עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

605ב"ה, ו' תשרי, ה'תש"מ

שנה השביעית, שבת להוי'

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אַריינגייענדיג אין דעם נייעם יאָר, דערמוטיגט און געשטאַרקט אין דער זיכערקייט, אַז דער אויבערשטער, שומע קול תרועת עמו ישראל ברחמים, האָט אָנגענומען די תפלות און די גוטע וואונטשן וואָס אידן האָבן געוואונטשן איינער דעם אַנדערן צו דעם נייעם יאָר,

בפרט אַז דער נייער יאָר איז שנה השביעית, שבת לה' און האָט זיך אויך אָנגעהויבן מיט (יום טוב של ראש השנה שחל להיות ב)שבת — וואָס שבת איז דאָך, ווי תורה זאָגט, וקראת לשבת עונג (דו זאָלסט רופן שבת — פאַרגעניגן) וועט זיכער דער יאָר, יעדערער פון זיינע טעג, זיין אָנגעפילט מיט זאַכן פון פאַרגעניגן,

און שטייענדיג אין די טעג צווישן שבת ראש השנה און שבת שבתון פון יום הכפורים,

איז איצט די פּאַסענדע צייט צו פאַרפעסטיגן און נאָך צוגעבן אין די גוטע החלטות (באַשלוסן) און די הנהגה בפועל וואָס מ'האָט אָנגעהויבן אין די טעג פון אלול, אַלס צוגרייטונג און אַריינפיר צום נייער יאָר, און — אין די ערשטע טעג פון דעם נייעם יאָר.

אין צוזאַמענהאַנג דערמיט, און אַלס המשך צום בריוו פון ח"י אלול וואו עס606האָט זיך גערעדט וועגן דעם בשותפות'דיגן אינהאַלט פון שבת לה' (אין טעג) און שבת לה' (אין יאָרן), וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויף נאָך אַ נקודה אין דעם ענין — וועגן דעם אונטערשייד און אייגנאַרטיקייט פון דעם שבת'דיגן טאָג און דעם שבת'דיגן יאָר, און וואָס מ'קען און מ'דאַרף דערפון לערנען און זיך אָפּלערנען.

דער זיבעטער טאָג, שבת, און דער זיבעטער יאָר, שמיטה, שטעלן מיט זיך פאַר אַ טייל און אַן אָפּשלוס פון צוויי אַלגעמיינע תקופות (צייט־אָפּשניטן)

דער שבת'דיגער טאָג — זכר למעשה בראשית — געהערט און שליסט אָפ די תקופה פון שבעת ימי בראשית, די תקופה פון צוגרייטן און איינשטעלן אַ באַשטימטן סדר פון דער גאַנצער בריאה, וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן אין די ימי בראשית מיט דעם געבענטשטן און געהייליגטן טאָג שבת אַלס די נשמה וואָס באַלעבט אַלע טעג פון דער וואָך, ביז אַז מאַנכעס מאָל ווערט די גאַנצע וואָך אָנגערופן — שבת,

באַשאַפן אין אַן אופן ווי געזאָגט אשר ברא אלקים לעשות — „לתקן" — דער אויבערשטער האָט באַשאַפן צו (נאָכמער) פאַרפולקאַמען; וואָס דאָס איז די אויפגאַבע וואָס דער אויבערשטער האָט איבערגעגעבן און אָנפאַרטרויט דעם מענטשן, דעם בחיר הבריאה, וועמען ער האָט באַשאַפן בצלם אלקים, מיט אַ ג־טלעכע נשמה, געגעבן אים אַלע נויטיגע כחות און צוגעגרייט פאַר אים די מיטלען אויף דורכצופירן דעם ג־טלעכן פּלאַן פון דער בריאה בפועל.

דערנאָך הויבט זיך אָן די תקופה פון יאָרן, פון זרע וקציר וקור וחום וקיץ וחורף (זייען און שניידן, (פּעריאָדן פון) קעלט און היץ, זומער און ווינטער) — פון דורכפירן דעם פּלאַן בפועל אין דער פולסטער פאָראויסגעזעענער שלימות — אין אַ תקופה שלימה פון אַ שמיטה (זיבן יאָר), כולל דעם יאָר פון שמיטה, שבת לה',607וואָס פּונקט ווי שבת באַלעבט אַלע טעג פון דער וואָך, אַזוי באַלעבט דער יאָר פון שמיטה אַלע יאָרן פון דער שמיטה, ביז אַז מאַנכעס מאָל ווערט די גאַנצע שמיטה אָנגערופן — שבת השנים.

אין מענטשלעכן לעבן בכלל — זיינען אויך פאַראַן די דערמאָנטע צוויי תקופות:

די תקופה פון „ימי בראשית", די תקופה פון צוגרייטן און לייגן דעם יסוד (פונדאַמענט) פאַר דעם גאַנצן לעבן, געמיינט די תקופה פון חנוך, דערנאָך קומט די תקופה פון „זרע וקציר", די דערוואַקסענע יאָרן — „פאַרזייען" די קערנדלאַך — ידיעות וואָס ער האָט באַקומען, אַז זיי זאָלן אויסוואַקסן און עס זאָל זיין „קציר", זיי זאָלן געבן פירות — דעם גוטן און צוגעפּאַסטן טאָג טעגלעכן לעבן — דורכפירן זיין פּלאַן, וואָס דאַרף זיין דעם אויבערשטנ'ס פּלאַן, לעשות לו יתברך דירה בתחתונים: דורך לערנען תורה, מקיים זיין אירע מצוות — פירן אַן אמת אידישן טאָג טעגלעכן לעבן.

מער בפרטיות: יעדע גוטע פעולה, אַ מענטשליך־שכל'דיגע טעטיקייט, ווערט געטאָן — נאָך דעם אַריינטראַכטן און באַשטימען אַ פּלאַן ווי עס דורכצופירן, און צוגרייטן די נייטיגע מיטלען וואָס ער דאַרף צו דעם און ערשט דערנאָך פירט ער דורך די טעטיקייט דורך „פאַרזייען", נוצן די מיטלען אין דעם פּאַסנדן אָרט און אויף אַ פּאַסענדן אופן ביז עס וואַקסן אויס, און עס קומט דער „קציר" פון די פירות — מעשה בפועל.

אַזוי אויך אין טעגלעכן לעבן בפרט, זיינען פאַראַן די דערמאָנטע צוויי תקופות: אָנהויבנדיג דעם טאָג, גלייך אינדערפרי, מיט דער צוגרייטונג פון תפלה, אַ שיעור תורה און אַ נתינה לצדקה; און ערשט דערנאָך, און מיטנעמענדיק מיט זיך „תורה אור", די באַלייכטונג פון תורה, וויסן וואָס מען דאַרף טאָן און וואָס מען טאָר ניט טאָן, איז יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב, גייט ער אַרויס צו זיין געשעפט און608זיין אַרבעט ביז אָווענד; אין איינפאַכן זין און אויך אין דעם טיפערן זין — דורכפירן זיין טאָג טעגלעכע אַרבעט אין אַן אופן ביז — עדי — ערב (פון וואָרט עריבות „זיסקייט") — די אַרבעט און דער גאַנצער אַרום איז זיס, וואָרום כל מעשיך — אַלע זיינע מעשים זיינען געווען — לשם שמים, ובכל דרכיך — אין אַלע זיינע וועגן איז געווען — דעהו — דערקענען גטלעכקייט.

אין דאָס אויבנגעזאָגטע געפינט מען אויך איינע פון די ערקלערונגען בנוגע דעם אונטערשייד צווישן איסור־מלאכה אין דעם טאָג פון שבת לה' ווען לא תעשה כל מלאכה, מ'טאָר ניט טאָן קיין מלאכה, און דעם איסור־מלאכה אין דעם יאָר פון שבת לה', ווען ס'איז פאַרבאָטן צו טאָן נאָר די ספּעציעל אָנשטרענגענדע מלאכות פון אַקערן און זייען וכו'.

די ערקלערונג אין דעם איז: וויבאַלד די תקופה פון טעג מיט איר געהייליגטן טאָג פון שבת, שבת קודש, שטעלט מיט זיך פאַר (סימבאָליזירט) די תקופה פון טיפער אַריינטראַכטונג און צוגרייטן, איינשטעלן אַ באַשטימטן לעבנס־סדר, ווי אויבנדערמאָנט, איז בשעת מ'גרייט צו אַ פּלאַן און מאַפּע וואָס לויט איר „בויט" מען דערנאָך דעם „בנין", די גאַנצע תקופה, פאָדערט זיך די גרעסטע זהירות, אַז יעדער פרט זאָל זיין בשלימות, אָן דער אַריינמישונג פון אירגענד וועלכע זייטיגע זאַכן, וואָרום אַ גאָר קליינער טעות אין דער מאַפּע, אַ קליינע ענדערונג אין אַ פּאַסיקל א. ד. ג. בריינגט אַ גאָר גרויסן טעות אין דעם בנין.

אָבער אין דער דורכפירונג פון דעם פּלאַן בפועל, אויף דעם פעסטן גרונטמאַפּע — וואָס איז געלייגט געוואָרן, דאַרף מען באַוואָרענען נאָר די פעולות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט ספּעציעל פיזישע אָנשטרענגונג, וואָס קען בריינגען צום איינריידן זיך אַז כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, אַז זיין פרנסה וכו' איז צו609פאַרדאַנקען נאָר זיין אייגענעם כח און אייגענעם אויפטו. און דאָס באַוואָרנט דער שבת'דיגער יאָר, וואָס דערמאָנט דעם מענטשן, אַז לי כל הארץ — מיר געהערט די גאַנצע ערד — און דער אויבערשטער איז דער מפרנס לכל (גיט פרנסה צו אַלעמען), און ער איז מבטיח וצויתי את ברכתי) לכם — איך וועל באַפעלן מיין ברכה צו אייך.

די נקודה און אויספיר פון דאָס אויבנגעזאָגטע איז:

אַזוי ווי מ'איז אַריין אין דעם נייעם יאָר, אַ יאָר פון שבת לה', וואָס האָט זיך אויך אָנגעהויבן מיט שבת קודש, און יעדער איד געהערט דאָך צום עם חכם ונבון, וועט יעדער איינער און איינע זיכער פאַרשטיין און נעמען אין באַטראַכט אַז מ'דאַרף איינשטעלן אַ סדר חיים, פאַר יעדן טאָג פון דער וואָך און פאַר דעם גאַנצן יאָר, אין פולן איינקלאַנג מיט דעם גייסט פון שבת קודש — סיי בנוגע דער גאַנצער הנהגת הבית (הויז אויפפירונג) און בפרט בנוגע דעם חינוך פון די קינדער, אַז אַלץ זאָל זיין על טהרת הקודש אין דער פולסטער מאָס, לויט דעם אויבערשטנ'ס רצון און פאַרלאַנג: ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם — אַז בתוכם — די שטוב — זאָל זיין אַ „מקדש" פאַר דער טלעכער שכינה; און סיי בנוגע דער סביבה — צו טאָן אַלעס וואָס מעגלעך צו פאַרשפּרייטן און פאַרשטאַרקן תורה־אידישקייט. און, ווי גערעדט, מוסיף זיין אין אַלע ענינים פון תורה און מצוות, נאָך מער ווי לויט דעם אַלגעמיינעם אָנזאָג פון מעלין בקודש.

און דערנאָך דורכפירן דאָס אַלעס בפועל און בשלימות, וואָרום המעשה הוא העיקר.

ויהי רצון, אַז דורך דער דערמאָנטער איינשטעלונג און דורכפירונג פון דעם סדר חיים אין איינקלאַנג מיט דעם אינהאַלט פון שבת'דיגן טאָג און שבת'דיגן יאָר, שנה השביעית, וואָס דאָס באַווייזט דאָך אויך אויף דער גרייטקייט און החלטה צו מקיים זיין השמיטים והיובלים וכל מצוות שנצטוו בה (די שמיטות און די יובלות און אַלע מצוות וואָס זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן אין איר, אין ארץ הקודש, וואו שמיטים610וכו' — בפשטות — זיינען גילטיג) בפשוטן — וועט זיין דער קיום ההבטחה: דורך תרצה הארץ את שבתותי' — אָפּהיטונג פון דעם שבת פון דער לאַנד (לאַנד באַאַרבעטונג — שמיטה) וועט זיין — רצית ה' ארצך (דו באַוויליגסט, ג־ט, דיין לאַנד) שבת שבות יעקב (דו קערסט אום די צוריק־קומענדיגע פון יעקב) — מפני כן ישראל נגאלין מיד (צוליב דעם ווערן אידן אויסגעלייזט באַלד), און ווי באַ דער גאולה פון מצרים: ויביאם אל גבול קדשו הר זה קנתה ימינו; ויבן כמו רמים מקדשו כארץ יסדה לעולם (ט וועט ברענגען דעם גאַנצן אידישן פאָלק אין זיין הייליג לאַנד, צום בית מקדש וואָס זיין רעכטע האַנט האָט געשאַפען; ער וועט אויפבויען זיין בית המקדש, ווי די הימלען, און ווי די ערד וואָס ער האָט באַשאַפן, אויף אייביג) — בקרוב ממש.

בכבוד ובברכת חתימה וגמר חתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה

גשמות בחות ג חד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-r5f4nv22

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources