נח
252
וועלן עס געבן אויף צדקה ערשט מאָרגן ביוםקה]
וואָס אויך צדקה איז אין ספירת המלכותקו, וואָס אין איר ווערן נמשך (ונכלל) די ג' קוין שלמעלה ממנה — "מאסף לכל המחנות"קז, ביז אַז אין מצות צדקה ווערן נכלל אַלע מצוותקח.
וכנהוג בזמן האחרון, וועט מען געבן די שקלים צו די "טאַנקיסטן", און זיי וועלן פאַנאַנדערטיילן לכל אחד ואחת צוויי שקלים. איין שקל — צו אָפּגעבן אויף צדקה בתור שליח, און דעם צווייטן שקל — נוצן כפי רצונו.
כ. וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט מבצע נרות שבת קודש — איז מהנכון ביותר, אַז די נשים ובנות באַ וועלכע מען וועט פועל'ן (במשך דעם טאָג פון מאָרגן) צו אָנהויבן צינדן נרות שבת קודש, זאל מען זיי געבן צוויי מטבעות וועלכע זיינען במספר עשר (צוויי "דאיימ'ס", ועד"ז בכל מדינה וואו מען הערט איצטער די התוועדות),
וואָס דורך די צוויי מטבעות צוזאַמען (וואָס יעדערע פון זיי איז עשר גרה) — ווערט עס אַ גאַנצער "שקל הקודש", "עשרים גרה השקל"קט,
און דאָס וועט מאַכן לייכטער און געבן דעם נתינת כח צו צינדן נרות שבת קודש (מאָרגן, און פון מאָרגן אָן עד סוף כל הדורות), און — "בחדוה דלבא וברעותא"קי,
און דאָס וועט מיטבריינגען אויך די אַנדערע צוויי מבצעים וועלכע זיינען איבערגעגעבן געוואָרן במיוחד צו נשי ובנות ישראלקב — מבצע כשרות און מבצע טהרת המשפחה (וואָס כאמור לעיל (סעיף יז) זיינען די דריי מבצעים שייך זל"ז),
און דורך דעם וואָס מען איז מצרף צו די דריי מבצעים — בחי' חג"ת (כנ"ל סעיף יח), דעם מבצע צדקה — בחי' מלכות (כנ"ל סעיף יט), ווערט עס בדוגמת "קשת בגווני נהירין"קיא, וואָס "כדין צפי לי' למשיח"צג.
כא. אַזוי ווי מ'געפינט זיך דאָך בערב שבת — איז היות ווי פאַר "המבדיל. . בין יום השביעי לששת ימי המעשה", שטייט "המבדיל. . בין ישראל לעמים"קיב — איז כאן המקום להדגיש ולהבהיר ולהכריז, אַז עס מוז זיין גיור כהלכה דוקא, און בשעת אַז דאָס איז באופן אחר ח"ו — טויג דאָס ניט פאַר ביידע צדדים, סיי פאַר אידן סיי פאַר או"ה להבדיל, כמדובר כמה וכמה פעמים.
ונוסף לזה: וויבאַלד אַז דאָס (זאָגן ח"ו אויף אַן אינו יהודי אַז ער איז אַ יהודי) איז אַ שקר מוחלט מעיקרו — איז דאָס מהרס רחמנא ליצלן היל"ת די ענינים פון תורת אמת, פון עם אמת, ביז אויך דעם כללות העולם, וויבאַלד אַז אמת איז איינער פון די ג' עמודים אויף וועלכע דער עולם איז קייםקיג.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לה
- Id
- rh-fhc3ehk0
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.