Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
92בהעלותך
א.אין אָנפאַנג פרשה איז רש"י מעתיק פון פסוק דעם וואָרט „בהעלותך" און איז מפרשא: למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאיםב לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אז דעתו כשלא הי' עמהם בחנוכה לא הוא ולא שבטו אמר לו הקב"ה חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את המנורהג.
שוין גערעדט פיל מאָלד, אַז פון דעם וואָס נאָר אין געציילטע ערטער באַוואָרנט רש"י דעם טעם פון סמיכות הפרשיות — כאָטש אַז דרשות חז"ל זיינען דאָ נאָך אויף אַ סך ערטער פון סמיכות הפרשיות — איז מוכח אַז ע"ד הפשטה, דרך פרש"י עה"ת, איז קיין קשיא ניט פאַרוואָס זיינען דוקא די פרשיות סמוכות; און דאָרטן וואו רש"י פרעגט „למה נסמכה כו'" איז דאָס דערפאַר וואָס ע"פ פשש"מ איז דאָ אַ שוועריקייט אין סדר הפרשיות (אָדער אַן אַנדער שאלה אין פשש"מ, וואָס ווערט פאַרענטפערט דורך דעם ביאור הטעם אויף סמיכות הפרשיות).
די שאלה אין דער סמיכות הפרשיות דאָ — י"ל בפשטות:
חנוכת הנשיאים האָט זיך אָנגעהויבן „ביום כלות משה להקים את המשכן"*5 — ראש חודש ניסן, וואָס דאָס איז געווען שמיני למלואיםו, און דאָס האָט זיך געצויגן צוועלף טעגז, נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום*7.
הדלקת הנרות, בהעלותך את הנרות דורך אהרן הכהן האָט זיך, בפשטות, אָנגעהויבן אין דעם טאָג פון הקמת המשכן בר"ח ניסן. מוז מען דעריבער זאָגן, אַז דער ציווי „בהעלותך" איז געזאָגט געוואָרן פאַר דעם יום השמיני למלואיםח ווערט במילא די שאלה „למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים"? ווי קומט פרשת המנורה צו זיין נאָענט צו — נאָך — פרשת הנשיאיםט?
93[כאָטש אַז „אין מוקדם ומאוחר בתורה" איז אַ כלל אויך אין פשש"מ לפרש"יי — קען מען אָבער דערמיט פאַרענטפערן נאָר בלית ברירה, און מ'דאַרף דערצו אויך האָבן אַ טעם אויף דעםיא; ובפרט בנדו"ד, וואָס דאָס גיט אַן אָרט אַ טעות צו האָבן ניט נאָר אין סדר המאורעותיב, נאָר אַ נתינת מקום לטעות אין התחלת זמן קיום מצות הדלקת הנרות ע"י אהרןיג].
דעריבער דאַרף רש"י מסביר זיין, אַז פרשת המנורה איז געשריבן געוואָרן דאָ כדי דערמיט אַרויסצוברענגען וועגן חלישות הדעת פון אהרן „כשראה אהרן חנוכת הנשיאים" און וועגן דער נחמה וואָס דער אויבערשטער האָט אים מנחם געווען.
ב) און אויב ס'איז אַ דבר הפשוט, אַז אהרן האָט דאָס אַליין פאַרשטאַנען, היינט פאַרוואָס איז „חלשה אז דעתו" מלכתחילה?
ג) די קשיות פון רמב"ןטו — (א) „למה נחמו בהדלקת הנרות ולא נחמו בקטורת בקר וערב ששבחו הכתוב ישימו קטורה באפך ובכל הקרבנות ובמנחת חביתין ובעבודת יום הכפורים שאינה כשרה אלא בו ונכנס לפני ולפנים וכו'" (ב) „מה טעם לחלישות הדעת הזו והלא קרבנו גדול משל נשיאים שהקריב בימים ההם94קרבנות הרבה כל ימי המלואים". [און כאָטש אַז לויט פשש"מ האָט משה מקריב געווען בז' ימי המלואים (ניט אהרן)טז, איז אָבער: א) די בעלים פון די קרבנותיז זיינען געווען אהרן ובניויח. ב) ס'איז מפורש אין פסוק אַז שמיני למלואים האָט אהרן מקריב געווען קרבנותיט].
ד) נאָכמער (אויף קשיות הרמב"ן)כ: אויך די קרבנות, וואָס די נשיאים האָבן געבראַכט, איז מסתבר בפשטות אַז די הקרבה אויפן מזבח איז געווען דורך אהרן (ובניו)!
ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין אין לשון פון פירוש רש"י:
א) וואָס איז דער לשון „חייך כו'" — צו וואָס דאַרף מען דאָ האָבן אַ שבועה?
מיטן ענטפער „שלך גדולה משלהם שאתה מדליק וכו'" איז מען ניט אויסן צו מנחם זיין אהרן סתם מיט אַן עבודה וואָס ער טוט, נאָר אַז דאָס וואָס ער איז „מדליק ומטיב את הנרות" איז אויך אַן ענין פון חנוכת המשכן; ד. ה. פּונקט ווי די נשיאים האָבן געבראַכט חנוכת המזבח, אַזוי האָט אהרן מחנך געווען די מנורה [משא"כ די אַנדערע כלי המשכן וואָס זייער חינוך איז ניט געווען דורך אהרן, כדלקמן סעיף ז'];
און דערמיט האָט דער אויבערשטער אַראָפּגענומען די חלישות הדעת פון אהרן אויף דעם וואָס „לא הי' עמהם בחנוכה"כב — ווייל אויך ער האָט אַ טייל95אין „חנוכה", ואדרבה — „שלך (דיין חנוכה) גדולה משלהם": זיין חינוך המנורה איז גרעסער ווי זייער חינוך המזבח, און דאָס איז אין די דריי פרטים וועלכע רש"י רעכנט אויס: (א) שאתה, (ב) מדליק ומטיב, (ג) את הנרות.
ה. (א) „שאתה": די קרבנות וואָס די נשיאים האָבן געבראַכט לחנוכת המזבח, איז זייער הקרבה ניט געווען דורך זיי, נאָר דורך די כהנים המקריבים; משא"כ חנוכת המנורה איז געווען („שאתה") דורך אהרן אַליין;
(ב) „מדליק ומטיב": ווען אהרן וואָלט נאָר מדליק געווען די נרות וואָלט געווען אַן אָרט לשאלה, וואָס איז מער גדול, צי די התחלה פון פעולת החנוכה — די הבאת הקרבנות ע"י הנשיאים, כאָטש אַז דער סיום און הקרבה אויפן מזבח איז ניט געווען דורך זיי, אָדער דער גמר הפעולה — פון חנוכה — די הדלקת המנורה דורך אהרן.
וויבאַלד אָבער אַז די הטבה — דער דישון הפתילה כו' און די הכנה צו דער הדלקהכג — איז אויך דורך אהרן, קומט אויס, אַז די גאַנצע פעולת החנוכה פון דער מנורהכד איז דורך אהרןכה.
(ג) „את הנרות": די חנוכת הנשיאים איז געווען פון דעם מזבח החיצון — בחצר [וואָרום אויך די קטורת וואָס די נשיאים האָבן געבראַכט לחנוכת המזבח איז ניט געווען אויפן מזבח הפנימי, נאָר אויפן מזבח החיצון, „והוראת שעה היתה"כו], און די חנוכה פון אהרן איז די מנורה וואָס שטייט אין משכן — בפניםכז, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אין די חנוכת המנורה, אין הדלקת הנרות איז דאָ מער חשיבותכח ווי אין הקרבת הקרבנות פון די נשיאים.
ו. עפ"ז דאַרף מען אָבער פאַרשטיין: פאַרוואָס איז מלכתחילה „חלשה אַז דעתו" „של אהרן", וויבאַלד ער האָט געזען אַז ער האָט מחנך געווען די מנורה, וואָס דאָס איז חשוב'ער ווי חנוכת המזבח דהנשיאים [מ'קען ניט זאָגן אַז ער האָט ניט געוואוסט די מעלה פון חנוכת המנורה לגבי חנוכת הנשיאים, וואָרום א) עס איז אַ דבר הפשוט, כנ"ל. ב) אויב עס וואָלט געווען אַ חידוש — האָט דאָך דער אויבערשטער געדאַרפט אים זאָגן בהנחמה אין וואָס ס'באַשטייט די מעלה].
איז דער ביאור בזה: ווי ס'איז משמע פון פשטות הכתובים אין פ' פקודיכט זיינען אַלע עבודות ביום השמיני למלואים געטאָן געוואָרן דורך משה: „ויערוך עליו ערך לחם גו'", „ויעל הנרות לפני ה' גו'", „ויקטר עליו קטורת גו'", „ויעל עליו את העולה ואת המנחה גו'" — און ווי רש"י איז מפרשל „ואף ביום השמיני למלואים שהוא יום הקמת המשכן שמש משה והקריב קרבנות96צבור" — קומט אויס, אַז משה האָט שוין מחנך געווען די מנורה;
און דעריבער איז „חלשה אז דעתו" פון אהרן'ען, וואָס ער האָט ניט קיין חלק אין די עבודות פון חנוכת המשכן.
אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט „שאתה מדליק ומטיב" — אַז אויך די איצטיקע הדלקת המנורה דורך אהרן (אין זמן פון חנוכת הנשיאים) איז אַן ענין פון חנוכה.
און אַזוי ווי דאָס איז געווען ביי חנוכת הנשיאים —
דלכאורה: נאָך דער ערשטער הקרבה, די הקרבה פון נחשון בן עמינדב זיינען די קרבנות פון די אַנדערע נשיאים שוין מער ניט אין גדר פון חנוכה
(וי"ל אַז דאָס איז אויך דער טעם צום ספק פון משה'ןלא צי די נשיאים זאָלן מקריב זיין אַלע צוזאַמען, אָדער יעדער אין אַ באַזונדער טאָג) —
נאָר ווייל אַזוי איז געווען דער ציווי ה': „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום יקריבו את קרבנם לחנוכת המזבח"לב, איז עס מצד דעם ציווי געוואָרן אַן ענין פון חנוכה.
ועד"ז בענינינו: כאָטש משה האָט שוין מדליק געווען די מנורה ביום השמיני למילואים, האָט אָבער דער דיבור פון הקב"ה („חייך שלך גדולה משלהם") געזאָגט: א) כאָטש די הדלקה פון אהרן איז נאָך דער הדלקה פון משה איז דאָס אַן ענין פון חנוכה; ב) ועיקר: אין די אַלע י"ב יום פון חנוכת המזבח דורך די נשיאים איז אויך די הדלקת והטבת הנרות דורך אהרן געווען חנוכת המנורהלג.
[און כאָטש אַז אהרן האָט שוין געזען באַ חנוכת הנשיאים אַז די חנוכה האָט זיך געצויגן די אַלע צוועלף טעג — האָט ער אָבער געהאַלטן, אַז מ'קען ניט אָפּלערנען פון איין עבודה אין משכן, אויף וועלכע ס'איז געווען אַ ציווי ה' (אַז זי איז אַן ענין פון חנוכה), אויף אַ צווייטער עבודה וואָס האָט ניט געהאַט אַזאַ ציווי ה'; ובפרט אַז: (א) די חנוכת המזבח איז אַן עבודה בחוץ וקדשי שעהלד און (ב) איז געבראַכט געוואָרן יעדן טאָג דורך אַן אַנדער נשיא, משא"כ הדלקת המנורה איז (א) אַן עבודה בפנים וקדשי דורות, (ב) די זעלבע עבודה איז יעדן טאָג געטאָן געוואָרן דורך אהרן].
און דערפאַר האָט דער אויבערשטער געזאָגט מיט אַ הדגשה ותוקף „חייך"לה: אהרן זאָל ניט מיינען, אַז דאָס וואָס אויך זיין הדלקה והטבה איז אַן ענין פון חנוכה איז נאָר אַלס נחמה, ס'איז אָבער ניט קיין חנוכה לאמיתתה, אָדער עס איז חנוכה נאָר ווייל עס איז טפל און עס ווערט נגרר נאָך דעם קרבן הנשיא פון דעם טאָג, וואָס דער קרבן איז חנוכה — דעריבער האָט דער אויבערשטער געזאָגט „חייך", צו מאמת זיין און קובע זיין די מציאות אַז עס איז אַן עבודת חנוכה בשלימות, ואדרבה „שלך גדולה משלהם" ניט טפלה.
97ז. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין:
א) פאַרוואָס האָט אים דער אויבערשטער מנחם געווען מיט חנוכת המנורה און ניט מיט אַנדערע עבודות חינוך אין משכן, ווי לדוגמא: עבודת הקטורת אויפן מזבח הפנימי, זאָל פאַררעכנט ווערן אַלס חנוכה ע"י אהרן — כאָטש אַז ביום השמיני למלואים האָט שוין משה מקטיר געווען קטורת אויפן מזבח הפנימילו.
ב) לפ"ז קומט אויס, אַז חנוכת המזבח דורך נחשון בן עמינדב האָט זיך אָנגעהויבן דעם ערשטן טאָג פון הקמת המשכן (ר"ח ניסן), חנוכה ממש, משא"כ חנוכת המנורה דורך אהרן האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דער הדלקה פון משה אין ערשטן טאָג — היינט ווי קען מען זאָגן „שלך גדולה משלהם", אויך פון דער חנוכה דורך נחשון?
איז דער ביאור אין דעם: שוין גערעדטלז אַמאָל בארוכה אין שיטת רש"י בנוגע די קרבנות ביום שמיני למלואים, אַז אין דעם איז געווען אַ חילוק צווישן (א) לחם הפנים און הדלקת הנרות און (ב) די קרבנות על המזבח און הקטרת הקטורת אויפן מזבח הפנימי:
אויף „ויקטר עליו קטורת"לח, וואָס משה האָט מקטיר געווען בשמיני למלואים, זאָגט רש"י „שחרית וערבית כמו שנאמר וכו'", ד.ה. די הקטרת הקטורת איז (אויך) אין דעם טאָג געווען ווי די קטורת שבכל השנה;
משא"כ הדלקת המנורה דורך משה איז דעמאָלט געווען אַ חידוש וענין מיוחד — נאָר אינדערפרי — און די הדלקת המנורה בין הערביים, אויך בשמיני למלואים, איז געווען דורך אהרןלט.
והנה, לויט דער שיטה פון רש"י בפירושו על התורה (און אַזוי איז אויך שיטתו בפירושו לש"סמ), אַז די מצוה פון הדלקת המנורה איז נאָר בין הערביים, משא"כ בבוקר איז מען נאָר מטיב די נרותמא, איז מובן, אַז די חנוכת המנורה מתחלתה, וואָס הדלקת המנורה איז (בקביעות נאָר) בין הערביים, איז גלייך פון ערשטן טאָג פון הקמת המשכן געווען דורך אהרן; און די חנוכה האָט זיך געצויגן ע"פ הדיבור פון דעם אויבערשטן ביזן גמר חנוכת הנשיאיםמב.
98משא"כ די קטורת אויפן מזבח הפנימי, האָט דאָך משה מקטיר געווען באופן הקבוע לדורות — איז דאָס חנוכת העבודה פון קטורת בכל השנהמג, קען מען שוין ניט זאָגן בנוגע דער שפּעטערדיקער עבודת הקטורת פון אהרן „שלך גדולה משלהם"מד.
ח. פון די ענינים מופלאים אין דעם פרש"י אויך אין עניני הלכה:
ס'איז ידוע דעת הרמב"םמה, אַז הדלקת המנורה דאַרף זיין ניט נאָר בין הערביים, נאָר אויך בבוקר; און דאָס וואָס שטייט בבוקר בבוקר בהיטיבו את הנרות פירושו בהיטיבו בהדליקומו; משא"כ לדעת רש"ימז, כנ"ל, איז הדלקת הנרות נאָר בין הערביים און די הטבה בבוקר מיינט — ניקוי.
קומט אויס, אַז דער ענין הנ"ל, צי הדלקת המנורה פון אהרן בין הערביים ביום השמיני למלואים איז געווען אין גדר פון חנוכת המנורה, איז תלוי אין דער מחלוקת פון רמב"ם ורש"י: לדעת הרמב"ם וויבאַלד אַז אויך אינדערפרי איז דאָ די מצוה פון (הטבת ו)הדלקת המנורה, במילא איז שוין בבוקר בשמיני למלואים געווען דער אָנהויב פון חנוכת המנורה;
ובפרט ווי מ'איז מפרש דעת הרמב"ם, אַז די מצוה איז אַז די נרות זאָלן שטענדיק ברענען (בביהמ"ק)מח — און ווי זיין פשטות הלשון אין ספר המצותמט „שנצטוו הכהנים להדליק הנרות תמיד לפני ה'" — קומט אויס אַז אויך דאָס וואָס ס'האָט געברענט ביום (ע"י הדלקת משה) איז אַ חלק פון דער מצוה, ובמילא — התחלת גדר החנוכה.
און כאָטש דער רמב"ם פסק'נטנ ווי די משנהנא „ואין מחנכין את המנורה אלא בהדלקת שבעה נרותי' בין הערבים"נב — י"ל, אַז דאָס איז דוקא לדורות, משא"כ בזמן משה זאָגט דאָך די99גמראנג און אַזוי פסק'נט דער רמב"םנד: כל הכלים שעשה משה משיחתן מקדשתן (מכאן ואילך עבודתן מחנכתן); און היות אַז די מנורה פון משה איז נתקדש געוואָרן במשיחה, איז די הדלקת המנורה ע"י משה, וואָס איז געווען לאחרי המשיחה ובזמן חיוב המצוה, אַ גדר פון חנוכהנה.
משא"כ לדעת רש"י, אַז די מצוה פון הדלקה איז נאָר בין הערביים, און אינדערפרי איז ניטאָ קיין גדר מצות הדלקה כלל — קומט במילא אויס, אַז (כאָטש דער קידוש איז געווען פריער בשעת משיחתן, איז אָבער) דער גאַנצער גדר החנוכהנו האָט זיך אָנגעהויבן פון דער הדלקת בין הערבייםנז דורך אהרןנח.
ט. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: אויך לדעת רש"י איז משמע אַז דער עיקר המצוה איז דאָס וואָס די מנורה ברענט אַ גאַנצע נאַכט, ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון רש"י בפירושו עה"תנט אויף „להעלות נר תמיד, כל לילה ולילה קרוי תמיד"ס (און רש"י האַלטסא אַז נר שכבתה באמצע הלילה דאַרף מען עס נאַכאַמאָל מטיב זיין און אָנצינדן) — היינט וואָס איז דער הכרח צו זאָגן אַ זאַך וואָס עס איז ניטאָ קיין רמז אפילו אויפדעם בפשוטו ש"מ — אַז אהרן האָט מדליק געווען די מנורה בין הערביים ביום ח' למלואים? עס קען דאָך זיין אַז דורך משה'ס הדלקה בבוקר האָט זי שוין געברענט אויך בלילה ובמילא איז מקוים געוואָרן די מצות הדלקהסב?
וי"ל אַז וויבאַלד לדעת רש"י בפירושו עה"תסג האָט מען אַלעמאָל אַריינגעגעבן שמן במנורה אין דעם זעלבן מדה ואופן „שתהא דולקת מערב ועד בוקר" פון „לילי טבת הארוכין", עס זאָל קענען ברענען די זעלבע צאָל שעותסד האָט100הדלקת משה געקענט ברענען בלילה נאָר שעות מועטות ביותר און עס האָט געמוזט זיין הדלקת הנרות דורך אהרן.
י. ע"פ הנ"ל בפרש"י ווערט פאַרענטפערט בפשטות נאָך אַ קשיא: די גמרא זאָגטסה „הדלקה לאו עבודה היא", און דעריבער פסק'נט דער רמב"םסו אַז „הדלקת הנרות כשירה בזרים". פרעגט מען די קשיאסז: עס שטייט דאָך „בהעלותך את הנרות" הדלקה דורך אהרןסח?
א) די הדלקה הראשונה האָט געדאַרפט זיין דורך אַ כהן וואָרום דורך דעם ווערט די מנורה נתחנך אויף ווערן אַ כלי שרתע;
ב) דער דין אַז הדלקה כשירה בזר איז באַ אַלע נרות, אָבער די הדלקה פון נר מערבי מוז זיין דורך אַ כהן, וואָרום „נר מערבי שכבה אין מדליקין אותו וכו' אלא ממזבח החיצון"עא און אַ זר טאָר דאָך ניט צוגיין צום מזבח — און אויף דעם (דער נר מערבי) שטייט „בהעלותך את הנרות"עב.
אָבער אין די צוויי תירוצים פאָדערט זיך ביאור (בנוגע די הדלקה פון אהרן דפרשתנו עכ"פ), ובפרט לדעת רש"י:
בנוגע דעם ערשטן תירוץ — ע"פ הנ"ל קומט אויס אַז דורך דער הדלקה פון משה איז שוין די מנורה נתחנך געוואָרן אַלס כלי שרתעג, ובפרט אַז דאָס איז געווען לאחר „וימשחם ויקדש אותם"עד.
בנוגע דעם צווייטן תירוץ: רש"יעה זאָגט „אש שנאמר בה תמיד הוא שמדליקין בה את הנרות שנאמר בה להעלות נר תמיד אף היא מעל המזבח החיצון תוקד" — וואָס לויט רש"י באַציט זיך דער „להעלות נר תמיד" (ניט דווקא אויפן נר מערבי, ווי לדעת הרמב"ןעו, נאָר) אויף אַלע נרותעז — איז במילא ניט מוכרח (אפילו ע"ד ההלכה101— לפרש"י) אַז ס'איז דאָ אַ חיוב אָנצוצינדן דעם נר מערבי פון מזבח, און י"ל אַז רש"י האַלט ווי דעת הראב"דעח, אַז דאָס וואָס מ'דאַרף מדליק זיין פון דעם מזבח החיצוןעט איז דוקא בשעת עס ברענט ניט קיין נרפ אין דער מנורהפא.
ע"פ הנ"ל אין דעת רש"י איז קושיא מעיקרא ליתא: „בהעלותך את הנרות" קומט זאָגן אַז כאָטש ס'איז געווען די הדלקה פון משה פריער איז אהרן'ס הדלקה פון יום ח' למלואים ביז דעם צוועלפטן טאָג אַן ענין פון חנוכת המנורה, במילא איז מובן פאַרוואָס דאָס איז געזאָגט געוואָרן און עס איז שייך דווקא צו אהרן — שלךפב.
יא. פון יינה של תורה אין פירוש רש"י:
לכאורה איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק דער לשון רש"י „שאתה מדליק ומטיב" — לשון הווה: וויבאַלד אַז „בהעלותך את הנרות" שטייט נאָך דער גאַנצער חנוכת הנשיאים, און דער חלשה דעתו פון אהרן איז געווען פאַרבונדן מיטן זמן פון זייער חנוכה — האָט דאָך געדאַרפט שטיין, כנ"ל, „שאתה הדלקת והטבת"?
איז דער ביאור בזה (ע"פ פנימיות הענינים): דערמיט גופא ווערט אַרויסגעבראַכט נאָך אַ פרט אין דעם טעם פאַרוואָס „שלך גדולה משלהם": ביי די נשיאים איז די חנוכה געווען אַן איינמאָליקע זאַך אין משך פון די צוועלף טעג, דאַקעגן ביי אהרן, איז שטענדיק — ווען נאָר ער איז מדליק ומטיב את המנורה — פאַראַן אָט די מעלה פון חנוכת המנורהפג.
די הסברה אין דעם: דער אַלטער רביפד איז מבאר דעם ענין פון חנוכת המזבח, אַז פּונקט ווי מ'איז מחנך אַ קינד, גיט מען אים אין יום החנוך אַ סך מתנות כו' — אַ תוספת התקרבות, וואָס דאָס גיט אים כח אין זיין שפּעטערדיקן לימוד —
אַזוי איז אויך געווען ביי חנוכת המזבח, אַז די קרבנות וואָס מ'האָט געבראַכט ביי דער חנוכה האָבן געהאַט אַ העכערע מעלה ווי די קרבנות וואָס מ'האָט מקריב געווען אין משכן באופן תמידי, און דעריבער האָבן זיי ממשיך געווען אַ העכערן אור אלקי;
וי"ל בדא"פ אַז דאָס איז דער פנימיות'דיקער פירוש אין „שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות": ביי די נשיאים איז דער תוספת אור פון זייער חנוכה געווען נאָר אין די צוועלף טעג, משא"כ ביי אהרן, ווערט102דורך זיין הדלקה והטבה בכל זמן אויפגעטאָן חנוכה — תוספת אור השכינה (ע"ד ווי אהרן האָט אויפגעטאָן אין די צוועלף טעג).
און דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט „חייך כו'" — אַ שבועה, וואָס ווייזט אויף אַ החלטה ותוקף מיוחד — אַ המשכה חדשה פון אלקות: מצד המשכת אלקות ע"פ סדר השתלשלות מוז זיין אַ חילוק צווישן התחלת וחינוך הדבר (וואָס דעמאָלט איז מאיר אַ העכערער אור) און דער המשכה וואָס קומט דורך דער שפּעטערדיקער עבודה תמידית;
דוקא מצד אַן אור שלמעלה מהשתלשלות — וואָס דאָס קומט בדרך שבועה (חייך) — קען אויך אין דער שטענדיקער הדלקה פון אהרן זיין אַ תוספת אור, תוספת אין גילוי השכינה, ווי ס'איז דאָ בשעת החינוך.
יב. דער ענין האָט אויך אַ שייכות צום תוכן ועבודה רוחנית פון „בהעלותך את הנרות": ס'איז מבואר אין חסידותפה, אַז די נרות זיינען נשמות ישראל, וכמש"נ „נר ה' נשמת אדם": כללות נש"י ווערן אָנגערופן מנורה, און די ז' נרות זיינען די ז' מדריגות אין עובדי ה' (אהבה משוך כמים, אהבה כרשפי אש כו'); און דאָס איז עבודת אהרן — בהעלותך את הנרות, ער איז ממשיך „חיות ואלקות" אין נש"י, צו אויפהויבן זיי און מעורר זיין ביי זיי די אהבה צו אלקות.
און דעריבער „כשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אַז דעתו" — וואָרום וויבאַלד אַז די חנוכת הנשיאים איז בלויז אַן איינמאָליקער ענין, וואָס אין עבודת ה' מיינט דאָס, אַז ס'איז אַ באַשטימטע נתינת כח צו די וואָס האַלטן ביי אַ חידוש עבודה, אַ נייע דרגא אין עבודה, אָבער ניט אַן ענין תמידי און פאַר אַלע אידן — איז דערפאַר „חלשה דעתו", מיינענדיק, אַז אויך דער חינוך פון הדלקת הנרות איז נאָר באופן פון אַ תוספת אור צו אַזעלכע עובדי ה' וואָס מ'קען באַ זיי אויפטאָן אַן אהבה בחידוש ותוקף לאלקות.
אָבער די וואָס זיינען ניט בדרגא זו ועאכו"כ די וואָס זיינען ניט קיין „נר ה'" בגלוי, קען ביי זיי אהרן מיט זיין חינוך ניט אויפטאָן, אַז זיי זאָלן ווערן עובדי ה', אַז ביי זיי זאָל לייכטן דער אור ה'פו.
האָט דער אויבערשטער אויף דעם געזאָגט „חייך שלך גדולה משלהם": דורך דער המשכת אלקות באופן פון „חייך" — פון למעלה מסדר השתלשלות, בחי' „החכמהפזתחי'", און נאָך העכער פון עצמות אא"ס — איז געוואָרן „שלך גדולה משלהם — שאתה מדליק ומטיב", אַז דער תוספת אור וכח פון אהרן'ס חינוך טוט אויף ביי נשמות ישראל די הדלקה והטבה שטענדיק און ביי יעדן אידןפח.
די הסברה אין דעםפט: די נתינת כח פון אהרן'ס הדלקת הנרות איז ניט נאָר103אַ הקדמה צו דער עבודה, ווי די חנוכת הנשיאים, נאָר דאָס גופא ווערט די עבודת הנשמות; ד.ה. דאָס ווערט אַן ענין פנימי אין דעם אידן, וואָס קומט דוקא דורך דעם גילוי בחי' חכמה שבנפש.
ובמילא איז פאַרשטאַנדיק אַז עס ווערט אויפגעטאָן ביי יעדן אידן, אויך באַ די וואָס זיינען ניט עובדי ה' בגלוי, היות אַז באַ יעדן אידן איז דאָ דער אור ה', וואָס איז שורה בחכמה שבנפשצ, און מצד דעם איז יעדער איד בפנימיות נפשו אַ „נר ה'" וואָס ציט זיך לשרשו.
יג. פון דעם איז אויך די הוראה צו יעדן איינעם: בשעת מ'טרעפט אַ אידן וואָס האָט, לכאורה, לעת עתה קיין שייכות ניט צו עבודת ה', מ'זעט ניט ביי אים דעם „נר ה' נשמת אדם", קען מען דאָך טראַכטן: ווי אַזוי קען מען אויף אים פועל זיין, אַז באַ אים זאָל לייכטן די נשמה, ער זאָל אָנהויבן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות?
אויף דעם זאָגט מען „חייך", בשעת ער וועט דאָס טאָן מיט מסירת (חיי ה)נפש — וויסנדיק אַז דאָס איז אים נוגע אין לעבן, אַז די הדלקה פון דעם צווייטנס „נר ה'" איז נוגע אין זיין „נר ה'" (וואָרום דוקא דעמאָלט ווערט עס אַ גאַנצע אָנגעצונדענע מנורה) —
און דורך דער הדלקה פון דעם נר ה' פון יעדן אידן, וואָס דעמאָלט ווערן אָנגעצונדען אַלע זיבן נרות פון כנסת ישראל, ברענגט מען אַראָפּצא אויך די מנורה הטהורה אין דעם בנין ביהמ"ק השלישי במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ בהעלותך תשכ"ה)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site