עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 6

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

611ב"ה, ערב ש"ק ח"י אלול,

פ' תבוא אל הארץ,

קומי אורי כי בא אורך,

שנה השביעית, שבת להשם,

ה'תש"מ. ברוקלין, נ. י.

אל כל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

שטייענדיק ביים אָפּשלוס פון יאָר ה'תש"מ, אין די לעצטע טעג פון צוגרייטונג צום נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויף אַ נקודה וואָס איז פאַרבונדן דערמיט, וואָס כאָטש זי איז שוין באַרירט געוואָרן מערערע מאָל, איז דאָך אָבער דער ענין איצטער ספּעציעל צייטיג און אַקטועל; אַקטועל אויך בנוגע למעשה שהוא העיקר.

און דאָס איז אין צוזאַמענהאַנג דערמיט וואָס דער יאָר וואָס ענדיקט זיך איז אַ שמיטה־יאָר, שבת לה', און דער יאָר וואָס קומט — איז אַ יאָר פון הקהל

די מצוה פון הקהל, ווי תורה זאָגט אָן, איז, אַז צום סוף פון יעדע זיבן יאָר, באַלד נאָך דעם יאָר פון שמיטה, בשעת אידן זיינען עולה־לרגל צום בית־המקד,612אין דעם יום־טוב סוכות, דאַרף מען פאַרזאַמלען (הקהל) אַלע אידן, די מענער און די פרויען והטף, ביז אפילו די גאָר קליינע קינדער, און דער מלך לייענט־פאָר פאַר זיי פרשיות פון דער תורה וואָס זייער אינהאַלט איז צו מזרז זיין אידן אין מצוות און שטאַרקן זיי אין אמונה און אידישקייט. און דאָס האָט אויף זיי געמאַכט אַ גאָר טיפן איינדרוק, ווי זיי וואָלטן עס געהערט פון דעם אויבערשטן אַליין.

איינע פון די ערקלערונגען פאַרוואָס די מצוה פון הקהל איז באַשטימט געוואָרן אין דער דערמאָנטער צייט איז: וויבאַלד דער יאָר פון שמיטה איז שבת לה', ווען מ'האָט אויסגענוצט די צייט וועלכע איז באַפרייט געוואָרן פון אַרבעט אין פעלד און גאָרטן (די הויפּט באַשעפטיקונג אין יענער צייט) אויף צוגעבן אין לערנען תורה, אין תפלה און קיום המצוות און אין אַ פאַרשטאַרקטער מאָס — איז דאָס געווען די פּאַסנדע און נויטיקע צוגרייטונג צו עולה זיין לבית־המקדש אַלע אידן אַלס איין קהל און צו אויפנעמען די קריאה פון דער תורה ווי מ'וואָלט דאָס געהערט מפי הגבורה, מיט אַ טיפע נשמה־איבערלעבעניש ווי בסיני באַ מתן־תורה, וואָס האָט זיך איינגעקריצט אין האַרצן און קאָפּ און האָט זיך דערנאָך אָפּגעשפּיגלט אין טאָגטעגלעכן לעבן במשך פון די אַלע קומענדיקע יאָרן.

613כאָטש די מצוה פון הקהל, אין קאָנקרעטן און פשוט'ן זין, איז פאַרבונדן מיט דער צייט פון בית־המקדש, איז דאָך אָבער באַוואוסט, אַז אַלע ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעם בית־המקדש, ווי קרבנות אד"ג, זיינען זיי אין גייסטיקן זין אַקטועל אין אַלע צייטן. ווי צום ביישפּיל — דער ענין התפלות וואָס במקום קרבנות תקנום, זיי קומען און פאַרנעמען דעם אָרט פון קרבנות, אַ איד דאַוונט מיטן גאַנצן האַרצן און איז גרייט להקריב חלב ודם — מקריב צו זיין דאָס בעסטע וואָס ער האָט און אַלץ אין וואָס ער קאָכט זיך צו דעם אויבערשטן, איז דאָס אָנגענומען באַ דעם אויבערשטן ווי אַן עולה און קרבן אין בית־המקדש. און אויך אין דער צייט ווען אידן האָבן געהאַט אַ משכן און מקדש און מקריב געווען קרבנות, איז דער עיקר געווען יעדע אידישע האַרץ, לויט דעם אויבערשטן'ס אָנזאָג, בקשה און הבטחה ושכנתי בתוכם — „איך וועל רוען אין זיי" — אין זייער פנימיות, זייערע אינערלעכע אידישע האַרץ.

אַזוי אויך אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם ענין פון שמיטה, וואָס כאָטש דער אָנזאָג צו באַאַרבעטן די ערד זעקס יאָר און רוען אין דעם זיבעטן יאָר איז נאָר אין ארץישראל (וואו אויך די ערד איז הייליק) און ניט אין חו־לארץ, איז אָבער דער גייסטיקער אינהאַלט פון שמיטה, אַלס שבת לה' וואָס קודש היא, איז גילטיק און אַקטועל אומעטום און אין אַלע צייטן און איז פאַרבונדן מיט דער קדושה פון גוי קדוש, וואָס די קדושה שטייט העכער און איבער די באַגרענעצונגען פון צייט און אָרט.

און דעריבער, אַז מ'האַלט ביים אַריינגיין אין דעם יאָר פון הקהל, נאָך די צוגרייטונג פון שמיטה־יאָר, ווי אויבנדערמאָנט, דאַרף מען זיך ערנסט אַריינטראַכטן אין דעם אינהאַלט און צוועק פון דער דאָזיגער מצוה, וואָס דאָס איז, ווי די תורה זאָגט: למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה' אלקיכם, ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת; ובניהם אשר לא ידעו ישמעו ולמדו ליראה את ה' אלקיכם —614„כדי מען זאָל הערן, און כדי מען זאָל לערנען, און מורא האָבן פאַר ג־ט אייער גאון היטן צו טאָן די אַלע רייד פון דער דאָזיגער תורה; און זייערע קינדער וואָס ווייסן (נאָך) ניט, זאָלן הערן און לערנען מורא צו האָבן פאַר ג־ט אייער ג* ־

עס איז אויך קלאָר צו זען ווי שטאַרק די מצוה פון הקהל אונטערשטרייכט דעם חינוך פון קינדער, דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע ניט נאָר קליינע קינדער (טף) אין איינפאַכן זין, נאָר אויך דערוואַקסענע אין יאָרן וועלכע זיינען אָבער נאָך „קינדער" אין אידישקייט, די אַלע וואָס „ווייסן ניט", די וואָס צוליב וואָס פאַר אַ סיבה עס זאָל נאָר זיין, האָבן זיי ניט באַקומען דעם ריכטיקן אידישן חינוך, און אפילו די וועלכע זיינען פון דעם סוג פון „שאינו יודע לשאול", זיי ווייסן ניט, זיי פילן ניט — אַז זיי פעלט און זיי דאַרפן פרעגן און בעטן — אויך זיי דאַרף מען איינזאַמלען און לאָזן זיי הערן און לערנען וואָס תורה איז, וואָס אַ מצוה איז, און לערנען אַזוי אַז זיי זאָלן ווערן דורכגעדרונגען מיט יראת־השם, און דער עיקר — אַז זיי זאָלן „היטן און טאָן אַלע רייד פון דער דאַזיגער תורה", וואָרום לא תהי' מוחלפת — נאָר ווי געגעבן מסיני. און דאָס אַלץ אין אַן אופן כאילו מפי הגבורה שומעה.

ויהי רצון אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל טאָן אין די אַלע אויבנדערמאַנטע ענינים, צו פאַרשטאַרקן און פאַרטיפן און פאַרשפּרייטן אידישקייט אין טא־טעגלעכן לעבן, סיי באַ זיך און סיי אַרום זיך, אין דער פולסטער מאָס, און דאָס וועט צוגעבן נאָך מער אין דער כתיבה וחתימה טובה אין אַלע הינזיכטן, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,

און אַלע אידן — האנשים והנשים והטף — זאָלן זוכה זיין בקרוב ממש צו דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, דורך פאַרווירקלעכן שוין איצט, נאָך זייענדיק אין זמן הגלות: ואנחנו עמך וצאן מרעיתך נודה לך לעולם לדור ודור נספר תהלתך — „מיר זיינען דיין פאָלק, און די שאָף פון דיין פיטערונג; דיר וועלן מיר דאַנקען אויף אייביק, צו דור און דור וועלן מיר דערציילן דיין לויב".

בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה

ר אמי

לא תהי' מוחלפת: עיקר הט' מי"ג העיקרים. וראה רמב"ם הל' יסוה"ת רפ"ט. הל' מלכים פי"א סוף ה"ג.! פיה"מ סנהדרין פ' חלק יסוד התשיעי.

ואנחנו . . תהלתך: תהלים עט, יג.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-pv8edxb3

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources