Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 16
546וילך
ברוקלין, נ.י.
תלמידות המסיימות ביה"ס „בית רבקה" —
יסודי ותיכוני —
ה' עליהן תחיינה
אין ענטפער אויף אייער בריוו אין צוזאַמענהאַנג מיט אייער ענדיגען די „בית רבקה" סקול —
וואָס דאָס מיינט, ווי מערערע מאָל אונטערשטראָכן, אַן אַריבערגאַנג אויף אַ העכערע מדריגה אין די ענינים פון קדושה, תורה ומצוות —
שיק איך דערמיט מיין באַגריסונג און ברכה, אַז אייער סיום זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און איר זאָלט ווייטער שטייגן אין אַלע ענינים פון טוב וקדושה מיט גרויס הצלחה.
אַזוי ווי הי־יאָר איז אַ יאָר פון הקהל, ווערן אַלע ענינים פון היינטיגן יאָר באַלויכטן מיט דעם אינהאַלט פון הקהל.
אין אַלגעמיין, איז דער ענין פון הקהל געווען צו פאַרזאַמלען אַלע אידן, מענער פרויען און קינדער, מיטן צוועק צו פאַרשטאַרקען יראת שמים און קיום המצוות אין טָ־טגלעכן לעבן פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק.
אין פּערזענלעכן לעבן, אַזוי ווי אַ מענטש ווערט אָנגערופן „עולם קטן" (אַ וועלט אין „מיניאַטור"), מיט אַ גאַנצע ריי כחות, כוחות הנפש והגוף — דאַרף דער ענין פון הקהל דערמאָנען וועגן דער נויטווענדיקייט פון אַ שטענדיגער „מאָביליזאַציע" פון אַלע כחות פאַר דעם זעלבן צוועק — צו פאַרשטאַרקען יראת שמים און קיום המצוות אין דעם פּערזענלעכן טאג־טעגלעכן לעבן.
עס איז כדאי צו באַמערקן, אַז אַזוי ווי צו הקהל האָט מען געדאַרפט ברענגען אויך די גאָר קליינע קינדער (טף), האָבן דאָך די פרויען (די מוטערס און עלטערע שוועסטער) געהאַט אַ ספּעציעלע אויפגאַבע זיי צו בריינגען און אויפפּאַסן אויף זיי וכו' וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָך מער די ספּעציעלע פליכט, און זכות פון אידישע טעכטער אין דער פאַרשטאַרקונג און פאַרשפּרייטונג פון תורה ומצוות על טהרת הקדש.
השם יתברך זאָל געבן, אַז דער געדאַנק פון הקהל אין פאַרבינדונג מיט אייער סיום, ווי אויבנדערמאָנט, זאָל אייך שטענדיג באַגלייטן אין אייער לעבנס־וועג, און איר זאָלט זיין אַ קוואַל פון השפּעה און דערמוטיקונג אויך פאַר דער גאַנצע סביבה.
547. . . לפני איזה שנים נסבה השיחה אודות כתיבת מו"ח אדמו"ר הכ"מ אם לברך שהחינו בסיומה
— יעויין הדעות בזה באחרונים לשו"ע או"ח ס מע' ברכות סו"ס ב —
ואף שלא אמר החלטה בזה, אבל היתה דעתו שהחינו . . . ת ספר תורה וסיומה, ושקו"ט כ"ק סו"ס רכג. שדי חמד אסיפת דינים ו נוטה שילבשו בגד חדש ולברך
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ט
- Id
- rh-sez0k559