עברית
Library

נח

253

ויהי רצון, אַז בקרוב ממש זאָל מ­קויים ווערן דער יעוד "ועמדו זרים ורעו צאנכם"קיד — אויך דעמולט וועלן זיי זיין "זרים"קטו, נאָר זיי וועלן זיין אין אַזאַ אופן אַז עס וועט זיך הערן אין זיי זייער תכלית, און "והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"קטז.

כב. כאמור לעיל, אַז היות ווי עס פאַנגט זיך אָן דער "ויעקב הלך לדרכו", איז דעריבער איצטער דער זמן המוכשר צו מעורר זיין אויף משתדל זיין זיך ביתר שאת וביתר עז אין לימוד התורה וקיום המצות בהידור, וביחוד אין די צען מבצעים וואָס זיינען מצות כלליות (כנ"ל סעיף יב),

אָנהויבנדיק פון די מבצעים שהזמן גרמא — מבצע נרות שבת קודש, מבצע כשרות און מבצע טהרת המשפחה (כנ"ל סעיף יז), און מצרף זיין דערצו אויך מבצע צדקה (כנ"ל סעיף יט­כ),

וואָס דאָס איז אויך אַ כלי צו ממשיך זיין און מקבל זיין צדקתו של הקב"הקיז וואָס "לך אד' הצדקה"קיח,

אַז דער אויבערשטער אַליין וועט אַרויסנעמען יעדער אידן פון גלות "איש איש ממקומו כענין שנאמרקיט ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"קכ,

און נאָך פאַר דעם (זייענדיק נאָך ב­זמן הגלות) — אַרויסנעמען אידן פון דעם גלות הפנימי, פון דעם א­ל זר אשר בקרבךקכא, און אויך אַרויסנעמען דעם "גלות" פון אידן,

אַז אידן זאָלן וויסן אַז זיי זיינען דער עם הנבחר, און אַז די נשמה איז מלכת­חילה ניט געגאַנגען אין גלותקכב, וואָס דעריבער — וויבאַלד אַז די נשמה (עיקר האדם) איז אַ בת חורין — איז אויך דער גוף אַ בן חוריןקכג

(אע"פ אַז בחיצוניות איז מען אין גלות, וואָס דערפאַר דאַרף זיין "ודרשו את שלום העיר גו' והתפללו בעדה גו' כי בשלומה יהי' לכם שלום"קכד, און דינא דמלכותא דינאקכה),

און עס וועט זיין "ואולך אתכם קוממיות"קכו — זייענדיק נאָך אין די לעצטע טעג און רגעים פון גלות,

און (דערנאָך) טאַנצען בקרוב ממש לקבל פני משיח צדקנו.

כג. כאמור לעיל, אַז די כלי צו ממשיך זיין צדקתו של הקב"ה (וואָס ער וועט אַרויסנעמען אידן פון גלות) איז נתינת הצדקה — וועט מען איצטער פאַ­נאַנדערטיילן די שקלים אויף צדקה דורך די "טאַנקיסטן",

איז זאָלן זיי גיין מיט אַ סדר מסודר (לקבל את השקלים), און דערנאָך וועט מען אויך גיין מיט אַ סדר מסודר לקבל פני משיח צדקנו, ביז אַז עס וועט זיין אַ סדר וואָס איז למעלה מן הסדר

[בדוגמת "מקום ארון אינו מן ה­

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-5dxd57f4

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources