה מן הבטן", ב) „כניסתה בפתח מצרים", ג) „שבעים חסר אחת"] — פאַרוואָס ברענגט רש"י דוקא די מעלה פון „שומר משמרת הקודש"?
13אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק: סףסף, ווי קען מען אפילו בלויז אָנרופן די לוים „מבן חודש ומעלה" מיטן נאָמען „שומר משמרת הקודש" בשעת זיי זיינען בפועל ניט שומרנז?
וואָלט מען לכאורה געקענט זאָגן, אַז (אויך) צוליב דעם איז רש"י מעתיק דעם שם בעל המימרא — ר' יהודה בר"ש — ווייל לשיטתו קען מען אָנרופן אויך אַ ניי־געבארענעם קינד ע"ש פעולותיו בעתידנח:
די משנה זאָגט אין נדריםנט, אַז אויב איינער זאָגט „קונם שאיני נהנה לזרע אברהם אסור בישראל ומותר באומות העולם". פרעגט דער ירושלמיס „ואין ישמעאל בכלל זרעו של אברהם? (און ענטפערט, אַז עס שטייטסא) כי ביצחק יקרא לך זרע. (פרעגט ער ווייטער) ואין עשו בכלל זרע יצחק. א"ר יודן בר שלום ביצחק במקצת יצחק. ר' הונא אמר בי"ת (פון ביצחק) תרי, בן שהוא עתיד לנחול שני עולמות העולם הזה והעולם הבא".
לכאורה איז ניט מובן די הסברה פון ר"י בר"ש אין דעם ענין „ביצחק במקצת יצחק": עשו איז דאָך פאָרט געווען זרע יצחק ובפרט קודם שיצא לתרבות רעה — (משא"כ בנוגע לישמעאל — איז דער פסוק אַליין ממשיך גלייך ומבאר „(וגם את) בן האמה" — ניט אברהם'ס) — אויך
לא בא הכתוב לסתום אלא לפרשסב: וואו ליגט עס אין פסוק אַז יעקב איז דער „מקצת" און ניט עשו? מוז מען זאָגן, אַז היות ווי ביים עלטער פון י"ג שנהסג, יצא עשו לתרבות רעהסד, איז שוין משעת לידתו איז ער ניט זרעו של יצחקסה,
און מרובה מדה טובה — וויבאַלד אַז די לוים וועלן בעתיד זיין „שומר משמרת הקודש", קען מען באַלד משעת לידתם אָנרופן זיי מיט אָט דעם נאָמען.
אָבער דער תירוץ איז ניט אויסגעהאַלטן, וויילסו [נוסף לזה וואָס עס לייגט זיך ניט אַז אויף אַזאַ גאַנצע שקו"ט זאָל רש"י בלויז מרמז זיין מיט אַראָפּברענגען דעם שם בעל המימראסז — איז] אויך אין בבליסח שטייט דער זעלבער תירוץ „ביצחק ולא כל יצחק", און דאָרטן איז דאָס אַ סתם גמרא — ד. ה. לדעת הבבלי (וואָס הלכה כבבלי) איז דאָס ניט קיין שיטה פון ר"י בר"ש, נאָר ס'איז אַ פירוש סתם, לדברי הכל.
נאָכמער ועיקר: רש"י האָט שוין פריערסט אַראָפּגעבראַכט דעם מאמר14„כי ביצחק ולא כל יצחק", און ברענגט עס סתם ניט בשם ר"י בר"ש.
מיטן ענין פון „שומר משמרת הקודש" מיינט רש"י שמירה בפשטות, וואָס די לוים האָבן געהיט דעם משכן „שלא יקרב זר"ע וכמש"נעא „ושמרו הלוים את משמרת משכן העדות", און צוליב דעם איז (ע"ד הפשט) געווען דער ציווי „והלוים יחנו סביב למשכן העדות"עא.
און דערפאַר קען מען — „ליקרא" — אָנרופן די לוים „שומר משמרת הקודש" שוין „מבן חודש ומעלה", ווייל מיט זייער חני', געפינען זיך סביב למשכן העדות, זיינען זיי „שומרי משמרת הקודש", כאָטש צו דער עבודה פון שמירת המשכן זיינען זיי נאָך ניט שייךעב.
[משא"כ בנוגע אַנדערע עבודות פון שבט לוי (וואָס צוליב זיי ווערן לוים אָנגערופן לגיון של מלך) פּאַסט ניט צו זאָגן אַז די וואָס טוען ניט די עבודה בפועל זאָלן שוין זיין אין לגיונו על שם העתיד].
יג. פרעגט אָבער דער בן חמש למקרא: דאָס ציילן די לוים „מבן חודש ומעלה" באַווייזט אויף אַ מעלה וואָס זיי פאַרמאָגן; אָבער די מעלה פון אַ „בן חודש" וואָס איז „שומר משמרת הקודש" איז ניט זיין מעלה — ער טוט דערצו גאָרניט; ס'איז תלוי באמו, וואָס זי האָט אים געבאָרן און זי האַלט אים (צריך לאמו*72) אַרום זיך במחנה לוי' — „סביב למשכן העדות"?
אויך קען מען פרעגן: פּונקט ווי די לוים היטן דעם משכן דורך זייער חני' סביב המשכן שלא יקרב זר מבנ"י, אַזוי היטן אַלע בנ"י דעם משכן דורך זייער חני' סביב (הלוים וואָס זיינען סביב) למשכן, שלא יקרבו אומות העולם — איז וואָס איז די באַזונדערע מעלה פון שבט לוי בענין שומר משמרת הקודש, וואָס צוליב דעם ווערן נאָר זיי געציילט „מבן חודש ומעלה"?
דעריבער ברענגט רש"י די מימרא פון ר"י בר"ש אַז „למוד הוא אותו השבט להיות נמנה מן הבטן כו'", וואָס דערמיט ווערן פאַרענטפערט די ביידע שאלות: שבט לוי („אותו השבט") ווערט נמנה „מן הבטן", ד. ה. אפילו ווען דער ולד איז ערשט „מן הבטן" און זיין מעלה איז תלוי' באמו, שוין דאַן ווערט ער נמנה באַזונדער, אַ מציאות פאַר זיך אַלייןעג.
און בכדי צו מאַכן קלאָר אַז דאָס וואָס יוכבד „נמנית בשבעים נפש" איז עס ניט ווי זי איז שוין אינגאַנצן אַ מציאות פאַר זיך, נאָר ווי זי האָט נאָך אַ שייכות מיט בטן אמה, איז רש"י מדייק: א) „עם15כניסתה בפתח מצרים ילדה אותה", ב) „לא תמצאם אלא שבעים חסר אחת".
והביאור: מען קען ניט רעכענען יוכבד'ן ווי זי איז אַ מציאות פאַר זיך — לאחרי הלידה — צווישן די „בני ישראל הבאים מצרימה"עד, ווייל זי איז געבאָרן געוואָרן ערשט „עם כניסתה בפתח מצרים"עה; בשעת אָבער מען רעכנט איר ווי זי איז „מן הבטן", דעמאָלט — מצד אמה — איז זי „הבאים מצרימה", וויבאַלד זי איז שוין געווען בבטן אמה פאַר כניסתה למצרים.
און דאָס איז דער דיוק „אשר ילדה אותה . . עם כניסתה בפתח מצרים": וואָלט זי געבאָרן געוואָרן פריער — איז זי שוין אַ מציאות לעצמה ווי אַלע אַנדערע במספר שבעים נפש (און האָט ניט קיין שייכות לעניננו — נמנה מן הבטן); וואָלט זי געבאָרן געוואָרן שפּעטער — קען מען איר ניט רעכענען אין „הבאים מצרימה", ווייל כל זמן זי איז בבטן אמה איז זי ניט קיין מציאות פאַר זיך נאָר „ירך אמה". וויבאַלד אָבער זי איז געבאָרן געוואָרן „עם כניסתה בפתח מצרים" — וואָס ענינו של פתח איז צו מחבר זיין דעם חוץ לעיר מיט דער שטאָט — ווערט נצטרף איר זיין בבטן אמה פאַר דער כניסה מיט לידתה „עם כניסתה בפתח מצרים".
און דאָס איז אויך דער דיוק „לא תמצאם אלא שבעים חסר אחת": אויך פאַר לידת יוכבד איז געווען שבעים נפש, וואָרום זי איז שוין געווען נגמרה לגמרי בבטן אמה, ס'איז אָבער געווען אין אַן אופן פון „שבעים חסר אחת"עו: עס זיינען דאָ שבעים, אָבער זיי זיינען „חסר (דעם בפועל פון) אחת"; „והיא השלימה את המנין" — דורך איר לידה איז צוגעקומען אַ שלימותעז אין די „שבעים (וועלכע זיינען) חסר אחת", עס זאָל ווערן שבעים אָן „חסר" — שלמים.
אויפן פסוקעח „אנכי שלומי אמוני ישראל" איז מבואר אין חסידותעט (מיוסד אויפן זהרפ) אַז דאָס גייט אויף ספי' המלכות „שמשלמת לכל ספירה וספירה"פא. וואָס דער פירוש אין דעם איז (ניט נאָר אַז מלכות איז משלים דעם מספר פון עשר ספירות — וואָס דאָס16איז ניט קיין ענין מיוחד אין ספי' המלכות, יעדע ספירה איז דאָך משלים דעם מספר הספירות, וואָס מספרן עשר — נאָר) אַז אין צוגאָב צו איר זיין איינע פון די עשר ספירות, פועל'ט מלכות אַ שלימות אין יעדערער פון אַלע ספירות.
פון דעם איז מובן בנוגע דעם פירוש חז"לפב אויף „אנכי שלומי אמוני ישראל", אַז דאָס גייט אויף סרח בת אשר שאמרה „אני הוא שהשלמתי מנינן של ישראל במצרים" — אַז דער „השלמתי" איז אויך פון לשון שלימות [ובפרט ע"פ המבואר אין אוה"תפג אַז סרח בת אשר „י"ל שהוא המלכות"].
פון דעם איז אויך מובן בנוגע לשון רש"י אַז יוכבד „השלימה את המנין", אַז דאָס איז דער ענין פון שלימות אין דעם (מנין פון) כל בני ישראל.
טו. דאָס וואָס מלכות פּועל'ט אַ שלימות אין אַלע ספירות, איז דאָס ווייל דורך מלכות ווערט נמשך דער גילוי אויך אין עולמות בי"ע, וואָס דאָס איז דער „עיקר הכוונה של המאציל"פד; וויבאַלד אָבער אַז ספי' המלכות איז זיך מתלבש אין עולמות בי"ע, האָט זי ניט בכח — מצד עצמה — אויפצוטאָן דעם גילוי אין בי"ע, ווייל „אין חבוש מתיר עצמו"פה; נאָר עס איז מצד דעם וואָס אין מלכות איז מאיר דער אור פון די ספירות וואָס זיינען העכער פון (דער התלבשות פון) ספירת המלכות.
און דאָס איז דער טעם פנימי וואָס יוכבד האָט משלים געווען דעם מנין אין דעם אופן וואָס לידתה איז געווען „עם כניסתה בפתח מצרים"פו: בכדי צו פועל'ן די שלימות אין (מנין) בנ"י, איז דאָס דוקא דורך דעם וואָס לידתה איז „עם כניסתה כו'" (בדוגמת די ירידה פון מלכות לבי"ע); אָבער לאידך, זיינען אַלע ימי עיבורה געווען פאַר דער כניסה למצרים [און דוקא מצד דעם קען זי אַריינגיין אין דעם מנין, כנ"ל סי"ג בדיוק „עם כניסתה בפתח מצרים"] — ווייל דער כח צו אַראָפּגיין און פועל'ן אַן ענין פון גאולה אין מצרים [וכמש"נפז „ותחיינה את הילדים"], נעמט זיך פון אַן אָרט וואָס איז „מחוץ" (און העכער) פון מצרים (וגבולים).
און דאָס איז אויך מרומז אין דעם שם בעל המימרא — ר' יהודה ב"ר שלוםפח: „יהודה" — הפעם אודה, הודאה, ספי' המלכותפט. „שלום" גייט אויף תורה („ניתנה לעשות שלום בעולם"צ), און ספי' התפארתצא. ר' יהודה ב"ר שלום איז דער חיבור פון מלכות און תפארת; קב"ע ותורה.
און אין תורה עצמה: דער חיבור פון גליא דתורה — מלכות, מיט פנימיות17התורה — תפארתצב, „דלית תמן לא קשיא כו' ולא מחלוקת כו'"צג, וואָס דורך דעם חיבור איז קא אתי מר, דא מלכא משיחא, ובקרוב ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ח
- Id
- rh-epw9nvdp