עברית
Library

Likkutei Sichos

18 Elul

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

250ח"י אלול

א. אין דער שיחה פון ח"י אלול תש"הא, האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר געזאָגט: ביי חסידים איז פאַראַן אַן אַלטער חסידישער וואָרט אין צוויי אויסשפּראַכן: א) ח"י אלול איז דער טאָג וואָס האָט געבראַכט און ברענגט אַ לעבן אין אלול. ב) ח"י אלול גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אניב לדודי ודודי לי.

פון דעם וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט איבערגעזאָגט ביידע נוסחאות, איז מובן, אַז זיי זיינען ביידע אויסגעהאַלטן, און אין יעדן נוסח איז דאָ אַן אויפטו אין תוכן לגבי דעם צווייטן*2 — דאַרף מען פאַרשטיין:

נאָכדעם ווי עס ווערט געזאָגט (אינעם ערשטן נוסח) אַז „ח"י אלול . . ברענגט אַ לעבן אין אלול (סתם)", מיינט דאָס אַז עס ברענגט אַ לעבן אין אַלע עניני אלול, כולל (די התעוררות אויף) אַלע סוגים אין עבודת ה' פון דעם חודש

— וועלכע זיינען מרומז, ווי גערעדט כמה פעמיםג, אין די ראשי־תיבות פון אלו"ל: „אנה לידו ושמתי לך"ד (ערי מקלט) — תורה (כמחז"לה דברי תורה קולטין); „אני לדודי ודודי לי" — קו העבודה, תפלהו (וואָס איז מחבר אידן מיטן אויבערשטן — „אני לדודי גו'"ז); „איש לרעהו ומתנות לאביונים"ח — גמ"ח; און „(ומל ה"א) את לבבך ואת לבב (זרעך)"ט — ענין התשובה —

וואָס גיט צו נאָכדעם דער צווייטער נוסח, אַז „ח"י אלול גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי", וואָס איז בלויז איין סוג עבודה פון (די סוגים וועלכע זיינען מרומז אין די ר"ת פון) אלול?

ב. ויש לומר, אַז די צוויי נוסחאות וועגן דעם אויפטו פון ח"י אלול, זיינען בהתאם צו די צוויי מעלות פון דעם טאָגי אַלס דער יום הולדת פון די „שני המאורות הגדולים"יא: יום הולדת פון דעם בעש"ט — מייסד פון תורת החסידות הכללית, יום הולדת פון דעם אַלטן רבי'ן — מייסד פון תורת חסידות חב"ד.

חסידות חב"ד, אע"פ אַז זי איז אַ המשך פון חסידות הכללית — אַראָפּטראָגן תורת החסידות אין אַן אופן אַז זי זאָל ווערן פאַרשטענדלעך אין חכמה בינה דעת, שכל האדם — האָט זי אַ חידוש מיוחד לגבי חסידות הכלליתיב

251[ועד כדי כך איז דער חידוש, אַז דערצו האָט זיך געפאָדערט אַז דער מייסד (ומגלה) פון חסידות חב"ד — דער אַלטער רבי — זאָל זיין אַ נשמה חדשה, כידועיג; ביז ער ווערט אָנגערופן (ווי דער בעש"ט) „המאור הגדול"יד (כנ"ל)].

ועד"ז איז עס בנוגע דעם ענין פון „אני לדודי ודודי לי": כאָטש אַז דאָס איז אַ פרט פון כלל הענין ד"אלול", טוט ער אויף אַ חידוש עיקרי אין דעם כלל, און אַלע עבודות פון אלול ווערן דורכדעם געטאָן אויף אַ העכערן אופן — וע"ד חידוש חסידות חב"ד לגבי און אין חסידות הכללית.

און דאָס איז דער ביאור פון די צוויי נוסחאות הנ"ל וועגן ח"י אלול:

דאָס וואָס ח"י אלול איז דער יום הולדת פון בעש"ט האָט אַריינגעגעבן אַ חיות אין אלול, ווייל חסידות הכללית גיט אַריין אַ חיות כללי אין עבודת ה', אַ חיות וואָס נעמט אַרום און נעמט דורך אַלע סוגי עבודה;

און מצד דעם וואָס ח"י אלול איז דער יום הולדת פון אַלטן רבי'ן — מייסד תורת חסידות חב"ד — איז אַריינגעגעבן געוואָרן אַ חיות אין דער עבודה פון „אני לדודי ודודי לי" (און דורכדעם בכל סוגי העבודה), ווייל (דער חידוש פון) חסידות חב"ד איז פאַרבונדן במיוחד מיט דער עבודה, כדלקמן.

ג. די נקודת החילוק צווישן חסידות הכללית (דער בעש"ט) און חסידות חב"ד (דער אַלטער רבי) האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר אַרויסגעבראַכט אין אַ קורצן פתגםטו: דער בעש"ט האָט באַוויזן ווי מען דאַרף דינען דעם אויבערשטן, און דער אַלטער רבי האָט באַוויזן ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן.

פון פשטות הלשון איז לכאורה משמע, אַז פון תורת הבעש"ט ווייס מען נאָר ווי אַזוי עס דאַרף זיין עבודת ה', אָבער ניט דעם דרך ווי מ'קען דורכפירן די עבודה בפועל.

איז תמוה: ווי איז שייך צו זאָגן אַז דער בעש"ט האָט ח"ו ניט באַוויזן דעם וועג ווי צו זיין אַן עובד ה' בפועל? ואדרבא — דער בעש"ט האָט אויפגעשטעלט אַ ריבוי גדול פון תלמידים ותלמידי תלמידים עובדי ה' ע"פ דרך החסידות פאַר דער התגלות פון חסידות חב"ד, און אַזוי אויך — תלמידי תלמידיו אין דורות לאחרי זה, אויך די וואָס האָבן זיך ניט עוסק געווען (מאיזה סיבה וטעם שיהי') אין חסידות חב"ד. ביי זיי איז געוויס געווען (ניט נאָר די ידיעה ווי אַזוי מען דאַרף דינען דעם אויבערשטן, נאָר) עבודה בפועל ע"פ דרכי החסידות —

היינט וואָס איז דער פשט, אַז (דוקא)252דער אַלטער רבי האָט באַוויזן ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן?

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים, אַז כשם ווי מען געפינט בנוגע תורת החסידות — אַז פריער איז זי נמשך געוואָרן באופן כללי (חסידות הכללית) און דערנאָך איז זי אַראָפּגעטראָגן געוואָרן אין שכל (חב"ד) ובפרטיות — געפינט מען אויך עד"ז בנוגע צו כללות התורה:

דער אויבערשטער האָט געגעבן תורה — תורה שבכתב און „הלכות הנגלות לנו ולבנינו"טז פון תורה שבעל פהיז — צוזאַמען מיט די כללי התורה — מדות שהתורה (שבכתב) נדרשת בהן, ועד"ז בנוגע צו תושבע"פ (ווי צו דרש'נען און אָפּלערנען פון פסוקיםיח און ווי זיך עוסק זיין אין „עומק טעמי ההלכות והפלפול בטעמיהן כו'"יט); און דערנאָך, דורך דעם לימוד התורה פון אידן (לויט די כללי התורה שניתנו למשה בסיני), ווערן נתחדש — דורך זייער יגיעה מיט זייער שכל — כו"כ ענינים בתורה, אויך „חידושי הלכות לאין קץ ותכלית"יט.

וואָס דאָס איז איינער פון די ביאורי מאמר חז"לכ „כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל ניתן למשה בסיני" — דלכאורה איז דאָס אַ סתירה מיני' ובי': אויב „הכל ניתן למשה בסיני", איז דאָס דאָך ניט קיין חידוש — היינט ווי זאָגט מען אויף דעם „עתיד לחדש"כא?

אויך איז ניט מובן: ווי איז שייך צו זאָגן אַז משה רבינו האָט אין אַזאַ קורצן זמן דורכגעלערנט כל התורה כולה מיט אַלע חידושים פון יעדן תלמיד ותיק עד סוף כל הדורות (ובפרט אַז דאָס איז דאָך אויך כולל — דעם „חידוש תורה מאתי תצא"כב, תורתו של משיחכג, וואָס וועט זייןכד בריבוי מופלג)כה?

253איז איינער פון די ביאורים אין דעם, כנ"ל: משה רבינו האָט מקבל געווען תושב"כ און תורה שבע"פ מיט אַלע כללי התורהכו ווי אַרויסצולערנען פון זיי כו"כ פרטים — ע"ד הפשט הרמז הדרוש והסוד — און דער תלמיד ותיק לערנט און נעמט אַרויס בפועל די פרטי השקו"ט הפלפול וכו' ביז צום דין פרטי — פון דעם כללכז; און דעריבער איז עס אַ חידוש (וויבאַלד אַז משה האָט בפועל דעם ענין פרטי ניט געלערנט, ובלשון חז"לכח אַז משה „לא הי' יודע" די „תילין תילין של הלכות" וואָס ר' עקיבא האָט גע'דרש'נט);

וויבאַלד אָבער אַז אַלע חידושים אין תורה מוזן זיין געבויט אויף די כללים וואָס משה האָט מקבל געווען בסיני, קומט אויס אַז „הכל ניתן למשה בסיני" — אַלץ איז שוין געווען כלול (בהעלם עכ"פ) אין דער תורה ווי זי איז געווען ביי משה'ןכט.

ובכ"ז דאָס וואָס דער תלמיד ותיק האָרעוועט אויס מיט זיין שכל צו מגלה זיין אַן ענין פרטי פון תושבע"פ (לויט די כללי התורה), טוט ער דערמיט אויף אַ חידוש אין תורה; און דאָס ווערט אַן ענין עיקרי אין תלמוד תורה, ויתרה מזו: עס איז אַ חיוב אויף „כל איש ישראל"ל — ניט נאָר צו לערנען דאָס וואָס שטייט שוין אין ספרים וכו', נאָר אויך — „לחדש . . הן בהלכות הן באגדות הן בנגלה והן בנסתר"ל [און נאָך מער: יעדער איד האָט אַ חלק אין תורה וואָס ער דאַרף מחדש זיין, וואָס אין דעם איז תלוי די שלימות פון זיין נפשלא].

און עד"ז איז דאָס אינעם ענין פון חסידות חב"ד (אַראָפּטראָגן חסידות אין שכל), אַז כאָטש דאָס איז לכאורה אַ פרט פון חסידות הכללית, ווערט אָבער דערמיט אויפגעטאָן אַ חידוש וחידוש עיקרי אין חסידות.

ה. פאַרוואָס ווערט טאַקע דער לימוד התלמיד ותיק אָנגערופן בשם „חידוש"? אמת טאַקע אַז משה האָט בפועל ניט געלערנט יעדן ענין ודין אין אַ פרטיות'דיקן אופן — אָבער אַ חידוש אמיתי מיינטלב דאָך ניט נאָר אַז די זאַך איז פריער ניט געווען בגלוי בפועל, נאָר254אויך אַז זי איז אפילו „בכח" ניט געווען. און וויבאַלד אַז דער דין פרטי איז געווען כלול (בהעלם) אין תורה ווי משה רבינו האָט זי געלערנט — וואָס דערפאַר זאָגט מען כנ"ל „הכל ניתן למשה בסיני" — איז ווי רופט מען דאָס פאָרט אָן בשם חידושלג?

איז דער ביאור אין דעם בדרך אפשרלד: דער תואר חידוש איז ניט אַזוי מצד דער חפצא, דעם ענין הנלמד (אַז דער ענין איז אַ נייעס, וואָס איז פריער ניט געווען), נאָר (בעיקר) מצד דעם. גברא — אדם הלומד:

דער ענין אין תושבע"פ ווי ער איז כלול אין תורה ווי זי איז געגעבן געוואָרן בסיני איז אויף אַזויפיל בהעלםלה ביז אַז, כנ"ל, אפילו משה וואָס האָט געוואוסט אַלע כללי ואופני לימוד הפרט מן הכלל „לא הי' יודע מה הן אומרים",

און דעם פרט'ס קומען לידי התגלות איז אַן אויפטו וואָס געהערט אינגאַנצן צום תלמיד ותיק. און דעריבער הייסט עס אַ חידוש פון דעם תלמיד ותיק — וויבאַלד אַז ער האָט דעם גילוי הענין אויסגעהאָרעוועט בכח עצמו, דורך יגיעת שכלו, איז עס מצד אים אַן ענין חדש ממש.

און דאָס איז אויך איינער פון די טעמיםלו, פאַרוואָס די שלימות הנפש איז תלוי אין דעם ענין פון „לחדש שכל חדש" אין תורה:

דער אמת'ער ענין פון שכל איז, אַז דער ענין שכלי ווערט ביים אדם מושג ונתפסלז, ניט דורכדעם וואָס אַ צווייטער (וועמען ער גלויבט) פאַרזיכערט אים אַז דער ענין איז אַזוי, נאָר דורכדעם וואָס ער, בכח שכלו והבנתו הוא, פאַרשטייט אַזוי. און דערפאַר איז די שלימות פון שכל אין דעם ענין פון „לחדש", וואָס ווייזט אַז ער איז געקומען צום ענין שכלי אינגאַנצן בכח עצמו (כנ"ל).

און וויבאַלד אַז דער תכלית פון תלמוד תורה איז, אַז דער שכל האדם זאָל נתאחד ווערן מיט חכמתו ית' ב"יחוד נפלא" — דעריבער, ווערט די שלימות הנפש (וואָס דאַרף דערגרייכט ווערן דורך ת"ת) אויפגעטאָן דורך דעם וואָס דער אדם איז מחדש בתורה.

ו. דאָס איז אויך דער חילוק אין דעם ווי תורה איז געגעבן געוואָרן מלמעלה, און ווי זי ווערט דערנאָך געלערנט דורך אידן:

לקח טוב נתתי לכםלח, מתן תורה, נותן התורה — איז דער עיקר הדגשה ווי דער לשון נתינה, די נתינה מלמעלה;

255ביז אַז עס קען קומען אין דער נתינה — ע"ד ווי מען זעט ביי אַ רב ותלמיד דאָ למטה, ווען ביים רב לייכט דער שכל מיטן גאַנצן אורך רוחב ועומק, לערנט ער עם דעם תלמיד — בלשון חז"ללט — ב"דרך קצרה", ער גיט דעם תלמיד דעם קיצור, די נקודת השכל אָן פרטים. די נקודה איז אין זיך טאַקע כולל אַלע פרטי השכלמ, אָבער זיי זיינען דאָרט ניט ניכר ווי אַ מציאות פאַר זיך.

אָבער לאחר הנתינה (כולל גם הנתינה מהרב לתלמיד), איז דער עיקר — די הבנה והשגה וקליטה פון עניני התורה אינעם אדם המקבל, הלומד. און כדי אַז אַ דבר שכל זאָל נקלט ווערן ביים מענטשן, מוז ער נעמען און פאַרשטיין יעדן פרט פונעם שכל; און דוקא דורך דעם וואָס ער איז תופס יעדן פרט בפ"ע, ווערט ביי אים נקלט (דורך די אַלע פרטים) דער קיצור ונקודת השכל כדבעי ובשלימותה. ובדוגמא — פאַרשטיין אַ משנה (וואָס זי איז ב"דרך קצרה"מא) לעומקה ובשלימותה איז דאָס דוקא נאָכן לערנען און פאַרשטיין וקולט זיין (לעיונא — וואָס דאַמאָלס איז דאָס תורתומב) כל פרטי אריכות הדינים והשקו"ט וכו' וועלכע זיינען אין ברייתאמג, סוגיות הש"ס וכו' אויף דער משנה.

ז.בדוגמא לזה י"ל אויך דעם חילוק צווישן חסידות הכללית און חסידות חב"ד:

דער גילוי פון חסידות הכללית דורכן בעש"ט איז (דער עיקר הדגשה בזה) ווי זי קומט מלמעלה — מהקב"ה וצדיקים שדומין לבוראםמד. און דערפאַר איז איינע פון די הויפּט הדגשות פון חסידות הכללית אויפן ענין האמונה — „צדיק באמונתו יחי'"מה — וואָס אמונה איז ניט אַ זאַך וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם מענטשן, נאָר זי קומט מלמעלהמו, כולל אויך מאב (רב) לבן (תלמיד) — מאמינים בני מאמיניםמז — און דער אדם איז אַ „מקבל".

דורך דעם וואָס דער אַלטער רבי האָט אַראָפּגעטראָגן חסידות אין חב"ד (שכל האדם), איז געגעבן געוואָרן די אפשריות (ובמילא — די דרישה) אַז די ענינים פון חסידות זאָלן ווערן מובן (ביז —) נקלט ווערן אין מענטשן דורך עבודה בכח עצמומח; ווען אַ איד האָרעוועט צו פאַרשטיין פנימיות התורה, תורת החסידות, ביז אַז דאָס לייגט זיך ביי אים אָפּ (נוסף מצד אמונה, אויך) מצד זיין השגת השכלמט, דעמאָלט קומט צו דער יתרון, אַז דער חיות אין עבודת ה' וואָס אים קומט צו דורך דעם איז אַן אויפטו פון דעם אדם העובד, אַ זאַך וואָס ער האָט מחדש געווען דורך זיין יגיעה.

256[און דערפאַר האָט דער ענין — די נתינת כח אַז מען זאָל קענען „מחדש" זיין און אויפטאָן אין עבודה ע"פ חסידות בכח עצמו — געמוזט נתגלה ווערן דורך אַ נשמה חדשה דוקא].

ח. דאָס איז אויך וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט אַז דער בעש"ט האָט באַוויזן ווי מען דאַרף דינען דעם אויבערשטן, און דער אַלטער רבי האָט באַוויזן ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן:

דער חילוק צווישן „ווי מען דאַרף" און „ווי מען קען" איז: אין „ווי מען דאַרף" הערט זיך אָן די הדגשה אויף דעם ענין ווי (מען דאַרף עם טאָן ווייל) ער ווערט געמאָנט מלמעלה און קומט מלמעלה; „ווי מען קען" איז מדגיש די יכולת האדם אינעם ענין, דאָס וואָס ער קען אויפטאָן בכח עצמו.

אַוודאי ופשיטא אַז חסידות הכללית האָט אויפגעטאָן עבודה בפועל ע"פ דרכי החסידות, און נאָכמער — דער חיות פון חסידות הכללית נעמט דורך דעם מענטשןנ ביז אין אַלע עבודות פרטיות — זיין דאַוונען, לערנען, מעשה המצות ביז „כל מעשיך" — ווערן אַלע געטאָן אויף אַ גאָר הויכן אופן, מיט אַ חיות חדש;

וויבאַלד אָבער דאָס איז אַ חיות וואָס קומט מלמעלה — מצד אמונה — איז דאָס אַ חיות כללינא, וואָס נעמט אַרום און נעמט דורך אַלע פרטי האדם בשווה; עס הערט זיך ניט אָן דער ענין ותוכן מיוחד פון דעם פרט אין עבודת ה', נאָר זיי זיינען אַלע חלקים ופרטים פון איין כלל.

ווי מ'זעט אינעם ענין האמונה, אַז דער חיות וואָס זי ברענגט אַריין אין די פרטים פון עבודת ה', איז ניט מצד דעם תוכן פרטי פון יעדער עבודה, נאָר מצד דעם וואָס דער מענטש בכללו איז באמונתו יחי', ער לעבט מיט זיין אמונה, ווערן דערפאַר (בדרך ממילא) אַלע זיינע ענינים געטאָן מיט אַ חיות און געשמאַק.

דער אַלטער רבי האָט באַוויזן ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן — ווי אַזוי דער מענטש האָט ביכולת צו שאַפן אַ חיות אין עבודת ה' בכח עצמו, דורך דעם וואָס ער האָרעוועט אויך בשכלו צו פאַרשטיין פנימיות התורה; ובמילא איז דאָס באופן, אַז עס ווערט אין יעדער עבודה פרטית אויפגעטאָן אַ נייער חיות, אַ חידוש, מצד דעם נייעם עומק וואָס ער האָט אין דעם תוכן פרטי פון דער עבודהנא.

ט. ע"פ כל הנ"ל וועט מען פאַרשטיין די צוויי נוסחאות הנ"ל בנוגע דעם חיות וואָס ח"י אלול ברענגט אַריין אין דער עבודה פון אלול:

מצד חסידות הכללית ווערט אַריינגעבראַכט אַ חיות כללי אין אלול — אין אַלע סוגי עבודה (כנ"ל) — אין אַן אופן אַז די פרטי עבודה הערן זיך ניט אָן ווי באַזונדערע ענינים.

אין פשוט'ע ווערטער: אין דעם חשבון הנפש וואָס אַ איד מאַכט בחודש אלול, מצד הנ"ל — טראַכט ער בעיקר וועגן זיין מצב כללי אין עבודת ה'. ער מוז טאַקע מאַכן אַ חשבון פרטי וואָס האָט זיך ביי אים געטאָן אין יעדן פרט אין עבודת ה' — אַנדערש וועט ביי אים ניט זיין קיין ריכטיקער חשבון — אָבער אים איז נוגע (בעיקר) דער צד השווה וסךהכל פון זיין מצב, צי ער איז צוגעבונדן257כדבעי צום אויבערשטן אָדער ח"ו ניט כדבעי.

דער אַלטער רבי, האָט אויפגעטאָן דעם ענין פון עבודה (אין חסידות) בכח עצמו, אַריינגעבראַכט אַ חיות אין דער עבודה פון „אני לדודי ודודי לי" — וואָס דער סדר (פריער „אני לדודי" און דערנאָך „ודודי לי") — ווייזט אויף דער עבודה וואָס הויבט זיך אָן מיט אַן אתעדל"תנב און דער קירוב פון אויבערשטן צו אים („ודודי לי") ווערט אויפגעטאָן ביותר וביותר וויבאַלד עס קומט דורך זיין עבודה, זיין „יגעת", וואָס ער פועל'ט ביי זיך (בכח עצמו) דער „אני לדודי".

און דאָס טוט אויף אַ חיות חדש אין אַלע סוגי עבודות פון חודש אלול, אַז זיי אַלע ווערן געטאָן אין אַן אופן פון „אני לדודי" — עבודה בכח עצמו.

(משיחת ש"פ תבא, ח"י אלול, תש"ל)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-n3qkp9hk

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources