עברית
Library

Likkutei Sichos

Shavuos 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

17חג השבועות

א. דער רמב"ם פסק'נטא: „מצות עשה על כל איש ואישב מישראל לכתוב ספר תורה לעצמוג שנאמרד ועתה כתבו לכם את השירהה, כלומר כתבו לכם תורה שיש בה שירה זו, לפי שאין כותבין את התורה פרשיות פרשיות. ואעפ"י שהניחו לו אבותיו ספר תורה מצוה לכתוב משלו ואם כתבו בידוו הרי הוא כאילו קבלה מהר סיני. ואם אינו יודע לכתוב אחרים כותבים לו. וכל המגיה ספר תורה ואפילו אות אחת הרי היא כאילו כתבו כולו"ז.

שטעלט זיך די שאלהח: וויבאַלד אַז שרייבן אַ ספר תורה איז אַ „מצות עשה על כל איש ואיש"ט — פאַרוואָס זעט מען ניט אַז מען זאָל זיך משתדל זיין מקיים זיין די מצוה פון שרייבן אַ ספר תורה בידו, קיום המצוה בשלימותהי (און „כאילו קבלה מהר סיני")?

און אע"פ אַז עס האָט אַן אָרט צו זאָגן, אַז אויב עס איז פאַראַן אַ סופר מומחה וואָס שרייבט שענער פון אים, דאַרף מען מוותר זיין אויף דעם שכר ומעלה פון „כאילו קבלה מהר סיני" (וואָס מ'האָט דורך שרייבן אַליין), נאָר מ'דאַרף דינגען דעם סופר אויף שרייבן פאַר אים, כדי עס זאָל זיין אַ „ספר תורה נאה" (געשריבן דורך אַ „לבלר אומן"), כהציווי „זה א־לי ואנוהויא — התנאה לפניו במצות"יב;

און נאָך מער: לויטן ביאור פון תבואות שוריג אין דעם ענין פון „מצוה בו יותר מבשלוחו"יד, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ווען מ'מאַכט אַ שליח צו טאָן אַ מצוה „נראה כאינו רוצה לטרוח בעצמו" ובמילא איז עס ניט קיין כבוד המצוה, משא"כ אין אַ פאַל ווען מ'מאַכט אַ שליח כדי צו מוסיף זיין אין כבוד18המצוה זאָגט מען ניט „מצוה בו יותר מבשלוחו" — קומט אויס בנדו"ד, וואָס דער כבוד המצוה — „התנאה לפניו במצות" — פאָדערט אַ „לבלר אומן", איז ניטאָ דער דין פון „מצוה בו יותר מבשלוחו" —

פאַרענטפערט דאָס אָבער ניט די שאלה הנ"ל. וואָרום מען געפינט ניט אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין אפילו עס זאָל זיין „אחרים כותבים לו", און אפילו ניט משתדל זיין זיך צו מגיה זיין „אפילו אות א'" אין אַ ספר תורה, און דערמיט מאַכן כשר די ספר תורהטו (וואָס דעמאָלט איז „הרי היא כאילו כתבו כולו"טז)יז.

ב. בפשטות קען מען זאָגן, אַז דער מנהג ישראל אין דעם איז על פי דעת הרא"שיח — אַז דער חיוב פון כתיבת ספר תורה אויף כל אחד ואחד איז געווען „בדורות הראשונים שהיו כותבין ס"ת ולומדין בו, אבל האידנא שכותבין ס"ת ומניחין אותו בבתי כנסיות לקרות בו ברבים מצות עשה היא על כל איש מישראל אשר ידו משגת לכתוב חומשי תורה ומשנה וגמרא ופירושי' להגות בהן הוא ובניו, כי מצות כתיבת התורה היא ללמוד בהיט כדכתיב ולמדה את בני ישראל שימה בפיהם וע"י הגמרא והפי' ידע פי' המצות והדינים על בוריים לכן הם הם הספרים שאדם מצוה לכותבם",

וואָס אַזוי פּסק'נט דער מחבר אין שו"עכ: „האידנא מצוה לכתוב חומשי תורה ומשנה וגמרא ופירושיהן" ולדעת כמה פוסקיםכא, איז נאָך מער — אַז19„האידנא" איז די מצוה בלויז בחומשין משנה וגמרא כו', און ניט בס"ת.

דאָס איז אָבער ניט מספיק: אויך בנוגע די ספרים (חומשים ומשניות וכו') איז דער לשון הרא"ש וטושו"ע (בלשון הציווי בקרא) מצוה לכתוב — און מען געפינט ניט כלל וכלל אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין שרייבן די ספרים אָדער דינגען איינעם וואָס זאָל זיי שרייבן פאַר אים, אָדער לכה"פ מגיה זיין אַ ספר שקנה, כדי מקיים זיין אָט די מצוה.

און הגם אַז נאָכדעם ווי ס'איז נתפשט געוואָרן דפוס בעולם איז מנהג רוב ישראל ככולם צו קויפן ספרי דפוס — איז אפילו ווען מ'זאָל אָננעמען אַז דער לשון „לכתוב" (אין רא"ש ושו"ע) איז כולל אויך דעם אופן פון הדפסה (וויבאַלד הדפסה האָט פאַרנומען דעם אָרט פון כתיבה), קען מען אָבער ניט רעכענען דעם קויפן אַ פאַרטיגן ספר ווי „שכר לו סופר לכתוב לו", ובפרט אַז אין אַ סך פאַלן איז די הדפסה ניט דורך אַ בן ברית (און קיינער פרעגט זיך ניט נאָך אויף דעם*21);

נאָכמער — וג"ז עיקר: דער רמ"אכב פסק'נט (בנוגע צו אַ ספר תורה) אַז בשעת „לקחו כך ולא הגיה בו דבר הוי כחוטף מצוה מן השוק ואינו יוצא בזה"כג (ניט ווי דעת רש"י ונמוקי יוסףכד אַז אויך דעמאָלט איז ער מקיים די מצוה כאָטש ניט מן המובחרכה) — היינט ווי איז מען יוצא מצות כתיבת חומשים וכו' דורך קויפן געדרוקטע ספרים אָן קיין הגההכו?

ג. בפשטות נעמט מען אָן, אַז אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן דעת הרמב"ם און דעת הרא"ש (ופסק הלכה בשו"ע)כז:

לשיטת הרמב"ם אַז די מצוה איז כתיבת ספר תורה, דעריבער איז דאָס מחייב אַז אין דעם זאָל זיין די מעשה ופעולת האדם — די כתיבה פון דער ספר תורה (ובמילא אויב „אינו יודע לכתוב אחרים כותבין לו וכל המגיה ספר תורה ואפילו אות אחת הרי היא כאילו כתבו כולו"), און מען איז ניט יוצא מיט קויפן אַ געשריבענע ספר תורה;

אָבער לדעת הרא"ש (ופסק הלכה בשו"ע) איז „מצות כתיבת התורה היא ללמוד בה", און דערפאַר איז נוגע אַז מ'זאָל האָבן די ספרים אויף צו לערנען20אין זייכח, אָבער ניט צו שרייבן זיי*28 (אפילו ניט מגי' זיין).

אָבערכט פונעם תוכן אין רא"ש איז מוכח ניט ווי דער חילוק הנ"ל: דער רא"ש זאָגט „וזהו בדורות הראשונים כו'" בהמשך צום לשון ודעת הרמב"ם (וואָס ער ברענגט), איז מובן, אַז דער רא"ש איז ניט אויסן צו מחדש זיין אַ נייעם גדר אין מצות כתיבת ספר תורה (אַנדערש ווי דער רמב"םל), נאָר בלויז צו מחלק זיין (בין הזמנים) בנוגע וואָס מען זאָל שרייבן, אַז „האידנא" איז די מצוה „לכתוב חומשי התורה ומשנה וגמרא ופירושיהן להגות בהן הוא ובניו".

אויך דאַרף מען פאַרשטיין די הסברה אין די צוויי דיעות, צי מ'איז יוצא קיום מצות כתיבת ספר תורה מיט בלויז קויפן אַ ס"ת (ווי דעת רש"י והנמוקי יוסף אַז אויך דעמאָלט „מצוה עבד", נאָר „אי כתבה הוה מצוה יתירה"לא), אָדער מ'איז ניט יוצא דערמיט (כדעת הרמ"אכב (און אַזוי איז אויך משמע דעת הרמב"םלב בספר היד) אַז אויב „לקחו כך ולא הגיה בו כו' (ו)אינו יוצא בזה").

ד. בכדי צו פאַרשטיין דאָס פאָדערט זיך פריער אַ הסברה אין דעת הרא"ש והפס"ד בשו"ע: ווי אַזוי קען מען מחדש זייןלג אַז אַ מ"ע מן התורה זאָל נשתנה ווערן מזמן לזמן, ביז צו זאָגן אַז „האידנא" איז די מצוה ניט ווי זי איז מפורש בתורה?

און כאָטש אַז דער רא"ש אַליין איז מבאר „כי מצות כתיבת התורה היא ללמוד בה כדכתיב ולמדה את בני ישראל שימה בפיהם" — דאָס איז אָבער לכאורה נאָר תכלית ומכוון המצוה,21אָבער מעשה המצוה גופא שטייט דאָך מפורש אין תורה: כתבו לכם את השירה הזאת — אַ מצוה צו שרייבן אַ ספר תורהלד?

ה. וי"ל הביאור בזה: פון דעם וואָס גלייך נאָכדעם „כתבו לכם גו'" איז דער פסוק ממשיך אַז די (תכלית ה)מצוה איז „ולמדה את בני ישראל שימה בפיהם" — און ווי ס'איז אויך מובן פון דעם גאַנצן המשך הפרשהלה, אַז ענינה פון כתיבת ספר תורה איז בכדי עס זאָל זיין „שימה בפיהם", אַז די תורה זאָל ביי זיי ווערן „לעד" אויך אין דעם זמן ווען „וניאצוני והפר את בריתי" — דערפון לערנט אַרויס דער רא"ש, אַז דער ענין פון „כתבו לכם" איז ניט דער עצם גדר המצוה, נאָר בלויז אַ חיוב פרטי אין דער מצוה.

[וי"ל דוגמא לזה: די תורהלו זאָגט ביי מצות מזוזה „וכתבתם על מזוזות ביתך ובשעריך", כאָטש דער גדר המצוה איז (ניט כתיבת המזוזה, נאָר) „לקבועלז מזוזה"לח].

דער גדר המצוה איז, ובהקדם —

עס איז דאָ די מצוה פון לימוד התורה ויתרה מזה „ות"ת כנגד כולם" און אין דער מצוה — איז דער עיקר וויסן „כל ההלכות פסוקות בטעמיהן"לט און דאָס איז „חייב הוא מה"ת" און ביז אין אַן אופן אַז „שנונים ומחודדים בפיך" און „משיב לו מיד" וכו'מ — איז דאָך שוין דאָ „למדה . . שימה בפיהם" אויפ'ן בעסטן אופן,

קומט בפ' וילך אַ ספּעציעלע מצות עשה מה"ת אַז מען זאָל טאָן אַ מעשה (כתיבה) צו באַקומען אַ (ספר) תורה שבכתב און לערנען אין דער תורה (ואולי י"ל הטעם ווייל דורך דעם איז דער לימוד לייכטער און טיפער (אותיות מחכימות), זיכער פון אַ טעות, ווייל הלומד מן הספר לא במהרה הוא משכחמא, מ'קען חזר'ן בכל עת וכו', וואָס דאָס אַלעס באַוואָרנט כדבעי דעם „והפר גו'"); און בזמןמב אמירת הציווי איז די מעשה (כתיבה) געווען פאַרבונדן ואפשרי נאָר דורך לימוד אין אַ ס"ת, תורה שבכתב (וואָרום ארי' הוא דרביע עלי'מג, אויפ'ן גברא — תושבע"פ האָט מען דאַן ניט געטאָרט פאַרשרייבן, דברים שבע"פ אי אתה רשאי לכותבםמד).

דורך דעם (ארי' דרביע) קומט צו אַ זייטיקע זאַך ניט מצד דעם ענין דידן פון „ולמדה . . שימה בפיהם", נאָר מצד די דינים ווי אַזוי ווערט אַ ספר — אַ ספר תורהמה: עס דאַרף זיין שרטוט, לשמה, בכתב אשורי און בלשון הקודש,22וכו'*45 — דערפאַר בנוגע לפועל מוז דער „כתבו לכם" זיין אַ כתיבה מיט פרטי דינים הנ"ל.

אָבערמב — „האידנא" — ווען מצד „עת לעשות לה' הפרו תורתך"מו האָט מען פאַרשריבן אויך תושבע"פמז, און דער לימוד בכדי „לידע פי' המצות והדינים על בוריים" איז ניט פון אַ ספר תורה, נאָר פון די פאַרשריבענע חומשי תורה משנה וגמרא ופירושיהן, איז די מצוה פון „כתבו" (די מעשה) פאַרבונדן מיט די ספרים; און ביי זיי איז ניטאָ קיין דין שרטוט וכו' די פרטי דינים וואָס זיינען דאָ אין אַ ס"ת, איז בהתאם לזה ביי קיום המצוה דורך זיי דאַרף זיין ומספיק אַ מעשה וועלכע מאַכט זיי פאַר ספרים דורך וועלכע עס קען זיין ולמדה שימה בפיהם מתוך הכתב*47.

וי"ל דוגמא לזה על דרך „דון מינה ואוקי באתרא"מח.

ו. אַ מעין ודוגמא לדבר: דער חיוב שמחה ביו"ט, וואָס בזמן הבית איז דאָס געווען דורך שלמי שמחה, איז לכמה דיעות חל (מדאורייתא) אויך בזמן הזה דורך אכילת בשר, וואָס „אין שמחה אלא בבשר"מט.

עס איז מובן בפשטות אַז די שמחה בבשר בזמן הזה האָט ניט די גדרים וואָס זיינען דאָ אין שלמי שמחה, וואָס זיינען נאכלים בטהרה און בירושלים כו', וואָס דאָס זיינען אַלץ ענינים און הגדרות מצד דעם ענין הקרבן פון שלמי שמחה, אָבער ניט מצד גדר השמחה שבו, וואָס נאָר דאָס איז נוגע (לדעה זו) לקיום מצות שמחת50) יו"ט.

ועד"ז בעניננו — ובלשון הש"סנא „לא מן השם הוא זה": די אַלע פרטי דינים וואָס זיינען דאָ אין כתיבת ספר תורה זיינען מצד דעם חפצא פון ספר תורה, ניט מצד דעם חיוב ומצוה פון „כתבו לכם את השירה הזאת" בכדי עס זאָל קענען זיין ולמדה, שימה בפיהם.

ובמילא איז מובן, אַז אויך לדעת הרא"ש איז אין דעם גדר המצוה הזו ניט געוואָרן קיין שינוי.

עס בלייבט נאָך אָבער די שאלה — מען זעט דאָך ניט אַז מ'זאָל מקיים זיין דעם „לכתוב" פון די חומשים וכו' נאָר דאָס טוט דער מדפיס וכיו"ב ואפילו אַז ער באַשטעלט באַ עם און מאַכט עם פאַר אַ שליח איז דאָך מצוה בו יותר מבשלוחו — איז דאָס פאַרענטפערט לויט דעם ביאור לעיל (סעיף א) בנוגע לס"ת. ועוד ועיקר — לקמן סעיף ט.

ז. ועפ"ז — אַז בשייכות פון צוויי ענינים קען זיין פרטים וועלכע זיינען „דון מינה ומינה" ופרטיםנב וועלכע אוקי23באתרא — קען מען מסביר זיין כמה ענינים, ולדוגמא במקצעות שונים:

תפלות במקום תמידין תקנוםנג, פונדעסטוועגן איז אפילו לכתחילה ניטאָ קיין השתדלות אַז עס זאָל זיין אין דעם ציבור אַ כהן (והטעם דמצינו קרבן בלא כהן — דאין כהן בבמהנד), משא"כ בנוגע להזמןנה, דאַרפן די תפלות זיין בזמן הקרבת התמידיםנו (כי בכל קרבן שבזמן — עבר זמנו בטל קרבנו)נז.

אין סדר ליל פסח: דער מנהג „במדינות אלו" איז, אַז מ'איז נזהר ניט צו עסן „בשר צלי בליל פסח", „גזירה שמא יאמרו פסח הוא"נח; אעפ"כ נעמט מען אַ זרוע צלוי' „זכר לפסח שהי' צלי אש"נט, ווייל אכילה בפסח — איז עיקר גדר הפסח „שלא בא מתחילתו אלא לאכילה"ס.

דער כללסא אַז ר' פלוני ור' פלוני בשיטה אחת קיימי, איז מובן אַז ס'זיינען דאָ פרטים אין וועלכע זיי זיינען מחולק און ס'איז דאָ אַ נפק"מ צווישן זייסב, (וואָרום אויב ניט, איז מאי קמ"ל בענינים שונים) דער לשון וואָלט געווען ר' פלוני ור' פלוני אמרו.

ועוד כהנה.

ח. עפ"ז יש לומר, אַז דאָס וואָס דער רמ"א פסק'נט „אבל לקחו כך ולא הגיה בו דבר הוי כחוטף מצוה מן השוק ואינו יוצא בזה" און ער איז יוצא דוקא ווען „שכר לו סופר לכתוב לו ספר תורה או שקנאו והוא הי' מוטעה והגיהו" (ניט ווי דעת רש"י והנמוקי יוסף, אַז אויך ווען לקח ס"ת מן השוק איז מען מקיים די מצוה), איז דאָס געזאָגט געוואָרן נאָר ביי כתיבת ספר תורה, אָבער בנוגע די חומשי התורה ומשנה וגמרא ופירושיהן, וואָס „האידנא" באַשטייט אין זיי די מצות כתבו לכם (לדעת הרא"ש), איז מען לכו"ע יוצא דורך קויפן די ספרים און לערנען אין זייסג.

והביאור: לכו"ע איז די מצוה פון כתבו לכם אַ גדר פון „קבלת התורה", וואָס באַשטייט אין זיין עשי' אויף צו נעמען און באַקומען די תורה און לערנען אין איר. די שאלה איז — אויף וויפל דער פועל והפעולה זיינען פאַרבונדן מיט דעם נפעל:

וויבאַלד אַז בדורות הראשונים איז די מצוה „ועתה כתבו לכם" געווען פאַרבונדן מיט אַ ס"ת „שהיו כותבים ס"ת ולומדים בו", וואָס דעריבער מוז די כתיבה זיין לשמה, אויף אַ קלף מעובד ומשורטט, און אַזוי אַלע אַנדערע תנאים וגדרים (כותבים כולו כו'), איז די חפצא פון ס"ת מחייב און מכריח כו"כ תנאים24בעשיתו און די פעולות ווערן אַ חלק פון מצות כתיבתסד („השירה הזאת")

אָדער דער פועל און די אַלע תנאים זיינען נאָר מצד קדושת הס"ת, ניט מצד מצות „כתבו לכם את השירה הזאת ולמדה".

ט. און דאָס איז די הסברה פון די צוויי דיעות הנ"ל בנוגע קיום מצות כתבו לכם ווען מ'איז דאָס מקיים מיט אַ ספר תורה: שיטת הרמב"ם והרמ"א איז, אַז וויננאַלד די מצוה איז פאַרבונדן מיט דער קדושה פון כתיבת ס"ת, און די קדושה איז מחייב די תנאי המעשה — כתיבת הס"ת, ווערט אָט די מעשה (ניט נאָר אַ פרט אין דער חפצא, אין קדושת ס"ת, נאָר אויך) אַ חלק פון דעם קיום המצוה פון כתבו לכם.

און דעריבער, ווען ער איז מקיים די מצוה המוטלת עליו, מיט שרייבן אַ ס"ת, דאַרף זיין די מעשה המצוה, דורך כתיבת ס"ת, אָדער מגיה זיין אַ ס"ת „שהי' מוטעה"סה — דורך זיין פעולה ווערט נגמר ונשלם דער כתבו לכם. אָבער „לקחו כך ולא הגיה בו דבר", איז ער גניגז יוצא.

משא"כ לדעת רש"י והנמוק"י איז די קדושת הס"ת ניט אַ חלק פון דער מצוה פון כתבו לכם [די תנאים זיינען נאָר אויף פועל'ן קדושת ס"ת] ובמילא איז אויב די קדושה איז שוין דאָ — איז אויך בס"ת מספיק ווען קנאו — לקחו (מן השוק).

לפ"ז איז מובן אַז דאָס וואָס „האידנא מצוה לכתוב חומשי התורה ומשנה וגמרא ופירושיהן", מיינט עס ניט (אפילו אויך לדעת הרמ"א), אַז דאָס מוז זיין באופן פון כתיבתו אָדער בשליחותו אָדער דורך מגיה זיין דעם ספר, ווייל אָט די ספרים מצד ענינם פאָדערן ניט אַז ביי זיי זאָל זיין דוקא מעשה אדם, עס קען זיין מעשה „קוף" (מכונה) — אַבי זי איז כתובה — איז דאָ ובשלימותו — „ולמדה שימה בפיהם".

ול' הרא"ש והשו"ע „כותבים" די חומשים — ווייל דער מקור הדין ויסודו איז „כותבים ס"ת" — אָבער עס איז דון מינה ואוקי באתרא.

יוד. עפ"ז קומט צו הסברה וביאור באופן קיום מצות „ועתה כתבו לכם את השירה הזאת" ווי מ'איז דאָס מקיים „האידנא":

וי"ל דוגמא — כשם ווי אין דער מצוה פון לימוד התורה איז דאָך היינט ניט דער סדר אַז מען זאָל אָפּלערנען כל התורה (ההלכות) כולהסו, און דערנאָך ערשט לעיין ולפלפל כו'

עד"ז איז בנוגע צום קיום מצות „כתבו לכם את השירה הזאת" „האידנא", אַז דאָס מיינט ניט אַז ער איז מחוייב צו שרייבן אַליין (אָדער קויפן) און אַלע25ספרים (חמשה חומשי התורה משנה גמרא ופירושיהן), און אַז נאָר דאַן איז מען מקיים די מצוה — וואָס פירושיהן איז אַ ריבוי גדול ומעשה רב מ'זעט בפועל די ספרים וואָס רוב אידן ככולם האָבן זיינען ניט מכל סוגים הנ"ל וכו'סז.

יא. עפ"ז איז מובן וואָס די גמראסח זאָגט „כתבו מעלה עליו הכתוב כאילו קבלו מהר סיני", און דער רמב"ם ברענגט דאָס אַראָפּ אויך אין ספר הלכה שלו, וואָרום דאָס איז דער גדר פון מצות „ועתה כתבו לכם" — אַן ענין ומעין קבלת התורהסט וואָס קומט דורך זיין עשי', דורך זיין שרייבן און צוגרייטן די ספר תורה (אָדער דורך קויפן די ספרים הנ"ל מממונו), און דורך „ולמדה" שלאח"ז.

ס'איז נאָר וואָס „בדורות הראשונים" האָט מען די מצוה מקיים געווען דורך כתיבת ספר תורה, וואָס ווען „כתבו בידו" איז ביי אים די קבלת התורה אין אַן אופן פון שלימות — „הרי הוא כאילו קבלו מהר סיני", אַז ס'איז ענלעך צו דעם קבלת התורה בפעם הא', אַזוי אַז דאָס האָט געבראַכט דעם לימוד ושמירת המצות בשלימות. אָבער מעין זה איז דאָס דאָ בכל זמן ובכל מקום, ווען אַ איד קויפט ספרים און לערנט אין זיי.

מכל הנ"ל איז אויך מובן ווי וויכטיק עס איז די השתדלות אַז יעדער איד זאָל האָבן ספרים אין זיין הויז — ומה טוב אַ „בית מלא ספרים" — אָבער עכ"פ מוזן זיך ביי אים געפינען די יסוד ספרים: (סידורים) חומשים (תנ"ך) משניות ספרי פסקי דינים וכו', און עס זאָל זיין דער „ולמדה" אין זיי, „שימה בפיהם".

יב. ומענין לענין באותו ענין יש להוסיף בדרך אפשר:

די מצוה פון כתיבת ספר תורה, וואָס מען לערנט אָפּ פון פסוק „ועתה כתבו לכם את השירה", איז כנ"ל כל הס"ת כולה —

וי"ל בזה הוספה על פשט הלשון: וויבאַלד אַז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתאע, איז אין דער ס"ת, אין תורה שבכתב, מרומז וכלול אויך כל התורה שבע"פ כולה, וואָס — ניתנה למשה מסיני, משנה, תלמוד ואגדה וכו' ביז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדשעא וכו';

און אַזוי איז עס אויך (אין דער מצוה פון כתיבת ספר תורה) מצד דעם גברא, זאָגט דאָך די גמרא, אַז דער וואָס שרייבט אַ ספר תורה איז „מעלה עליו הכתוב כאילו קבלו מהר סיני".

און כאָטש אַז בפשטות קען מען לערנען אַז דער מעלה עליו וכו' מיינט אַ שכר, דעם שכר אַז מ'נוצט עס אַלס אַ ראי' אַז ער האָט כשלעצמו מעלת מקבל תורה מסיני — ווי דער נמוקי יוסףעב26זאָגט „שיש למדת רחמים לומר כמו שטרח טורח זה כן הי' טורח ללכת במדבר כדי לקבל תורה מהר סיני" — און איז ניט אַ שכר אַ מסובב פון דער מצות כתיבת ספר תורה;

דער רמב"ם אָבער וועלכער ברענגט דאָס אַראָפּ להלכה אין זיין ספר היד, וואָס באַשטייט פון „הלכות הלכות"עג, ובפרט אַז ער האָט עס אַריינגעשטעלט אין מיטןעד דער ערשטער הלכה וואו עס רעדט זיך וועגן דער מצוה בפועל — און איז נאָך דערביי משנה פון לשון הגמרא און זאָגט „ואם כתבו בידו הרי היא כאילו קבלה מהר סיני" — איז משמע אַז דער ענין איז אַ שכר ומסובב פון דער מצות כתיבת ספר תורה,

וי"ל — ע"ד המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדועה

יג. ויה"ר אַז בקרוב ממש זאָל זיין ותחזינה עינינו בביאת מלך המשיח ממש, און וועט שרייבן די משנה התורה „לשם המלך" וואָס „יהי' עמו תמיד כו' שנאמר והיתה עמו וקרא בו כל ימי חייו"עו, און עס וועט נתגלה ווערן מלכותו של הקב"ה „והי' ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד"עז.

(משיחות אחש"פ וש"פ קדושים תשמ"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-4178zb19

Copies

Recent activity

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · approved

Sources