Likkutei Sichos
Shavuos 2
35חג השבועות 2
א. מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדטא, אַז מיט (דעם זמן פון) שבועות האָבן אַ פאַרבונד: (א) משה רבינו, דורך וועמען ס'איז געגעבן געוואָרן די תורה אין שבועות; (ב) דוד המלך, וואָס „דוד מת בעצרת"ב, און (ג) דער בעש"ט, וואָס אויך זיין הסתלקות איז געווען שבועותג.
און וויבאַלד אַז אַלץ איז בהשגחה פרטית, ובפרט ווען עס רעדט זיך וועגן מאורעות אין שייכות מיט אידן בכלל, און מיט גדולי ונשיאי ישראל בפרט, איז מובן, אַז (א) עס איז דאָ אַ נקודה משותפת צווישן זייד (וואָס דערפאַר זיינען זיי אַלע פאַרבונדן מיט דעם זעלבן טאָג), און (ב) אַז די נקודה משותפת האָט אַ צוזאַמענבונד מיטן תוכן (עיקרי) פון דעם טאָג, בנדו"ד: חג השבועות — זמן מתן תורתנוה.
לאידך גיסא מוז אָבער אויך זיין אַ חידוש אין אָט דער נקודה משותפת ווי זי איז ביי יעדן איינעם פון די דריי נשיאי ישראל; יעדער פון זיי איז — בלשון הש"ס — „צריכא".
ב. פון די נקודות משותפות פון משה דוד און דעם בעש"ט איז, וואָס יעדער פון זיי איז געווען (ניט נאָר אַ מלך ונשיאו בישראל, נאָר אין דעם גופא —) אַ „ראשון" אין דעם סוג פון מלוכה ונשיאות:
משה רבינו איז געווען דער ערשטער נשיאז אויף אַלע אידן, ובפרט לויטן פסק הרמב"םח אַז „מלך הי'", איז משה רבינו געווען דער ערשטער מלך ביים אידישן פאָלק;
דוד איז געווען דער ראש וראשון פון מלכות בית דוד, וואָס „כיון שנמשח דוד זכה בכתרט מלכות . . לו ולבניו הזכרים עד עולם . . לא תכרת המלוכה מזרע דוד לעולם"*9);
36און דער בעש"ט איז געווען דער ערשטער פון די נשיאיי החסידות (הכללית).
און דערמיט איז פאַרשטאַנדיק די שייכות מיוחדת פון די אַלע דריי מלכי ונשיאי ישראל (אין זייער נקודה משותפת) צו מ"ת — ווייל פון די ענינים עיקריים וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן ביי מ"ת איז געווען וואָס יעדער איד איז געוואָרן (אַ טייל פון) „ממלכת כהנים (שרים)"יא; און דעם כח אויף צו קענען אַרויסברענגען דאָס בגילוי נעמט יעדער איד פון די נשיאי ישראל אין יעדן דוריב, כדלקמן.
ג. די שייכות פונעם ענין פון „ממלכת כהנים" צו מתן תורה, וועט מען פאַרשטיין דורך מבאר זיין דעם תוכן ענין המלוכה:
די נקודה עיקרית פון מלכות איז — התנשאות, דעם מלך'ס העכערקייט און אָפּגעטראָגנקייט פון גאַנצן פאָלק; ביז אַז — ער טאָר זיך ניט אַראָפּלאַזן צו טאָן מלאכהיג, מ'דאַרף אים צושטעלן אַלע זיינע צרכים מיט גרויס הרחבה כמש"ניד „מלך ביפיו תחזינה עיניך", קיינער (און קיין זאַך) אין דער מדינה קען ניט אָפּהאַלטן דעם מלך פון דורכפירן זיין רצון, כמרז"לטו „המלך פורץ גדר כו' ואין מוחין בידו", „אמר מלכותא כו' עקר טורי"טז, ועוד.
און כעין זה האָט מ"ת אויפגעטאָן ביי אידן: דורך מ"ת איז געוואָרן „ורוממתנו", אידן זיינען דערהויבן געוואָרן איבער אַלע פעלקער, ביז אַז זיי זיינען געוואָרן העכער פון וועלט בכלל — ניט אונטערוואָרפן די גדרי הטבע;
אין אַנדערע ווערטער: ווען אידן זיינען עושין רצונו של מקום, זיי פירן זיך ע"פ תורה ומצות בשלימות, איז ניט נאָר וואָס זיי באַקומען דאַן אַלע זייערע צרכים בהרחבה נאָר נאָכמער — זיי דאַרפן ניט חורש זיין, זורע זיין וכו' — מלאכתן נעשית ע"י אחריםיז.
אין דער עבודה פון יעדן אידן בפרט מיינט דאָס: ווען עס קומט צו טאָן אַ זאַך פון תומ"צ דאַרף זיך אַ איד פירן ווי אַ מלך — ער דאַרף זיך אָפּגעבן מיט דער מצוה פּונקט ווי ער וואָלט ניט געהאַט37קיינע אַנדערע מלאכות ודאגותיח (ווי איינער וואָס מ'שטעלט אים צו זיינע צרכים בהרחבה)יט;
קיין טבע'דיקער חשבון זאָל אים ניט אָפּהאַלטן פון צו טאָן אַ מצוה, ווייל אין ענינים פון תומ"צ איז אַ איד אַ בעה"ב (אַ מלך) אויף טבע.
און ווען אַ איד גייט צו צום קיום התורה ומצות מיט דער תנועה פון „ממלכת כהנים", פירט ער עס דורך ניט בדרך מלחמה מיט זיין יצה"ר און מיט דברים המבלבלים — נאָר בדרך מנוחה: ער הויבט זיך אויף העכער פון דעם וועלט אַרום (וויסנדיק אַז ער איז פון „ממלכת כהנים"), אַזוי אַז ער האָט מלכתחילה ניט קיין מבלבלים.
ד. אַ איד קען דאָך אָבער פרעגן:
בשלמא ווען ס'רעדט זיך וועגן זיין (פנימיות ה)נשמה, וואָס איז העכער פון (התלבשות אין) גוף, איז פאַרשטאַנדיק, אַז קיין זאַך פון וועלט און גשמיות קען איר ניט מבלבל זיין אין דעם פאַרבונד מיטן אויבערשטן (דורך עשיית רצונו וקיום מצותיו — מצותכ מלכו של עולם),
דאָ רעדט זיך אָבער וועגן דער נשמה פון אַ אידן ווי זי איז מלובש אין אַ גוף און האָט צו טאָן מיט עניני העולם, וואָס זיינען אים מגביל ומבלבל — טאָ ווי קען מען מאָנען ביי אים, אַז ער זאָל זיך אויפהויבן העכער פון דער התלבשות, און מיט אַן אמת?
איז דער ענטפער אויף דעם, אַז אין יעדן דור זיינען דאָ נשיאי ישראל, וואָס זיי האָבן אין זיך די תכונות פון מלכות און נשיאות — און זיי גיבן יעדער אידן דעם כחיט אַרויסצורופן ביי זיך בגלוי (עכ"פ אַ מעין פון) די תכונה פון „ממלכת כהנים".
ה. וויבאַלד אַז משה דוד און דער בעש"ט זיינען געווען יעדערער אַ נשיא ומלך,
[וואָס דעריבער געפינט מען ביי זיי (נוסף אויף עשירות והרחבה אין גשמיות*20 — אויך) ממשלה ושליטה אויף טבע — ביי זיי איז געווען אַ הנהגה שלמעלה מן הטבע:
די גאַנצע הנהגה וואָס משה רבינו האָט געפירט אידן אין מצרים און מדבר איז געווען באופן נסיכא.
אויך צו דוד המלך האָט דער אויבערשטער נאָכאַנאַנד געוויזן נסים ונפלאות, ווי מען זעט עס אין פילע תפילות והודאות אין ספר תהלים;
און אַ הנהגה פול מיט נסים ונפלאות איז דאָך געווען ביים בעש"ט, ווי דאָס איז מפורסם פון די סיפורים פון בעש"ט ותלמידיוכב; ביז ס'איז אַ לשון ותואר הרגיל (אויך ביי עמא דבר) צו אָנרופן יעדע מעשה פלא — „אַ בעל־שם'סקע מעשה"]
38איז פון זיי נשפע געוואָרן און דורכדעם ווערט נתגלה ביי יעדער אידן עניני מלך.
ו. צו פאַרשטיין דעם ענין מיוחד וואָס יעדער פון זיי — משה דוד און דער בעש"ט — איז משפיע צו אידן, דאַרף מען פריער מבאר זיין ווי דער גילוי פון מ"ת האָט אין זיך דריי ענינים:
א) דער עצם התגלות אלקות ביי מ"ת — וירד ה' על הר סיני — וואָס איז געווען אינגאַנצן העכער פון טבע און וועלט — און דאָס איז געווען נאָר לפי שעה.
ב) די תוצאה און פעולה פון דער התגלות אין וועלט — אַז אויך נאָך דעם במשוך היובל, נסתלקה שכינהכג, ס'איז נפסק געוואָרן דער גילוי אור אלקי פון מ"ת, איז אָבער דורכדעם נזדכך געוואָרן די טבע פון וועלט, אַז מכאן ולהבא זאָל זיין גרינגער אין איר צו מגלה זיין אַן אור אלקי.
ג) דער תכלית פון מ"ת — עס זאָל זיין דער חיבור עליון ותחתוןכד, אָדער בלשון התניאכה: מאַכן פון עוה"ז הגשמי התחתון שאין תחתון למטה ממנו אַ דירה לו ית'; ד.ה. אַז אויך אין דעם העלם העולם, וואו עס זעט זיך ניט אָן קיין אלקות ח"ו („חושך כפול ומכופל . . שהוא מלא קליפות וס"א שהן נגד ה' ממש לומר אני ואפסי עוד"), זאָל אַ איד אַראָפּטראָגן דעם גילוי אור אלקי פון מ"ת.
ז. די דריי ענינים דריקן זיך אויס, בכללות, אין די דריי תקופות פון עם ישראל — אין זמן פון דור המדבר; אין דער צייט ווען אידן זיינען געווען על אדמתם; און אין דעם זמן הגלות:
די אידן פון דור המדבר, וואָס האָבן מקבל געווען די תורה נשמות בגופים, איז ביי זיי פאַרבליבן בגלוי מעין פון דער התגלות פון מ"ת אויך שפּעטער; זיי זיינען געבליבן אין מדבר, וואו זיי זיינען געווען אויסגעטאָן פון עניני העולם (און אין אַ מצב פון הנהגה נסית שלמעלה מהטבע אין אַלעכו זייערע ענינים) צו קענען זיך אָפּגעבן אינגאַנצן מיט תורה, כמאמר רז"ל*26: לא ניתנה תורה כו' אלא לאוכלי המן.
אין ארץ ישראל זיינען אידן שוין אַריין אין אַ „ארץ נושבת" — אין אַ סדר החיים אויף אַ טבעית'דיקן אופן; אָבער לאידך איז דאָרטן די השגחה העליונה אין אַן אופן גלוי, כמש"נכז ארץ אשר ה"א דורש אותה תמיד עיני ה"א בה מרשית השנה ועד אחרית שנה, און אפילו בעבודת האדמה וואָס זרע וקציר גו' לא ישבותו*27 — איז למטר השמים תשתה מיםכח — מ'זעט בגילוי אַז דער אויבערשטער איז דער וואָס איז זן ומפרנס לכל, ובמילא ווייס מען קלאָר אַז די התעסקות „בכל אשר תעשה"כט איז מערניט ווי מאַכן אַ כלי אויפצונעמען דעם „וברכך ה"א" וואָס קומט מלמעלהל.
39אין זמן הגלות אָבער איז „אותותינו לא ראינו גו'"לא, ביז אַז אַ איד קען ח"ו מיינען אַז ער איז אונטערוואָרפן די גדרי הטבע פּונקט ווי אַ ניט־איד, און מ'דאַרף האָרעווען דורכצוברעכן און ליכטיק מאַכן דעם העלם העולם וחושך הגלות.
ח. דאָס וואָס די התגלות פון מ"ת איז געווען נאָר לפי שעה, איז עס נאָר בשייכות איר פעולה אין וועלט בכלל; בנוגע אידן אָבער, האָט דער גילוי פון מ"ת אין זיי קובע געווען אויף שטענדיק די תכונה פון „ממלכת כהנים" — אַז יעדער איד, אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל זיך נאָר געפינען, איז ער בפנימיות נפשו אינגאַנצן העכער פון אַלץ אַרום אים און איז ניט אונטערוואָרפן די גדרי הטבעלב.
הנ"ל — איז אויך דער חילוק (און חידוש) צווישן די השפעות פונעם ענין המלוכה והנשיאות (ממלכת כהנים) וואָס משה און דוד און דער בעש"ט האָבן משפיע געווען אין אידן:
משה רבינו, וואָס דורך אים איז געווען נתינת התורה, ביז אַז תורה „נקראת על שמו"לג — האָט אויפגעטאָן אין זיין דור (וואָס האָבן מקבל געווען די תורה נשמות בגופים כנ"ללד), אַז ביי זיי זאָל זיין דער ענין פון „ממלכת כהנים" אין פשוט'ן גשמיות'דיקן זין: זיי האָבן באַקומען אַלע זייערע צרכים מלמעלהלה אָן האָרעוואַניע; יעדער פון זיי האָט באַקומען עשירות והרחבהלו; און זייער סדר החיים האָט זיך געפירט באופן נסי כנ"ל.
אַריינקומענדיק אָבער אין א"י — ארץ נושבת — איז נפסק געוואָרן דער מן — לחם מן השמיםלז ובלשון הכתוב: כי תבואו אל הארץ גו' שש שנים תזרע גו'לח, מען האָט זיך געדאַרפט פאַרנעמען מיט עשיית מלאכה וכו'. און הגם אַז אין א"י איז די השגחה עליונה אין אַ גלוי'דיקן אופן, וואָס באַווייזט אַז אין דער אמת'ן גיט מען פרנסה מלמעלה כנ"ל —
איז אָבער דאָס גופא, וואָס מ'איז פאַרנומען מיט מאַכן ע"פ דרך הטבע אַ40כלי צו ברכת ה', קען אַמאָל געבן אַן אָרט צו מיינען אַז זיין התעסקות האָט אַ תפיסת מקום אין שאַפן זיין שפע פרנסה, ובמילא קען עס אים מבלבל זיין פון תומ"צ.
און דאָס איז דער אויפטו פון דוד המלךלט, וואָס האָט געגעבן דעם כח, אַז אויך אין ארץ נושבת זאָל אַ איד קענען אַרויסברענגען לידי גילוי אַז ער איז פון „ממלכת כהנים". דאָס מיינט: ער זאָל צוקומען צו דער הכרה אַז זיין פרנסה קומט אינגאַנצן מלמעלה (ובמילא איז עס באמת אויך — בהרחבה) און אַז עס איז (בשרשה ובפנימיות) אַן ענין נסי וואָס איז ניט געבונדן מיט די דרכי הטבע — און זיין התעסקות אין טבע איז נאָר ווייל אַזוי איז דער רצון הבורא, אַז ס'זאָל זיין באופן פון „בכל אשר תעשה"מ.
ובמילא איז פאַרשטאַנדיק, אַז ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַן ענין פון תומ"צ איז ער דאָס מקיים אָן קיין בלבולים, ווי עס טוט אַ מלך (כנ"ל ס"ג).
ט. בשעת עס האָט זיך אָנגעהויבן דער חושך הגלות, ובפרט אין דער צייט ווען דער חושך הגלות איז געוואָרן טיפער און פינסטערער — און מצד צוק העתים איז מען אַריינגעטאָן (ניט נאָר אין עשיית מלאכה סתם, נאָר) אין טרדותמא הפרנסה — האָט זיך געפאָדערט אַ נייער (און העכערער) נתינתכח צו דערוועקן ביי אידן די התגלות עניני מלך:
אַ איד קען מיינען, אַז אין אַזאַ צייט, ווען ס'זיינען דאָ אַזויפיל העלמות והסתרים אויף קיום התומ"צ, איז די והותר אויב ער וועט מקיים זיין תומ"צ ע"ד הרגיל (וואָס אויך דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ שווערער מלחמה און מיט פיל יגיעה צו בייקומען די שוועריקייטן וכו'); און מכש"כ ווען ער וועט זיך אָנשטרענגען נאָכמער און טאָן אַ הידור מצוה, מוסיף זיין אין לימוד התורה מער ווי דער חיוב;
ווי קען מען אָבער אין אַזאַ זמן זיך אָפּגעבן מיט תומ"צ ווי איינער פון „ממלכת כהנים" — כאילו ווי דער גאַנצער העלם ובלבול איז ניטאָ במציאות ?!
זאָגט דער בעש"טמב — אַז אויך אין דער טיפעניש פון זמן הגלות קען זיך אַ איד אויפהויבן אינגאַנצן העכער פון זיין אַרום, און דערפילן ווי ער איז פון „ממלכת כהנים", וועמען דער אויבערשטער אַליין בהשגחה פרטית בתכלית פירט באופן נסי און בחיי יום יום ובכל פרט ופרט.
און די השפעה — אַרויסצוברענגען דעם „ממלכת כהנים" ביי אידן אין זמן הגלות — איז נאָך אַ גרעסערער חידוש און אַן עילוי אין ענין המלכותמג, ווי אין די פריערדיקע צוויי מצבים:
דאָס וואָס אַ איד קען זיך אויפהויבן העכער פון וועלט און טבע ווען ער איז41אין אַ מדבר — אויסגעשלאָסן פון וועלט, אָדער אפילו אין (וועלט, אָבער אין אַן אָרט פון גילוי אלקות —) ארץ ישראל — דריקט ניט אויס דעם „בלי הגבלה" פון כח המלכות וואָס איז דאָ ביי אַ אידן, ווייל דעמאָלט איז ער מלכתחילה ניט אַזוי אונטערגעוואָרפן די הגבלות פון עוה"ז.
דוקא ווען אַ איד פירט זיך מיט אַזאַ הנהגה אין זמן הגלות, באַווייזט עס ווי ער קען זיך אויפהויבן און גיין (בלשון הידועמד) „לכתחילה אַריבער" — ניט מיט אַ סדר והדרגה, נאָר אינגאַנצן העכער פון מדידה והגבלה — פון דער טיפעניש פון חושך הגלות צו דער הויכקייט פון „ממלכת כהנים".
יו"ד. ס'איז אָבער ח"ו צו זאָגן, אַז דער אויפטו פון משה דוד און בעש"ט איז געווען נאָר פאַר די אידן פון יעדערן'ס דור (אָדער — נאָר פאַר די תקופות כלליות אין וועלכער זיי זיינען געווען: משה — דור המדבר, דוד — אידן אין א"י, און דער בעש"ט — אידן בזמן הגלות)
— ווייל די פעולה פון משה דוד והבעש"ט איז אַ נצחיתמה פאַר אַלע אידן אין אַלע דורות [וואָס דערפאַר ווערט משה אָנגערופן דורך יעדן אידן: משה רבנו; וועגן דוד המלך זאָגט יעדער אידמו „דוד מלך ישראל חי וקים" (אויך איצטער); און וויבאַלד אַז ביאת המשיחמז איז אָפּהענגיק אין „יפוצו מעינותיך — פון בעש"ט — חוצה"מח, איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז נוגע צו יעדן אידן בכל הדורות] —
נאָר כשם ווי זייערע אויפטוען ווערן אין אַלגעמיין מודגש אין באַזונדערע דריי תקופות כלליות, אַזוי ווערן זיי געטיילט אין יעדן דור גופא לויט דריי באַזונדערע סוגים פון אידן (און ביי יעדן יחיד גופא — אין דריי באַזונדערע סוגי עבודה):
עבודת ה' טיילט זיך, בכללות, אין דריי סוגים: תורה, עבודה (תפלה) און גמ"ח (מעשה המצות) כולל די ציוויםמט פון „בכל דרכיך דעהו" און „כל מעשיך יהיו לש"ש" — וואָס זיי זיינען ע"ד די אופני עבודה אין די דריי זמנים הנ"ל (מדבר, א"י און זמן הגלות):
תורה איז דער גילוי פון חכמתו ית', און דער ענין פון לימוד התורה איז בדרך מלמעלה למטה — צו מגלה זיין רצונו וחכמתו ית' למטה; און דערפאַר ווערט מען דורך תורה אויפגעהויבן העכער פון וועלט (ע"ד ווי די אידן אין מדבר), מען ווערט דורך תורה אַ מלך (כמרז"לנ: רבנן איקרו מלכים), וואָס איז מושל ושולט אויף טבענא (וכדרז"לנב42הידועות אויפן פסוק „אל גומר עלי").
תפלה איז ענינה בקשת צרכיונג פון דעם מתפלל — ער פילט טאַקע אַז דער אויבערשטער איז דער וואָס גיט אים זיינע צרכים (ע"ד הנ"ל בנוגע צו א"י), אָבער דאָך איז ער פאַרנומען מיט זיינע צרכיםנד (ער בעט עס זאָל נתמלא ווערן וואָס אים פעלט).
אָבער אויך ביי עבודת התפלה איז עס נאָך אַלץ אין אַן אופן אַז ער האָט נאָך ניט צו טאָן מיט דברים גשמיים ווי זיי זיינען אין וועלט [ע"ד ווי אידן זייענדיק על אדמתם „איש תחת גפנו ותחת תאנתו"נה, ניט צווישן אוה"ע] — זיין פאַרבונד מיט זיי באַשטייט נאָר אין דעם וואָס ער בעט וועגן זיי ביים אויבערשטן אַלס זיינע צרכים.
מעשה המצות וואָס ווערן געטאָן מיט דברים גשמיים, ועאכו"כ די עבודה צו מברר זיין די עניני הרשות, איז זיין עבודה צו מזכך און מהפך זיין דעם העלם וחושך פון גשמיות העולם, אַז אין דעם זאָל לייכטן דער אור הקדושה (ע"ד זמן הגלות ווען אידן זיינען צווישן אוה"ע כו')נו.
יא. און דאָס איז דער ענין המלכות וואָס משה דוד און דער בעש"ט זיינען משפיע צו (יעדן) אידן בכל דור ודור:
משה, וואָס ענינו איז תורה, טוט אויף (מגלה) דעם עצם ענין פון „ממלכת כהנים" ביי אידן — דעם סוג פון „מארי תורה"נז וואָס זיינען אויסגעטאָן פון וועלט, תורתם אומנתםנח (אויף וועמען מ'זאָגט: מאן מלכי רבנןנט)
[וכעין זה טוט ער עס אויף ביי יעדן אידןס אין די זמנים וואָס ער גיט אָפּ אויף לימוד התורה — אַז ער האָט דעם כח זיך אויסצוטאָן — באותה שעה עכ"פ — אינגאַנצן פון וועלטלעכע זאַכן ודאגות און זיין אַזוי צוגעטראָגן צום לערנען פּונקט ווי דער וואָס תורתו אומנתו].
דוד, וואָס ענינו איז תפלה (וואָס דערפאַר האָט ער געשריבן ספר תהליםסא), טוט אויף (מצד ענין המלכות שבו) אַז אויך די עבודה זאָל זיין אין אַ מלכות'דיקן אופן: כאָטש ער בעט זיינע צרכים, ווערן די בקשות נתמלא
[ניט ווי ביי תפלה ע"ד הרגיל, וואָס זייענדיק אַ בקשה מצד המטה, קענען זיין מניעות ועיכובים, אַז די בקשה זאָל ניט נתמלא ווערן, אָדער עכ"פ עס זאָל געדויערן צייט, עס זאָל נתמלא ווערן ניט בשלימותה וכיו"ב — נאָר]
43תיכף ומיד אָן קיין הגבלות ומניעות ובתכלית השלימות, ווי עס ווערט נתמלא די בקשה פון אַ מלך; וע"ד ווי עס ווערט אויפגעטאָן דורך תורה — ווי דערציילט אין זהרסב, אַז ווען רשב"י האָט געדאַרפט פועל זיין ירידת גשמים, האָט ער געזאָגט תורה אויפן פסוקסג „הנה מה טוב גו'" און עס זיינען באַלד געקומען גשמי ברכה (ובאופן הנרצה)סד.
[און דערפאַר איז דאָ אין ספר תהלים — תפלת דוד — ביידע קצוות: ס'איז אַן ענין פון תהלות ותשבחות אַזוי ווי תפלה און צוזאַמען דערמיט איז עס פון די כ"ד ספרים פון תורה שבכתב, וואָס דעריבער איז פעולתו ע"ד ווי די פעולה פון תורהסה].
דער בעש"ט האָט מגלה געווען אחדותו ית' אין וועלט (ווי דער אמיתת המציאות פון יעדן נברא איז דער דבר ה' וואָס איז עס בכל רגע — מהווה מקיים ומחי'), אָבער דאָס גופא האָט ער מגלה געווען אין אַן אופן פון תורה (דורך מגלה זיין אַ פירוש אויף אַ פסוק)סו,
און דורכדעם איז געגעבן געוואָרן אַ כח צו יעדן אידן, אַז אויך ווען ער איז פאַרנומען מיט דברים גשמיים, ביז — לפעמים אויך מיט חומריות העולם, און אפילו אין אַ מצב פון „אותותינו לא ראינו גו'", ובמילא איז דער „בירור" פאַרבונדן מיט אַ מלחמהסז — פירט ער אָבער די מלחמה אין אַן אופן פון „ממלכת כהנים":
גלייך ביי דער יציאה למלחמה ווייס ער, אַז זייענדיק פון „ממלכת כהנים" איז ער „על (העכער פון) אויביך"סח, ובמילא קומט דער נצחון מלמעלה — „ונתנו ה"א בידך"סח; און דורכדעם ווערט „ושבית שביו"סח — מ'נעמט אַרויס דעם ניצוץ אלקי וואָס איז געווען „שבוי" אין די דברים גשמיים פון זיין גלות, ביז עס ווערט אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למתקא.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ח
- Id
- rh-1sgf2zfr