עברית
Library

Likkutei Sichos

Simchas Torah

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

380שמח"ת

א. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט אין אַ שמח"ת'דיקער שיחהא:

„שמח"ת זיינען תרעין פתיחין. עס זיינען אָפן די שערי אורה שערי ברכה שערי הצלחהב. אַלע שערים זיינען אָפן. און דאָס נעמט מען מיט תורה".

דברי רבותינו נשיאינו זיינען מדוייק בתכלית הדיוק. איז פון דעם וואָס דער רבי איז מפרט ביחוד „שערי אורה שערי ברכה שערי הצלחה" — אע"פ אַז (ווי ער זאָגט גלייך ווייטער) „אַלע שערים זיינען אָפן" — איז מוכח, אַז דער עיקר אויפטו פון שמח"ת איז וואָס דאַן זיינען אָפן די דריי שערים. דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות מיוחדת פון די דריי שערים צו תורהג?

נאָך מער דאַרף מען פאַרשטיין: ס'איז ידועד אַז די ששת ימי בראשית זיינען כנגד די שית אלפי שנין. איז פון דעם וואָס בריאת האור איז געווען ביום הראשון — פאַר דעם יום השלישי וואָס איז כנגד דעם אלף השלישי אין וועלכן ס'איז געווען מתן תורהה — איז מוכרח לכאורה, אַז דער ענין פון „שערי אורה" איז ניט אָפּהענגיק אין תורהו.

און אַזוי אויך בנוגע צו „שערי ברכה", איז דאָך ידועז אַז איינער פון די טעמים וואָס די תורה הייבט זיך אָן מיט אַ בי"ת — „בראשית" — איז ווייל בי"ת איז לשון ברכה. איז דאָך דער ענין פון ברכה געווען גלייך בהתחלת הבריאה. איז פאַרוואָס זאָגט מען אַז „שערי ברכה" זיינען פאַרבונדן דוקא מיט תורהח?

די שאלה איז נאָך גרעסער: וויבאַלד אַז עולם על מילואו נבראט, קומט אויס, אַז דער ענין הברכה (וואָס איז מרומז אין דעם בי"ת פון „בראשית"), איז שוין בעת הבריאה געווען במילואו. און אַזוי אויך בנוגע צו אור, ויתרה מזו ואדרבא — איז דאָך דער אור שנברא ביום ראשון געווען אָן הגבלות, כמרז"לי אַז אדם צופה (ומביט) בו מסוף העולם ועד סופו.

ד.ה. ניט בלויז וואָס די כללות המציאות פון אורה און ברכה איז ניט תלוי דוקא אין תורה, נאָר אויך די אורה און ברכה ווי זיי זיינען בתכלית השלימות זיינען ניט תלוי אין תורה — היינט פאַרוואָס זאָגט מען אַז דאָס נעמט מען דוקא מיט תורה?

381ב. לכאורה האָט מען געקענט מבאר זיין, אַז די שלימות פון דער בריאה ווי זי איז מצד עצמה, מצד נבראים — כולל אויך ווי זי איז געווען בתחילתה ווען עולם על מילואו נברא, איז דאָס אַלץ אַ שלימות מיט אַ הגבלה, ובמילא ניט קיין אמת'ע שלימות;

און דערפאַר זאָגט מען אַז די שערי אורה און שערי ברכה נעמט מען דוקא מיט תורה — ווייל מיט „אורה" און „ברכה" דאָ מיינט מען די אמת'ע אורה און ברכה, ווי זיי זיינען בתכלית השלימות, ד.ה. ווי זיי זיינען מצד דעם אויבערשטן, דער אמת'ער שלם; און דעריבער נעמט מען דאָס מיט תורה, ווייל כידועיא האָט (מתן) תורה אַראָפּגענומען די מחיצה צווישן עליונים און תחתונים, און דורך תורה נעמט מען אַלע ענינים ווי זיי זיינען מצד דעם עליון, מצד דעם בורא.

אָבער דער ביאור איז ניט מספיק, ווייל:

(א) לפי"ז איז עיקר חסר מן הספר: וויבאַלד אַז דער כללות הענין פון אורה און ברכה, און אַפילו ווי זיי זיינען במילואם, זיינען דאָ אויך אָן תורה — האָט מען געדאַרפט מדגיש זיין אַז דורך תורה נעמט מען די אורה און ברכה ווי זיי זיינען מצד שלימות הבורא (או כיו"ב)?

(ב) דער טעםיב וואָס מען האָט קובע געווען שמח"ת ב(יו"ט שני פון) שמע"צ און ניט בחגה"ש (זמן מתן תורתנו) איז, ווייל די שמחה פון שמח"ת איז פאַרבונדן מיט די לוחות שניות (שניתנו ביוהכ"פ), וואָס זיי זיינען כפלים לתושי'יג.

און היות אַז די ווערטער „דאָס נעמט מען מיט תורה" קומען בהמשך צו תחילת הפיסקא „שמח"ת זיינען תרעין פתיחין", איז מובן, אַז מיטן לשון „מיט תורה", מיינט ער תורה ווי זי איז פאַרבונדן מיט שמח"ת, ד.ה. מיט דער מעלה פון תורה וואָס איז צוגעקומען ביי דער נתינה פון לוחות שניות,

און וויבאַלד אַזוי — אַפילו אויב מען זאָל זאָגן אַז מיט „שערי אורה כו'" מיינט ער די ענינים ווי זיי זיינען מצד שלימות הבורא, איז דאָך אויף דעם מספיק ענין התורה ווי זי איז מצד לוחות ראשונות. פאַרוואָס פאַרבינדט מען דאָס מיט שמחת תורה דוקא?

ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס אין שמח"ת געפינט מען דריי ענינים, וואָס זיינען ענלעך צו די דריי שערים הנ"ל (שערי אורה, שערי ברכה און שערי הצלחה):

אין דעם ענין פון יו"ט שני זיינען דאָ צוויי ענינים: (א) ווי אַ יו"ט שני איז ער אַ מסובב (און המשך) פון יו"ט ראשוןיד. (ב) אין אים קומט צו דער עילוי פון „עריבים עלי דברי סופרים"טו, אַ זאַך382וואָס איז ניטאָ ביו"ט ראשוןטז.

אַזוי איז דאָס ביי יעדער יו"ט שני. בשמח"ת קומט אָבער צו אַ דריטער ענין. און ווי גערעדט כמה פעמיםיז, אַז פון דעם וואָס עס האָט אַ באַזונדער נאָמען — שמחת תורה — איז מוכח אַז עס האָט אין זיך (נוסף אויף דעם וואָס עס איז דער יו"ט שני דשמע"צ) אויך אַן אייגענעם ענין, דעם ענין פון שמח"ת.

און כשם ווי ביי דעם ענין פון יו"ט שני, כאָטש עס איז בלויז מד"ס, איז אדרבה, מצד דעם גופא פאַראַן אין אים אַ מעלה אויף יו"ט ראשון, וכנ"ל שערבים עלי ד"ס יותר מדברי תורה — אַזוי איז אויך ביים דריטן ענין, איז כאָטש דאָס איז ניט קיין חיוב כלל, אפילו ניט מד"ס, ס'איז נאָר אַ מנהג [כלשון הזהריח: „ונוהגין למעבד ישראל עמה חדוה ואתקריאת שמחת תורה"] — איז אָבער מצד דעם גופא אין אים דאָ אַ מעלה נוספת אויף די ערשטע צוויי ענינים, וכמבואר בכמה מקומותיט אַז אַ מנהג ישראל האָט אַ מעלה וואָס איז ניטאָ אין אַן ענין דאורייתא און ניט אין ד"ס.

ד. די דריי ענינים הנ"ל געפינט מען אויך אין דעם ענין פון שמח"ת גופא:

פון דעם נאָמען „שמחת תורה" (תורה סתם) איז מוכח, אַז די שמחה איז פאַרבונדן מיט תורה בכללכ, וואָס תורה בכלל איז געגעבן געוואָרן מיט לוחות ראשונות;

אעפ"כ, איז (כדלעיל סעיף ב) דער טעם וואָס שמחת תורה איז נקבע געוואָרן בשמע"צ (און ניט בחגה"ש) ווייל די שמחה פון שמח"ת איז פאַרבונדן (בעיקר) מיט לוחות שניותכא, וואָס די לוחות שניות זיינען (אין תושב"כ גופא) בדוגמתכב דברי סופריםכג;

און דער ענין פון שמח"ת גופא — דאָס וואָס אידן מאַכן שמח"ת, איז אַ מנהג ישראל, וכלשון הזהר „ונוהגין למעבד ישראל עמה חדוה כו'".

און היות אַז אַ מנהג ישראל דערלאַנגט העכער פון תורה, און אַפילו פון ד"ס (כנ"ל סעיף ג), דערפאַר זאָגט דער זהר (בהמשך צו „נוהגין כו'383ואתקריאת שמח"ת") „ומעטרן לס"ת בכתר דילי'" — אַז נאָכדעם (און דורך דעם) וואָס אידן זיינען זיך נוהג „למעבד כו' עמה חדוה", מאַכן זיי אַ כתר צו תורה, וואָס כתר תורה איז העכער פון תורה*23, אפילו פון תורה ווי זי איז מצד לוחות שניות (און דברי סופרים).

ה. דער ביאור בזה: דער טעם וואָס די לוחות שניות זיינען העכער פון די לוחות ראשונות (כפלים לתושי'), איז ווייל זיי זיינען געקומען דורך עבודת התשובה פון אידןכד, און דער שרש פון (נשמות) ישראל איז העכער פון תורהכה.

אָבער וויבאַלד אַז אויך די לוחות שניות זיינען געגעבן געוואָרן מלמעלה (די עבודת התשובה פון אידן איז געווען אַ סיבה צו דער נתינה פון די לוחות שניות, אָבער די לוחות שניות גופא זיינען געגעבן געוואָרן מלמעלה) — דעריבער זיינען אויך די לוחות שניות אַן ענין פון תורה (וואָס נש"י זיינען העכער), נאָר אין תורה גופא זיינען זיי כפלים לתושי', ווייל זיי זיינען געקומען בסיבת העבודה (דתשובה) פון אידן.

משא"כ דער מנהג „למעבד ישראל עמה חדוה", וויבאַלד אַז דער גאַנצער ענין קומט פון אידן, דערפאַר טוט זיך אויף דורך דעם דער כתר תורה וואָס איז העכער פון תורה (אפילו ווי זי איז כפלים לתושי').

ו. דאָס איז אויך די שייכות צווישן שמח"ת מיט „שערי אורה שערי ברכה שערי הצלחה", ווייל די דריי ענינים הנ"ל אין שמח"ת (תורה בכלל; מעלת לוחות שניות; דער מנהג „למעבד ישראל עמה חדוה") זיינען בדוגמת „אורה", „ברכה" און „הצלחה":

דער חילוק צווישן „אורה" און „ברכה" בפשטות איז: בשעת מען בענטשט איינעם, איז מען אויסן דעם מתברך, אַז ער זאָל באַקומען דעם תוכן הברכה און האָבן דערפון אַ תועלת. משא"כ אור איז פאַרבונדן (ניט מיט דער תועלת המקבל, נאָר) מיטן („טבע" ה)מאור. וואָס דערפאַר איז מגדרי האורכו אַז ער ווערט נמשך בדרך ממילא, און נאָך מער — שמשא אכולא עלמא נייחאכז ביז אַז ער איז מאיר אויך במקום האשפה, כאָטש אין דערויף איז ניטאָ קיין תועלת.

און דאָס איז די שייכות צווישן לוחות ראשונות ולוחות שניות מיט שערי אורה און שערי ברכהכח:

384ביי דער נתינה פון לוחות ראשונות איז געווען די הדגשה (בעיקר) — די נתינה מלמעלה (ניט אַזוי די הדגשה אַז אידן זאָלן (פריער) ווערן אַ שומע ומבין ומקבל ומתאחד ביחוד נפלא (ווי בהבנת ותפיסת השכלכט) מיט דער תורה), וואָס דעריבער איז בפועל האָבן עס אידן (מצד זייער מצב כו') בשעת מ"ת בחה"ש — ניט תופס וקולט געווען; און מצד דעם זיינען די לוחות הראשונות פאַרבונדן מיט „שערי אורה", ווייל די הדגשה אין אור איז (כנ"ל) דאָס וואָס דער מאור איז מאיר.

אַנדערש זיינען די לוחות שניות, וואָס זייער נתינה איז געקומען דורך דער עבודה פון אידן — האָט די תשובה פון אידן אַרויסגערופן כביכול למעלה אַז מען זאָל זיי געבן די לוחות — ד.ה. די הדגשה אין זיי איז אַז אידן זאָלן מקבל וקולט זיין די תורה. און מטעם זה זיינען די לוחות שניות פאַרבונדן מיט „שערי ברכה", וואו די הדגשה איז אויפן מתברך, אַז ער זאָל באַקומען די ברכה.

און וויבאַלד אַז „סוף מעשה במחשבה תחלה"ל, אַז די כוונה פנימית אין המשכת האור איז, אַז ער זאָל נתקבל ונתפס ונתאחד ווערן (ובפנימיות) אין כליםלא — דערפאַר זיינען די לוחות שניות העכער פון די לוחות ראשונות, כפלים לתושי'.

ז. דער פנימיות הפירושלב אין „סוף מעשה במחשבה תחלה" איז (ניט אַז דאָס וואָס מען האָט געוואָלט בתחלת המחשבה קומט אַרויס אין דעם גמר העשי', נאָר) אַז דער סוף וואָס קומט אַרויס פון דער עשי', לאחרי העשי', דערלאַנגט אין „תחלה" וואָס איז קודם המחשבה, אויך פאַר דעם אָנהייב פון דער מחשבה.

און ווי מען זאָגט די דוגמאלג אויף דעם פון אַן אומן וואָס נעמט זיך טאָן אַ מלאכה, און די מלאכה איז אַרויסגעקומען „בתכלית הטוב ביותר . . בדרך הצלחה" — איז ניט דער פשט אַז דער אומן האָט זיך לכתחילה געריכט אַז די מלאכה וועט אַרויסקומען „בדרך הצלחה" — ווייל דאָס קען מען ניט וויסן, ער קען זיך נאָר אָננעמען צו טאָן די מלאכה „כפי אופן טוב האומנות שלו". און דערפאַר איז דאָס וואָס די מלאכה איז אַרויסגעקומען (נאָך מער ווי ער האָט זיך געריכט בתחילת המחשבה) „בדרך הצלחה" — דערלאַנגט אין בחינת „תחילה" שלפני תחילת המחשבה.

385ח.עד"ז איז אויך דער ענין פון כביכול „הצלחה" למעלה (היות אַז אַלע ענינים וואָס זיינען דאָ למטה ווערן נשתלשל מלמעלה): די „דירה לו ית'" וואָס אידן טוען אויף דורך זייער עבודה איז „בתכלית הטוב ביותר . . בדרך הצלחה" — נאָך בעסער כביכול ווי ס'איז דער רצון בתחילת המחשבהלד, כנ"ל — הגם אַז ס'איז פשוט אַז דאָס גופא (אַז די דירה זאָל זיין „בתכלית הטוב ביותר כו'") איז די כוונת הבריאה מתחילהלה, דאָס איז אָבער די בחי' „תחילה" וועלכע איז העכער פון „מחשבה".

דער ביאור אין דעם (בקצרה עכ"פ): דער תכלית הכוונה איז, אַז אידן זאָלן מאַכן די דירה בתחתונים דורך זייער אייגענער עבודה, עבודה בכח עצמםלו. און וויבאַלד אַז דער רצון אויף עולמותלז (כולל אויך „תחלת המחשבה") האָט אַ שייכות צו דער בריאה און פּועל'ט אין איר, דעריבער, איז אָט די כוונהלז (פון „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים", דורך דער עבודה פון אידן אינגאַנצן בכח עצמם) ניט אַראָפּגעטראָגן געוואָרן אין „תחילת המחשבה" פון דער בריאה, נאָר זי איז פאַרבליבן בהעלם אין בחי' „תחילה" וואָס איז העכער פון „תחילת המחשבה"לח — אַזוי, אַז די כוונה פּועל'ט ניט למטה און די דירה לו ית' ווערט אויפגעטאָן אינגאַנצן דורך דער עבודה פון אידן בכח עצמםלט.

און דערמיט איז מובן אַז דאָס וואָס אידן פירן אויס די (תכלית ה)כוונה פון „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים" איז עס אין אַן אופן פון „הצלחה", היות אַז אָט די כוונה איז העכער פון צו נמשך ווערן אין רצון הגלוי אויף עולמות און אפילו ניט אין תחילת המחשבה.

ט. אע"פ אַז די „דירה", וואָס אידן שאַפן בכח עצמם, ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון כל התומ"צ בכל פרטיהם, שטייט עס בגלוימ ווען ער איז זיי מקיים ניט מצד איזה טעם וכו', נאָר מצד דעם וואָס „וצוונו" (ניט מצד דער סגולה וואָס איז דאָ בקיום ציווי המצווה), ובלשון הידוע אפילו נצטווינו לחטוב עציםמא, און אויך אין דעם ענין פון מנהגי ישראל, היות אַז אויף זיי איז ניטאָ קיין ציווי מלמעלה און במילא קומען זיי אינגאַנצן בכוחם פון אידן אַלייןמב.

386ד.ה.: דער רצון העליון אַז אידן זאָלן מקיים זיין די מנהגי ישראל איז פאַרבליבן נאָך מער בהעלם ווי ס'איז דער רצון אויף תומ"צ בכלל — ביז אַז אויף זיי איז אפילו קיין ציווי ניטאָמג.

און דאָס איז דער ביאור (בדרך אפשר) וואָס דורכן מנהג „למעבד ישראל עמה חדוה" איז מען (דערנאָך) „מעטרן לס"ת בכתר דילי'", וואָס דער כתר תורה איז העכער פון תורה, אפילו ווי זי איז מצד לוחות שניות:

די לוחות שניות, אע"פ אַז אין זיי איז עיקר ההדגשה אויף קבלת (הלוחות ו)התורה מצד די אידן (כנ"ל ס"ו), פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז זיי זיינען געגעבן געוואָרן מלמעלה [ובדוגמת הברכה, וואָס הגם מ'איז דערמיט אויסן די תועלת פון דעם מתברך, קומט זי אָבער דאָך פון דעם מברך] — זיינען זיי נאָך אַלץ ניט אין דער בחי' פון „סוף מעשה", ובמילא ווערט דורך זיי נשלם בלויז די כוונה ווי זי איז נמשך געוואָרן בתחילת המחשבה;

דורך דעם אָבער וואָס אידן זיינען זיך נוהג „למעבד כו' עמה חדוה" — צו פרייען זיך מיט דער תורה שוין נאָך דער נתינת התורה מלמעלה — איז עס בדוגמא צום ענין ההצלחהמד וואָס איז דאָ דוקא אין „סוף מעשה" (שלאחרי העשי'), וואָס דאָס דערלאַנגט אין דער כוונה פון „תחילה", וואָס איז העכער פון תחלת המחשבה.

י. עפ"י כל הנ"ל ווערט אָבער די שאלה הנ"ל (ס"א) נאָך גרעסער: וויבאַלד אַז דער אויפטו פון שמח"ת איז דער ענין פון הצלחה, און דער ענין פון „אורה" און „ברכה" זיינען דאָ אויך ביי לוחה"ר (שבועות) און ביי לוחה"ש (יוהכ"פ) — איז פאַרוואָס ווערט געזאָגט אין דער שיחה, אַז אויך „שערי אורה" און „שערי ברכה" זיינען פאַרבונדן מיט שמח"ת (דוקא)?

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס מען געפינט, אַז דורך (דער עבודה ולימוד כדבעי — יגעת — פון) אידן ווערט נתוסף אין תורה, ביז אַז מ'דאַרף מחדש זיין בתורה, לאפשא להמה. ועד"ז באַ מנהגי ישראל, וואָס מנהג ישראל תורה הואמו, קומט דאָך אויס, אַז דורך דעם וואָס אידן פירן איין אַ מנהג, קומט צו בתורה.

ולכאורה: הן אמת, אַז מצד דעם וואָס דער שרש פון נש"י איז העכער פון תורה, קען מען פאַרשטיין ווי אַזוי אידן קענען אויפטאָן אַ נייעם ענין אין תורהמז; ס'איז אָבער נאָך אַלץ ניט מובן: ווי אַזוי ווערט אָט דער ענין (ובפרט — וואָס אידן זיינען מחדש דורך זייער מנהג) אַ חלק פון תורה?

[ד.ה. ניט נאָר איז מען מחוייב צו טאָן די „גזירות והתקנות והמנהגות"מח וואָס387די חכמים האָבן מחדש געווען, נאָר זיי ווערן אַ חלק פון תורהמט, און ווי עס שטייט דער לשון, כנ"ל, בנוגע צו מנהגי ישראל (אפילו בנוגע צו מנהגים וואָס זיינען ניט פאַרבונדן מיט „ב"דמח הגדול"נ) אַז „מנהג ישראל תורה הוא"].

איז דער ביאור אין דעם:

אין תורה זיינען פאַראַן צוויי בחינותנא: (א) ווי תורה איז חכמתו ורצונו ית', וואָס מצד דער בחינה (פון חכמה ורצון) איז תורה אויסגעשטעלט, אַזוי, אַז עס זיינען פאַראַן ענינים וואָס זיי ווערן נתחדש דורך אידן; (ב) דאָס וואָס „אורייתא וקוב"ה כולא חד"נב, ווי תורה איז מושרש אין עצמותו ית', וואָס מצד דער בחינה קען אָט דער ענין חדש ווערן אַ חלק פון תורה, כדלהלן.

וויבאַלד אַז די כוונה העליונה איז, אַז אידן זאָלן מחדש זיין אין תורה בכח עצמם (וואָס דורכדעם ווערט אַרויסגעבראַכט זייער שורש אין עצמותו ית'), דעריבער, נאָך דעם ווי אידן (דורך זייער מחדש זיין אַן ענין) פּועל'ן המשכת העצמות — טוען זיי אויף די המשכה אויך אין תורה [ע"ד ווי עס שטייט אין ספר הבהירנג אַז דוד הי' מחבר תורה בקוב"ה], און דעריבער ווערט דער חידוש [סיי די „חידושים" וואָס אידן לערנען אָפּ פון תורה ע"י „יגעת"נד, און אויך „הגזירות והתקנות והמנהגות" וואָס אידן זיינען מחדש] — אַ חלק פון תורה.

און עפ"ז ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס ס'רעדט זיך אין דער שיחה הנ"ל, אַז (ניט נאָר „שערי הצלחה", נאָר) אויך „שערי אורה" און „שערי ברכה" האָבן אַ שייכות צו שמת־תורה וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך אידן — הגם אַז „אורה" און „ברכה" זיינען פאַראַן אויך אין תורה ווי זי איז מצד עצמה:

אמיתית הענין פון „אורה" איז, אַז ס'איז מאיר בגילוי אַלץ וואָס ס'איז דאָ אין „מאור", אויך דאָס וואָס איז מצ"ע למעלה מגדר גילוינה (און עד"ז איז אויך בנוגע צו „ברכה");

און וויבאַלד אַז אמתית ענין התורה איז דאָס וואָס „אורייתא וקוב"ה כולא חד" — קומט אויס, אַז דוקא בשמח"ת, ווען אידן זיינען „מעטרן לס"ת בכתר דילי'" און זיינען ממשיך און מגלה דעם שרש התורה, ווי תורה איז מושרש אין עצמותו ית' — דוקא דעמאָלט קומט לידי גילוי, צוזאַמען מיט די „שערי הצלחה", אויך די „שערי אורה" און „שערי ברכה" בתכלית השלימות.

(משיחת יום שמח"ת תש"ל)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-caam2c73

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources