Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 3
597ב"ה, יום ג', יום שהוכפל בו כי טוב,
פ' אתם נצבים היום כולכם
ג' סליחות, ה'תשל"ח
ברוקלין, נ. י.
צו נשי ובנות ישראל
בכל מקום שהן
ה' עליהן תחיינה
אין צוגאָב צום בריף פון ח"י אלול, וויל איך דאָ אונטערשטרייכן די ספּעציעלע שייכות זיינע צו נשי ובנות ישראל בכל מקום שהן, בנוגע די דריי העכסט וויכטיגע געביטן וועלכע זיינען, בעיקר, אָנפאַרטרויט געוואָרן צו זיי: כשרות האכילה ושתי' (כולל — מצות חלה), טהרת המשפחה, נרות שבת קודש ויום טוב, און ווי גערעדט מערערע מאָל וועגן דעם גרויסן זכות וואָס אין דעם, און די גרויסע ברכות וואָס זיי בריינגען דורכדעם אין זייער הויז און צום גאַנצן אידישן פאָלק.
נעמענדיק אין אַכט, אַז יעדע חתונה־געהאַטע אידישע פרוי ווערט אָנגערופן עקרת הבית, און די נאָך־ניט חתונה געהאַטע דאַרפן דאָך צוגרייטן זיך, פון דער גאָר פריסטער יוגנט אָן, צו פאַרנעמען זיער אָרט אַלס עקרת־הבית — אין זייער גרויסע שליחות צו זעען און צו פאַרזיכערן אַז די הויז ווערט געפירט אין אַלע הינזיכטן לויט דעם רצון פון דעם אויבערשטן.
דאַן איז די הויז אויך אַ דירה פאַר דער ג־טלעכער שכינה, ווי דער אויבערשטער האָט אונז צוגעזאָגט: ושכנתי בתוכם — איך וועל רוען צווישן זיי.
דערצו האָט דער אויבערשטער צוגעגעבן אַ ספּעציעלע סגולה צו היטן די הויז, און דאָס איז די מצוה פון מזוזה, וואָס אונזערע חכמים ז"ל זאָגן אויף דעם שהבית נשמר בה — די הויז ווערט געהיט דורך איר.
און נאָכמער: די שמירה נעמט אַרום די בני־בית אויך ווען זיי זיינען אין דרויסן, ווי עס שטייט אין תורה: השם ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם — דער אויבערשטער וועט היטן דיין אַרויסגיין און דיין קומען פון איצט אָן אויף אַלע מאָל; און ווי עס ווערט דערקלערט אין ספרים, אַז ט'ס נאָמען אויף דער מזוזה איז אַ ראשי־תיבות: שומר דלתות ישראל.
מ'דאַרף אויך געדיינקען, אַז וויבאַלד אַלע אידן זיינען קומה אחת און ערבים זה בזה (איין קערפּער, און אויסגעבונדן איינער מיט דעם צווייטן), איז די מזוזה אַ טלעכע שמירה ניט נאָר פאַר די הויז און פאַר אַלע און אַלץ אין הויז, נאָר אַז יעדע כשר'ע מזוזה וואָס קומט צו ערג־וואו אויף אַ אידישע טיר, פאַרשטאַרקט דאָס די זיכערקייט פון אַלע אידן וואו נאָר זיי געפינען זיך.
598יעדע אידישע פרוי — די עקרת הבית, און יעדע אידישע טאָכטער, די צוקונפטיגע עקרת הבית, האָבן זיי אַ ספּעציעלן זכות אין דעם ענין פון מזוזה, צו זען אַז עס זאָל זיין אַ כשר'ע (געבודק'טע) מזוזה באַ זיך אינדערהיים אויף יעדער טיר וואָס איז מחוייב אין דעם, ווי אויך — באַ זייערע שכנים און באַקאַנטע, און אַלע אידישע הייזער.
ויהי רצון אַז מ'זאָל אין דעם אַלעם טאָן מיט האַרציקייט און מיט שמחה,
ובפרט אַז די צייט איז ספּעציעל צוגעפּאַסט פאַר דעם, און פאַר אַלע זאַכן פון טוב וקדושה, אַזוי ווי מיר שטייען איצט באַם אָפּשלוס פון חודש אלול, דער חודש פון חשבון הנפש און התעוררות צו דערגענצן וואָס מ'האָט ניט דערטאָן אין דעם יאָר (אַן עיבור יאָר) וואָס ענדיגט זיך, און צוגרייטן זיך צום נייעם יאָר, השנה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.
בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה 1 "
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ט
- Id
- rh-vdpq66ba