עברית
Library

Likkutei Sichos

Chayei Sarah 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

163חיי שרהג

א. „ויביאה יצחק האהלה שרה אמו וגו'"א — איז רש"י מעתיק פון דעם פסוק די ווערטער „האהלה שרה אמו" און איז מפרש: „ויביאה האהלה והרי היא שרה אמו כלומר ונעשית דוגמת שרה אמוב שכל זמן ששרה קיימת הי' נר דלוקג מע"ש לע"ש וברכה מצוי' בעיסהד וענן קשור על האהל, ומשמתה פסקו וכשבאת רבקה חזרו".

מפרשיםה טייטשן, אַז רש"י איז מדייק זיין פירוש פונעם וואָרט „האהלה" וואָס שטייט פאַר „שרה אמו"ו: אויב דער פשט וואָלט געווען ווי ס'זעט אויס אין פשטות אַז „שרה אמו" איז דער אָפּטייטש פון „האהלה" (אין אהל פון שרה אמו), האָט געדאַרפט שטיין „אהלה שרה אמו"ז אָדער „לאהל שרה אמו"; עס קען אָבער ניט שטיין „האהלה" (מיט אַ ה"א הידיעה) וואָס באַדייט אַז ס'איז שוין ידוע וועמענס אהל דאָס איזח. דערפון נעמט רש"י דעם פירוש אַז מיט „ויביאה (יצחק) האהלה" איז דער ענין אפּגעשלאָסען, און „שרה אמו" איז נאָך אַן ענין — „והרי היא שרה אמו".

לויט דעם הסבר איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:

א) פאַרוואָס איז רש"י (וואָס יעדער וואָרט זיינער איז אויסגערעכנט) מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „אמו": דער דיוק און הכרח איז דאָך פאַרבונדן מיט דעם וואָס נאָכן „האהלה" קומט „שרה" — און וויבאַלד דאָס וואָרט „אמו" איז ניט נוגע צום דיוק האָט ער עס ניט געדאַרפט מעתיק זיין?

ב) פאַרוואָס טייטשט רש"י אַז „וה"ה שרה אמו" מיינט „שכל זמן כו'" — אַז ס'זיינען געווען דערביי נסים, און באַנוגנט זיך ניט מיט זאָגן אַז אירע מעשים זיינען געווען ווי „שרה אמו"ט?

ג) אָננעמענדיק, אַז רש"י האָט אַ הכרח אַז דערביי איז געווען אַ נס — ס'איז אָבער ניט מוכרח אין פשש"מ וואָס פאַר אַ נס איז געווען, ועאכו"כ אַז ס'איז ניט מוכרח אַז עס זיינען געווען מער ווי איין נס, און נאָכמער אַז עס זיינען געווען די אַלע דריי פרטים; [און ווי מ'זעט אין תיב"עי164(הגם ער איז ווייטער פון דרך הפשט ווי פרש"י) אַז ער בריינגט נאָר דעם פרט פון נר דלוק].

ב. מ'וואָלט געקענט זאָגן, אַז די דריי פרטים וואָס רש"י ברענגט בפירושו זיינען טאַקע ניט מוכרח לויט פשוטו של מקרא, נאָר ער בריינגט דעם דרש פון מדרש רבה אין שייכות צום פשט הכתוב, און דערפאַר צייכנט רש"י אָן דעם מקוריא ביים סיום פון זיין פירוש: „בראשית רבה"יב;

[וואָרום פון די כתבי יד פון פירוש רש"ייג איז קענטיק אַז דעם ציון „בראשית רבה" דאָ איז דאָס רש"י'ס לשון — ניט אַ הוספה פון די מעתיקים, ווי ביי אַ סאַך אַנדערע מראי מקומות אין זיין פירוש]

אָבער לבד זאת, וואָס אָננעמענדיק אפילו אַז די דריי געבראַכטע ענינים זיינען גענומען און מיוסד נאָר אויף דער דרשה פון בראשית רבה, איז ניט פאַרשטאַנדיק: אויב אַזוי (א) פאַרוואָס איז רש"י משמיט דעם פערטן פרט וואָס ווערט געבראַכט אין מדרש — „דלתות פתוחות לרוחה" — וואָס אויך דערמיט איז רבקה געווען „דוגמת שרה אמו"יד; (ב) פאַרוואָס שטעלט רש"י די דריי פרטים אין אַ געענדערטן (און נאָכמער — אַ) פאַרקערטן סדר ווי זיי ווערן גערעכנט אין מדרש („ענן קשור על פתח האהל . . ברכה . . ונר דלוק וכו'") *יד.

ובאמת איז מלכתחילה שווער צו זאָגן אַז רש"י מיינט דערמיט בלויז אַראָפּברענגען אַ דרשת חז"ל: ס'האָט זיך גערעט פיל מאָל אין הסברת הטעם, פאַרוואָס רש"י דערמאָנט ניט בדרך כלל דעם מקור פון די פירושים וואָס האָבן אַ יסוד אין מדרשי חז"ל, ווייל אויך די פירושים זיינען געבויט און גענומען פון פשוטו של מקרא (איז זייער „מקור" דער פשט הכתוב)טו; און אין פאַל ווען אַזאַ פירוש פון מדרשי חז"ל איז ניט אינגאַנצן לפי פשש"מ און רש"י בריינגט אים נאָר דערפאַר וואָס דער פשוט'ער פשט איז ניט „גלאַטיק" וכדומהטז — דעמאָלט באַוואָרענט עס טאַקע רש"י און איז מקדים: „רבותינו דרשו" וכיו"ביז.

איז ניט מובן: ממנ"פ, אויב די אַלע דריי זאַכען זיינען מוכרח אין פשש"מ דאַרף רש"י ניט צוגעבן די ווערטער „בבראשית רבה"; און אויב ס'איז ניט מוכרח אין פשש"מ און ער בריינגט דאָס נאָר אַלס מדרש חז"ל וואָס איז נוגע אין פשש"מ, האָט רש"י גע־165דאַרפט מקדים זיין און אונטערשטרייכן: „רבותינו דרשו שכל זמן ששרה קיימת כו'".

ג. איז דער ביאור אין דעם:

די שוועריקייט וואָס רש"י באַוואָרנט איז אין די אַלע דריי ווערטער „האהלה שרה אמו", וואָס ער איז מעתיק, ווייל אויבנאויף זיינען זיי איבעריג: די תורה איז דאָ אויסן צו דערציילן אַז ווען רבקה איז אָנגעקומען מיט אליעזר'ן און אליעזר האָט באַלד, נאָך זייענדיק אין דרויסן, דערציילט יצחק'ן וועגן אַלץ וואָס מיט אים האָט פּאַסירט האָט יצחק דערנאָך אַריינגעבראַכט רבקה'ן און זי גענומען פאַר אַ פרוי — האָט דאָך דער פּסוק בלויז געדאַרפט זאָגן: „ויביאה יצחק (אליו *יז) ויקח את רבקה ותהי לו לאשה". וואָס גיבן צו די ווערטער „האהלה שרה אמו"יח?

איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז „האהלה שרה אמו" איז מוסיף עפּעס וואָס איז נוגע צום אויספיר: „ויקח את רבקה ותהי לו לאשה" — דערמיט זאָגט תורה דעם טעם און סיבה וואָס האָט באַוואויגן יצחק'ן צו נעמען רבקה'ן, ביז דעם איז עס ביי אים ניט געווען קיין דבר מוחלט.

ד.ה. הגם אליעזר האָט דערציילט יצחק'ן וועגן דעם וואונדערליכן ניסים'דיקן אופן ווי אַזוי עס איז אַלץ געשען, גענוי לויט די סימנים וואָס ער האָט זיך געשטעלט — „גלה לו נסים שנעשו לו שקפצה לו הארץ ושנזדמנה לו רבקה בתפלתו"יט — וואָס דאָס אַלץ האָט אליעזר אָנגענומען אַלס אַ באַווייז אַז „אותה הוכחת לעבדך ליצחק"כ, אַז רבקה איז מיט אירע מעלות פּאַסיק צו זיין יצחק'ס פרוי; פונדעסטוועגן איז יצחק נאָך ניט געווען אינגאַנצן זיכער אַז זי איז טאַקע בדומה צו זיין משפחה, צו זיין מוטער שרה אין צדקות וכו' (וואָס צוליב דעם האָט אברהם געשיקט אליעזר'ן „אל ארצי ואל מולדתי וגו'"כא), ביז עס איז געווען „ויביאה גו' האהלה שרה אמו"כב.

און וויבאַלד אַז ביים „ויביאה יצחק האהלה וגו'" איז געקומען יצחק'ס החלטה, מוז מען זאָגן, אַז ער האָט געזען גרעסערע נסים און וואונדער (פון די פריערדיקע), וועלכע האָבן אַרויסגעבראַכט די פולע התדמות צו166משפחת אברהם און צו שרה בפרטכג. און דאָס, לערנט רש"י איז טאַקע מרומז אין די ווערטער „האהלה שרה אמו" — ער האָט געזען אַ נס אין פאַרבינדונג מיט „האהלה", אַ נס אין צוזאַמענהאַנג מיט „שרה" און אַ נס אין שייכות מיט „אמו".

ד. און אויספירלעך לויטן סדר:

„האהלה" (מיט אַ ה"א הידיעה): אַ נס וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם אהל, ד.ה. וואָס טיילט אויס דעם אהל פון אַלע אַנדערע אוהלים — אַז עס ווערט אָנגערופען „האהלה" מיט אַ ה"א הידיעה — דעם באַקאַנטן באַרימטן אהל — און דאָס פירט צום פאַרשטיין אַז דאָס מיינט „ענן קשור על האהל".

וואָרום מ'האָט שוין ענלעך צו דעם געלערנט ביים פסוקכד „וירא את המקום מרחוק" אַז דאָס וואָס אַ געוויסער מקום איז אויסגעטיילט (אין הייליקייט) ביז ער ווערט אָנגערופן „המקום" (מיט אַ ה"א הידיעה) איז דאָס געווען דורך דעם וואָס „ענן קשר על ההר".

פאַרשטייט מען אַז אויך דאָ איז די הדגשה „האהלה" (ה"א הידיעה) — אָנצודייטן אויפן זעלבן נס פון „ענן קשור על האהל", וואָס האָט דערמיט אויסגעצייכנט דעם אהל פון אַנדערע.

„שרה": אַ נס אין אַ זאַך וואָס האָט אַ באַזונדער שייכות צו שרה — וועלכע מען פאַרשטייט דערפון וואָס מען האָט שוין פריער געלערנט (אין פ' וירא). בשעת די מלאכים זיינען געקומען ווי „אורחים" צו אברהם'ן האָט ער זיך אַליין פאַרנומען מיט צוגרייטן און דערלאַנגען די מאכלים פאַר זיי; דערציילט אָבער די תורה וועגן איין אויסנאַם: „וימהר אברהם האהלה אל שרה ויאמר מהרי וגו' סלת לושי ועשי עוגות"כה. ד.ה. ניט קוקנדיק אויף אברהם אבינו'ס גרויסע השתדלות צו מקיים זיין די מצות הכנסת אורחים, ביז אַז ער אַליין (כאָטש ער האָט געליטן גרויס צער אין יענעם טאָג) איז „געלאָפן" און געבראַכט פאַר זיי אַ בן בקרכו, האָט ער אָבער דאָס קנעטן און צוגרייטן די עיסהכז אינגאַנצן איבערגעלאָזט פאַר שרה'ן — ווייל דאָס געהערט דוקא צו איר.

ובמילא, וויבאַלד אין אונזער פסוק איז אָנגעדייט, אַז ס'איז געשען אַ נס מיוחד אין עפּעס וואָס האָט צו טאָן מיט שרה במיוחד, איז מובן אַז דאָס איז געווען בשייכות מיט דער עיסה: „ברכה מצוי' בעיסה".

„אמו": אויך אַ בן חמש למקרא ווייס און באַמערקט (כאָטש ער האָט וועגן167דעם נאָך ניט געלערנט) אַז צינדן ליכט ערב שבת איז אָן אויסנאַמלעכער ענין וואָס געהערט צו (פרויען בכלל און בפרט צו) „אמו".

איז בעת ער לערנט וועגן אַ נס וואָס איז פאַרבונדן מיט אמו פאַרשטייט אויך דער בן חמש למקרא די שייכות מיט הדלקת נר שבת, זעענדיק ווי די מוטער טוט עס יעדן ערב שבת.

[און הגם אַז הדלקת נרות איז שייך ניט נאָר צו „אמו", נאָר אויך צו אַזעלכע וואָס זיינען פאַר דער חתונה (ווי דערקלערט ווייטער), איז עס אָבער ניט אומעטום און ניט אַלעמאָל ווי די הדלקת נרות פון „אמו" — וואָרום עס קען זיין אַז דער בן חמש האָט ניט קיין שוועסטער אָדער זיין שוועסטער איז גאָר קליין].

עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י בריינגט ניט אַראָפּ דעם פערטן ענין מיט וועלכן רבקה איז געווען ענליך צו שרה'ן — ווי מ'געפינט עס אין מדרש — וויבאַלד אַז אין פשטות געפינט זיך אין פסוק אַן אָנדייט בלויז אויף די דריי זאַכן.

עס בלייבט נאָך די שאלה: פון וואַנען איז געדרונגען אַז די ליכט האָבן געברענט אַזוי לאַנג — מערב שבת לערב שבת? אַפילו ווען זיי וואָלטן געברענט אַגאַנצען מעת לעתכח וכיו"בכט איז עס אויך אַ נס גדול!

די שאלה באַוואָרנט רש"י דערמיט וואָס ער איז מוסיף: „בראשית רבה" — אין דרך הפשט איז טאַקע אַ ספק ווי לאַנג די ליכט האָבן געברענט, אָבער אַזוי שטייט אין בראשית רבה אַז די ליכט האָבן געברענט מערב שבת לערב שבתל.

ה. לפ"ז ווערט אָבער נאָך מער ניט פאַרשטאַנדיק דער סדר אין פּרש"י: „נר דלוק מער"ש לע"ש וברכה מצוי' בעיסה וענן קשור על האהל", וואָס ניט בלויז איז עס בהיפּך פון זייער סדר אין מדרש, נאָר אויך פאַרקערט פונעם סדר ווי זיי זיינען מרומז אין פּסוק ווי פריער דערקלערט („האהלה" — ענן קשור, „שרה" — ברכה מצוי' בעיסה, *) „אמו" — נר דלוק וכו') —

[מען קען ניט זאָגן אַז דער סדר אין רש"* י איז בהתאם מיט'ן סדר ווי די דריי זאַכן האָבן פּאַסירט ביי רבקה'ן, וואָרום אָננעמענדיק אפילו אַז זי איז געקומען ערב שבת פאַרנאַכט און צום אַלעם ערשטן האָט זי געצונדן ליכט, איז אָבער פשוט אַז דער נס פון „נר דלוק מע"ש לע"ש" האָט געקענט געזען ווערן נאָך דעם זען פון ענן קשור כו']

האָט דאָך רש"י געדאַרפט אָנהייבן (לויטן סדר ווי אין פסוק און אין מדרש) מיט „ענן קשור על האהל" — דער ערשטער נס וואָס האָט פּאַסירט ביים רבקה'ס אַריינקומען אין אהל, און דערנאָך „ברכה מצוי' בעיסה" — אַ נס וואָס האָט זיך אָנגעזען באַלד אין168איר התעסקות מיט דער „עיסה", און ערשט דערנאָך דער נס פון „נר דלוק מע"ש לע"ש", וואָס מען האָט געזען בשלימותו ערשט ביים צווייטן ער"שלא.

איז דער ביאור אין דעם:

וויבאַלד אַז דער ענין פון „האהלה שרה אמו" האָט געבראַכט דעם „ויקח את רבקה גו' לאשה", ווייל דורך דעם האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז זי איז גלייך צו שרה אמו, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז לכל לראש ובעיקר איז דאָ נוגע דער פארגלייך אינעם פּרט פון צדקות וכו' —

און דערפאַר ברענגט רש"י צום ערשטן דעם נס פון „נר דלוק מע"ש לע"ש", ד.ה. אַ נס אין אַ מצוה וואָס זי האָט געטאָן, וואָס דערביי ווערט אַרויסגעבראַכט איר מעלה, איר צדקות אין קיום המצוהלב;

נאָכדעם קומט דער נס פון „ברכה מצוי' בעיסה", וואָס איז אויך פאַרבונדן מיט אירע פעולות, אָבער שוין ניט אין צוזאַמענהאַנג מיט אַ מצוה;

און ערשט דערנאָך אַ נס אין אַ זאַך וואָס איז שוין אויסער פון אירע פעולות — „ענן קשור על האהל" — ניט אין אַ מצוה און אויך ניט אין אַ פּעולה וואָס זי האָט געטאָן.

ו. פון די ענינים מופלאים פון דעם פרש"י:

וויבאַלד אַז „ויקח את רבקה וגו'" איז געווען ערשט נאָכדעם ווי ער האָט ביי איר געזען „נר דלוק מע"ש לע"ש" ווי גערעדט פריער, זעט מען דערפון אַז די הנהגה פון רבקה'ן איז געווען צו צינדן נרות שבת קודש אויך פאַר דער חתונהלג.

169נאָכמער: לויט דעת רש"ילד איז דאָך רבקה בשעת דער חתונה געווען דריי יאָר אַלט, אין דעם עלטער ווען ס'איז נאָך ניטאָ דער חיוב פון מצות, און פונדעסטוועגן האָט זי שוין דעמאָלט מקיים געווען די מצוה פון הדלקת נרותלה.

ויתרה מזו — דאָס איז געווען אַן ענין (וסימן) עיקרי אויף צו מברר זיין אַז הרי היא שרה אמו, און צו מחליט זיין אויף „ויקח גו' לו לאשה". און בפרט אַז דאָ איז דאָך ניט געווען דער פאַל וואָס אָן איר ליכט צינדן וואָלט קיין שבת־ליכט נישט געברענט אין שטוב, וואָרום אברהם אבינו האָט דאָך מקיים געווען כל התורה כולה, אויך די מצות דרבנן (ווי רש"י ברענגט עס אַראָפּלו) ; און דער דיןלז איז, אַז אויב די פרוי בענטשט ניט קיין ליכט בע"ש (מאיזה טעם שיהי') דאַרף דאָס טאָן דער מאַן. דאַרף מען דאָך אָננעמען, אַז פון זינט שרה איז נפטר געוואָרן האָט אברהם (ויצחק) געצונדן ליכטלח יעדער ערב שבתלט.

און פונדעסטוועגן האָט זיך רבקה ניט באַנוגנט מיטן ליכט־צינדן פון אברהם אבינו (וואָס ער איז געווען אַ גדול און מחוייב במצות דשייכות אז), נאָר זי האָט אַליין געצונדן ליכט, כאָטש זי איז דעמאָלט געווען אַ קטנה בת ג' שנים.

170דערפון האָט מען אַ קלאָרע הוראה (בהתאם צו דעם וואָס מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדטמ) אַז ניט נאָר בנות מצוה פאַר דער חתונה דאַרפן בענטשן נרות שבת, נאָר אַז אויך קליינע מיידלעך אָנהויבנדיק פון דריי יאָר אַלט (וואָס זיינען נאָך ניט מחוייב במצות)מא, אויב זיי זיינען שוין שייך צו פאַרשטיין די באַדייטונג פון הדלקת נר שבת, דאַרף מען זיי מחנך זייןמב אין דער מצוה פון הדלקת נש"ק — אויך דאַן ווען אין הויז איז דאָ די מוטער (אָדער אַנדערע) וואָס צינדט ליכט אַלס „מצווה ועושה" (אַזאַ וואָס איז מחוייב דערין על פי דין).

און הגם אַז רבקה איז דאַן, באַ אירע דריי יאָר, געווען אַ סך מער בת־דעת ווי דאָס איז אַ מיידל סתם אין דעם עלטערמג — ווי מען זעט עס קלאָר פון די פּאַסירונגען מיט אליעזר'ן, וואָס האָט מדייק געווען אין אירע מעשים [און דערפאַר טאַקע האָט זיך געפאָדערט איר דעת, איר צושטימונג צום שידוך, און ביז, ווי רש"י זאָגט פריערמד, אַז מ'לערנט דערפון אַרויס אַז „אין משיאין את האשה (סתם, אַ גדולהמה) אלא מדעתה"] — וויבאַלד אָבער זי איז נאָך פאָרט געווען ניט מער ווי דריי יאָר אַלט (אַ סך צייט פאַר בת מצוה), האָט זי דאָך (ע"פ דין תורה *מה) געהאַט נאָך דעם דין פון אַ קטנהמו.

ז. נאָך אַן ענין נפלא זעט מען אין דעם:

ווי געזאָגט, האָט דאָך געוויס אברהם אָבינו אַליין געצונדן ליכט יע־171דער ע"ש [און די תורה איז מעיד אַז ער איז געווען „בא בימים וה' ברך את אברהם בכל"מז, וואָס דאָס מיינט דאָך זיכער אויך (אָדער — וכל שכן) אין רוחניות], און פונדעסטוועגן איז אין זיין (ווי אין יצחק'ס) הדלקה ניט געווען דער ענין נפלא פון „נר דלוק מע"ש לע"ש"מח — ווי דאָס איז געווען ביים ליכט־צינדן פון שרה און דערנאָך ביי רבקה ווען זי האָט אָנגעהויבן צינדן ליכט צו דריי יאָר.

און דאָ זעט מען דעם געוואַלדיקן כח וואָס ליגט אין דער מצוה פון הדלקת הנרות אפי' פון גאָר קליינע דיאָריקע אידישע מיידעלעך, וואָס יעדע אידישע טאָכטער ווערט אָנגערופן: בת שרה רבקה רחל ולאה, אַז דורך אירער הדלקת הנר ווערט באַלויכטן דאָס גאַנצע הויז במשך פון אַ גאַנצער וואָך, ביז דעם קומענדיקן ע"ש.

דער אונטערשייד איז אין דעם, וואָס די נרות וואָס שרה און רבקה האָבן געצונדן האָט זייער ליכטיקייט געפּועלט און באַלויכטן אָפענערהייט די גשמיות פון שטוב, וויבאַלד דער גשמיות'דיקער נר האָט (בדרך נס) געברענט מע"ש לע"ש ;

אָבער בפּנימיות הענינים איז דאָס אַזוי ביי יעדערער וואָס בענטשט ליכט. הגם אַז בעיני בשר זעט מען דאָס ניט, וואָרום — וויבאַלד אַז „מעשה אָבות" איז אַ „סימן" און אַ נתינת כח ל"בנים"מט — האָט יעדערע, וואָס איז בת שרה רבקה וכו' דעם כח אַז די מצוה ליכטיקייט פון איר שבתליכט זאָל פועל זיין אויף דער גאַנצער וואָך.

ח. נאָך אַן ענין נפלא — דוקא בהדלקת נרות פון קטנות: בשעת חז"ל זיינען מפליא דעם ענין פון הבל פון לימוד התורה אַז אויף דעם האַלט זיך די וועלט*49 — זאָגן זיי גלייך דערביי אַז דאָס איז הבל שאין בו חטא, פון תינוקות של בית רבן דוקא,

דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע דער מעלה פון דער הדלקה ועשיית היד שאין בו חטא דוקא.

עפ"ז איז אָבער צ"ע: די אויבענדערמאָנטע מעלה איז דאָך ביי אַלע מצות וענינים וואָס קטנים וקטנות טוען מצד חינוך — ולא אשתמיט בספרים מבאר זיין בזה?!

ט. דער טעם וואָס דוקא די נרות פון שרה און רבקה (און אַזוי אויך די נרות פון אַלע זייערע טעכטער — אַלע אידישע פרויען און מיידלאַך — אין אַלע צייטן) האָט געברענט מע"ש לע"ש און ניט די נרות פון אברהם (און בני ישראל בכלל), איז פאַרשטאַנדיק פון דעם מרז"לנ אַז דער172ענין פון דעם מאַן באַשטייט אין דעם וואָס ער איז „מביא חטין", נאָר אין ברענגען זיי אין שטוב אַריין; און די אַרבעט, פון דער פרוי, פון „עזר כנגדו" איז צו פאַרוואַנדלען די חטים אין אַ מאכל הראוי לאדם.

ד.ה. דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט די טבע פון וועלט אין אַן אופן, אַז „איש דרכו לכבוש"נא — צו דעראָבערן זאַכן פון דער דרויסנדיקער וועלט און זיי אַריינברענגען אין זיין הויז; דאַקעגן די פרוי איז, אַדרבה, „כל כבודה בת מלך פּנימה"נב — און דעריבער אַלס די עקרת הבית איז איר אויפגאַבע פּנימה — אינעווייניק, אין הויז, צו מתקן זיין און איבערמאַכן אָט די אַריינגעבראַכטע זאַכן זיי זאָלן זיין ראוי לאדם, ביז צו ראוי, כביכול לאדם העליון.

און דעריבער, בשעת אברהם האָט געבענטשט ליכט, וויבאַלד ס'איז ניט זיין תפקיד צו פאַרנעמען זיך מיט צרכי הבית, האָט דאָס ניט געדאַרפט ווירקן בריינגען אַ נס צו באַלייכטן די הויז אין גשמיות'דיקן זין מער ווי ע"פ טבע — ניט דאָס איז זיין עבודה.

דוקא שרה ורבקה, און נאָך זיי אַלע בנות שרה ורבקה כו' אַלע אידישע טעכטער, וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן דעם תפקיד און די שליחות צו עוסק זיין אין די צרכי הביתנג, און אויפצוטאָן אויך אין די גשמיות'דיקע ענינים פון שטוב, האָבן זיי די שליחות און דעם כח צו באַווירקן און באַלייכטן מיט זייערע נרות די גאַנצע שטוב און במשך פון דער גאַנצער צייט, אַז אין משך פון אַלע ווכטעג זעט מען אַז דאָס איז אַ שטוב וואָס בת שרה ורבקה האָט אין איר אָנגעצונדן אַ נר שבת.

יו"ד. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם סדר פון די דריי זאַכען אין פּירש"י — בפּנימיות הענינים:

מפרשיםנד זאָגן אַז די דריי ענינים וואָס רש"י ברענגט, „נר דלוק מע"ש לע"ש ברכה מצוי' בעיסה וענן קשור על האהל", זיינען קעגן די דריי מצות

זיינען אָנגעזאָגט

(במיוחד) צו אידישע טעכטער: חלה, נדה (טהרת המשפחה) און הדלקת הנר. דורך אָפּהיטן די מצוה פון הדלקת הנר איז „נר דלוק מע"ש לע"ש", די זהירות אין מצות חלה פועל'ט עס זאָל זיין „ברכה מצוי' בעיסה", און דורך דער זהירות אין מצות נדה איז מען זוכה צו „ענן קשור על האהל" — טהרה ברענגט דעם „ענן" השכינהנה.

און בהתאם צום סדר הזמן פון די דריי מצות האָט רש"י אויסגעשטעלט דעם סדר פון דריי זאַכן (וואָס זיינען אָפּהענגיק פון די דריי מצות): באַלד ווי די מיידעלע קומט צום גיל החינוך הויבט זי אַן אָפּהיטן די מצוה פון הדלקת הנר („נר דלוק מע"ש לע"ש"); שפּעטער, ווען זי ווערט עלטער און זי173הויבט אָן צו העלפען אין שטובאַרבעט, איז זי אויך עוסקת בעיסה („ברכה מצוי' בעיסה"), און נאָך שפּעטער, בעת זי האָט חתונה, איז זי דעמאָלט מקיים די מצות נדה — טהרת המשפּחה („ענן קשור על האהל").

פון דעם אַלעם איז פאַרשטאַנדיק דער גודל הזכות וואָס. ס'איז דאָ אין דער השתדלות אַז יעדע אידישע מיידעלע, ווי נאָר זי איז הגיעה לחינוך, זאָל צינדן ליכט בכל ערב שבת קודש (ועיו"ט).

און דורך הדלקת נר שבת וועט מען זוכה זיין, ווי ער זאָגט אין ילקוט שמעונינו, צו די נרות ציון וואָס דער אויבערשטער וועט ווייזן, בקרוב ממש בגאולה האמיתית והשלימה.

(משיחות כ"ף מר־חשון

וש"פ חיי שרה, תשל"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-amq8bsfm

Copies

Recent activity

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · approved
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · closed

Sources