עברית
Library

Likkutei Sichos

Bamidbar 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1א. אין פּסוקא „ואת אהרן ואת בניו תפקוד ושמרו את כהונתם והזר הקרב יומת", איז רש"יב מפרש די ווערטער „ושמרו את כהונתם" — „קבלת דמים וזריקה והקטרהג ועבודות המסורות לכהנים". ד. ה. רש"י לערנט אַז „כהונתם" מיינט — די עבודות פון די כהנים, און „ושמרו את כהונתם" — מ'זאָל ניט דערלאָזן אַ „זר" צו טאָן איינע פון די עבודותד („והזר הקרב יומת").

דער אבן עזראה אָבער טייטשט „ושמרו את כהונתם" — „שלא יבואו לידי פּסלות". ד. ה. די כהנים דאַרפן זיך היטן (זייער כהונה) אַז זיי זאָלן ניט ווערן פּסול לכהונה (דורך טומאה וכו').

דאַרף מען פאַרשטיין: פון וואַנעט נעמט רש"י צו טייטשן דעם וואָרט „כהונתם" (ניט כפשוטו — די כהונה אַליין, כפּירוש האָבן עזרא — נאָר) „עבודות המסורות לכהנים"ו?

[מ'קען ניט זאָגן, אַז רש"י'ס הכרח איז פון דעם סיום הפּסוק „והזר הקרב יומת", וואָס רעדט וועגן אַ זר וואָס טוט איינע פון די עבודות הכהנים און דערפון איז מוכרח אַז אויך אין התחלת הכתוב רעדט זיך וועגן עבודות הכהנים — ווייל אויב אַזוי, וואָלט רש"י אין זיין דבור־המתחיל מעתיק געווען אויך די ווערטער פון סיום הפּסוק, אָדער לכה"פּ זיי מרמז געווען דורכן וואָרט „וגומר".

און דער טעם פאַרוואָס ס'איז טאַקע ניט קיין הכרח פון דעם סיום הפּסוק איז פּשוט, ווייל מען קען זאָגן אַז „והזר הקרב יומת" איז ניט קיין המשך הענין פון „ושמרו את כהונתם", נאָר ס'איז אַ צווייטער ענין].

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אין דעם דבור־המתחיל אויך די ווערטער „ושמרו את" — און ער באַנוגנט זיך ניט צו מעתיק זיין נאָר דעם וואָרט (וועלכען ער איז מפרש) „כהונתם"?

ב. לערנענדיק דעם פּירוש רש"י קומט אויס בהשקפה ראשונה, אַז „קבלת דמים וזריקה והקטרה" זיינען דוגמאות פּרטיות פון די „עבודות המסורות לכהנים".

אָבער אויב מ'זאָל אַזוי לערנען — איז ניט מובן:

א) די אריכות אין רש"י — (א) צוליב וואָס דאַרף רש"י בכלל ברענגען דוגמאות? ער האָט געדאַרפט זאָגן בקיצור: „עבודות המסורות לכהנים". (ב) אויב צוליב שולל זיין די עבודות פאַר קבלת דמים, פּאַסט דאָך, לכאורה,2דער לשון „מקבלה ואילךז עבודות המסורות לכהנים". (ג) אויב רש"י דאַרף יע מפרט זיין דוגמאות — פאַרוואָס עפּעס דריי דוגמאות ?

ב) דער סדר אין רש"י — פריער די דוגמאות און דערנאָך „ועבודות המסורות לכהנים", בעת עס האָט געדאַרפט זיין אַ פאַרקערטער סדר: פריער „עבודות המסורות לכהנים (דער כלל — און דערנאָך די פּרטים) כגון קבלת דמים וכו'".

ג) ועיקר: וויבאַלד אַז קבלה זריקה והקטרה זיינען, כנ"ל „עבודות המסורות לכהנים" האָט געדאַרפט שטיין „ושאר עבודות המסורות לכהנים"?

פון דעם איז מובן, אַז רש"י מיינט צו זאָגן, אַז „ושמרו את כהונתם" איז כולל צוויי סוגים: (א) „קבלת דמים וזריקה והקטרה" — עבודות וואָס זיינען ניט „מסורות לכהנים". (ב) „ו(אַ צווייטער סוג) עבודות המסורות לכהנים".

איז דאָך תמוה:

א) רש"י אַליין האָט שוין מפרש געווען אין אָנהויב פּ' ויקראח: „מקבלה ואילך מצות כהונה" — היינט ווי קען מען זאָגן אַז „קבלת דמים וזריקה והקטרה" זיינען ניט פון די „עבודות המסורות לכהנים"?

ב) אויב מ'זאָל געפינען אַ הסברה פאַרוואָס „קבלת דמים וכו'" זיינען ניט קיין „עבודות המסורות לכהנים" — איז ניט מובן: פון וואַנעט נעמט רש"י די הוכחה, אַז „(ושמרו את) כהונתם" מיינט אויך אַזעלכע עבודות וואָס זיינען ניט „מסורות לכהנים" ?!

ג. דער ביאור אין דעם:

דער הכרח צו לערנען אַז „ושמרו את כהונתם" מיינט ניט עצם הכהונה (כפּירוש האָבן עזרא), נאָר די „עבודות המסורות לכהנים": דער פסוק קומט דאָך אָנזאָגן אַ נייעם תפקיד ומינוי פון אהרן ובניו, ווי רש"יט טייטשט „תפקוד" — „לשון פקידות כו'". אויב „ושמרו את כהונתם" מיינט דאָס וואָס כהנים דאַרפן זיך היטן „שלא יבואו לידי פסול" (אין זייער כהונה), איז עס דאָך ניט קיין נייער תפקידי — אויף דעם זיינען זיי שוין אָנגעזאָגט געוואָרן אין פּ' אמוריא (ווי אַ כהן דאַרף זיך היטן)יב.

דעריבער לערנט רש"י אַז דער תפקיד חדש באַשטייט דאָ אין דעם וואָס זיי דאַרפן היטן אַז אַ זר זאָל ניט טאָן „עבודות המסורות לכהנים"; „ושמרו גו' והזר הקרב יומת" רעדט וועגן איין און דעם זעלבן מינוי.

דערמיט איז מובן פאַרוואָס רש"י איז מעתיק אין דעם דבור־המתחיל אויך די ווערטער „ושמרו את" — וואָס איז אַ לשון ציווי אויף אַ מינוי — ווייל די הוכחה אויף זיין פּירוש איז פון דעם וואָס דער פּסוק זאָגט דאָ אָן אַ נייעם תפקיד צו אהרן ובניו.

ד. רש"י באַוואָרנט דאָ אָבער נאָך אַ שאלה, וואָס מ'קען פרעגן אין דעם פּסוק:

סיי די פריערדיקע פּסוקיםיג און סיי3די ווייטערדיקע פּסוקיםיד ריידן וועגן די לויים (זייער עבודה, מנין וכו') — איז ווי פּאַסט אַריין אינמיטן דער ציווי ומינוי צו — אהרן ובניו — כהנים — „ושמרו את כהונתם"? דער אָרט פון דעם מינוי וואָלט, לכאורה, געדאַרפט זיין פריערטו וואו די תורה זאָגט „אלה שמות בני אהרן הכהנים המשוחים אשר מלא ידם לכהן", אָדער כיו"ב.

דערפון פאַרשטייט מען, אַז פון דעם וואָס מ'לערנט פריער וועגן דער עבודה פון די לויים, וואָלט מען געקענט אַרויסדרינגען אַז אַ „זר" מעג יע טאָן געוויסע עבודות אין משכן ומקדש, און דעריבער האָט די תורה גלייך געדאַרפט באַוואָרענען „ואת אהרן ואת בניו תפקוד גו' והזר הקרב יומת".

ה. דער ביאור אין דעם:

אויף דעם וואָס שטייט פריערטז, אַז די לויים דאַרפן היטן „משמרת בני ישראל", איז רש"י מפרש: „שכולן היו זקוקין לצרכי המקדש אלא שהלוים באים תחתיהם בשליחותם כו'";

און וויבאַלד די לויים זיינען שלוחים פון אַלע אידן „לצרכי המקדש", וואָלט געווען אַן אָרט צו זאָגן, אַז די עבודות ביי וועלכע מ'געפינט אַז אידן (אויך) ישראלים האָבן זיי געטאָן (כדלקמן), מעגן זיי, אָדער — דאַרפן זיי נאָכן הקמת המשכן געטאָן ווערן דורך די לוים — „תחתיהם בשליחותם".

און דאָס איז כוונת רש"י אין דעם וואָס אויף „ושמרו את כהונתם" איז ער מפרש ומפרט: „קבלת דמים וזריקה והקטרה" — ווייל ביי די עבודות געפינט מען אַז אַלע אידן האָבן עס פריער געטאָן (כדלקמן ס"ו), און דעריבער וואָלט געווען אַ הוי אמינא אַז איצטער טוען עס די לוים „תחתיהם בשליחותם"; און דערפאַר ווערט דאָ גלייך באַוואָרנט „ושמרו את כהונתם והזר הקרב יומת".

פונדעסטוועגן איז זיך רש"י ניט מסתפּק מיט דעם, און איז מוסיף (דעם צווייטן סוג) „ועבודות המסורות לכהנים", וואָס דאָס זיינען די עבודות וואָס זיינען מלכתחילה איבערגעגעבן געוואָרן צו כהנים — הגם ס'איז ניטאָ קיין ס"ד אַז אויך אַ (לוי) זר מעג זיי טאָן: וויבאַלד אַז דאָ מוז זיין דער אָרט פונעם ציווי „ושמרו את כהונתם" בנוגע צו „קבלת דמים וזריקה והקטרה", איז מובן אַז די אזהרה „ושמרו את כהונתם" איז כולל וחל אויף אַלע עבודות, אויך די וועלכע זיינען מלכתחילה „מסורות לכהנים", ואדרבה במכ"ש וק"ו.

ו. וואו געפינט מען אַז בנ"י האָבן געטאָן די דערמאָנטע עבודות, וואָס דערפאַר קען זיין אַ הו"א אַז זיי געהערן אויך איצט (צו די בנ"י — היינו) צו די לוים (בשליחותם) ?

— איז עס מפורש אין פּשוטו של מקראיז, אין פּ' באיח: ביים קרבן פּסח אין מצרים איז געווען דער ציווי: „ולקחו מן הדם ונתנו על שתי המזוזות גו' ואכלו את הבשר גו' צלי אש גו' על כרעיו ועל קרבו". זעט מען*18 אַז אידן האָבן געטאָן דריי זאַכן: (א) „ולקחו מן4הדם" וואָס דאָס מיינט (ווי רש"י איז מפרש) „קבלת הדם"; (ב) „ונתנו גו'" (במקום) עבודת ה"זריקה"יט; (ג) „צלי אש" — כעין עבודת ה"הקטרה"כ (אויפן אש המזבח).

און דעריבער וואָלט מען געקענט מיינען, אַז אויך ביי פּסח דורות [וואָס איז גלייך צו פּסח מצרים, וואָס דערפאַר לערנט מען אָפּ כו"כ הלכות ביי פּסח דורות פון פּסח מצרים, ווי אַראָפּגעבראַכט אין פּרש"י פּ' באַכא] האָבן די עבודות אַ שייכות צו די אידןכב און די לוים טוען עס „תחתיהם בשליחותם"; דערפאַר האָט מען גלייך אָנגעזאָגט „ושמרו את כהונתם, קבלת דמים וזריקה והקטרה כו'", כנ"לכג.

ס'איז קיין קשיא ניט: ווי קען זיין אַ הוי אמינא אַז אָט די עבודות קענען געטאָן ווערן (אויך) דורך לוים, בעת רש"י לערנט אַרויס פון אַ פריערדיקן פּסוק אַז „מקבלה ואילך מצות כהונה" (כנ"ל ס"ב) ? — וואָרום אָט דער פּסוק (ופּרש"י) שטייט ביי עולה (און עד"ז ביי די אַנדערע קרבנות וואָס שטייען אין אָנהויב ספר ויקרא); מ'געפינט אָבער ניט אין פּסוק אַז אויך די עבודות פון פּסח דורות [און אַזוי אויך — פון מעשרכד] דאַרפן געטאָן ווערן נאָר דורך די כהניםכה.

ז. די הוראה פון דעם אין עבודת ה':

אויב עס איז אַזאַ חילוק והפרש צווישן די סוגי אידן גופא (וואָס — בכללות — שטייטכו אויף זיי אַלע „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים גו'") — אַז אפילו אַזעלכע עבודות צו וועלכע די בנ"י5האָבן אַ שייכות, דאָס זיינען זייערע „צרכי המקדש", פונדעסטוועגן איז דאָ אויף זיי אַ ציווי חמור „והזר הקרב יומת": ניט נאָר וואָס דאָס ברענגט אים ניט קיין תוספת קדושה, נאָר, פאַרקערט, דאָס ברענגט ר"ל צום ענין ההעדר פון זיין עצם מציאות („יומת");

על אחת כמה וכמה ווען עס רעדט זיך וועגן דער מחיצה והבדלה בין ישראל לעמים, אַז ווען מ'וויל „מערב" זיין (ניט דורך גיור כהלכה) אַן אמת'ן „זר", איינעם פון צווישן די „עמים"*26 אין עם ישראל, מיטן חשבון אַז עס איז טאַקע אַ היזק און סכנה גדולה פאַר אידן, אָבער דערפאַר וועט מען טאָן אַ טובה אַ ניט אידן — איז עס פּונקט דער היפּך: דאָס איז פאַר אים אַ היזק גדול, ער ווערט אַ זאַך פון אַ תקלה גדולה פאַר אַלעמען — ביז צום היפּך פון זיין מציאותכז,

דוקא ווען מען רירט ניט אָן דאָס וואָס דער בורא עולם ונותן התורה האָט געמאַכט, דעם „המבדיל בין ישראל לעמים" — דערגרייכט מען צום אמת'ן שלוםכח וטוב בעולם, פאַר אַלע באי עולםכט.

(משיחת ש"פ במדבר תשל"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-c0ngdvs2

Copies

Recent activity

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · approved

Sources