Likkutei Sichos
Vayeilech 3
315וילך ג
א. אין פסוקא „ויכתוב משה את התורה הזאת ויתנה אל הכהנים בני לוי הנושאים את ארון ברית ה' ואל כל זקני ישראל", שטעלט זיך דער ראָגאַטשאָווערב אויף די ווערטער „הכהנים בני לוי":
דער לשון „הכהנים בני לוי" שטייט אויך פריער אין סוף פ' שופטיםג ביי דעם דין פון עגלה ערופה — „ונגשו הכהנים בני לוי גו'"; זאָגט דאָרט דער ספרי: „אין לי אלא תמימים, בעלי מומים מנין ת"ל בני לוי", ד. ה. אַז דער יתור לשון „בני לוי" קומט מרבה זיין אַז אויך כהנים בעלי מומיןד זיינען כשר לעגלה ערופהה —
פרעגט דער ראָגאַטשאָווער „וכאן מאי" — וואָס קומט דאָ דער פסוק מרבה זיין מיט די ווערטער „בני לוי"? — דאָ האָט דאָך קיין אָרט ניט צו לערנען אַז דער פסוק איז מרבה בעלי מומים, וויבאַלד דאָ רעדט זיך ניט וועגן עבודה וכיו"ב, וואו בעלי מומים זיינען פסול.
און דאָס איז פון די געציילטע ערטער וואָס דער ראָגאַטשאָווער בלייבט ביי אַ קושיאו.
ב. ווי גערעט כמה פעמים, קען מען אַרויסנעמען פון פרש"י על התורה „ענינים מופלאים"ז אויך אין שאר חלקי התורה; און אַזוי אויך בעניננו, איז לויט פרש"י, ווערט דוקא ע"פ פשוטו של מקרא, די אויבנגעבראַכטע קשיא פאַרענטפערט:
רש"י איז מפרש אין אונזער פסוק: „ויכתוב משה וגו' ויתנה — כשנגמרה כולה נתנה לבני שבטו".
דאָס וואָס רש"י זאָגט „כשנגמרה כולה" איז מובן (ווי מפרשי רש"יח זיינען מסביר): כדי מ'זאָל ניט מיינען (וויבאַלד דער פסוק דערציילט דאָ ווי משה רבינו האָט זי געשריבן און געגעבן) אַז משה רבינו האָט די ס"ת געשריבן נאָר ביז דער פרשה און ניט ווייטער, און האָט איר געגעבן אַ ניט דערשריבענע, זאָגט רש"י אַז ער האָט זי געגעבן „כשנגמרה כולה".
[דערמיט איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש"י איז מעתיק אין ד"ה אויך דעם וואָרט „ויתנה" וכו', און זאָגט ניט בקיצור: ויכתוב משה, כולה.
ווייל פון „ויכתוב" אַליין איז ניטאָ קיין הכרח אַז דאָס איז „כולה". וויבאַלד אָבער עס שטייט אין פסוק „ויתנה", איז דאָס מכריח צו זאָגן אַז דער „ויכתוב" מיינט „כולה", ווייל משה וועט דאָך זי ניט געבן ניט פאַרענדיקט].
עס איז אָבער ניט מובן דער סיום פון פרש"י „נתנה לבני שבטו": לכאורה316חזר'ט ער איבער דאָס וואָס עס שטייט אין פסוק גופא — „ויתנה אל הכהנים בני לוי הנושאים את ארון גו'"?
אויב רש"י קומט באַוואָרענען אַז „כהנים" דאָ מיינט (ניט בלויז כהנים, נאָר) „בני שבטו" — דעם שבט לוי בכללות — איז ווידער קשה: דער לשון „כהנים בני לוי" שטייט שוין פריער, כנ"ל, און דאָרט מיינט עס (ניט שבט לוי בכלל, נאָר) דוקא די כהנים, ווי דער פסוק איז דאָרט ממשיך „כי בם בחר ה' גו' לשרתו ולברך גו' ועל פיהם יהי' כל ריב וכל נגע" (וואָס דאָס מיינט כהנים דוקא); אַזוי שטייט אויך דער לשון „הכהנים הלויים" כמה פעמים אין תורהט, און אומעטוםי מיינט עס בלויז כהנים, ווי רש"י טייטשט ביי דעם ערשטן מאָליא: „הכהנים הלויים — הכהנים שיצאו משבט לוי",
היינט פון וואַנעט איז רש"י'ס הכרח דאָ אַז „ויתנה אל הכהנים בני לוי" מיינט „לבני שבטו" — גאַנץ שבט לוי?
הגם אַז דער פסוק גופא איז מסיים „הנושאים את ארון ברית ה'" און די נושאי הארון זיינען געווען די לוייםיב — קען מען עס מפרש זיין (ווי דער חזקונייג), אַז ס'רעדט זיך וועגן די כהנים וועלכע האָבן צוגעגרייט דעם ארון אַז די לויים זאָלן קענען עס טראָגן און זיי זיינען די וואָס „ושמו אותם (די בני קהת) גו' אל משאו", ווי עס שטייט אין סוף פרשת במדבריד; און הגם אַז אָט דער פירוש איז ניט גלאַטיק, איז עס אָבער דאָך מער קרוב לפשוטו של מקרא, ווי צו טייטשן אַז מיט „הכהנים בני לוי" ווערן געמיינט אויך ניט כהנים — גאַנץ שבט לוי.
[ובפרט: מ'קען סיי ווי ניט טייטשן „הנושאים את ארון ברית ה'" גאַנץ שבט לוי, ווייל בלויז בני קהת האָבן געטראָגן דעם ארוןטו].
אויך דאָ (ווי אין די אַנדערע פסוקים) לערנט רש"י, אַז „ויתנה אל הכהנים בני לוי" מיינט אַז די נתינה בפועל איז געווען נאָר צו כהנים, אָבער טאַקע מהאי טעמא שטעלט זיך די שאלה (וואָס ער באַוואָרנט עס בפירושו): משה רבינו האָט דאָך די ס"ת געגעבן (ווי דער פסוק איז מסיים) אויך „ואל כל זקני ישראל", צו אַלע שבטי ישראל, וואָס די זקנים זיינען געווען זייערע פאַרטרעטערטז; היינט וויבאַלד אַז די נתינת הס"ת צו317„הכהנים בני לוי" איז געווען בלויז צו די כהנים, קומט דאָך אויס, אַז די נתינת הס"ת איז געווען צו אַלע שבטי ישראל — אַ חוץ (די לויים פון) שבט לוי?!
דערפאַר איז רש"י מדגיש בפירושו: „נתנה לבני שבטו", אַז דאָס וואָס משה רבינו האָט געגעבן די ס"ת צו די כהנים האָט עס געמיינט אַ נתינה „לבני שבטו", ווייל די כהנים האָבן אין דעם פאַרטראָטן דעם גאַנצן שבט לוייז, פּונקט ווי כל זקני ישראל האָבן עס גענומען אַלס כל שבטי ישראל.
און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס דער פסוק איז מוסיף „(הכהנים) בני לוי" ווייל מ'האָט זיי געגעבן די ס"ת ניט אַלס כהנים בפ"ע, נאָר ווייל זיי זיינען „כהנים בני לוי", פון שבט לוי (נאָר זייענדיק די כהנים „שרים"יח פון שבט לוי — זיינען זיי בדומה פון די זקני שבטי ישראל — די פאַרטרעטער פון גאַנצן שבט).
— הגם אַז בכלל זיינען די כהנים בהבדלה פון שבט לוייט, אַ מחנה (שכינה) פאַר זיך*19 — איז דער פירוש אין דעם, (ע"פ פשוטו של מקראכ), ניט אַז זיי זיינען אינגאַנצן אָפּגעטיילט געוואָרן פון שבט לוי, נאָר אַז אין צוגאָב צו זייער מעלת הלוי' האָבן זיי אויך מעלת הכהונה.
פון די הוכחות אויף דעם:
א) רש"י ברענגט אַראָפּ אין אָנהויב פרשת בהעלותך: „למה נסמכה פ' המנורה לפ' הנשיאים לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים . . שלא הי' עמהם כו' לא הוא ולא שבטו א"ל הקב"ה חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות" — וואָס פון דעם איז מוכח, אַז כאָטש דער ענין פון הדלקת והטבת הנרות איז שייך נאָר צו אהרן (כהונהכא), איז דאָס אָבער אַ השתתפות פוןכב דעם גאַנצן שבט — דער אויבערשטער האָט דערמיט אַראָפּגענומען דעם פאַרדראָס וואָס „לא הוא ולא שבטו כו'"כג.
ב) נאָך דער מחלוקת קרח האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משה'ן: „קח מאתם מטה מטה גו' שנים עשר מטות גו' ואת שם אהרן תכתוב על מטה לוי כי מטה אחד גו'"כד, און ווי רש"י טייטשט: „כי מטה אחד — אעפ"י שחלקתים לשתי משפחות משפחת כהונה לבד ולוי' לבד מכל מקום שבט אחד הוא".
318ד. לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק — אויך אין דעם לימוד ע"ד ההלכה — וואָס מיט די ווערטער „(הכהנים) בני לוי" איז דער פסוק (ס"פ שופטים) מרבה בעלי מומים (כנ"ל ס"א):
כשם ווי בעלי מומים, הגם זיי זיינען כהנים, ביז אַז אוכלים בק"ק — וואָס די אכילה איז מכפרכה, ווערן זיי אָבער אָנגערופן „זרים" לגבי כהנים תמימים — ווי ער זאָגט אין ירושלמיכו: „הוא זר הוא בעל מום" — אַזוי זיינען די בני לוי, כאָטש זיי זיינען „שבט אחד" מיט די כהנים, ווערן זיי פאַררעכנט ווי „זרים" לגבי כהנים; און מצד דער דוגמא איז „בני לוי" אַ ריבוי אויף בעלי מומים.
און אַזוי אויך בנדו"ד: דאָס וואָס מ'האָט געגעבן די ס"ת צו די כהנים, איז ניט געווען צוליב זייער (קדושת ה)כהונה פאַר זיך, נאָר אַלס „כהנים בני לוי" — אַלס כהנים וואָס זיינען אויך כולל דעם ענין הלוי' (כאָטש דאָס האָט אין זיך ענין ה"זרות" לגבי חלק הכהונה שבהם).
ה. עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: וויבאַלד די כהנים זיינען פאָרט אויסגעטיילט פון די לויים — ביז אַז עס איז געווען אַ באַזונדער מחנה פאַר זיךכז — פאַרוואָס האָט מען זיי טאַקע ניט געגעבן די ס"ת אַלס כהנים באַזונדער, און ניט נאָר אַלס „שרים" פון די לויים?
און אַזוי אויך בנוגע די צוויי אויבנדערמאָנטע ענינים — (א) הדלקת והטבת הנרות וואָס איז במקום „חנוכת המשכן והמזבח" (ב) מטה דמחלוקת קרח — פאַרוואָס האָט מען דאָרטן ניט אָפּגעטיילט די כהנים פון די לויים?
ואדרבה: אין די אַלע דריי ענינים וואָלט לכאורה געווען מער מסתבר אויסצוטיילן די כהנים פן שבט לוי:
א) בנדו"ד כאָטש עס שטייטכח אויף גאַנץ שבט לוי „יורו משפטיך ליעקב ותורתך לישראל" — אַז זיי אַלע דאַרפן לערנען תורה מיט אידן — פונדעסטוועגן, האָבן די כהנים אויך אין דעם אַ באַזונדערן תפקיד, וואָס דוקא אויף זיי שטייטכט „ובאת אל הכהנים וגו' והגידו לך גו' על פי התורה אשר יורוך גו'", „ועל פיהם יהי' כל ריב וכל נגע" (וואָס דאָס געפינט מען ניט ביי לויים בכלל) — האָט מען זיי געדאַרפט געבן די ס"ת באַזונדער, ניט צוזאַמען מיט די לויים.
ב) די מצוה פון (הדלקתל ו)הטבת הנרות איז דאָך שייך נאָר צו כהנים, וכל' רש"י הנ"ל: „שאתה מדליק ומטיב את הנרות", און לויים זיינען אסור בזה גלייך ווי כל שבטי ישראל, ובמילא האָט פאַר די לויים געדאַרפט זיין אַן (אַנדערע) השתתפות אין חנוכת המזבח.
ג) די טענה פון קרח „ומדוע תתנשאו על קהל ה'"לא איז בכלל ניט געווען אויף שבט לוי — קרח אַליין איז דאָך געווען אַ לוי — נאָר דוקא אויף כהונה בפ"ע, ווי ער זאָגטלב „ובקשתם גם כהונה" — און די מטות זיינען דאָך געווען „למשמרת לאות"לג אַז „ולא ילונו עוד319על הכהונה"לד — וואָלט דאָך געווען מתאים אַז די כהנים זאָלן האָבן אַ מטה פאַר זיך.
ו. איז דער ביאור בזה (בפנימיות הענינים):
כאָטש אַז סיי די כהנים און סיי די לויים זיינען אַרויסגעהויבן געוואָרן פון אַלע אידן צו דינען דעם אויבערשטןלה און זיין מובדל פון עניני עוה"זלו, איז אָבער דאָ אַ חילוק צווישן זיי: אַ כהן טאָר זיך ניט מטמא זייןלז (און דעריבער טאָר ער ניט אַרויסגיין אין חו"ללח), אָבער אויף אַ לוי איז ניטאָ דער איסור. ד. ה. אַ כהן איז אינגאַנצן מובדל פון ענינים של היפך (הקדושה ו)הטהרה, ביי אים מצד עצמו טאָר ניט זיין קיין טומאה, משא"כ ביי אַ לוי איז ניט אָפּגעפרעגט אַן ענין פון טומאה. אָבער אַז ער דאַרף טאָן עבודת הלויים — דאַרף ער זיך מטהר זייןלט.
עד"ז איז עס אין די מדריגות „כהונה" ו"לוי'" וואָס זיינען דאָ באַ יעדן אידןמ: בחי' „כהן" איז די מדריגה אין נפשמא וואָס דאָרטן איז ניטאָ (רירט ניט אָן) קיין טומאהמה; און בחי' „לוי" שבו איז די מדריגה וואו טומאה קען דאָרטן יע אָנרירן, און די עבודה מצד דער מדריגה איז צו מבטל זיין (טבילה — אותיות הביטל43)) די טומאה.
אין אַנדערע ווערטער (ובלשון התניא 44)): כהן איז דער מצב (עבודה) פון אתהפכא, ס'איז ניטאָ קיין רע, ע"ד מעדנים „ממאכלים ערבים ומתוקים"; לוים — אתכפיא, מ'ברעכט דעם רע ומבטלו, וע"ד מעדנים „מדברים חריפים או חמוצים רק שהם מתובלים ומתוקנים היטב כו'".
לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס אין די דריי ענינים הנ"ל האָט מען ניט אויסגעטיילט די כהנים פון די לויים, ווייל די כוונה ותכלית פון די דריי ענינים איז צו באַוואָרענען און מתקן זיין אַן ענין בלתי רצוי, וואָס דאָס איז פאַרבונדן (ניט מיט בחי' כהן וואָס האָט ניט קיין שייכות מיט רע, נאָר) מיט בחי' לוי דוקא; און דעריבער, איז עס אפילו ביי די כהנים גופא געווען ניט צוליב מעלת הכהונה שבהם, נאָר מצד ענין הלוי' שבהם.
א) בנדו"ד: נתינת הס"ת איז געווען ניט צוליב לערנען תורה סתם, נאָר בעיקר כדי צו באַוואָרענען אַ הנהגה בלתי רצוי', וואָס דערפאַר האָט ער די
42) ובפרטיות יותר, בחי' כהן סתם, מכיון שמותר לו ליטמא „לשארו הקרוב וגו'", אינו מובדל לגמרי מענין הטומאה; משא"כ בחי' כה"ג (שלמעלה, ואצל כאו"א) הוא מובדל לגמרי מענין הטומאה — ראה בכ"ז לקו"ש ח"ז ע' 156 ואילך.
43) סידור סוף כוונת המקוה (קנט, סע"ד). ושם: אלא שנתחלף הוי"ו בה"א.
44) פכ"ז.320ס"ת געגעבן דוקא נאָך די תוכחות וכריתת ברית פון פ' תבוא און נצביםמה.
ב) (הדלקת ו)הטבת הנרות האָט געהאָט אַ פאַרבונד מיט „חלשה דעתו" פון אהרן, וואָס דאָס איז אַ תנועה פון תשובה וואָס נעמט זיך מצד בחי' לוי שבו — וכללותה אורה יוצאה צו דער גאַנצער וועלטמו וואָס (אפילו מעט) אור (איז ענינו — אויך זיין) דוחה חושך.
ג) מחלוקת קרח: קיחת המטות האָט געהאַט אַ שייכות צום ביטול ותיקון פון מחלוקת קרח, ווי עס שטייטמז „והשכותי מעלי את תלונות בני ישראל גו'",
און דעריבער זיינען די כהנים ניט געווען אויסגעטיילט פון שבט לוי ביי די דריי ענינים.
לאידך גיסא, זיינען די כהנים (און אהרן) די שלוחים פון שבט לוי דורכצופירן די דריי זאַכן, ווייל דורך דעם האָט זיך אויפגעטאָן אין דעם תיקון ותשובה ביידע מעלות: בחי' לוי ואתכפיא — מ'איז מתקן דעם רע, בחי' כהן ואתהפכא — דער תיקון הרע איז בתכלית השלימותמח, אין אַן אופן פון אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למתקא, עס ווערט כולו טוב.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ט
- Id
- rh-15y8pkq0