Likkutei Sichos
Lech Lecha 2
75לך לך ב
א. שוין גערעדט פיל מאָל (דאָס וואָס ס'איז מבואר אין חסידות בכ"מא) וועגן דעם חילוק צווישן לימוד התורה און קיום המצות פון אברהם [ווי רז"לב זאָגן „אברהם אבינו זקן ויושב בישיבה כו'", „עשה אברהם אבינו את כל התורה כולה עד שלא ניתנה"ג, און עד"ז ביי] יצחק ויעקב און די שבטים, און פון אידן לאחרי מ"ת — אַז היות דער לימוד התורה וקיום המצות פון די אבות איז געווען פאַר מתן תורה, איידער ס'איז געווען דער ציווי אויף לימוד התורה וקיום המצות, ובאופן דוירד ה' על הר סיני, ד.ה. אַז זייער לימוד התורה וקיום המצות איז געווען (בכלל — באופן דאינו מצווה ועושה, נאָר) מצ"ע ובכח עצמןד, האָבן זיי דעריבער ניט דערגרייכט צו דער מדרי' פון תורה ווי זי איז העכער פון נבראים אפילו הכי נעלים, נאָר ווי תורה האָט אַ שייכות און איז פאַרבונדן מיט נבראים און זייער עבודה;
משא"כ לאחר מ"ת, וויבאַלד ס'איז שוין דאָ אַ ציווי מלמעלה אויף לימוד התורה וקיום המצות, האָט מען צוזאַמען דערמיט (געגעבן) אויך דעם כח (המצווה) הבורא צו דערגרייכן צו עצמות התורה ווי זי איז העכער לגמרי פון וועלטה.
און דעריבער זאָגט דער רמב"םו: „שכל מה שאנו מרחיקים או עושים היום אין אנו עושין אלא במצות הקב"ה ע"י משה רבינו ע"ה לא שהקב"ה אמר זה לנביאים שלפניו כגון זה שאין אנו אוכלין אבר מן החי אינו מפני שהקב"ה אסרו [אותו] לנח, אלא לפי שמשה אסר עלינו אבמ"ה במה שצוה בסיני שיתקיים איסור אבמ"ה וכמו כן אין אנו מלין מפני שאברהם אבינו ע"ה מל עצמו ואנשי ביתוז אלא מפני שהקב"ה צוה אותנו ע"י משה רבינו שנמול כמו שמל אברהם אבינו ע"ה, וכן גיד הנשה אין אנו הולכים אחר איסור יעקב אבינו אלא מצות משה רבינו ע"ה".
וואָרום דוקא (קיום) תורה ומצות ווי76זיי זיינען געגעבן געוואָרן במ"ת האָבן אין זיך דעם כח הבורא, וואָס דורכדעם ווערט נמשך דער עצם התורה.
עפ"ז דאַרף מען פאַרשטיין: יעדער ענין אין תורה (מל' הוראהח) איז דאָך אַ הוראה אין דער עבודה פון אידן (אויך) לאחר מ"ת — וואָס איז די הוראה פון אריכות הסיפור פון עבודת האבות אין תורה שבכתב און אין תושבע"פ און בהרחב הביאור בדרושי חסידות וכו', וויבאַלד אַז דאָס איז ניט די עבודה פון לימוד התורה וקיום המצות לאחר מ"ת, „ומאי דהווה הווה"ט?
ב. דער רמב"ןי בפרשתנו איז מבאר אַז דאָס וואָס די תורה איז מאריך „בספור המסעות וחפירת הבארות ושאר המקרים (פון די אבות) . . כולם באים ללמד על העתיד" [ווי עס שטייט אין מדרשיא „כל מה שאירע לאבות סימן לבנים"], ווי ער איז מסביר „כי כאשר יבוא המקרה לנביא משלשת האבות יתבונן ממנו הדבר הנגזר לבוא לזרעו ודע כי כל גזירת עירין כאשר תצא מכח גזירה אל פועל דמיון תהי' הגזירה מתקיימת על כל פנים" (ווי ער בריינגט די דוגמאות בזה ביי די נביאים).
עד"ז ויתירה מזו, קען מען זאָגן בנוגע די תורה ומצות של האבות (ווי עס איז מבואר בארוכה אין חסידותיב), אַז זייערע תורה ומצות זיינען געווען אַ הכנה ונתינת כח אַז עס זאָל קענען זיין נתינת התורה ומצות במ"ת, און אַז אין די מצות וואָס אידן טוען מיט דברים גשמיים לאחר מ"ת זאָל זיך אויפטאָן המשכת אלקותיג.
דאָס איז אָבער לכאורה ניט* מספיק: וויבאַלד אַז דער סיפור וועגן עבודת האבות איז אַריינגעשטעלט געוואָרן אין תורה, וואָס התורה היא נצחיתיד, מוז מען זאָגן אַז דאָס איז (ניט נאָר אַ הודעה אָדער הכנה, כנ"ל, נאָר אויך) אַ הוראה נצחית (בפועל) אין דער עבודה לאחר מ"תטו.
ג. ע"ד הנ"ל בנוגע עבודת האבות, איז אויך די שאלה בשייכות גלות מצרים: וואָס איז די הוראה פון דעם סיפור התורה וועגן גלות מצרים פאַר אידן בכל הזמנים ובכל המקומות (ובפרט נאָך אַז עס קען מערניט זיין אַ גלות ווי גלות מצריםטז)?
און ע"ד הנ"ל, איז אויך ביי דעם לכאורה ניט מספיק צו פאַרענטפערן מיט דעם ביאור הידועיז, אַז גלות77מצרים איז געווען אַ הקדמה צו מתן תורה — דהיינו, אַז גלות מצרים איז געווען אַ „כור הברזל"יח, וואָס האָט גע'פּועל'ט אַ זיכוך אין וועלט אַז זי זאָל זיין ראוי לקבלת התורה — וואָרום וויבאַלד דאָס איז אַ חלק פון תורה, דאַרף מען זאָגן אַז דאָס איז אַן אופן נצחי און אַ הוראה בנוגע לפועל אין אַלע זמנים אויך לאחר מתן תורה.
ס'איז נאָר, וואָס דער ענין פון „עבודת האבות" און „גלות מצרים" ווי זיי זיינען אין סיפורי התורה אַלס הוראה לאחר מתן תורה, זיינען זיי אין אַן אופן פון הכנה, כדלקמן, דעריבער שטייען זיי אין תורה אַלס הקדמה והכנה למ"ת.
ד. דער ביאור בזה: דער חילוק צווישן עבודת האבות און עבודת בנ"י לאחר מ"ת בקיום התומ"צ איז בשתים — הן מצד דעם אדם העובד הן מצד דעם גילוי מלמעלה: ביי די אבות איז דער גילוי דורך זייער עבודה געווען בדרך מלמטה למעלה, ד.ה. זיי זיינען נתעלה ונזדכך געוואָרן, ובמילא זיינען זיי געווען כלים ממש צו דעם אור אלקי וואָס האָט מאיר געווען דורך זייער עבודהיט.
אַזוי איז אויך מצד דעם אור, וויבאַלד עס איז געווען אַן אור וואָס איז בערך צו (דער עבודה פון) די נבראים, האָט דער אור ביי זיי מאיר געווען אין אַן אופן גלוי.
אָבער אין דער עבודת (התומ"צ פון) בנ"י לאחר מ"ת איז ניט באַ כאו"א אַזאַ הזדככות ועלי' ווי ביי די אבותיט (וואָס זיי זיינען געווען אַ מרכבה צו אלקותכ); און לאידך, ווערט דורך זייער תומ"צ נמשך אַן אור וואָס איז העכער פון וועלט — ובמילא שטייט עס ניט (אַזוי) בגלוי.
וטעם הדבר: פאַר מ"ת איז געווען די גזירה אַז העליונים לא ירדו לתחתונים והתחתונים לא יעלו לעליוניםכא — אַז מדריגת אלקות וואָס איז לגמרי העכער פון וועלט זאָל ניט נמשך ווערן אין „תחתונים"; לאחר מ"ת „בטל את הגזירה הראשונה ואמר התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים", ביז אַז נבראים תחתונים קענען נתאחד ווערן מיט אלקות וואָס איז לגמרי העכער פאַר וועלט.
במ"ת גופא איז אָבער געווען דער גילוי אין אַן אופן פון מלמעלה למטה, ד.ה. דער מטה איז ניט געווען קיין כלי צו דעם גילוי אורכב, און דערפאַר איז אָט דער אור ניט אַראָפּגעקומען אין אים באופן גלוי.
וכידוע אַז דער גילוי אור אלקי וואָס איז געווען במ"ת איז געווען לפי שעהכג און דערנאָך איז ער נפסק געוואָרן — „במשוך היובל המה יעלו בהר"כד;
און כדי אַז אַ איד זאָל זיין אַ כלי צום גילוי אור פון מ"ת, וואָס איז העכער פון וועלט איז עס דוקא דורך זיין עבודהכה, וואָס דורך דעם ווערט אויפגעטאָן אַ גילוי ויחוד נצחי.
78ה. מיט דעם איז מובן ווי אַזוי עבודת אברהם (והאבות בכלל) אין קיום התורה ומצות איז אַ חלק פון תורה — אַ הוראה נצחית צו יעדן אידן אין אַלע זמנים: אויך לאחרי מ"ת, בכדי אַז דער גילוי פון מ"ת זאָל נתגלה ונתאחד ווערן מיט דעם אידן הלומד תורה ומקיים המצוה, דאַרף זיין די הקדמה פון עבודה מצ"ע ע"ד עבודת האבות:
כשם ווי ביי כללות ההכנה צו מ"ת, איז בכדי עס זאָל נמשך ווערן אין דער בריאה די בחי' פון אלקות און תורה וואָס איז העכער פון וועלט, האָט פריער געדאַרפט זיין די שלימות אין דער עבודה און ביטול פון נבראים מצ"ע, און דורכדעם ממשיך זיין דעם אור וואָס איז שייך און בערך הבריאה — וואָס דאָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך עבודת האבותכו — און ערשט נאָכדעם איז נמשך געוואָרן אין דער בריאה אַן אור וואָס איז העכער פון וועלטכז;
עד"ז איז אויך בפרטיות אין עבודת בנ"י: בכדי דער אור שלמעלה מהבריאה (וואָס ווערט נמשך באופן דמלמעלה למטה, כנ"ל) זאָל נתגלה און נתאחד ווערן מיט דעם אידן הלומד תורה ומקיים מצות, דאַרף ביי אים פריער זיין שלימות העבודה און ביטול וזיכוך פון זיין מציאות, וואָס דורך דעם ווערט ביי אים אויפגעטאָן די התאחדות מיט אלקות ותורה שבערך הבריאה — און דעמאָלט ווערט ער אַ כלי צו דער המשכה וגילוי פון תורתו של הקב"ה ווי זי איז געגעבן געוואָרן במ"ת, וואָס איז לגמרי העכער פאַר דער בריאה.
[דאָס איז בדוגמת מרז"לכח „לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות אע"פ שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה", וואָס אָט דער סדר איז — כמשמע מאומרו „לעולם" — ניט בלויז בשייכות צו אַזאַ איינעם וואָס קען ניט האַלטן בהתחלת עבודתו ביי לימוד לשמה, נאָר דאָס איז דער סדר הלימוד ע"פ תורהכט — וואָרום דורך לימוד התורה שלא לשמה, אפילו אין דער העכסטער מדרי' פון שלא לשמה, ווערט דער איד פאַראייניקט מיט דער בחי' תורה (ניט ווי זי איז מצ"ע, העכער פאַר וועלט, נאָר) ווי זי האָט אַ שייכות צו וועלכער ס'איז מציאות אין וועלט (וואָס אין דעם באַשטייט דער תכלית צוליב וועלכן ער לערנט)ל — און דאָס איז די הקדמה צום צוקומען דורכדעם צום לימוד התורה לשמה (וואָס זי איז תורתו של הקב"ה), אַז ער פאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן אַליין דורך תורתולא ווי זי איז העכער לגמרי פון התלבשות אין וועלט].
79און כאָטש אַז מ"ת האָט גע'פּועל'ט אַ חידוש אין יעדער מדרי' פון לימוד התורה, אַז דורכדעם ווערט נמשך תורה ווי זי איז העכער פון מציאות העולם, כמרז"ללב „כל ת"ח שיושב וקורא ושונה ועוסק בתורה הקב"ה יושב כנגדו וקורא ושונה עמו" (און עד"ז במצות), וואָס פאַר מ"ת איז דאָס ניט געווען — איז אָבער די המשכה אין אַן אופן פון העלם; כדי אַז דאָס זאָל נמשך ווערן בגלוי און נתאחד ווערן מיט דער מציאות הלומד, דאַרף ביי אים זיין די שלימות העלי' אין זיכוך פון זיין מציאות און די התאחדות מיט תורה וואָס איז שייך צו וועלט, כנ"ל.
ו. כעין זה זעט מען אויך אין דעם סדר הלימוד והבנת התורה ביי יעדן אידן: ווען מ'הייבט אָן לערנען מיט אַ „בן חמש למקרא" די פסוקי התורה, וואו עס רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטן אינעם לשון פון „יד הגדולה", „יד החזקה" וכיו"ב, טייטשט אָפּ דער מלמד כפשוטו: די גרויסע האַנט, די שטאַרקע האַנט פון אויבערשטן; און וויפל מען זאָל דערביי דעם קינד ניט מסביר זיין און מפשיט זיין וואָס עס מיינט ביי דעם אויבערשטן „יד הגדולה", „יד החזקה", שטעלט ער זיך דאָך פאַר אַז ס'איז אַ גרויסע און שטאַרקע גשמיות'דיקע האַנט; נאָר די „האַנט" איז גאָר אַסך גרעסער און שטאַרקער ווי די וואָס ער זעט ביי זיין מלמד, וכיו"ב.
לכאורה: וויבאַלד עס איז אַ סתירה צו עיקרי יסודות האמונה, אַז אין לו גוף ולא דמות הגוף — איז ווי פאַרלאַנגט עס תורת אמת מ'זאָל לערנען מיט אַ קינד, אָדער מיט אַ קטן בידיעה, די פסוקים און ווערטער וואָס מ'מוז עם געבן צו פאַרשטייען כפשוטםלג?
ובפרט אַז דער סדר הלימוד איז דער סדר ע"פ תורה: פריער לערנט מען מקרא לפי פשוטו — פשט התורה, דערנאָך — רמז ודרוש, און דערנאָך סודות התורה.
ז. איז דער ביאור אין דעם, בקיצור עכ"פ (ווי שוין גערעדט כמה פעמים), אַז דאָס וואָס מען לערנט מיט אַ קינד פשוטו של מקרא, און ער שטעלט זיך פאַר אַז „יד הגדולה", „יד החזקה" לדוגמא, איז אַ יד גשמי, נאָר אַ גרעסערע און שטאַרקערע פון דעם וואָס ער זעט — איז דאָס ניט היפך האמת; וואָרום אויך דער קינד פאַרשטייט, אַז דאָס גופא וואָס דער יד גשמי פון זיין מלמד וכיו"ב האָט אין זיך כח ויכולת און אַלע תכונות פון אַ יד, איז דאָס ניט מצד זיין גשמיות'דיקן בשר ועצמות וכו', נאָר מצד דעם כח וחיות וואָס ס'איז דאָ אין דעם (דער נשמה — אע"פּ וואָס ער ווייס כלל ניט וואָס דאָס איז, און זיין80מלמד ווייס אויך ניט — נאָר ער זאָגט עם אַז דאָס איז אַ) כח וחיות וואָס קומט פון דעם אויבערשטן. במילא פאַרשטייט דער קינד, אַז ווען עס רעדט זיך וועגן „יד הגדולה" און „יד החזקה", און אַזוי אויך די אַנדערע תוארים גשמיים, איז דאָס אַוודאי ניט מצד דער גרויסער גשמיות'דיקער כמות, נאָר דאָס איז מצד אַ רוחניות'דיקן כח (פון דעם אויבערשטן) וואָס איז אין עם.
ד.ה. אַז יעדער ענין פון תורה, וואָס אַ קטן בידיעה לערנט און פאַרשטייט כפשוטו, איז דאָס אַ לימוד תורת אמת, תורתו של הקב"ה; ס'איז נאָר וואָס ער האָט אין דעם אַ ידיעה מצומצמת, וואָס איז נתלבש געוואָרן אין פשט התורה ווי דאָס קומט אַראָפּ צו אַ שכל פון אַ בן חמש למקרא; און ערשט נאָכדעם קומט ער צו, לויטן סדר עפ"י תורה, צו דער הבנה פון אַ „בן עשר שנים למשנה"לד און שפּעטער צו „בן חמש עשרה לגמרא" וכו', אַז באמיתיות ובפנימיות איז ער ית' מופשט לגמרי פון גשמיות, ביז ווי דאָס איז ע"פ סודות התורה.
און עד"ז איז עס אין דער בחי' פון תורה ביי יעדן לומד התורה, אַז פריער דאַרף זיין דער לימוד התורה כפי שורש נשמתולה, וואָס דער לימוד איז (בפרט זה) בדוגמא צום לימוד התורה פון די אבות, דהיינו תורה ווי עס איז בערך הבריאה, וואָס דעמאָלט האָט ער שלימות הגילוי והעילוי ווי דאָס איז אין דער בריאה; און דערנאָך קומט ער צו לימוד התורה ווי זי איז בתכלית העילוי, העכער פון דער בריאה און פון שרש נשמתו — תורה ווי זי איז געגעבן געוואָרן במ"ת.
ח. דער טעם פאַרוואָס עס פאָדערט זיך די הקדמה פון עבודת האבות — צוקומען דורך עבודת האדם צו דער שלימות פון זיין מציאות (צו אלקות און תורה וואָס האָט אַ שייכות צו דער בריאה), אַלס הכנה צום גילוי פון תורה ווי זי איז געגעבן געוואָרן במ"ת, תורה שלמעלה מהבריאה — איז ניט בלויז מצד דעם מטה, מצד דעם מענטש וואָס לערנט תורה, נאָר אויך מצד הענין למעלה, ד.ה. מצד התורה עצמה:
דער סדר ווי דער אור שלמעלה מהבריאה קומט אַראָפּ אין דער בריאה, ביז ער ווערט נתאחד מיט דער בריאה, איז ניט אין אַן אופן אַז ער כמו שהוא ווערט באַלד נמשך אין דער בריאה, נאָר מתחלה ווערט נמשך בלויז אַ הארה פון אים, אַן אור מצומצם, וואָס קומט בהתלבשות אין עניני הבריאה און לאח"ז ווערט נתגלה דער עצם האורלו.
און עד"ז אין תורה שלמעלה מהבריאה, אַז פאַר נתינת תורתו של הקב"ה במ"ת, וואָס איז באין ערוך מהבריאה, איז פריער נמשך געוואָרן אַ הארה מצומצמת דערפון — ע"י האבות, די בחי' התורה ווי זי האָט אַ שייכות און איז בערך צו דער בריאה.
און אַזוי אויך לאחרי מ"ת גופא: איידער עס ווערט נתגלה ביי אַ אידן תורתו של הקב"ה שלמעלה מהבריאה, דאַרף פריער נמשך ונתגלה ווערן די בחי' התורה וואָס האָט אַ שייכות צו דער בריאה, און לאח"ז ווערט אין אים נתגלה תורה שלמעלה מהבריאה.
און ע"ד ווי סדר הלימוד אין די חלקי הפרד"ס פון תורה וואָס איינער ווערט נשתלשל פון צווייטן: פשט איז נשתלשל81פון רמז, רמז פון דרוש און דרוש פון סודלז.
סדר הלימוד והעבודה הנ"ל איז נאָך אַלץ ניט קיין גענוגנדיקע הכנה אויפצונעמען תורתו של הקב"ה שלמעלה מהבריאה, נאָר מ'דאַרף אויך אָנקומען צו דער עבודה פון גלות מצרים; פּונקט ווי דאָס איז געווען בפעם הראשונה, אַז נאָך די תורה ומצות ועבודת האבות האָט געדאַרפט זיין גלות מצרים, אַלס הכנה צו מתן תורה.
והטעם בזה י"ל: וויבאַלד די תורה ווי זי איז געגעבן געוואָרן במ"ת איז העכער לגמרי פון דער בריאה, איז ניט מספיק דאָס וואָס דער נברא דערגרייכט מיט זיין עבודה צו זיין שלימות און ער ווערט נתאחד מיט דער תורה ווי זי איז בערך הבריאה, וואָרום נברא האָט דאָך פאָרט קיין שום ערך ניט צו בורא.
און דעריבער דאַרף אויך זיין אַ שינוי אין נברא — די הקדמת הפעולה פון „גלות מצרים", וואָס דוקא דורכדעם ווערט ביי אים נתגלה תורתו של הקב"ה.
דער גלות מצרים איז געווען, ווי עס שטייט אין פסוקלח „בחומר ובלבנים ובכל עבודה בשדה גו' אשר עבדו בהם בפרך", וואָס ענינו אין לימוד התורה איז ווי מבואר אין זהרלט — „בחמר דא ק"ו ובלבנים דאָ לבון הלכה", וואָס עבודת פרך בכללות איז — עבודת נשים לאנשים*39 — די עבודה ויגיעה וואָס איז היפך טבעו ורגילותו פונעם אדם — און דוקא דורך דער עבודה ויגיעה היפך טבעו ווערט דער ביטול והזדככות המציאות פונעם נברא, אַז אין אים זאָל קענען נתגלה ווערן תורתו של הקב"ה, וואָס איז העכער פון וועלטמ.
יו"ד. עפ"ז קען מען מסביר זיין אַ סיפור תמוה לכאורה פון אדמו"ר הצ"צ: ווען דער צ"צ איז נאָך געווען יונג, האָט
רבי אים אַריינגערופן און געזאָגט אַז ער וויל אים געבן (עניני) תורה במתנה. דער צ"צ האָט דאָס ניט אָנגענומען, זאָגענדיג דעם טעם, אַז תורה וויל ער נעמען ביגיעה, דורך אייגענער האָראָוואַניע. כו"כ שנים שפּעטער, ווען הוסיף חכמה על חכמתומא, האָט דער צ"צ געזאָגט אַז עם פאַרדריסט פאַרוואָס ער האָט ניט אָנגענומען דעם אָנבאָט פון אַלטן רבי'ן; וואָרום וויפל הויכע תורה־ענינים דער אַלטער רבי וואָלט אים געגעבן וואָלט ער נאָך אַלץ געקענט האָבן יגיעה אין תורה — אויף נאָך העכערע ענינים — וויבאַלד אַז תורה איז דאָך בלי גבול ותכלית.
לכאורה קען מען דערויף פרעגן: מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? ס'איז דאָך שווער צו זאָגן, אַז זייענדיג אין אַ מצב ראוי אַז דער אַלטער רבי האָט אים געוואָלט געבן ענינים פון תורה במתנה, האָט ער זיך ניט געכאַפּט אויף אַזאַ סברה פשוטה, זייענדיג אַ גדול בידיעת התורה וכו'.
82וי"ל די הסברה אין דעם: אַז דאָס איז ניט געווען קיין חרטה אויף זיין פריערדיקן ניט וועלן נעמען די ענינים פון תורה במתנה, נאָר וויבאַלד אַז דעמאָלט בשעת דער אַלטער רבי האָט דאָס אים געוואָלט געבן, האָט ער געפילט אַז אים פעלט נאָך די הכנה פון עבודת היגיעה אין תורה — יגיעה מתאימה לקבלת הצעה כזו, האָט ער דעריבער געהאַלטן אַז ער איז נאָך ניט קיין כלי צו דער תורה וואָס דער אַלטער רבי האָט אים געוואָלט געבן במתנה.
נאָכדעם ווי באַ אים איז אָבער געווען אויך די יגיעה אין תורה, האָט ער געפילט אַז ער איז אַ „כלי" הראוי צו דער מתנה שבתורה, אַז ס'זאָל אים נתגלה ווערן די תורה וואָס איז העכער פאַר זיין יגיעה.
וי"ל אָט די הקדמה הנ"ל פון דער עבודה ויגיעה אין תורה איז ע"ד דוגמא ווי גלות מצרים איז געווען אַ הכנה צו מתן תורה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-4vaa8aj9