Likkutei Sichos
Lech Lecha 1
70לך לך
א. עס שטייט אין משנהא: „עשרה דורות מנח ועד אברהם להודיע כמה ארך אפים לפניו שכל הדורות היו מכעיסין ובאין עד שבא אברהם אבינו וקבל שכר כולם".
דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד די עשרה דורות זיינען געווען „מכעיסין ובאין", ווי עס ווערט געזאָגט אין דער משנה גופא, טאָ וואָס פאַר אַ שכר האָט זיי געקומט וואָס אברהם האָט עס באַקומען?
נאָכמער, פריער זאָגט די משנה: „עשרה דורות מאדם ועד נח להודיע כמה ארך אפים לפניו שכל הדורות היו מכעיסין ובאין עד שהביא עליהם את מי המבול" — ניט צוגעבנדיק אַז נח „קבל שכר כולם"; און ס'איז פאַרשטאַנדיק אין פשטות: וויבאַלד „היו מכעיסין ובאין", האָבן זיי במילא קיין שכר ניט פאַרדינט.
לויט דעם ווערט נאָך מער ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס ביי די „עשרה דורות מנח ועד אברהם", וועלכע זיינען אויך געווען „מכעיסין ובאין", פירט אויס די משנה אַז אברהם „קבל שכר כולם"?
פאַראַן מפרשיםב וואָס פאַרענטפערן, אַז יעדער מענטש האָט אַ פאַראויס באַשטימטן חלק אין גן עדןג, נאָר אויב ער איז „נתחייב" (וואָס דעמאָלט נעמט ער „חלקו בגיהנם") דאַן קומט אַ צווייטער וואָס איז „זכה", און „נוטל חלקו וחלק חבירו בג"ע"ג.
לפי זה אָבער ווערט שווער אינעם ערשטן פאַל — „עשרה דורות מאדם ועד נח כו'": וויבאַלד זיי זיינען אויך געווען „מכעיסין ובאין", און נח איז געווען „צדיק גו' בדורותיו"ד, האָט דאָך נח געדאַרפט נעמען „חלקו וחלק חבירו (פון די עשרה דורות) בג"ע"?
ב. מפרשיםה זיינען עס מסביר: היות אַז נח האָט ניט מתפלל געווען על אנשי דורוו, ער האָט זיך ניט אָפּגעגעבן מיט מקרב זיין די מענטשן פון זיין דור צום אויבערשטן און פועל זיין זיי זאָלן זיך פירן כדבעיז, דעריבער איז זיין „זכה" ניט געווען גענוג גרויס אַז ער זאָל נעמען „שכר כולם";
משא"כ אברהם, וואָס האָט מפרסם געווען אלקותו בעולם („ויקרא שם בשם ה' א־ל עולם"ח) און האָט מקרב געווען מענטשן צום אויבערשטן, ווי חז"לט זאָגן אויפן פסוקי „ואת הנפש71אשר עשו בחרן", האָט ער דעריבער זוכה געווען צו מקבל זיין „שכר כולם".
עס בלייבט אָבער נאָך אַלץ ניט מובן: אָננעמענדיק אַז אויך די עשרה דורות שמאדם ועד נח האָבן גרייט אַ באַשטימטן שכר (ווייל כל אדם יש לו חלק בג"ע וכו', כנ"ל) און וויבאַלד אַז נח האָט זייער שכר ניט באַקומען ווייל אים האָט געפעלט דער זכות דערויף — היינט ווער האָט גענומען זייער חלק אין ג"ע?
און מ'קען ניט זאָגן, אַז קיינער האָט עס טאַקע ניט באַקומען, וואָרום אויף ג"ע שטייטיא „ויניחהו בג"ע לעבדה ולשמרה", און לאחר חטא עץ הדעת איז דער ג"ע דער אָרט פון קבלת השכר פאַר דעם לעבדה אלו רמח מ"ע און לשמרה אלו שסה מל"תיב אין עולם הזה — ג"ע איז באַשטימט פאַר דעם אדם מיט אַ תכלית און ציל; קען דאָך ניט געמאָלט זיין אַז אַן אָרט אין ג"ע זאָל בלייבן „ליידיג" ובפרט אַן אָרט וואָס איז כולל חלקים פון אַלע מענטשן פון צען דורות און גאָר לאַנגע דורותיג — עמיצער מוז דאָרט קומען און דערפילן דעם תכלית פון ג"ע.
מוז מען דעריבער זאָגן, אַז די עשרה דורות מאדם עד נח האָבן מלכתחילה ניט געהאַט קיין שום צוגעטיילטן חלק — שכר; מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: מיט וואָס זיינען זיי מיט זייער „מכעיסין" געווען אַנדערש און ערגער פון די צווייטע עשרה דורות?
ג. אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס איז בכלל דער חידוש פון דער משנה אַז דער אויבערשטער איז אַן „ארך אפים"? ס'איז דאָך אַ בפירוש'ער פסוקיד: „ה' (א־ל) ארך אפים" און דאָס מיינט (ווי רש"יטו ברענגט אַראָפּ) „לצדיקים ולרשעים"7
בפשטות קומט אויסטז, אַז דער חידוש פון דער משנה איז — „כמה ארך אפים כו'": אין פסוק ווערט ניט דערמאָנט ביז וויפל עס ציט זיך דעם אויבערשטנ'ס „ארך אפים"; דעריבער זאָגט די משנה „להודיע כמה כו'", אַז דער אויבערשטער איז מאריך אף ביז אפילו „עשרה דורות".
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וואָס איז טאַקע די הסברה דערפון וואָס דער אויבערשטער איז מאריך אף ביז אפילו „עשרה דורות"? און וואָס איז די הדגשה פון „עשרה דורות" דוקא?
ד. וועט מען דאָס אַלץ פאַרשטיין דורך מבאר זיין נאָך אַן ענין: דער סדר המשניות איז דאָך אויסגעשטעלט בדיוקיז, ובפרט — אין דעם זעלבן פרק, און וויבאַלד אַזוי: וואָס איז די שייכות פון דער משנה פון „עשרה דורות מאדם" צו דער פריערדיקער משנה „בעשרה מאמרות72נברא העולם כו'" ? אויב בלויז צוליבן סדר הענינים אין זמן, וואָס די עשרה דורות מאדם עד נח האָבן זיך אָנגעהויבן גלייך נאָך „נברא העולם", האָט דער תנא געדאַרפט מקדים זיין די שפּעטערדיקעיח משנה „עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות כו'" וואָס רעדט וועגן דעם סיום פון „נברא העולם" — פאַר דעם זמן פון די „עשרה דורות כו'"יט.
איז דער ביאור אין דעם: אין דער פריערדיקער משנה ווערט געזאָגט אַז „בעשרה מאמרות נברא העולם כו'" און אַז דאָס לערנט אונז אַ צווייענדיקן ענין: „להפרע מן הרשעים שמאבדין את העולם כו' וליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימין את העולם כו'".
און בהמשך ובהתאם צו די צוויי לערנונגען בקשר צו די צוויי סוגי בני אדם [א) להפרע מן הרשעים שמאבדין כו'. ב) וליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימין כו'] לערנט די צווייטע משנה אין די זעלבע צוויי עניניםכ:
א) „עשרה דורות מאדם ועד נח וכו'" — וואָס די עשרה דורות זיינען געווען רשעים וואָס האָבן מאבד געווען דעם עולם, דעריבער האָט דער אויבערשטער זיי מעניש געווען („להפרע") — „שהביא עליהם את מי המבול".
ב) „עשרה דורות מנח ועד אברהם כו' עד שבא אברהם וקבל שכר כולם" — וואָס הגם אויך אָט די עשרה דורות „היו מכעיסין ובאין", האָט אָבער אברהם אבינו „מקיים" געווען דעם עולם: ער האָט גע'פועל'ט אַ קיום אויך אין די אַלע זיינע עשרה דורותכא, און דערפאַר איז געווען „שכר כולם" און ער האָט גענומען „שכר כולם".
ה. ס'איז אָבער נאָך אַלץ ניט מוסבר: וואָס איז פאָרט דער הפרש צווישן די ביידע עשרה דורות, וואָס דוקא אין די צווייטע האָט מען געקענט אויפטאָן אַ „קיום" (און דורך דעם מקבל זיין „שכר כולם")?
איז דער ביאור אין דעם:
ע"ד ווי באַ מלחמות — כפשוטן — פון אידן איז געווען זאַכן וואָס מען האָט מחרים געווען און זאַכן וואָס מען האָט גענומען בשלל,
אַזוי אויך אין דער מלחמה מיטן רע שבעולם זיינען פאַראַן צוויי סוגים ברעכב (און במילא צוויי אופנים ווי צו „טאָן"כג מיט זייכד):
א) זאַכן וואָס זיינען אינגאַנצן רע, זיי האָבן ניט אין זיך קיין טוב; און אַזעלכע זאַכן דאַרף מען מאבד זיין — ע"ד פון „שבירתן זוהי טהרתן"כה.
73און ווי ס'איז מבואר אין לקו"תכו אין דעם ענין פון שריפת הפּרה, אַז „פרה" איז מרמז אויף די מעשים רעים וואָס זיינען „באמת רע גמור מצ"ע", וואָס דערפאַר פאַרברענט מען די פרה — ווייל „אין לה תקנה אלא ביטולה והעברתה מן העולם"; און עס בלייבט איבער בלויז דער אפר, וואָס באַווייזט אויפן עצם „כח המתאווה" וואָס איז ניט „רע מצד עצם עצמותו".
ב) זאַכן, וואָס הגם און אַפילו ווען בגילוי זעט זיך ניט אין זיי קיין טוב, פונדעסטוועגן האָבן זיי אין זיך אַ ניצוץ טוב; וואָס דערפאַר דאַרף מען זיי ניט מאבד זיין, נאָר טאָן מיט זיי ביז מ'וועט, אדרבה, זיי מקיים זיין, דורך דעם וואָס מ'וועט זיי מהפך זיין מרע לטוב [ביז, ע"ד ווי דער לשון חז"לכז: „מצעות שהציעה לו באיסור הציעה לו בהיתר"]
און דאָס איז דער הפרש צווישן די ביידע „עשרה דורות": דער רע פון די עשרה דורות שמאדם עד נח איז געווען רע גמור, און אַזאַ רע איז מאבד די וועלט; דעריבער האָט דער אויבערשטער זיי אינגאַנצן אָפּגעווישט פון דער וועלט, „הביא עליהם את מי המבול".
משא"כ די עשרה דורות שמנח ועד אברהם, כאָטש אויך זיי „היו מכעיסין ובאין", דאָך איז זייער רע געווען פון אַזאַ סוג וואָס מ'האָט עס געקענט מהפך זיין לטוב; און דערפאַר, בשעת אברהם אבינו איז געקומען און האָט דורך זיין עבודה „מקיים" געווען די וועלט, ער האָט מתקן און משלים געווען די אַלע עשרה דורות — האָט ער באַקומען „שכר כולם".
ו. דער טעם וואָס דער אויבערשטער איז מאריך אף ביז עשרה דורות:
שוין גערעדט פיל מאָלכח, אַז „עשר" איז אַ גאַנצער און פולקאָמער מספר וואָס איז אין זיך כולל אַלע שלימות'ןכט; און פּונקט ווי דאָס איז אין צד הקדושה, אַזוי איז עס אויך אין היפך הקדושה: דער גאַנצער און פולער פאַרנעם פון רע איז אויסגעשטעלט אין דעם מספר פון עשר, פון צען בחינותל.
און דערפאַר איז דער אויבערשטער מאריך אף (וואַרטנדיק מ'זאָל תשובה טאָן) ביז עשרה דורות — ד.ה. ביז צו דער פולער מאָס פון „מכעיסין ובאין" אין אַלע צען בחינות (דורות) פון רעלא.
ז. יעדער מענטש ווערט דאָך אָנגערופען „עולם קטן"לב — איז פּונקט ווי עס זיינען פאַראַן צווי תקופות פון עשרה דורות אין „עולם גדול", אַזוי זיינען דאָ אָט די ביידע „תקופות" ביים „עולם קטן" — באַ אַ יחיד אין עבודתו ית':
ווען אַ מענטש איז אין משך פון גאַנצע „צען טעג" אַריינגעטאָן אין ענינים בלתי רצויים און פונדעסטוועגן „וטוב לו", קען ער דאָך מיינען אַז74אויך ווייטער וועט זיין מצב זיין ווי ביז איצט — „והתברך בלבבו לאמר שלום יהי' לי כי בשרירות לבי אלך"לג — זאָגט אויף דעם די משנה, אַז דאָס וואָס ער האָט געהאַט השפעת הטוב ביז אַהער (הגם ער איז ניט כדבעי)
דערפאַר
אויבערשטער איז „מאריך אף"לד; אָבער דאָס וועט נפסק ווערן נאָך דעם באַשטימטן זמןלה.
און דעריבער דאַרף ער טאָן זיין עבודה אין אַן אופן פון „הביא עליהם את מי המבול" — אינגאַנצען מבטל זיין די ענינים בלתי רצויים.
אָבער די עבודה איז ניט מספיק, וואָרום וויבאַלד עס זיינען שוין דורכגעגאַנגען גאַנצע „צען טעג" אויף ענינים בלתי רצויים, פעלט דאָך אין די ענינים טובים וואָס ער האָט אין דעם פאַרגאַנגענעם זמן געקענט (ובמילא — געדאַרפט) אויפטאָן — און ס'איז דאָך „ימים יצרו גו'"לו: יעדער מענטש האָט אַ געוויסע צאָל טעג וואָס זיינען פאַר אים באַשטימט צו טאָן אין עבודת ה';
דעריבער מוז ער זיך פאַרנעמען מיט דער צווייטער עבודה (פון די צווייטע „עשרה דורות"): פועל זיין אַ „קיום" אויך אין די פריערדיקע טעג — דורך דער עבודה פון אתהפכא חשוכא לנהורא, איז ער מתקן און משלים אויך דאָס וואָס ער האָט פאַרפעלט אין די פריערדיקע טעג, ביז אין אַ אופן פון „וקבל שכר כולם".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ו
- Id
- rh-0hnjf1as