עברית
Library

Likkutei Sichos

Sukkos 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

348חג הסוכות

א. די גמרא זאָגט אין סוכהא: „תניא ר' אליעזר אומר כשם שאין אדם יוצא ידי חובתו ביו"ט הראשון של חג בלולבו של חבירו דכתיבב ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר כפות תמרים משלכם כך אין אדם יוצא ידי חובתו בסוכתו של חבירו דכתיבג חג הסוכות תעשה לך שבעת ימים משלך. וחכמים אומרים אע"פ שאמרו אין אדם יוצא י"ח ביו"ט הראשון בלולבו של חבירו אבל יוצא י"ח בסוכתו של חבירו דכתיבד כל האזרח בישראל ישבו בסוכות מלמד שכל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת. ורבנן האי לך מאי דרשי בי', מיבעי לי' למעוטי גזולה אבל שאולה כתיב כל האזרח".

די הלכה איז ווי די חכמים, אַז כאָטש מ'איז ניט יוצא — ביו"ט ראשון פון חגה"ס — מיט ד' מינים שאולים „משום דבעינן לכם"ה, איז אָבער ביי סוכה אַנדערש און מען איז יוצא מיט אַ סוכה שאולהו.

ווי מען לערנט בפשטות איז משמע, אַז דער טעם פאַרוואָס די חכמים האַלטן אַז מ'איז יוצא בסוכה שאולה, איז ווייל דער (לימוד פון) פסוק „כל האזרח בישראל וגו'" (מלמד שכל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת) איז מגלה אַז „תעשה לך" מיינט ניט אַז עס דאַרף זיין „שלך"; דער „לך" קומט נאָר „למעוטי גזולה".

זאָגט אָבער דער אַלטער רבי אין שו"עז: „אע"פ שאמרה תורה חג הסוכות תעשה לך לך משלך כלומר שתהא הסוכה שלך ולא של חבירך אעפ"כ יוצא אדם י"ח בסוכה שאולה דכיון שנכנס לה ברשות הרי היא כשלו (ולא נאמר לך משלך אלא להוציא את הגזולה)". זעט מען מפורש, אַז אויך ביי סוכה לערנט מען אָפּ פון „לך" אַז עס דאַרף זיין „שלך" — און פונדעסטוועגן איז מען יוצא מיט אַ סוכה שאולה, וואָרום אַ שאולה „הרי היא כשלו"ח.

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער טעם וואָס מ'איז יוצא מיט אַ סוכה שאולה איז (ניט ווייל דער פסוק „כל האזרח גו'" איז מרבה „שאולה"ט, נאָר) ווייל „שאולה . . הרי היא כשלו"י — פאַרוואָס זאָל שאולה ניט זיין כשר אויך349ביי לולב מצד דעם זעלבן טעם, וואָס „שאולה . . הרי היא כשלו"?

ב. לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן, אַז אין דעם גדר פון „שלו" גופא דאָיא — איז אַן אָרט אויף חילוקים (אויף וויפל ס'איז „שלו"). ביי סוכה איז דער פסוק „כל האזרח גו'" מגלה אַז ס'איז מספיק אויך אַ קלענערע דרגא אין „לך — משלך" (אין וועלכער אויך שאולה ווערט נכלל, כאָטש עס איז ניט שלו ממש)יב; משא"כ ביי לולב, וואו ס'איז ניטאָ אַזאַ לימוד, איז דער פירוש פון „ולקחתם לכם — משלכם" ממש, אַ פולשטענדיקער אופן „שלכם", וואָס איז ממעט לולב השאול.

אָבער פון לשון פון אַלטן רבי'ן אין אַ ווייטערדיקן סעיףיג איז משמע, אַז שאולה ביי סוכה איז אין דעם גדר פון „שלו ממש", וז"ל: ואע"פ שבדיעבד יוצא בסוכה גזולה העומדת בקרקע . . מ"מ לכתחילה אין לישב בסוכה העומדת בקרקע של חבירו מפני שאינה נקראת שלו ממש והתורה אמרה תעשה לך משלך ואינה דומה לשאלה ממש שהשאילה לו מדעתו והרי היא כשלו ממש. זעט מען דערפון אַז מיט אַ סוכה שאולה איז מען יוצא ניט דערפאַר וואָס ביי סוכה איז גענוג אויך ווען ס'איז ניט „שלו" ממש, נאָריד, ווייל שאולה איז טאַקע אַזוי ווי שלו ממשטו — איז הדרא קושיין לדוכתא: פאַרוואָס ווערט שאלה נתמעט פון „לכם" ביי די ד' מינים ?

קען מען זאָגן, אַז דער אויפטו פון לימוד „כל האזרח גו'" איז [ניט אַז ביי סוכה איז מספיק אויך ווען ס'איז ניט אינגאַנצן „שלך", נאָר — פאַרקערט], אַז ענין הסוכה האָט אין זיך אַזאַ גדר וואָס מצד דעם ווערט שאולה באַ סוכה „שלו350ממש"*15; וי"ל ההסבר בפשטות: וויבאַלד ער באָרגט עם די סוכה זי זאָל זיין פּונקט ווי דירתו קבע כל השנה, וואָס דאָס איז דאָך כל גדר סוכת החג (משא"כ בלולבטז — וכו' ששלך הוא רק תנאי) איז דער באָרגן באופן דשלו ממש, „אדעתא דהכי השאילו"17).

ג. ויש להוסיף ולהמתיק בפנימיות הענינים: פון פסוק „כל האזרח גו'" לערנט מען אָפּ אַז „כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת" מצד דעם עילוי פון סוכה ווערן אַלע אידן נתאחד אין איין מציאות ביז אַז „כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת" — און מהאי טעמא איז ביי סוכה אויך שאולה „כשלו ממש":

ס'איז מבואר אין חסידותיח אינעם פירוש הפסוקיט „בכסה ליום חגנו", אַז די ענינים וואָס בר"ה ויוהכ"פ זיינען זיי בהעלם — „בכסה", קומען זיי אַרויס בגילוי „ליום חגנו", אין חג הסוכות. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חילוק (בנוגע „לכם") צווישן סוכה און לולב (צי מ'איז יוצא מיט שאולה) בהקדם הביאור ווי די ענינים זיינען „בכסה" בר"ה ויוהכ"פ.

שוין גערעדט אַמאָל בארוכהכ, אַז אין תוכן פון ר"ה ויוה"כ זיינען דאָ דריי ענינים זה למעלה מזה: א) די מצוות היום, בר"ה — מצות תקיעת שופר, וביוהכ"פ — מצות התענית און מצות התשובה והוידוי; ב) דאָס וואָס זיי זיינען פון די עשרת ימי תשובה, וואָס תשובה איז העכער פון מצוות (און דעריבער קען זי מתקן זיין דאָס וואָס מ'פאַרפעלט אין דער עבודה פון קיום המצוות); ג) דער תוכן עצמי פון די טעג, וואָס איז העכער אויך פון תשובה: בר"ה — די בקשת השם און עבודה פון „תמליכוני עליכם"כא, בקשה און עבודה מכתיר זיין דעם אויבערשטן אַלס מלך, וביום הכפורים — דער ענין פון עיצומו של יום הכפורים מכפר, וואָס די דרגא פון כפרה איז העכער פון דער כפרה שע"י תשובה.

אין די דריי ענינים ווערן אַרויסגעזאָגט די פאַרשידענע אופני ההתקשרות וההתאחדות פון אידן מיטן אויבערשטן:

351איין אופן איז, אַז אידן זיינען אַזוי ווי, כביכול, אַ באַזונדער מציאות, נאָר זיי פאַרבינדן זיך מיט אלקות; וואָס אין דעם אופן דאַרף דער פאַרבונד און איחוד זיך אויפטאָן און אויסדריקן דורך און אין עפּעס — דורך קיום המצות, וואָס אידן נעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים און זיינען מקיים די גזירות המלך.

אין דעם גופא איז דאָ אַ טיפערער אופן — די פנימיות'דיקע התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן, וואָס איז ניט אָפּהענגיק אין קיום המצות; און דאָס דריקט זיך אויס אין דער תנועה פון תשובה, אַז אפילו ווען אַ איד האָט פון זיך, ח"ו, אַראָפּגענומען דעם עול מלכות שמים און עובר געווען אויפן ציווי ה', האָט ער גרויס פאַרדרוס און חרטה אויף דעם און וויל דאָס פאַרריכטן, ער טוט תשובה.

אָבער אויך דער אופן ההתקשרות, כאָטש ס'איז העכער און טיפער פון דעם פאַרבונד דורך קיום המצות, האָט עס פאָרט אַ שייכות צו קיום המצות: דער פאַרדרוס און חרטה אין ענין התשובה איז דאָך אויף דעם וואָס ער האָט ניט מקיים געווען די מצוות פון אויבערשטן און דעריבער איז ער מחליט מכאן ולהבא צו אויספאָלגן די גזירות המלך. און וויבאַלד אַז אויך דער פאַרבונד דריקט זיך אויס אין (דער החלטה צו) פאָלגן דעם אויבערשטן, הייסט עס דאָך, אַז ער איז נאָך אַ מציאות בפ"ע וואָס פאָלגט און פאַרבינדט זיך מיטן אויבערשטן.

דער העכסטער אופן ההתקשרות איז

— ישראל וקוב"ה כולא חד, אידן זיינען

בעצם איינס כביכול מיט קוב"ה. און

דער פאַרבונד זאָגט זיך אַרויס אין דער

בקשה פון הקב"ה און דער עבודה פון

„תמליכוני עליכם" — דאָס וואָס אידן זיינען מעורר און פועל אַז דער אויבערשטער זאָל ווערן אַ מלך איבער זיי:

די התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן דורך תומ"צ, אָדער אַפילו דורך תשובה, איז דוקא נאָכדעםכב ווי מ'נעמט אָן דעם אויבערשטן אַלס מלך, וואָס דעמאָלט איז שייך דער ענין פון פאָלגן דעם מלך, תשובה טאָן אויפן ניטפאָלגן וכו', וואָס דאָס פאַרבינדט זיי מיטן מלך.

איידער אָבער דער אויבערשטער ווערט כביכול אַ מלך (פאַרן אויפטאָן דעם „תמליכוני עליכם") — וואָס מאַכט אַז עס פעלט זיי אויס דעם ענין המלוכה וואָס צוליב דעם בעטן אידן אַז דער אויבערשטער זאָל ווערן אַ מלך איבער זיי? איז עס דערפאַר וואָס זיי זיינען בעצם איין זאַך מיט אלקות, ובמילא קענען זיי ניט זייןכג ח"ו אָן אַ מלך.

ד. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס בנוגע מצות זיינען דאָ חילוקים צווישן איין אידן און אַ צווייטן אין דעם אופן פון זייער קיום, און עד"ז (נאָר מיט קלענערע חילוקים) איז בנוגע תשובה; משא"כ אין דעם ענין פון „תמליכוני עליכם" זיינען ניטאָ קיין חילוקים צווישן אידן (ווי מען זעט עס ביי דער הכתרה פון אַ מלך בו"ד, אַז בעת ההכתרה — וואָס קומט דורך דעם ביטול העם — שטייען אַ שר גדול און אַן איש פשוט מיטן זעלבן ביטול וכו'; ניט ווי לאחרי ההכתרה און נאָכדעם ווי דער מלך איז גוזר גזירות, וואָס דאַן זיינען דאָ חילוקים צווישן אנשי המדינה אינעם אופן הקיום פון די גזירות):

352קיום המצות, וויבאַלד זייער איכות ההתקשרות איז באופן אַז אידן, ווי זיי פילן זיך אַלס באַזונדער זאַך, פאַרבינדן זיך מיטן אויבערשטן, דערפאַר איז דער קיום המצות און קב"ע ביי יעדן איינעם לויט זיין באַזונדער אופן ומדריגה אַלס אַ מציאות בפ"ע.

אין עבודת התשובה, וואָס קומט מצד אַ טיפערן פאַרבונד וועלכער ווערט ניט אויפגעטאָן דורך קיום המצוות בפועל, איז אין דעם ניטאָ אַזאַ אונטערשייד צווישן איין אידן און אַ צווייטן (ווי מען זעט אַז דאָס קען אויפגעטאָן ווערן בלויז דורך אַ הרהור תשובהכד, ובשעתא חדא וברגעא חדאכה). אעפ"כ זיינען אויך אין דעם פאַראַן חילוקים, וואָרום סו"ס איז עס דאָך תשובה אויף (ולפי ערך די) עונות, אָדער תשובה לשרשו ומקור שלו — וואָס אין דעם אַלעם איז איינער ניט גלייך צום אַנדערן.

אין „תמליכוני עליכם" — וויבאַלד אַז דאָס נעמט זיך דערפון וואָס אידן זיינען בעצם כולא חד מיט קוב"ה, איז כשם ווי ס'איז ניט שייך צו פאַנאַנדערטיילן צווישן אידן מיטן אויבערשטן, אַזוי קען מען ניט מחלק זיין צווישן איין אידן מיטן צווייטן אינעם אופן הקישור והאיחוד; אין דעם זיינען אַלע אידן ווי איין עצםכו, וואו עס איז ניטאָ קיין התחלקות.

ה. אע"פ אַז בפרטיות געפינט מען אַלע דריי ענינים סיי ביי ר"ה און סיי ביי יוהכ"פ כנ"ל — בכללות אָבער, ובגלוי, איז יעדערער פון זיי פאַרבונדן מיט איינעם פון די דריי יו"ט פון חודש תשרי: ראש השנה, יום הכפורים און חג הסוכות:

ראש השנה שטייט בגלוי דאָס וואָס ער איז דער „ראש" פון יאָר — ס'איז דער זמן פון הכתרת המלך; און ווי דער רס"ג שרייבטכז, אַז דער „ענין הראשון" אין „(מצות היום ב)שופר" איז דאָס וואָס „ממליכין עלינו את הבורא"כח.

ביום הכפורים שטייט בגלוי דאָס וואָס ס'איז דער יום התשובה, דער יום „קץ (ו)מחילה וסליחה"כט אויף עובר זיין מצות המלך. נאָכמער: אפילו דער ענין פון „עיצומו של יום"ל, וואָס דריקט אויס די התקשרות עצמית צווישן אידן מיטן אויבערשטן וועלכע איז העכער פון דער התקשרות דורך תשובה — איז אַלץ אין דעם ענין פון „מכפר"ל, וכשמו: יום הכפורים.

חג הסוכות איז דער זמן ווען אידן זיינען בגלוי אַריינגעטאָן אין קיום המצוות: סוכה, נטילת ד' מינים כו'לא — מען איז „עסוקין במצות" (פון באַלד נאָך יום הכפורים)לב, וכשמו: חג הסוכות.

ו. וויבאַלד אַז אַלע ענינים וואָס זיינען (בראש השנה און יו"כ) „בכסה" קומען אַראָפּ בגילוי ליום חגנו בחג הסוכות, איז מובן, אַז כאָטש חגה"ס איז ענינו התעסקות אין מצות, ווערן אָבער353אין זיי אויסגעדריקט באופן גלוי די אַלע דריי ענינים הנ"ל — אויך שבר"ה ויוהכ"פ:

כשם ווי בר"ה (ויוהכ"פ) איז דאָ ענינו העצמי פון טאָג און דער ענין התשובה, ווי מרומז אין לשון חז"ללג „עשרה ימים שבין ר"ה ויוהכ"פ", ד.ה. ר"ה ויוהכ"פ זיינען אַ טייל פון עשי"ת, וביחד עם זה זיינען זיי (מצ"ע) העכער פאַר דעם ענין התשובה וואָס אין די עשרה ימים און דערנאָך איז דאָ דער דריטער ענין — מצוות היום;

עד"ז געפינט מען אין פסוק בנוגע סוכות: דער פסוקלד איז מתאר דעם חג — „בחמשה עשר יום לחודש השביעי הזה חג הסוכות שבעת ימים לה'", „חג הסוכות תעשה לך שבעת ימים"ג, און אַזוי אויך ביי דער מצוה פון ישיבה בסוכה שטייטד — „בסוכות תשבו שבעת ימים" (ניט אָנדייטנדיק אַז דאָס זיינען ימים מיוחדים מצ"ע —) און פון דעם פאַרשטייט מען, אַז דער ענין העצמי פון סוכות איז מצות סוכה.

בנוגע צו לקיחת ד' מינים איז דער דיןב „ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר גו'" — אַז אין דעם יום הראשון פון יו"ט סוכות זאָל מען מקיים זיין די מצוה פון נטילת ד' מינים — וואָס פון דעם איז מוכח אַז מצות ד' מינים איז ניט עצם ענינו פון יום הראשון של סוכותלה, דעם יו"ט.

דערנאָך — נאָך דער מצוה פון נטילת ד' מיניםלו — איז דער פסוק ממשיך „ושמחתם לפני ה"א שבעת ימים" — די מצות שמחה פון חגה"סלז

וע"פ הנ"ל (סעיף ה') איז פאַרשטאַנדיק, אַז די עצמות'דיקע אחדות פון אידן מיטן אויבערשטן אין דעם אופן פון „כולא חד" (וואָס דריקט זיך אויס אין „תמליכוני עליכם" פון ר"ה) קומט לידי גילוי אין דעם ענין עצמי פון סוכה; דער פאַרבונד דורך תשובה (וואָס דאָס איז עיקר ענינו של יום הכפורים) ווערט אַרויסגעזאָגט באופן גלוי אין מצות לולב; און דער פאַרבונד צווישן אידן מיטן אויבערשטן דורך קיום המצות ווערט נתגלה אין דער מצות השמחה פון סוכות.

354ז. די הסברה בזה:

ווי גערעדט פריער, אַז אין דעם ענין פון „תמליכוני עליכם" איז ניטאָ קיין חילוקים צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן — און דער ענין קומט בסוכות לידי גילוי אין דער מצוה פון סוכה, היות אַז „כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת" — אַלע אידן, אָן קיינע חילוקים, זיינען מתאים צו לישב — תדורו צוזאַמען אין איין און דער זעלבער סוכה.

בנוגע לולב שטייט אין מדרשלח אויפן פסוק „ולקחתם לכם ביום הראשון" — „במי הכתוב מדבר בישראל ובעכו"ם שהקב"ה דן אותן ביום הכפורים כו' ואין אנו יודעין מי הי' מנצח כו' אמר הקב"ה טלו לולביכם בידכם שידעו הכל שאתם זכיתם בדין" — ד.ה. אַז די כפרה פון יום הכפורים ווערט ניכר ונתגלה בסוכות אין דער מצוה פון נטילת ד' מינים.

און די מצוה פון שמחת החג וואָס איז אַן ענין פון שמחה של מצוה, דאָס איז דער גילוי פון דער התקשרות פון אידן צום אויבערשטן דורך קיום המצות, וואָס רופט אַרויס די תנועה פון שמחה ביי אידן — זיי פרייען זיך מיט מצוות ה'.

ח. ע"פ האמור לעיל וועט זיין פאַרשטאַנדיק דער חילוק אין דעם דין הנ"ל צווישן סוכה און לולב:

וויבאַלד אַז סוכה איז דער „גילוי" פון „תמליכוני עליכם", וואָס אידן זיינען איין זאַך מיטן אויבערשטן, איז מובן, כנ"ל, אַז אין דעם איז ניט שייך קיין חילוקים צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן; ד.ה. דאָס וואָס „כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת" מיינט, אַז מצד דעם עילוי פון סוכה שטייען אידן אין אַ התאחדות עצמית, וואָס איז ניט ווי צוויי וואָס פאַראייניקן זיך, נאָר ווי אַלע אידן זיינען מלכתחילה „כולא חד", איין עצם —

דערפאַר איז דער דין אין דעם, אַז אַ סוכה שאולה „הרי היא כשלו", און נאָכמער ס'איז „כשלו ממש" — וואָרום וויבאַלד אַז אַ סוכה איז מאחד אַלע אידן אין איין מציאות, קען מען ניט אָפּטיילן איין אידן פונעם צווייטן און זאָגן אַז די סוכה איז ניט „שלו" נאָר דעם צווייטנס — נאָר ס'איז זיינע ווי יענעמס.

[משא"כ בשעת איינער גזל'ט אַ סוכה ביים צווייטן, איז ער דערמיט גופא מנגד און סותר די אחדות פון סוכה — מיט דעם וואָס ער נעמט עס צו ביים צווייטן, שאַפט ער אַ פּירוד אין דער אחדות פון סוכה צווישן אים און דעם נגזללט — קען עס שוין ניט הייסן „שלו"].

ט. דאָס איז אָבער נאָר ביי סוכה. משא"כ די ד' מינים, כאָטש אַז אויך זיי דריקן אויס די התאחדות פון אידן — מ'איז מאגד אַלע פיר סוגים פון אידן צוזאַמען (כידועמ) — איז דאָך אָבער די התאחדות אין אַן אופן אַז זיי אַלע בלייבן באַזונדערע סוגים אויך נאָכדעם ווי מ'איז זיי אַלע מאגד אינאיינעם:

355וויבאַלד די מצוה פון ד' מינים איז מגלה די כפרה פון יום הכפורים — איז כשם ווי אינעם ענין הכפרה זיינען דאָ חילוקים צווישן איין אידן מיטן צווייטן (ווייל כאָטש די נקודה עיקרית פון כפרה ותשובה איז העכער פון התחלקות ווערט אָבער די כפרה בפועל אויפגעטאָן ביי יעדערן כפי ענינו), עד"ז איז די אחדות פון די ד' מינים אין אַן אופן אַז יעדערער בלייבט אין זיין סוג.

און דעריבער קען מען ביי די ד' מינים ניט זאָגן אַז די מינים שאולים זיינען „כשלו" — ווייל אין דעם בלייבט ער אַ באַזונדער מציאות פון דעם צווייטן,

עפ"ז איז מובן וואָס ביי סוכה שטייט „לך" (בלשון יחיד), משא"כ בד' מינים לערנט מען אָפּ דעם דין „שלכם" פון „ולקחתם לכם" (ל' רבים): באַ סוכה זיינען אַלע אידן ווי איין מציאות, „כגוף אחד"מא — און צו איין גוף רעדט מען בל' יחיד; משא"כ בנוגע לד' מינים, וואָס יעדער איינער פאַרבלייבט אַ באַזונדער מציאות (מ'איז זיי נאָר מאגד צוזאַמען), זיינען זיי אַ רבים — „לכם".

אעפ"כ איז אין דעם (ד' מינים) פאָרט דאָ דער ענין האחדות — מ'איז מאגד און מחבר אַלע ד' מינים צוזאַמעןמב. דערנאָך קומט דער דריטער ענין פון חג הסוכות, מצות שמחה, וואָס דריקט אויס די התקשרות צום אויבערשטן דורך מצות; און דערפאַר זיינען דאָ אין דעם חילוקים ממש צווישן די סוגים פון אידן — „חסידיםמג ואנשי מעשה היו מרקדים" און „כל העם האנשים והנשים כולן באין לראות ולשמוע"מד.

(משיחת יום ב' דחגה"ס תשכ"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-cd8jb2qf

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources